לכבוד מיין צוויי טויזנסטע תגובה - ברייטע אפהאנדלונג אין די א' ב' פון אמעריקאנע פאליטיק

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
ליטווישער
שר האלפיים
תגובות: 2015
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 04, 2023 12:05 am

לכבוד מיין צוויי טויזנסטע תגובה - ברייטע אפהאנדלונג אין די א' ב' פון אמעריקאנע פאליטיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליטווישער »

מזל טוב! שר האלפיים!!
לכבוד מיין צוויי טויזנסטער תגובה האב איך אריינגעטראכט מיט וואס קען מען נאך מהנה זיין דעם עולם דא, ב''ה עס איז פון אלעס דא, אבער איך האב באמערקט אז אין פאליטיק איז נאכנישט דא קיין אשכול וואס איז מסביר אלע יסודות פשוטים פאר גרינע אינעם נושא. ווי למשל וויאזוי ארבעט קאנגרעס און סענאט, סטעיטס, וואוטס, פעדעראל און לאקאל, אמרתי אעשה גם אנכי לביתי = זה אייוועלט, און אוועקשטעלן א פונדעמענטאלער אשכול דערויף ווי די יסודות וועלן ווערן אויסגעשמועסט בטוב טעם ודעת.
קראו ותחי נפשכם!

איינע פון די יסודות פון דעמאקראטיע איז אז מען פירט א לאנד, סיי אירע געזעצן און סיי די וועג וויאזוי מען פירט אויס די געזעצן, לויט די רצון פון די בירגער וואס וואוינען אינעם לאנד. דאס הייסט מען רעכנט זיך מיט יעדן איינציגן בירגערס מיינונג. אבער וויבאלד עס איז גאר שווער צו פירן א לאנד און פרעגן יעדע זאך פון מיליאנען מענטשן האט מען עס אויסגעשטעלט אז עס איז דא א גאווערמענט וואס איז צוזאם געשטעלט פון 2 חלקים, די וואס זענען דא צו מאכן די געזעצן (לעגיסלאטורן), און די וואס זענען דא אויסצופירן די געזעצן (עקזעקעטיוון), און זיי ווערן אויסגעוועלט דורך די בירגער פונעם לאנד, ווי יעדע איינציגסטע לעגאלע בירגער קען אריינוועלן א רעפרעזענטאטער(פארשטייער) וואס זאל רעפרעזענטירן זיין מיינונג ביים מאכן די געזעצן און ביים זיי אויספירן.
אזוי ארבעט היינט יעדע דעמאקראטישער לאנד, עס זענען דא לענדער וואס עס זענען דא מער מענטשן פער רעפרעזנטעטער, דאס מיינט אז יעדע 20,000 מענטשן קענען אויסוועלן איין רעפרעזענטעטאר, עס זענען דא לענדער ווי יעדע 10,000 מענטשן קענען אויסוועלן איין רעפרעזענטאטער, און עס זענען דא לענדער וואס עס איז דא א קביעות'דיגע צאל פון רעפרעזענטאטן, ווי למשל מדינת ישראל וואס עס בלייבט שטענדיג די זעלבע צאל פון פארשטייער נישט געבינדן צו די צאל פון מענטשן אין לאנד, און אזוי ווייטער. אבער כולם שוין לטובה אז דאס לאנד ווערט געפירט לויטן ווילן פון די בירגער.

