🇬🇧 בריטי'ס בליץ באזוך אין עיר הבירה לאנדאן 🇬🇧

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
בריטיש עירוועיס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3503
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 12, 2023 7:42 pm
לאקאציע:פליגער

🇬🇧 בריטי'ס בליץ באזוך אין עיר הבירה לאנדאן 🇬🇧

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בריטיש עירוועיס »

וועלקאם בעק מיינע טייערע חברים פה אייוועלט.

די שורות ווערן געשריבן זיצענדיג אויף א לופטהאנזא פליגער פון פראנקפורט דייטשלאנד קיין ניו יארק בערך 35,000 טויזנט פיס העכער די ערד טשולענט.

עניוועיס, לאמיר גלייך אריין טאנצן.

געפארן זעמיר מיט אמעריקאן עירליינס פלייט 142 וואס לאזט זיך ארויס פון קענעדי עירפארט 9:30 אינדערפרי. די פליגער איז די לעצטע פליגער ארויסצופארן קיין יוראפ און די צופרי שעות, צוליב וואס אויב פארסטו שפעטער קומסטו אן אינמיטן דערנאכט, וויבאלד לאנדאן איז פון די ערשטע פלעצער וואס מען באגעגענט זיך נאכן אריבער רייזן דעם אטלאנטיק, ווי אויך וויבאלד סאיז נאר גערוקט מיט א 5 שעה אין קאנטראסט מיט אלע אנדערע פלעצער אין יוראפ וואס איז 6 שעה פאראויס, געט עס נאך די מעגליכקייט אנצוקומען אנפאנג נאכט. אלע אנדערע פליגערס קיין יוראפ פארן ערשט שפעט נאכמיטאג כדי אנצוקומען אינדערפרי.

אויף די פליגער האט מען סערווירט א נארהפטיגע פליישיגע פרישטאג (מסתמא איז געווען א ברית אויפ'ן פליגער אדער בעסער געזאגט אן אינו בן ברית). צוליב וואס כהאב נאכנישט געהאט געטרינקען מיין 2 קאווע האב איך ענדרעש אויסגעוועלט די קאווע.

איך בין זיך נוהג צו קויפן אין פארמעסי קליינע ליידיגע באטלעך אונטער 3 OZ וואס דאס קען מען ארויפטראגן אויפען פליגער. און די באטלעך גייען אריין כל מיני משקאות פון מאוטוואש ביז מילך פאר די קאווע.
בילד

פרובירנדיג צו כאפען א דרימל האב איך מיר געטראפן מיט א פראבלעם, וואס איז?! די קאַפל. די קאַפל מיינע האט זיך געגליטשט אהער און אהיען שטערנדיג די מנוחת הנפש. בין איך אויפגעקומען מיט אן המצאה, כהאב איבערגעדרייט ס'קאַפל אזוי ווי דער עולם איז זיך נוהג מקדמת דנא צו גיין אזוי פון די שערער שטיבל ביז די מקוה. איך מוז אייך זאגן דאס קאפל האט זיך געהאלטען פעסט אויף איין פלאץ. איז אויב מוטשעט איר זיך מיט די זעלבע פראבלעם, קען דאס זיין א לעזונג פאר אייך אויסער אויב איר שעמט זיך.

אז מען רעדט שוין פון כאפן א דרימל מוז מען דאך אנלאנען די זיץ אויף אראפ צו ארויסנעמען די מאקסימום. דא האב איך באמערקט זענען דא 3 סארט מענטשן. 1. קודם זענען דא די מענטשן מיט אסאך קאנפידענטס וואס זיי קוקען נישט אהער און נישט אהין געבען א פליק אראפ די סיט ביז אונטן מיט די פולסטע קוראזש. 2. זענען דא די מענטשן וואס דרייען זיך אויס וירא כי אין איש און צוביסלעך רוקט ער עס אראפ. 3. זענען די וואס בלייבן גראד א גאנצע וועג.

