א שטורעם ארום א דעבאטע; וואס האט יעצט פאסירט?

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
ריעל ניוז
שר האלף
תגובות: 1599
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 16, 2021 10:50 pm

Re: א שטורעם ארום א דעבאטע; וואס האט יעצט פאסירט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ריעל ניוז »

אקוראט.

די לעצטע פאר חדשים פון וועלכע די טיימס רעדט, איז די טיימס זעלבסט נישט געווען צום האַבן. אבער פלוצלינג דארף איך אים גלייבן אז עס איז יא א זאך פון בלויז די לעצטע פאר חדשים.

קיינער אין דער רעכטער לאגער האט נישט געהאלטן פאר פיר יאר צוריק, אז ער איז אין דעם זעלבן מצב וואו ער איז יעצט, קיינער. וואס מען האט געזאגט פאר פיר יאר צוריק איז אז ער קען דא דארט צעמישט ווערן אדער זיך פארשטאלפערן, און אויך אז ער האט נישט קיין כח צו קאמפיינען, און דערפאר זוכט מען אים צו באהאלטן. ס"ה דורכאויס די פיר יאר זענען די רעפובליקאנער ארגומענטן אז ער פארעלטערט זיך און צעמישט זיך געווארן שטערקער און ביידען'ס צייכנס זענען געווארן ערגער, אפטער און מער אבוויעס.

דאס אלעס.
אפשר פארקערט
שר חמש מאות
תגובות: 561
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 22, 2018 1:02 pm

Re: א שטורעם ארום א דעבאטע; וואס האט יעצט פאסירט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפשר פארקערט »

אותות ומופתים האט געשריבן: מיטוואך יולי 03, 2024 10:03 pm
דאס איז טאקע א שטארקע קשיא, ממש מורא'דיג. דער חילוק אבער צווישן געווענליכע מענטשן קעגן אייוועלט (און אנדערע אין דעם קאנסערוועטיוון עקא סיסטעם) איז די מעגליכקייט צו אפשאצן זאכן רואיג און נישט שפרינגען צו קיינע מסקנות.

ביז די דעבאטע איז נישט געווען קיין זאכליכע הוכחות, צו די קאנסערוועטיווע טאלקינג פוינט / קאנספיראציע וואס זיי שטופן שוין פאר 6 צו 7 יאר. רעגנדיג וכת דילי' האבן שוין געהאלטן איבער ביידען אז ער איז אלט און קאלעכט פאר 5 יאר צוריק, עס האט זיך גארנישט געטוישט. 'זיידי ביידען פארשפארט אין א בעיסמענט' איז געווען די טענה פון די טראמפיסטן די גאנצע צייט, עס האט זיך נישט אנגעהויבן ביי זיינע 82.

איין זאך: דער וויכוח איז געווען עפעס וואס די טראמפיסטן זענען געווען עתיד צו געווינען איין טאג, אז נישט אין 18' דאן אין 20', אז נישט דאן 24', און אז נישט אין 28' אדער 36'. עס וואלט אמאל געקומען די צייט וואס ביידען וואלט זיך ממילא פארעלטערט, און - ניוז פלעש! - ער גייט אפילו שטארבן איין טאג.

(דערמאנט פון יענקל מילער מיט די לאנגע מלחמה צווישן דעם יצר טוב און יצר הרע איבער זיין אויפשטיין, ביז 11:00 צופרי ווען דער יצר טוב האט מנצח געווען...)

אין די עולם הדמיון און אלטערנאטיווע פאקטן איז טאקע כסדר ארום געפארן ווידיאו קליפס ווי ביידען מאכט אין די הויזן, און איך האב געהערט פון יונגעלייט אין ביהמ"ד וואס האבן דאס באמת געהאלטן פאר עכט!