די פאליטישע דעמאקראטיע אין די פאראייניגטע שטאטן
די פאראייניגטע שטאטן, אין ענגליש: 'די יונייטעס סטעיטס אוו אמעריקע' וואס ווערט גערופן אין קורצן די USA אדער די US, איז צוזאם געשטעלט פון 50 לענדער, וואס יעדע פון די 50 אפערירט בעצם ווי א לאנד פאר זיך, אייגענע געזעצן און ניואנסן, און א פרעזידענט וואס ווערט גערופן א 'גאווערנאר', אין יעדע פון די לענדער איז דא א גאווערנאר וואס ער און זיין קאבינעט פירן די עקזעקעטיווע חלקים פון די לאנד (סטעיט), און 2 הייזער פון לעגיסלאטורן וואס זענען געשטעלט צו מאכן די געזעצן אין די סטעיט.
די 50 לענדער האבן מיט די יארן מחליט געווען צוליב פארשידענע סיבות, עקאנאמישע און מיליטערישע, זיך צוזאמען צו ברענגען צו איין גרויסע גאווערמענט, אבער פארשטייט זיך כדי אז יעדע לאנד זאל בלייבן מיט זיין עצמיות און זעלסשטענדיגקייט, האט מען עס געמאכט פאר 2 באזונדערע רעגירונגען, די 'פעדעראלע' רעגירונג וואס דאס איז די רעגירונג פון די פאראייניגטע שטאטן, און די סטעיט רעגירונג וואס יעדע לאנד האט פאר זיך.
ווען עס איז געקומען זיך צו פאראייניגן האט יעדע לאנד נאר געזוכט צו פארדינען דערפון פארשטייט זיך, און די גרויסע לענדער מיט א גרויסע צאל בירגער האבן געטענה'ט אז עס לוינט זיך זיי נישט די פאראייניגונג, וויבאלד זייער עקאנאמיע און מיליטער איז גענוג שטארק, האבן זיי געוואלט אז זייער כח און השפעה אין די פעדעראלע גאווערמענט זאל זיין שטארקער, און זיי זאלן האבן מער פארשטייער אין די פעדעראלע רעגירונג, און פון די אנדערע זייט האבן די קלענערע סטעיטס געטענה'ט אז זייער כח וועט איינגעשלונגען ווערן האבנדיג א קליינע צאל פארשטייער פעדעראל, ממילא האבן די גרינדער פון די פאראייניגטע שטטאטן געמאכט אז די פעדעראלע רעגירונג וואס איז דאך צוטיילט אין צוויי אזויווי אין אסאך לענדער, ווי עס איז דא א אונטערשטע רעגירונג און א אויבערשטע רעגירונג, זאל איינס זיין לויט די גרויסקייט פון יעדע סטעיט, און דארטן זאל זיין פון יעדע סטעיט לויט איר גרויסקייט, ווי למשל ניו יארק וואס איז א גרויסע לאנד וועט האבן מער רעפרעזענטאטן, און למשל אלאסקע וואס איז פיל א קלענערע לאנד (אין מענטשן) וועט האבן דארטן אסאך ווייניגער, און די צווייטע חלק פון די פעדעראלע רעגירונג וועט יעדע סטעיט האבן די זעלבע צאל רעפרעזענטאטן, צוויי פאר יעדע סטעיט.
די ערשטע חלק איז וואס ווערט היינט גערופן די 'קאנגרעס', אדער אין איר אפיציעלע נאמען 'הויז אוו רעפרעזענטעטערס', וואס דארט איז נישט דא קיין באשטימטע צאל פון פארשטייער נאר עס טוישט זיך לויט די דיסטריקטס פון יעדע סטעיט, און די צווייטע חלק ווערט גערופן די 'סענאט', וואס דארט איז דא 100 פארשטייער, צוויי פאר א יעדע סטעיט.

קאנגרעסיאנאלע דיסטריקטס
די וועג וויאזוי די דיסטריקטס ווערן צוטיילט אין יעדע סטעיט איז לויט די געגנטער, יעדע געגנט באקומט א נאמבער וויפלטע דיסטריקט דאס איז, און אזוי וועלט יעדע געגנט אריין א קאנגרעסמאן, א געגנט ווערט צוטיילט סיי לויט די עריע, אבער אויך לויט מענטשן, א געגנט ווי עס וואוינען 1000 מענטשן גייט נישט באקומען קיין קאנגרעסמאן, און 50,000 מענטשן פון אנדערע געגנטער גייען אויך נישט קענען וועלן צוזאמען א קאנגרעסמאן, נאר עס ווערט צוטיילט לויט ביידע אינגרידיענטס.
אפילו א געגנט וואס באלאנגט נישט אין א סטעיט, ווי למשל וואשינגטאן די סי, וואס איז אין די יונייטעד סטעיטס, אבער ווערט אנגערופן 'דיסטריקט', באקומען אויך א קאנגרעסמאן, וויבאלד קאנגרעס ווערט צוטיילט לויט די געגנט און מענטשן, און נישט לויט די סטעיט, וויבאלד דאס קומט צו דעקן די חלק וואס איין סטעיט איז גרעסער פון די אנדערע, בקיצור קאנגרעס דעקט אמעריקע לויט די צאל פון מענטשן אין די סטעיטס.

