א נסיעה קיין ירושלים מיט יחזקאל סגל לנדא ** חלק ה** אמעריקאנער בחור ירושלימ'ע סעודה

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

TELTECH
שר חמש מאות
תגובות: 502
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 28, 2020 3:05 pm

Re: א נסיעה קיין ירושלים מיט יחזקאל סגל לנדא ** חלק ה** אמעריקאנער בחור ירושלימ'ע סעודה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך TELTECH »

או, או גוטע זכרונות! אפילו ס׳איז שוין דורך א גוטע פאר יאר, בענק איך זיך נאך קיין ארץ ישראל ממש איעדן טאג טראכט איך דערפון.

נאך איינער מיט א זעלבע הרגשה?
open advanced hotline - unlimited channels- over 700 features

low as only ִ$9.99 a month- feel free to contact - Tteltech Advanced Phone Systems

1716-227-2222 - [email protected]
אוועטאר
יחזקאל סגל לנדא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 487
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אפריל 13, 2024 9:43 pm

Re: א נסיעה קיין ירושלים מיט יחזקאל סגל לנדא ** חלק ה** אמעריקאנער בחור ירושלימ'ע סעודה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחזקאל סגל לנדא »

TELTECH האט געשריבן: פרייטאג יולי 05, 2024 1:13 am
או, או גוטע זכרונות! אפילו ס׳איז שוין דורך א גוטע פאר יאר, בענק איך זיך נאך קיין ארץ ישראל ממש איעדן טאג טראכט איך דערפון.

נאך איינער מיט א זעלבע הרגשה?
איינער נישט?!?! א שטיק פון מיין לעבן...
איך. אז כהאב געשריבן אז אפרים שטערן וואוינט אויף יואל, טוט מיר וויי אז עס איז מיר נאמאר אזוי לעבעדיג...
אבדק''ק פראג והגלילות
מפתח - כל כתבי
אוועטאר
בן גלאדעש
שר מאה
תגובות: 127
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 09, 2024 8:45 pm
לאקאציע:אין ווינקל

Re: א נסיעה קיין ירושלים מיט יחזקאל סגל לנדא ** חלק ה** אמעריקאנער בחור ירושלימ'ע סעודה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן גלאדעש »

יחזקאל סגל לנדא האט געשריבן: פרייטאג יולי 05, 2024 12:42 am
מ'דארף מיר א באשרייבונג אויף א שישא סעודה ביי ר' יעקב,,, לובעצקי, וכו' אלע פאפולערע,, זאג נאר ביי ר' יצחק סג"ל ביסטו אמאל געווען??
כבין נישט אזוי ארומגעגאנגען צו הייליגע און טשיקאווע סעודות... כ'פלעג זיין גוט הונגעריג פרייטאג... כהאב געדארפט זיין זיכער מיט א שפע פון עסן... וואס איז כאטש ראוי לאכילה...
שישא פלעגט זינגען אין די רוחות אריין... , און חנפען אלע הערריס...
[/quote]

איך בין אלץ געוועזן קעגן גיין צו ערליכע סעודות... וואס כשמו כן הוא "מ'נאשט" ביי גוטע יודען... איך האב ליב צו "עסן"!!!
איינמאהל בינעך בטעות אריינגעפאלן צו פריש פון רחוב סלונים... מ'טאר נישט רעדן דארט סגאנצע סעודה... אוי איז געווען סקעיר"י...
גראס, לובעצקי, שישא, ווערצבערגער, יואלי וועבער, משה דייטש....................!!! גוטע מעמאריע"ס!!
ווער קען פארגעסן פון דייטש ותיקין מנין ער"ש... און ווער רעדט נאך פון א תענית...
קיע"פ אי"ט קאמינ"ג
why drink and drive when you can smoke and fly
אוועטאר
יחזקאל סגל לנדא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 487
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אפריל 13, 2024 9:43 pm

Re: א נסיעה קיין ירושלים מיט יחזקאל סגל לנדא ** חלק ה** אמעריקאנער בחור ירושלימ'ע סעודה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחזקאל סגל לנדא »

בן גלאדעש האט געשריבן: מוצ"ש יולי 06, 2024 7:24 pm
יחזקאל סגל לנדא האט געשריבן: פרייטאג יולי 05, 2024 12:42 am
מ'דארף מיר א באשרייבונג אויף א שישא סעודה ביי ר' יעקב,,, לובעצקי, וכו' אלע פאפולערע,, זאג נאר ביי ר' יצחק סג"ל ביסטו אמאל געווען??
כבין נישט אזוי ארומגעגאנגען צו הייליגע און טשיקאווע סעודות... כ'פלעג זיין גוט הונגעריג פרייטאג... כהאב געדארפט זיין זיכער מיט א שפע פון עסן... וואס איז כאטש ראוי לאכילה...
שישא פלעגט זינגען אין די רוחות אריין... , און חנפען אלע הערריס...
איך בין אלץ געוועזן קעגן גיין צו ערליכע סעודות... וואס כשמו כן הוא "מ'נאשט" ביי גוטע יודען... איך האב ליב צו "עסן"!!!

