א נסיעה קיין ירושלים מיט יחזקאל סגל לנדא ** חלק ה** אמעריקאנער בחור ירושלימ'ע סעודה

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
יחזקאל סגל לנדא
שר חמש מאות
תגובות: 740
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אפריל 13, 2024 9:43 pm

א נסיעה קיין ירושלים מיט יחזקאל סגל לנדא ** חלק ה** אמעריקאנער בחור ירושלימ'ע סעודה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחזקאל סגל לנדא »

חלק ה'

ארט: ירושלים. צייט: פרייטאג צונאכט'ס.

לבקשת הציבור וועלן מיר ממשיך זיין מיט די טו"ר אין ירושלים.
כידוע די מנהג ביי חוץ לארצ'דיגע בחורים אז מען גייט ארום עסן סעודות שבת אין פארשידענע שטובער, עס איז אבער דא עטליכע זאכן וואס ציען בחורים צו א סעודה לאמיר עס אביסל צוטיילען.
א)א "גוטע" סעודה, דהיינו באלעבאטיש צוגעשטעלט ווי למשל: טייערע וויין, סאלאמאן, בשר בהמה וכו'
ב)א "ברייטע" סעודה, דאס הייסט א שפע פון עסן, (אסאך חלה מיט סלטים...) מוז נישט זיין די בעסטע, אבער וואס ס'איז דא, איז דא גענוג...
ג) א "שנעלע" סעודה, בקיצור יענער גייט נישט רייטן אויף דיר און זינגען אשת חיל פאר 10 מינוט ווייל דו ביסט סטאק ביי עם אין סלון...
ד) א "טשיקאווע" סעודה (למשל מען גיבט די קוגל אין די זופ... אדער א טשולנט פון מייערן און בעבלאך... אדער אז מ'זינגט צוזאמען דאס בענטשן בקול רעש גדול ובניגון הידוע... וכו' וכו')
ה)א "הייליגע" סעודה, פון א רבי/רב/משפיע אדער סתם א דערהויבענע ירושלימ'ער איד, און מיטהאלטן די עבודת הקודש פון דער נאנט...
ו) א "ארימע" סעודה, ווי מען קען מיטהאלטן די ירושלימ'ער דחקות פון דער נאנט, ווי מען שניידט פיצלע שטיקער חלה, באלי פיש, און די גאנצע עולם צוטיילט זיך מיט איין האלבע טשיקן באטעם וכו'
ז) א "אפענע" סעודה, דהיינו אן אפע"ן האו"ז, מען דארף נישט רופן באשטעלן פון דינסטאג, נאר ווער עס וויל שפאצירט אריין און מאכט זיך באקוועם... געווענדליך ווען אזאנע סעודות זיין מער צו די שפעטע זייט... און אויך מער צו די איזיגאואינ"ג זייט... ודו"ק.