כמעט - אויב נישט ממש - אלע פון די ווידעא'ס וואס האבן געזאלט צייגן ביידען'ס אלטקייט זענען גאנץ שנעל איבערצייגט געווארן אלס פאלש, געשניטן און ארויס פון קאנטעקסט, אבער מען קען זיכער זיין אז אן אין דעת הבדלה מנין, אויב איינער האט נישט געהאט גענוג דאטא פוינטס און ידיעות אין קאפ צו אנאליזירן די א.ד. ווידעא פון ביידען און קומען צו די מסקנא אז עס איז נישט ריכטיג, איז זיכער אז אזעלכע ביאורים ווי קאנטעקסט און געשניטן זענען שוין צו שווער צו פראסעסן.

אין די זעלבע צייט האט ביידען דאמינירט די סטעיט אוו די יוניאן, זיינע חברה האבן אונטער גענומען א מאסיווע אקציע פאר יארן צו באהאלטן סיי וועלכע זאכליכע באווייז צו זיין סיטואציע. עס איז, אגב, א מוסטער פון א געלונגענע אדמיניסטראציע וואס האט נישט בחינם באוויזן אזויפיל אויפצוטוהן פאר אמעריקע, אז ביז די דעבאטע איז כמעט נישט געווען קיין אינערליכע ליעקס פון די סטעף איבער זייערע זארגן איבער ביידען. אין די צייט וואס ווען טראמפ איז געווען אין אמט איז געווען שרייענדע נייעס קעפלעך יעדן מאנטאג און דאנערשטאג.

די איינציגסטע עכטע נקודות פאר מענטשן וואס דיעלן מיט פאקטן איז געווען די רעפארט פון ספעשל פראסעקיוטער הור (און דערנאך די פרעסע קאנפערענץ מיט מעקסיקא פרעזידענט), וועלכע איז שפעטער שטארק פארוואסערט געווארן ווען די טראנסקריפט איז ארויסגעקומען און מען האט געזען עס איז געווען סאך בעסער ווי ער האט עס געמאכט. און די צווייטע זאך איז געווען די רעפארט אין וואל סטריט זשורנאל וואס איז אויך למעשה אפגעלייקנט געווארן אפילו דורך רעפובליקאנער געזעץ געבער וואס האבן זיך געטראפן מיטן פרעזידענט.

דאס אלעס איז נישט צו זאגן אז ביידען האט אויסגעקוקט פריש און יונג און געזונט, פאר א סיבה האבן רוב וויילער אים סייווי נישט געוואלט צו לויפן פאר ווידערוויילונג ווייל זיין עלטער האט זיך זיכער אפגערופן אויף זיין צושטאנד און אויסזעהן. פארט האט ער אויסגעזעהן מער ווי גענוג קעיפעבל צו קענען פירן דאס לאנד, ווער נאך ווי אונז היימישע אידן ווייסן דאס ווען רבי'ס און ראשי ישיבות, אלט און שוואך פיזיש, געבן אבער ווייטער זייערע טיפזיניגע שיעורים און פארפיגן אויף ריזיגע קהילות און מוסדות ווי לאנג זיי זענען ביי די כוחות און דער קאפ ארבעט.

די דעבאטע האט פשוט געצייגט פאר יעדן אז מען האט ביז איצט באהאלטן זיינע שוואכע מינוטן, וואס למעשה קען מען נישט האבן א פרעזידענט וואס איז נישט עוועיליבל נאך 4'ע נאכמיטאג פאר עמוירדזשענסיס... און דער עיקר איז אוודאי די פאליטישע פאל אוט, ביידען האט געדארפט ווייזן - צום הונדערטסטן מאל! - אז טראץ זיין פיזישע פארעלטערטקייט איז ער נאך פולי דאהי, פריש און שארף, און אמעריקאנער דארפן זיך נישט נעמען צום הארצן פון די קאנסערוועטיווע קאנספיראציעס איבער זיין עלטער, דערווייל האט זיך אבער ארויסגעצייגט פאר יעדן פונקט דאס פארקערטע, אויף א פארנעם וואס איז בכלל נישט געווען צו ערווארטן אפילו לויט זיינע נאנטע און זיין קאמפיין וואס האט פארלאנגט די דעבאטע מיטן פלאן אויפצואווייזן זיין גוטער געזונט צושטאנד.