[/quote]

יויש זאגסטו גוט!!!
אבדק''ק פראג והגלילות
מפתח - כל כתבי
מהודר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 491
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 12, 2023 1:49 am

Re: א נסיעה קיין ירושלים מיט יחזקאל סגל לנדא ** חלק ה** אמעריקאנער בחור ירושלימ'ע סעודה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מהודר »

א באשרייבונג אויף דייטש וותיקין מנין שבת צופרי מיט די קידוש דערנאך איז א מאסט,

גראס אויף ישא ברכה ווי יעדע שעה איז א נייע שיפט פון שבת נאכמיטאג צוויי אזייגער ביז מוצאי שבת איך ווייס נישט ביז ווען,

ווער עס קען ארויף שטעלן די PDF פון די סעודת ליסטע תבוא עליו ברכה, זיך צו דערמאנען פון די גוטע צייטן
בא שבת בא מנוחה
שר האלף
תגובות: 1170
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 20, 2016 7:18 pm

Re: א נסיעה קיין ירושלים מיט יחזקאל סגל לנדא ** חלק ה** אמעריקאנער בחור ירושלימ'ע סעודה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בא שבת בא מנוחה »

האהא… אייזן אראפגעלייגט… ביי ר׳ יוליש קרויס זענע איר געווען ? אפרים קרויס, אהרן בלום, יוש איז דיס זכרונות…
אוועטאר
איש ציון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3165
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 26, 2019 10:14 pm
לאקאציע:רפיח, ארץ ישראל

Re: א נסיעה קיין ירושלים מיט יחזקאל סגל לנדא ** חלק ה** אמעריקאנער בחור ירושלימ'ע סעודה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש ציון »

בעיקר פלעג איך עסן ביי הרה"צ ר' אהרן יודל גראס שליט"א.
די טיר דארטן איז אפן פון שקיעה ביז לאנג נאך חצות מוצאי שבת.
כל דכפין ייתי וייכול.
די טעם פון עסן סעודת ליל שבת פארן עלות צוזאמען מיט איבער א מנין בחורים און זינגען צוזאמען עד שהאיר פני כל המזרח, איז נישט שייך צו מסביר זיין.

נ.ב. ווער רעדט נאך פון זיין מעינע"ז...


אזוי אויך האב איך פאר איבער א יאר געגעסן ביי הרה"ק ר' אהרן מרדכי רוטנער זי"ע. גאר הייליגע דערהויבענע סעודות געווען.

דערנאך איז דא ר' עמרם יארוויטש שליט"א (א ברודער פונעם וויטעפסעקער רבי), דארט איז עס בנוסח קרעטשניף - חב"ד, הערליכע חסידישע פארברענגענס מיט א פלאם פייער, מלא טעם.


כ'האב געגעסן ביי נאך אסאך אידן (ביניהם מיין זיידע הגה"צ ר' אהרן משה שווארץ זצ"ל - די עלטערע דאהי וועלן מסתמא געדענקען זיינע סעודות), אפשר א צווייטע מאל מער מאריך זיין איבער אלע סעודות געבער'ס וואס איך קען.
זוכט איר א מגיה פאר אייער ספר/גליון וכדומה, דאן קומט אריין אין אישי.
מהודר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 491
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 12, 2023 1:49 am

Re: א נסיעה קיין ירושלים מיט יחזקאל סגל לנדא ** חלק ה** אמעריקאנער בחור ירושלימ'ע סעודה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מהודר »

איש ציון האט געשריבן: מאנטאג יולי 08, 2024 1:53 am
אזוי אויך האב איך פאר איבער א יאר געגעסן ביי הרה"ק ר' אהרן מרדכי רוטנער זי"ע. גאר הייליגע דערהויבענע סעודות געווען.
שווער צו גלייבן אז דו האסט עפעס געגעסן ביי ר' אהרון מרדכי אינדערהיים... אפשר האסטו קונה געווען אסאך יראת שמים דארט. אבער עסן מאן דכר שמיה
אוועטאר
איש ציון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3165
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 26, 2019 10:14 pm
לאקאציע:רפיח, ארץ ישראל

Re: א נסיעה קיין ירושלים מיט יחזקאל סגל לנדא ** חלק ה** אמעריקאנער בחור ירושלימ'ע סעודה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש ציון »