די סענאט
די סענאט ווערט אבער צוטיילט לויט די סטעיטס, יעדע סטעיט באקומט 2 פארשטייער אין דעם סענאט, און דאס איז געמאכט צו דעקן אז יעדע קליינטשיגע סטעיט זאל האבן א כח אין די רעגירונג. די 'דיסטריקטס' האבן טאקע נישט קיין סענעטארס, טאקע וויבאלד זיי ווערן נישט פאררעכנט ווי סטעיטס, און סענעטארס זענען דא פאר די פאראייניגונג פון יעדע סטעיט און נישט לויט די צאל פון מענטשן אדער שטח.


וואלן
יעצט וועלן מיר צוגיין צו די נושא פון די וואלן וויאזוי עס גייט צו, אין אמעריקע אזויווי אין אסאך לענדער אין די וועלט האבן זיך פארמירט פארטייען, וואס די וועג וויאזוי פארטייען ארבעטן איז אז יעדע פאליטיקאנט דארף זיך קענען אריינפאסן אין איינע פון די פארטייען, די מעלות פון האבן א פארטיי איז פשוט, אזוי איז די זאך מער מסודר, נישט יעדע נארישקייט האט נאך א מענטש און א שיטה, אבער אין אמעריקע איז עס געגאנגען נאך א שטאפל, מיטן ווערן פארמירט צו צוויי גרויסע פארטייען ווי יעדע פאליטיקאנט דארף זיך אריינפאסן מער ווייניגער אין איינע פון די צוויי פארטייען. אוודאי איז דא אינדעפענדענטס, אבער ע''פ רוב איז דאס די מהלך וויאזוי עס ארבעט, אדער איז מען א רעכטע און דעמאלטס באלאנגט מען צו די רעפובליקאנער פארטיי, אדער איז מען א לינקע וואס דעמאלטס באלאנגט מען צו די דעמאקראטישע פארטיי.
(א רעכטע און א לינקע איז נוגע לגבי גאר אסאך טאפיקס, צווישן זיי טעקס, גאן קאנטראל, אימיגראציע, וכו' וכו', אולי וועט דאס ווערן מער אויסגעשמועסט אין חלק ב' פון אונזער אפהאנדלונג.)

ווען עס קומט צו די וואלן שטעלט יעדע פארטיי ארויס זייער קאנדידאטן פאר סענאט און קאנגרעס, ווי אין יעדע דיסטריקט און סטעיט (סענעטארן פאר די סטעיט, און קאנגרעסמענער פאר די דיסטריקס) קומט קודם פאר פריימעריס אין יעדע פארטיי ווער עס זאל לויפן און זיין די ענדטגילטיגע קאנדידאט פון די פארטיי, און ווען עס קומט צו די וואלן וועלט מען בדרך כלל צווישן צוויי קאנדידאטן, איין רעפובליקאנער און איין דעמאקראט.

המשך וועט נאכקומען בעז''ה
לעצט פארראכטן דורך ליטווישער אום מיטוואך יולי 03, 2024 7:27 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
די ניק איז מער נישט אקטיוו
אוועטאר
איין
שר חמש מאות
תגובות: 895
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 28, 2024 12:56 am
לאקאציע:פאברענגען
פארבינד זיך:

Re: לכבוד מיין צוויי טויזנסטע תגובה - ברייטע אפהאנדלונג אין די א' ב' פון אמעריקאנע פאליטיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איין »

מזל טוב
PROJECT 2025 אידן פאר הער עטיש
וועריד
אוועטאר
קאטשקע פיס
שר מאה
תגובות: 151
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 08, 2024 4:02 pm
לאקאציע:כולל

Re: לכבוד מיין צוויי טויזנסטע תגובה - ברייטע אפהאנדלונג אין די א' ב' פון אמעריקאנע פאליטיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאטשקע פיס »

מזל טוב!
קען מיר קוים ווארטן פאר די פארזעצונג!
האסט מיר א גוטע איידיע פאר אן אינטערשריפט?