פאר'ן לאנדען טיילט מען נאכאמאל מאכלים (אדם?) דאס מאל געט מען נאר א קליין באקסל פאר יעדעם. איין זאך מאכט אלעמאל זיכער זיך צו געפינען און די באקס, דאס איז דער אלעמען באקאנטע קאמפאט. זעה בילד. זעט אויס די גוים עסן אויך קאמפאט.
בילד
איינער ווייסט אויב דאס איז אויך המוציא

אנקומענדיג קיין היטראו זעמיר געווען שאקירט ווי מען קען דורך גיין די גרעניץ מיט די נייע טעכנעלאגיא פון א מאשין וואס כאפט א בילד אן דארפן רעדן מיט א מענטש. ס'לעצטע מאל איך בין דארט געווען האט מען געמוזט אויספילן א גאנצע בויגן נאָך אויפן פליגער און דאס איבערגעבען פאר א פערזאן אין עירפארט מיט גאנצע דרישה'ס וחקירה'ס פאר ווי לאנג מען פלאנט צו בלייבן און אזוי ווייטער. אבער דאסמאל אן דארפן רעדן צו קיינעם זעמיר געווען אין לאנד. קען איך טעקניקלי בלייבען אין ענגלאנד ווי לאנג איך וויל.

אנקומענדיג אין לאנדאן האמיר זיך אריין געזעצט אין די קאר וואס דרייווט אויף די רעכטע זייט.
אז מען רעדט שוין פון דרייוון אויף די רעכטע זייט איז אינטערסאנט צו אנמערקן אז סאיז דא נאך פלעצער א שטייגער ווי אוסטרליה ווי מען דרייווט פארקערט. דא האט איר די מאפע. די בלויע זענען די וואס דרייווען פארקערט. ( אפשר ביסטו גאר פארקערט הא)
Countries_driving_on_the_left_or_right.svg.png
Countries_driving_on_the_left_or_right.svg.png (78.19 KiB) געזען 3300 מאל

דארטען און לאנדאן האבען מיר באמערקט אן אינטערסאנטע טיאטא ( Toyota) מיני ווען. די מיני ווענס זעט מען נישט און אמעריקא. ווער האט זיי אויסגעזאגט אז קיינער און אמעריקא גייט עס נישט קויפן?! אויב דער אייגענטומער פון די קאר דרייט זיך דא און ער וויל איך זאל עס אראפנעמען קען ער מיר קאנטאקטן קומענדיגע מאל איך קום אויף לונדון.
בילד

אזוי ווי סאיז שוין געווען שפעט זעמיר גלייך געגאנגען דאווענען מעריב, איך געדענק נישט די נאמבער פון די שול, סאיז עפעס ציווישען 0 מיט 100. דאס הייסט אזוי, דא ביי אונז און אמעריקא רופט מען די בתי מדרשים מיט נעמען א שטייגער ווי הופער, מורטיל, ראדני, פאפא ( סארטירט לויט די א"ב פון א ביז ת) אבער אין לאנדאן האט א יעדע שול א נומבער. 26, 67, 86, 99 וכדומה. (איינער ווייסט וועלכע נומבער איז נאך אוועליבעל אויב וויל איך עפענען א ס'מדרש?)

שוין ביי מעריב האט מיר מיין שכן געזאגט אז ער מיינט אז אין לאנדאן דאווענט מען שטייטער ווי אין אמעריקא.

ביים זיך גיין לייגן בין איך געוואר געווארן אז ענגלאנד נוצט נישט די זעלבע פלאג ווי און יוראפ, זעה בילד. זעט זיך אויס אז דאס דרייוון פארקערט איז נאכנישט גענוג געווען פאר זיי. ווי אויך זעה איך אז די לייט סוויטש איז קלענער ווי און יוראפ ווי זיי האבען דארט גרעסערע סוויטשעס.
בילד
דעם אנדערן אינדערפרי זעמיר געגאנגען דאווען ביי סאטמאר 67. גענומען דארט א פיינע שויער מיט א מקוה און זיך געשטעלט דאווענען. איך מוז ענק זאגן, די פסוקי דזמרה האט גענומען 15 מינוט אויף די זייגער. די לאנדאנע זאלן אריין קומען זאגן אויב 15 מינוט איז דער נארמאלע סדר דארט.

עניוועי, נאך שחרית האמיר זיך ארויסגעלאזט צו לאנדאן סטענסטיד (stansted) עירפארט. (לאנדאן האט א שיינע פּאר עירפארטס א שטייגער ווי היטראו, סטענסטיד, לוטאן, געטוויק) דארטן אפארעיט ריינאיר (Ryanair) ווי זיי האבן פליגערס צו אסאך דעסטענאציעס אין יוראפ. ריינאיר איז א ביליגע עירליין וואס מאכט געלט פון די זייטיגע קלייניקייטן ווי עסן וכדומה.