עס איז זעלבסטפארשטענדליך אז די קאמפיין האט נישט גע'חלומ'ט אז דאס וועט זיין די רעזולטאט, און זיי - קענענדיג אלע זיינע שוואכקייטן און צייטן - האבן געהאלטן אז ער קען דאס רואיג באווייזן. וויאזוי און פארוואס דאס האט יא פאסירט אויף אזא מאסשטאבליכן פארנעם פארבלייבט א פלא, ווארשיינליך צוליב די גרויסע דרוק וואס ער האט געהאט אויף זיך. עווענטועל, נאך די ערשטע האלבע שעה, האט ער זיך צוריק געכאפט אביסל אבער די דעמעזש איז געווען דאן.
זאגסט סך הכל אז ביז א געוויסע צייט האבען די ריפובליקאנער געזאגט ליגנט אז ער איז נישט פיט צי פירן דאס לאנד, אין פון עפעס א געוויסע צייט האבען די דעמאקראטען אנגעהויבן זאגען ליגענט אז ער קען זיין פרעזידענט, מען ווארט נאר אויף די טיימס זאל אינז געבען די פינקטליכע דעט, ווען ער האט טאקע אנגעהויבן צו מישען,

און אגב האסטו געמאכט שטערקער די קשיא פונעם קעפל וואס האט יעצט פאסירט?
אותות ומופתים
שר חמש מאות
תגובות: 799
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 28, 2023 4:24 pm

Re: א שטורעם ארום א דעבאטע; וואס האט יעצט פאסירט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אותות ומופתים »

פשוט ער איז געווארן 82 - ער איז עלטער געווארן און איז, עט דיס פוינט עכ"פ, מער נישט אין גענוג א גוטער מצב, זיכער נישט צו לויפן פאר ווידערוויילונג
שליו ודגים
שר האלפיים
תגובות: 2366
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 29, 2017 11:00 am

Re: א שטורעם ארום א דעבאטע; וואס האט יעצט פאסירט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שליו ודגים »

נישט אזוי פשוט קענסט שפילן תאמעוואטע שפיל נאו פראבלעם אבער לייג עס נישט ארויף אויף יעדעם

די קרענק קומט נישט אזוי פון איין מינוט אויפן צווייטן
אפשר פארקערט
שר חמש מאות
תגובות: 561
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 22, 2018 1:02 pm

Re: א שטורעם ארום א דעבאטע; וואס האט יעצט פאסירט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפשר פארקערט »

אותות ומופתים האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 04, 2024 2:26 pm
פשוט ער איז געווארן 82 - ער איז עלטער געווארן און איז, עט דיס פוינט עכ"פ, מער נישט אין גענוג א גוטער מצב, זיכער נישט צו לויפן פאר ווידערוויילונג
האט מען ביז יעצט נישט געוויסט אז ער גייט ווערן 82? וואס איז געווען די פלאן?
אותות ומופתים
שר חמש מאות
תגובות: 799
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 28, 2023 4:24 pm

Re: א שטורעם ארום א דעבאטע; וואס האט יעצט פאסירט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אותות ומופתים »

נישט יעדער ביי 82 ווערט שוואכער, אדער עכ"פ אזוי שוואך. קעפיטאל היל איז דאך אנגעפילט מיט די אלטע זיידעס און באבעס וואס פונקציאנירן נאך פארהעלטנסמעסיג. זייער חשבון איז זיכער געווען אז ביז נאכן עלעקשאן וועט מען שוין ווי עס איז דורכשטופן, און פון דארט און ווייטער וועט שוין די באן פארן.
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”