אישי!
פאראיעריגער שניי
שר האלף
תגובות: 1497
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 17, 2020 10:10 pm

Re: לכבוד מיין צוויי טויזנסטע תגובה - ברייטע אפהאנדלונג אין די א' ב' פון אמעריקאנע פאליטיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראיעריגער שניי »

זייער שיין

א קליינע הערה'לע וואשינגטאן די סי האט א נאן וואוטינג קאנגרעסמאן..
אוועטאר
שווארמאל
שר האלף
תגובות: 1961
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 06, 2023 6:15 pm
לאקאציע:אומגעגנט

Re: לכבוד מיין צוויי טויזנסטע תגובה - ברייטע אפהאנדלונג אין די א' ב' פון אמעריקאנע פאליטיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שווארמאל »

נייס
איינער איז נאך איינגעשריבן דא??

דער לעצטער זאל אויסלעשן די לעקטער.
אוועטאר
נויז מאשין
שר האלפיים
תגובות: 2220
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 2:37 pm

Re: לכבוד מיין צוויי טויזנסטע תגובה - ברייטע אפהאנדלונג אין די א' ב' פון אמעריקאנע פאליטיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נויז מאשין »

גוטע געדאנק.

👍שיין צולייגט.

וואלט גוט געווען אויב די קענסט אויסשמועסן לאקאלע רעגירונגען וויזוי ס'ארבעט.
שעריף
אסעמבלימאן
קאנסלמאן
ריכטער
מעיאר
וכו'
אוועטאר
מה נשמע
שר חמש מאות
תגובות: 730
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 9:33 am

Re: לכבוד מיין צוויי טויזנסטע תגובה - ברייטע אפהאנדלונג אין די א' ב' פון אמעריקאנע פאליטיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה נשמע »

גארנישט אזא @ליטווישער !!
👍👍👍👍
# “On Jan. 6, we had a great border. Nobody coming through, very few. On Jan. 6, we had an economy that was the best in the world. Our stock market was the best ever.”

(דאנאלד טראמפ צו דזשאו ביידן)
אוועטאר
חברונער
שר האלפיים
תגובות: 2713
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 04, 2022 10:04 pm
לאקאציע:בדרך לצידון

Re: לכבוד מיין צוויי טויזנסטע תגובה - ברייטע אפהאנדלונג אין די א' ב' פון אמעריקאנע פאליטיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חברונער »

מזל טוב !
זייער אינטרערסאנט !
אידן פאר העריס - טשיקענס פאר ערב יו''כ.
די גלעזל איז ריין, כ'האב נארוואס געזעהן א איד טרינקען פון דעם.
זלמן ווידער, עס איז נישט דא אזא זאך 'חאן יונס מיליטאנטן'.

אקטאובער 7 סורפרייז - דריי קוילן ביים ראלי
מלחמה מיט לבנון - אהבת ישראל
אוועטאר
יקל פעדער
שר האלף
תגובות: 1792
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 05, 2024 1:42 pm
לאקאציע:צווייטע שטיבל פון די לינקע זייט

Re: לכבוד מיין צוויי טויזנסטע תגובה - ברייטע אפהאנדלונג אין די א' ב' פון אמעריקאנע פאליטיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקל פעדער »

שכח! זייער שיין צולייגט!
און מזל טוב צום צווייערל!
יאנאש האט געשריבן: זונטאג מארטש 31, 2024 8:59 am
יקל, דו שרייבסט זעהר פיין!
וואו איז מאניש חיריק?
אוועטאר
קרית יואל פלייש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4089
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 13, 2021 1:38 pm

Re: לכבוד מיין צוויי טויזנסטע תגובה - ברייטע אפהאנדלונג אין די א' ב' פון אמעריקאנע פאליטיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרית יואל פלייש »

מזל טוב @ליטווישער

שיין געשריבן!!
אוועטאר
בריטיש עירוועיס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4160
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 12, 2023 7:42 pm
לאקאציע:פליגער

Re: לכבוד מיין צוויי טויזנסטע תגובה - ברייטע אפהאנדלונג אין די א' ב' פון אמעריקאנע פאליטיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בריטיש עירוועיס »

זיי שיין באשריבען @ליטווישער !!
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”