פא"ר סא"ם ריזע"ן איז רחוב יואל 3 א צוציאונגס קראפט מדי שבת בשבתו פאר צענדליגע און צומאל הונדערטע (בלי גוזמא-אמת'דיג...) בחורים.
אין די גאנץ גרויסע דיינונג רום ביי די גאר לאנגע טיש, זיצן אויסגע'שורה'ט צענדליגע בחורים פון יעדער לאנד און יעדער בעקגראונ"ד, אויפן טיש ליגן אויסגעשפרייט פלעשער (ש)מיץ ענבים מיט די באקאנטע "עונג שבת ויום טוב" לעיבעל אויף זיי, און צענדליגע חלה'לעך פון די טרעידמאר"ק ירושלימ'ע מאפיית בריזל… (וואס מאכט כמעט אזעלכע גוטע חלות ווי מאפיית לונדנר תנצב"ה... און איז גאנץ ענדליך צו מאפיית ויזניצ'ע חלות...)
שוין לאנג פאר די בעל הבית ערשיינט, זיצן שוין בחורים אויף זייערע געכאפטע פלעצער און ווארטן אויפן בעה"ב… מיט א אומאנגענעמען שטילקייט... עטליכע ציען ארויס גליונות פון טאש... עטליכע באטראכטן די ספרים שאפע מיט אינטערעס...
גוט שבת!! גוט שבת!! רעב פרויעם שפאצירט אריין מיט זיין סבר פנים יפות'דיגן שמייכל, געזינגען שלום עליכם, אפגע'קידוש'ט, עס הייבן אן אריינשטראמען גאנצעטע טאצן פיש\סלטים… שישיות פון שוויצעדיגע טעמפא סעלטצער… דער עולם וואשט זיך ביים פיצעלע סינק און זעצט זיך עסן מיט אפעטיט… ר' אפרים זעצט זיך בראש השולחן און מאכט זיכער אז דער עולם האט פון אלץ און אלעמען מיט א שפע…
"שלמה" האסט שוין קידוש געמאכט? נעם מיין בעכער און וויין פלאש...
דו!! "ווערצבערגער"!! האסט שוין געהאט פיש? און אזוי ווייטער…
ווען עולם זיצט שוין באקוועם, נעמט ער זיך די מי און גייט זיך וואשן... און יעצט הייבטצעך אן די קרייץ פארהערן … ער סקענט דורך דעם צימער און זיכט א פרישן פנים… והנה און אופס… די רעכטע זייט אין די בעק זיצן צוויי ליטפישע בחורים…. יו! בחורים! ווי הייסטעץ?! שטיינמעץ… שטאמלט דער בראווער פון צווישן זיי ארויס בלאסערהייט… אהה… דיין עלטער זיידע איז געווען ברוך שלמה?! האבעך עם גוט געקענט… ער האט דאך געוואוינט העכער די קלינערס ביי דיוויזשאן און מארסי… אונז האמיר צוזאמען געשפאנט א' סליחות צום רבי'ן ז''ל אויף במוצאי מנוחה… א טייערע יוד געוועזן…
דו! אנדערער ווי הייסטו? אה.. דזשעיקאבס... יאר גרעדפאדער פלעגט קומען הושענא רבה אויף ראדני...
מען האלט נאך ביי די פיש, עס איז שוין פול די טיש, און דער עולם שטראמט נאך אין די מאסן… בחורים גייען בלית ברירה זיצן אויפן סוכה פארטש, וואו עס ליגן אזא 8 טישן מיט בענק, און מען זעצט זיך גרופעס ווייז (כמנהג אז מען קומט מיט א גרופ פון פרענדס...) און מען עסט אפ אויפן אייגענעם טעמפא און מען שלייכט זיך ארויס שטילערהייט... און א פרישער עולם זעצט זיך צום טיש און הייבט אן מיט א פרישקייט.... און צומאל דארף מען אפילן אויפמאכן טישן אין א שלאף שטוב צו אקאמאדירן דעם צבור....
אלעס איז אויפן פארטש, אבער אין דעם דיינונג רום פירט זיך א געהעריגע פארמאלע סעודה, מיט זמירות, תורות, און לעבעדיגע אינטערוויא'ס....
לקינוח גיבט מען אזא אראנדזשע מין קאמפאט, מיט א טשיקאווע געשמאקע טעם... און מען באגריסט דעם מכניס אורח א ווארעמע גוט שבת... און מ'מאכט פלאץ פאר דעם קומענדיגן שיפט.

טייערע רבי אפרים שטערן-שר החסד!!! איך וויל אייך זאגן א ריזיגן ש'כח!! איר האט מיר געמאכט פילן אינדערהיים, מדי שבת בשבתו!!כה לחי!!