אן אינטערסאנטע זאך מיט די ריינאיר איז אז מען קען און סקומט גאר אויס ביליגער אריינצוטשעקן גלייך נאכען בוקן, אנדערש ווי ביי אלע אנדערע עירליינס וואס מען קען נאר אריינטשעקן פון א טאג פארדעם.

דארט און סטענסטיד עירפארט איז דא א פעסטטרעק (FastTrack) שורה אדורך צוגיין סעקיורעטי וואס איז סאך קורצער ווי די געהעריגע שורות. דו קענסט דאס באקומען פאר 8 טולער. איך וואלט יעדעם ג'עצה'ט עס צו נעמען. איך ווייס נישט צו איך וואלט געכאפט מיין פליגער אן דעם.
Screenshot_20240704_203835_Gallery.jpg
Screenshot_20240704_203835_Gallery.jpg (122.68 KiB) געזען 3300 מאל
א גאר מאדנע זאך וואס נאר זיי קענען טוען האט זיך אפגעשפילט אז מען האט אנגעהויבן אראפשיקן דעם עולם אויף די סטעפס וואס גייט אראפ צום פליגער און זיי דארט געלאזט ווארטן ביז די פליגער איז אנגעקומען.

פון דארט זעמיר ברוך השם געפארן צו רבי ישעיה’לע נאך וואס מיר זענען שוין נישט דארט געווען פאר כמעט גאנצע 7 8 וואכען.

דאס איז עס פאר היינט ברכה והצלחה. זיך ווידער זעהן מיט משיח אינאיינעם. ביטע נישט פארגעסן איבערצולאזן א לייקעל. דרוק די קומענדיגע באטען פאר א שארטקאט.
בילד
לעצט פארראכטן דורך בריטיש עירוועיס אום דאנערשטאג יולי 04, 2024 6:55 pm, פארראכטן געווארן 5 מאל.
אוועטאר
פויליש פארווע
שר האלף
תגובות: 1159
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 28, 2019 6:34 pm
לאקאציע:צווישן די מילכיגע און פליישיגע סינק

Re: 🇬🇧 בריטי'ס בלוץ באזוך און עיר הבירה לאנדאן 🇬🇧

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פויליש פארווע »

פיין געשריבן! גיי ווייטער אן!
האסט למעשה אויפגעגעסן די קאמפאוט?

נ.ב. מערקט אויפ'ן פלעיט פונעם קאר 04, דאס מיינט אז די קאר איז געבוירן געווארן אין 2004 און איז שוין יעצט אין די שידוכים יארן!
דער דורכשניטליכער ענגלישער אינגערמאן וואס ערלויבט זיך א קאר, וועט געווענליך דרייוון א קאר וואס איז פראדוצירט געווארן צווישן 2004 און 2010.
עס זעהט אבער נישט אויס אז עס וועט צו לאנג אזוי אנהאלטן, די לעצטע פאר יאר זעהט מען כסדר ווי עס פארמערן זיך נייערע קארן, א זאך וואס מען האט אמאל קוים געזעהן ביי די גבירים.
לעצט פארראכטן דורך פויליש פארווע אום דאנערשטאג יולי 04, 2024 4:05 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
ווען איר ליינט אן ארטיקל פון פויליש קענט איר זיין רואיג אז געווענליך איז כאטש 2 פראצענט אמת.
מפתח - פויליש פארווע ארטיקלען
אוועטאר
בריטיש עירוועיס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3503
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 12, 2023 7:42 pm
לאקאציע:פליגער

Re: 🇬🇧 בריטי'ס בלוץ באזוך און עיר הבירה לאנדאן 🇬🇧

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בריטיש עירוועיס »

פויליש פארווע האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 04, 2024 3:57 pm
פיין געשריבן! גיי ווייטער אן!
האסט למעשה אויפגעגעסן די קאמפאוט?