מהודר האט געשריבן: מאנטאג יולי 08, 2024 8:27 am
איש ציון האט געשריבן: מאנטאג יולי 08, 2024 1:53 am
אזוי אויך האב איך פאר איבער א יאר געגעסן ביי הרה"ק ר' אהרן מרדכי רוטנער זי"ע. גאר הייליגע דערהויבענע סעודות געווען.
שווער צו גלייבן אז דו האסט עפעס געגעסן ביי ר' אהרון מרדכי אינדערהיים... אפשר האסטו קונה געווען אסאך יראת שמים דארט. אבער עסן מאן דכר שמיה
כ'ווייס נישט וואס, אבער איך בין ארויס פון דארט איבערגעפילט זאט ברוחניות וגשמיות.
זיינע חלות האבן זייער אנגעפילט.
זוכט איר א מגיה פאר אייער ספר/גליון וכדומה, דאן קומט אריין אין אישי.
אוועטאר
יחזקאל סגל לנדא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 487
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אפריל 13, 2024 9:43 pm

Re: א נסיעה קיין ירושלים מיט יחזקאל סגל לנדא ** חלק ה** אמעריקאנער בחור ירושלימ'ע סעודה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחזקאל סגל לנדא »

געגאנגען האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 04, 2024 3:45 pm
קענסט מאכן איינס עקסטער אויף שבת בייטאג...

און אויב ביסט אמאל געווען... זיין סעודה בייטאג...
אויב בינעך אמאל נישט געווען ..

כמעט יעדע וואך...
אבדק''ק פראג והגלילות
מפתח - כל כתבי
דוד הכהן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 337
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 11, 2024 9:00 pm

Re: א נסיעה קיין ירושלים מיט יחזקאל סגל לנדא ** חלק ה** אמעריקאנער בחור ירושלימ'ע סעודה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דוד הכהן »

איש ציון האט געשריבן: מאנטאג יולי 08, 2024 1:53 am
כ'האב געגעסן ביי נאך אסאך אידן (ביניהם מיין זיידע הגה"צ ר' אהרן משה שווארץ זצ"ל - די עלטערע דאהי וועלן מסתמא געדענקען זיינע סעודות), אפשר א צווייטע מאל מער מאריך זיין איבער אלע סעודות געבער'ס וואס איך קען.
העלא אזוי איינגערינגלטערהייט ווארפסטו א באמבע... זיי מוחל און עפען אן אשכול איבער דיין גרויסע זיידע און זיינע סעודות
אוועטאר
איש ציון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3165
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 26, 2019 10:14 pm
לאקאציע:רפיח, ארץ ישראל

Re: א נסיעה קיין ירושלים מיט יחזקאל סגל לנדא ** חלק ה** אמעריקאנער בחור ירושלימ'ע סעודה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש ציון »

דוד הכהן האט געשריבן: זונטאג יולי 28, 2024 1:58 am
איש ציון האט געשריבן: מאנטאג יולי 08, 2024 1:53 am
כ'האב געגעסן ביי נאך אסאך אידן (ביניהם מיין זיידע הגה"צ ר' אהרן משה שווארץ זצ"ל - די עלטערע דאהי וועלן מסתמא געדענקען זיינע סעודות), אפשר א צווייטע מאל מער מאריך זיין איבער אלע סעודות געבער'ס וואס איך קען.
העלא אזוי איינגערינגלטערהייט ווארפסטו א באמבע... זיי מוחל און עפען אן אשכול איבער דיין גרויסע זיידע און זיינע סעודות
שוין דא אן אשכול, ליידער איז כמעט גארנישט באשריבן דארטן.
viewtopic.php?p=2192005#p2192005
זוכט איר א מגיה פאר אייער ספר/גליון וכדומה, דאן קומט אריין אין אישי.
דוד הכהן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 337
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 11, 2024 9:00 pm

Re: א נסיעה קיין ירושלים מיט יחזקאל סגל לנדא ** חלק ה** אמעריקאנער בחור ירושלימ'ע סעודה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דוד הכהן »

איש ציון האט געשריבן: זונטאג יולי 28, 2024 6:27 am
דוד הכהן האט געשריבן: זונטאג יולי 28, 2024 1:58 am
איש ציון האט געשריבן: מאנטאג יולי 08, 2024 1:53 am
כ'האב געגעסן ביי נאך אסאך אידן (ביניהם מיין זיידע הגה"צ ר' אהרן משה שווארץ זצ"ל - די עלטערע דאהי וועלן מסתמא געדענקען זיינע סעודות), אפשר א צווייטע מאל מער מאריך זיין איבער אלע סעודות געבער'ס וואס איך קען.
העלא אזוי איינגערינגלטערהייט ווארפסטו א באמבע... זיי מוחל און עפען אן אשכול איבער דיין גרויסע זיידע און זיינע סעודות
שוין דא אן אשכול, ליידער איז כמעט גארנישט באשריבן דארטן.
viewtopic.php?p=2192005#p2192005
נישט אין די אשכול אבער די הרה''ח אין די קעפל אויף יענע אשכול ברענגט ארויס די היינטיגע וועלט ווי יעדע רבי'לע אן עם הארץ באקומט הגה''צ מאכט זיך שוין יא אמאל א איד א תלמיד חכם און ווייל ער האט נישט געדינט א פאסטן פארדינט ער א בעל בתיש'ע טיטל הרה''ח....
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”