יחזקאל
לעצט פארראכטן דורך יחזקאל סגל לנדא אום דאנערשטאג יולי 04, 2024 4:11 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
מאכט איר חתונה? זוכט איר סטעמפס? גוטע פרייזן!
רופט/טעקסט 9176183475 • אימעילט [email protected]
אוועטאר
געגאנגען
שר שלשת אלפים
תגובות: 3579
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 2:43 pm

Re: א נסיעה קיין ירושלים מיט יחזקאל סגל לנדא ** חלק ה** אמעריקאנער בחור ירושלימ'ע סעודה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געגאנגען »

בחור! דארט איז דא א פלאץ!

דיין ברידער פלעגט דא קומען יעדע וואך.

איך בין געווען זייער נאנט מיט דיין זיידע.

האסטעך שוין געוואדן?

ווארטס נישט.

איך רעד נישט אויף קיין ערליכע אידן - ספעציעל שבת.

וואו לערנסטו?

וכו' וכו'
אוועטאר
געגאנגען
שר שלשת אלפים
תגובות: 3579
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 2:43 pm

Re: א נסיעה קיין ירושלים מיט יחזקאל סגל לנדא ** חלק ה** אמעריקאנער בחור ירושלימ'ע סעודה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געגאנגען »

זייער שטארק, פיהרט מיך צוריק...

קענסט מאכן איינס עקסטער אויף שבת בייטאג...

און אויב ביסט אמאל געווען... זיין סעודה בייטאג...
ליבי ובשרי
שר האלפיים
תגובות: 2548
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 15, 2019 1:41 pm

Re: א נסיעה קיין ירושלים מיט יחזקאל סגל לנדא ** חלק ה** אמעריקאנער בחור ירושלימ'ע סעודה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליבי ובשרי »

די ערשטע איז: וויאזוי הייסטו?! נישט קיין חילוק א ליטוואק, מאדערנע, באם, צו בעל תשובה....
האסט פארגעסן אז די מכניס אורח שליט”א זיצט אויף א רבי’שע בענקל בשעת די קינדער ברענגען און טראגן די עסן.... און ער האלט אונטער די עולם,
די טישן איז אויך עפעס א ספעציעלע בריאה וואס מזעהט נאר דארט, אזא כלי איז מקבל טומאה?....
אמאל פאלט אריין עפעס א צובראכענע שכן וואס איז מכלומרשט א חזן און רעבעפרויעם שליט”א גיבט אים די גאנצע כבוד צו מהנה זיין די בחורים און אזוי אגב’דיג אים מיט זיין זון מכבד עפעס צו עסן ווייל אין ירושלים איז נישט יעדער זאט נאך א סעודה....
חסד בתפארתה!

אגב וואוינט ער נישט אויף הושע?
אוועטאר
געגאנגען
שר שלשת אלפים
תגובות: 3579
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 2:43 pm

Re: א נסיעה קיין ירושלים מיט יחזקאל סגל לנדא ** חלק ה** אמעריקאנער בחור ירושלימ'ע סעודה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געגאנגען »

ליבי ובשרי האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 04, 2024 3:52 pm

ער פיהרט אונזער חצות מנין!
אוועטאר
געגאנגען
שר שלשת אלפים
תגובות: 3579
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 2:43 pm

Re: א נסיעה קיין ירושלים מיט יחזקאל סגל לנדא ** חלק ה** אמעריקאנער בחור ירושלימ'ע סעודה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געגאנגען »

ליבי ובשרי האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 04, 2024 3:53 pm
אגב וואוינט ער נישט אויף הושע?
יא, איך מיין @יחזקאל סגל לנדא האט געמאכט א טעות.
אוועטאר
יחזקאל סגל לנדא
שר חמש מאות
תגובות: 740
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אפריל 13, 2024 9:43 pm

Re: א נסיעה קיין ירושלים מיט יחזקאל סגל לנדא ** חלק ה** אמעריקאנער בחור ירושלימ'ע סעודה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחזקאל סגל לנדא »

ליבי ובשרי האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 04, 2024 3:53 pm
אגב וואוינט ער נישט אויף הושע?
יאפ ווי האבעך געקענט פארגעסן?!
כהאב מורא איך פארגעס שוין....
מאכט איר חתונה? זוכט איר סטעמפס? גוטע פרייזן!
רופט/טעקסט 9176183475 • אימעילט [email protected]
אוועטאר
געגאנגען
שר שלשת אלפים
תגובות: 3579
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 2:43 pm

Re: א נסיעה קיין ירושלים מיט יחזקאל סגל לנדא ** חלק ה** אמעריקאנער בחור ירושלימ'ע סעודה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געגאנגען »

נאך א נקודה, ער פלעגט ווערן ווילד ווען א בחור האט ארויסגעוואקן אהן עסן..

ער'ט אמאל מסביר געווען אז ווען א בחור קומט צו איהם מיינט אז ער האט נישט א אנדערע פלאץ צו גיין... און אויב דער בחור שפאצירט ארויס ווייל ער האט נישט געטראפן א פלאץ, לויפט ער איהם נאך...
אוועטאר
פרישער בחור
שר האלפיים
תגובות: 2048
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 23, 2017 2:59 pm
לאקאציע:אין די נייע ישיבה כאלעטעל

Re: א נסיעה קיין ירושלים מיט יחזקאל סגל לנדא ** חלק ה** אמעריקאנער בחור ירושלימ'ע סעודה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישער בחור »

געהערט ווי ער פרעגט אמאל עטליכע ליטווישע בחורים "ווי לערענסטו, אין פאנעוויזש, זיי האבן אופגעהאנגן א פיזשאמע ה' אייר אויפן בנין הישיבה?"
מסע הבונים" ל"ג -ל"ד בעומר תשפ"ד -מיט א פריש"קייט- פרישע אפדעיט, זונטאג, ענדע![ /b]
viewtopic.php?p=5331091#p5331091

א זיסע קארטון אויפן דף טעגליך
viewtopic.php?t=66242
אוועטאר
געגאנגען
שר שלשת אלפים
תגובות: 3579
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 2:43 pm

Re: א נסיעה קיין ירושלים מיט יחזקאל סגל לנדא ** חלק ה** אמעריקאנער בחור ירושלימ'ע סעודה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געגאנגען »

דו לערנסט אין יגדיל? גאנץ בריסק וויל אהין גיין...
אוועטאר
יחזקאל סגל לנדא
שר חמש מאות
תגובות: 740
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אפריל 13, 2024 9:43 pm

Re: א נסיעה קיין ירושלים מיט יחזקאל סגל לנדא ** חלק ה** אמעריקאנער בחור ירושלימ'ע סעודה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחזקאל סגל לנדא »

געגאנגען האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 04, 2024 3:57 pm
נאך א נקודה, ער פלעגט ווערן ווילד ווען א בחור האט ארויסגעוואקן אהן עסן..

ער'ט אמאל מסביר געווען אז ווען א בחור קומט צו איהם מיינט אז ער האט נישט א אנדערע פלאץ צו גיין... און אויב דער בחור שפאצירט ארויס ווייל ער האט נישט געטראפן א פלאץ, לויפט ער איהם נאך...
שר החסד
מאכט איר חתונה? זוכט איר סטעמפס? גוטע פרייזן!
רופט/טעקסט 9176183475 • אימעילט [email protected]
אוועטאר
טראכט אריין
שר מאה
תגובות: 120
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 11, 2023 1:23 pm

Re: א נסיעה קיין ירושלים מיט יחזקאל סגל לנדא ** חלק ה** אמעריקאנער בחור ירושלימ'ע סעודה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראכט אריין »

זייער שטארק... די נעקסטער באשרייבונג דארף זיין אויף רב לובעצקי וואס גיבט סעודות אויף רחוב שפיצר אין מאה שערים.. דארטען איז די ריכטיגע סחורה...
דא פארדינט 500$ פלאס א סילווער סטאטוס ביי די הילטאן נאכען שפענדען צוויי .. קיין יערליכע אפצאל. אינקוויירי נאר אויב אפראווד. דריקט יעצט
אוועטאר
געגאנגען
שר שלשת אלפים
תגובות: 3579
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 2:43 pm

Re: א נסיעה קיין ירושלים מיט יחזקאל סגל לנדא ** חלק ה** אמעריקאנער בחור ירושלימ'ע סעודה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געגאנגען »

טראכט אריין האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 04, 2024 4:52 pm
זייער שטארק... די נעקסטער באשרייבונג דארף זיין אויף רב לובעצקי וואס גיבט סעודות אויף רחוב שפיצר אין מאה שערים.. דארטען איז די ריכטיגע סחורה...
טערעסאנט, איך בין קיינמאל נישט דארט געווער.

גראס
ראטטענבערג - רב להושיע
אוועטאר
קאמיקאזי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 328
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 27, 2023 2:05 pm

Re: א נסיעה קיין ירושלים מיט יחזקאל סגל לנדא ** חלק ה** אמעריקאנער בחור ירושלימ'ע סעודה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאמיקאזי »

שטארק הנאה געהאט!!
מ'דארף מיר א באשרייבונג אויף א שישא סעודה ביי ר' יעקב,,, לובעצקי, וכו' אלע פאפולערע,, זאג נאר ביי ר' יצחק סג"ל ביסטו אמאל געווען??
אוועטאר
תרמב
שר תשעת אלפים
תגובות: 9278
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 07, 2019 3:21 pm

Re: א נסיעה קיין ירושלים מיט יחזקאל סגל לנדא ** חלק ה** אמעריקאנער בחור ירושלימ'ע סעודה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרמב »

איש החסד והטעראר...

איך האב געגעסן דארט פון צייט צו צייט, סאיז גאר א געשמאקע פלאץ געווען

איך האב אלס זיכער געמאכט נישט צו זיצן ביי די הויפט טיש איך זאל רואיג קענען פארברענגען מיט די חברים

איך בין געזעצן ביי אים הושענא רבה ביי די סעודה, אינמיטן האט אריינגעוואקט א ספרדישער אידל, זעהט אויס אז די עסן פון די חלוקה האט זיך שוין ביי אים אויסגענוצט איז ער געקומען בעטן נאך, ער איז ארויס פון דארט מיט גרויסע זעקלעך פון פיש און פלייש.
אוועטאר
מה נשמע
שר חמש מאות
תגובות: 730
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 9:33 am

Re: א נסיעה קיין ירושלים מיט יחזקאל סגל לנדא ** חלק ה** אמעריקאנער בחור ירושלימ'ע סעודה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה נשמע »

געגאנגען האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 04, 2024 4:54 pm
טראכט אריין האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 04, 2024 4:52 pm
זייער שטארק... די נעקסטער באשרייבונג דארף זיין אויף רב לובעצקי וואס גיבט סעודות אויף רחוב שפיצר אין מאה שערים.. דארטען איז די ריכטיגע סחורה...
טערעסאנט, איך בין קיינמאל נישט דארט געווער.

גראס
ראטטענבערג - רב להושיע
און וואס איז מיט ווערצבערגער-תורת חכם
יענקל יאקאב פון סאטמאר יואל
# “On Jan. 6, we had a great border. Nobody coming through, very few. On Jan. 6, we had an economy that was the best in the world. Our stock market was the best ever.”

(דאנאלד טראמפ צו דזשאו ביידן)
אוועטאר
געגאנגען
שר שלשת אלפים
תגובות: 3579
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 2:43 pm

Re: א נסיעה קיין ירושלים מיט יחזקאל סגל לנדא ** חלק ה** אמעריקאנער בחור ירושלימ'ע סעודה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געגאנגען »

מה נשמע האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 04, 2024 6:25 pm
געגאנגען האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 04, 2024 4:54 pm
טראכט אריין האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 04, 2024 4:52 pm
זייער שטארק... די נעקסטער באשרייבונג דארף זיין אויף רב לובעצקי וואס גיבט סעודות אויף רחוב שפיצר אין מאה שערים.. דארטען איז די ריכטיגע סחורה...
טערעסאנט, איך בין קיינמאל נישט דארט געווער.

גראס
ראטטענבערג - רב להושיע
און וואס איז מיט ווערצבערגער-תורת חכם
יענקל יאקאב פון סאטמאר יואל
טאקע אויסגעלאזט תורת חכם. ביי די אנדערע בין איך נישט געווען.

(איך בין א פוילער...)
אוועטאר
יחזקאל סגל לנדא
שר חמש מאות
תגובות: 740
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אפריל 13, 2024 9:43 pm

Re: א נסיעה קיין ירושלים מיט יחזקאל סגל לנדא ** חלק ה** אמעריקאנער בחור ירושלימ'ע סעודה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחזקאל סגל לנדא »

געגאנגען האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 04, 2024 3:45 pm
זייער שטארק, פיהרט מיך צוריק...

קענסט מאכן איינס עקסטער אויף שבת בייטאג...
שבת בייטאג איז בעיסיקלי פונקט ווי ביינאכט.
גראדע זיין טשולנט האבעך גאנץ שטארק געגליכן... אזעלעכע מאדנע גרויסע בונדלעך...
מאכט איר חתונה? זוכט איר סטעמפס? גוטע פרייזן!
רופט/טעקסט 9176183475 • אימעילט [email protected]
אוועטאר
געגאנגען
שר שלשת אלפים
תגובות: 3579
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 2:43 pm

Re: א נסיעה קיין ירושלים מיט יחזקאל סגל לנדא ** חלק ה** אמעריקאנער בחור ירושלימ'ע סעודה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געגאנגען »

יחזקאל סגל לנדא האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 04, 2024 10:56 pm

בייטאג איז אפיציעל א קאם ענד גאו. ביינאכט נישט.

בייטאג עסט ער סאך שפעטער.

אויך איז סאך מער פול.

געגאנגען האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 04, 2024 10:58 pm

אבער די פערסאנעליטי איז די זעלבע... סאו...

גיימיר צו א אנדערע סעודה?

אדער קודם א הפגנה?

געגאנגען האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 04, 2024 11:01 pm

הא הא. וואס שלאגסטו פאר?! איך וויל הערן פונעם עוילעם וואס רעדט צו זיין די מערסטע...

יחזקאל סגל לנדא האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 04, 2024 11:08 pm

לייג אראפ א הפגנה פון כיכר השבת ביז שמואל הנביא און בר אילן... פון 8:30 ביז 2:30...

ביסט אין?

לעיפט נישט!!!
אוועטאר
יחזקאל סגל לנדא
שר חמש מאות
תגובות: 740
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אפריל 13, 2024 9:43 pm

Re: א נסיעה קיין ירושלים מיט יחזקאל סגל לנדא ** חלק ה** אמעריקאנער בחור ירושלימ'ע סעודה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחזקאל סגל לנדא »

מ'דארף מיר א באשרייבונג אויף א שישא סעודה ביי ר' יעקב,,, לובעצקי, וכו' אלע פאפולערע,, זאג נאר ביי ר' יצחק סג"ל ביסטו אמאל געווען??
[/quote]

כבין נישט אזוי ארומגעגאנגען צו הייליגע און טשיקאווע סעודות... כ'פלעג זיין גוט הונגעריג פרייטאג... כהאב געדארפט זיין זיכער מיט א שפע פון עסן... וואס איז כאטש ראוי לאכילה...
שישא פלעגט זינגען אין די רוחות אריין... , און חנפען אלע הערריס...
מאכט איר חתונה? זוכט איר סטעמפס? גוטע פרייזן!
רופט/טעקסט 9176183475 • אימעילט [email protected]
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”