אוואדי

נ.ב. מערקט אויפ'ן פלעיט פונעם קאר 04, דאס מיינט אז די קאר איז געבוירן געווארן אין 2004 און איז שוין יעצט אין די שידוכים יארן!
דער דורכשניטליכער ענגלישער אינגערמאן וואס ערלויבט זיך א קאר, וועט געווענליך דרייוון א קאר וואס איז פראדוצירט געווארן צווישן 2004 און 2010.
אוועטאר
מילדי העברים
שר האלף
תגובות: 1111
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 12, 2024 11:26 am

Re: 🇬🇧 בריטי'ס בלוץ באזוך און עיר הבירה לאנדאן 🇬🇧

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מילדי העברים »

זאלסט האבן געפעלט אלעס גוטס
ותחמול עליו ותאמר ''מילדי העברים'' זה
את פתח לו האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 04, 2024 12:40 pm

אין א סייד נאוט, אויב דו קענסט נישט פארנעמען די היץ, גיי ארויס פון קאך!

מילדי העברים האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 04, 2024 5:12 pm
זאלסט האבן געפעלט אלעס גוטס
אמן

בריטיש עירוועיס האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 04, 2024 5:13 pm
מילדי העברים האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 04, 2024 5:12 pm
זאלסט האבן געפעלט אלעס גוטס
אמן
די פארסט טאקע יעדע פאר וואכן ???

מילדי העברים האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 04, 2024 5:18 pm
בריטיש עירוועיס האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 04, 2024 5:13 pm
מילדי העברים האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 04, 2024 5:12 pm
זאלסט האבן געפעלט אלעס גוטס
אמן
די פארסט טאקע יעדע פאר וואכן ???
נישט ממש. ווען סקומט אינטער א געלעגהיינט.
אוועטאר
יחליצך
שר האלף
תגובות: 1287
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2022 8:29 pm
לאקאציע:מאחורי הפרגוד

Re: 🇬🇧 בריטי'ס בלוץ באזוך און עיר הבירה לאנדאן 🇬🇧

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחליצך »

@בריטיש עירוועיס איז געפארן מיט אמעריקען עירליינס! נאט נייס...

ניטאמאל האט ער געוואוסט וויאזוי די לאקאלע פלאג קוקט אויס...

נאך א מזל האסט געמאכט א שארט קאט צום לייק קנעפל, זוי ברויכעך נישט רויפקריכן מיט די פיס.
טאטעטריא האט געשריבן:
ס'דא מענטשן וואס ס'פעלט זיי א שרויף; ס'דא מענטשן וואס פעלט זיי די גאנצע טול באקס...
אוועטאר
תרמב
שר תשעת אלפים
תגובות: 9034
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 07, 2019 3:21 pm

Re: 🇬🇧 בריטי'ס בלוץ באזוך און עיר הבירה לאנדאן 🇬🇧

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרמב »

זייער גוט געשריבן

פון דיין שרייבן קוקט אויס ווי דו ביסט א גאסט דארט, פון דיין ניק האב איך פארשטאנען אז דו וואוינסט דארט.

סאיז אזוי ווי מיין ניק, איך וואוין אויך נישט אויף רחוב תרמב...
יחזקאל סגל לנדא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אפריל 13, 2024 9:43 pm

Re: 🇬🇧 בריטי'ס בלוץ באזוך און עיר הבירה לאנדאן 🇬🇧

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחזקאל סגל לנדא »

יחליצך האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 04, 2024 5:51 pm
@בריטיש עירוועיס איז געפארן מיט אמעריקען עירליינס! נאט נייס...
גא"מ. נישט שיין. כ'האף ביסטעך אליין מוחל...
אבדק''ק פראג והגלילות
מפתח - כל כתבי
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 34447
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע:וואו ג-ט ב"ה וויל

Re: 🇬🇧 בריטי'ס בלוץ באזוך און עיר הבירה לאנדאן 🇬🇧

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

זיסע באריכט!

גע'פועל'ט אלעס גוטס, שפע בגשם ורוח.
" אייער צופרידנהייט, מיין הנאה. " -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
בריטיש עירוועיס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3503
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 12, 2023 7:42 pm
לאקאציע:פליגער

Re: 🇬🇧 בריטי'ס בלוץ באזוך און עיר הבירה לאנדאן 🇬🇧

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בריטיש עירוועיס »

יחזקאל סגל לנדא האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 04, 2024 6:28 pm
יחליצך האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 04, 2024 5:51 pm
@בריטיש עירוועיס איז געפארן מיט אמעריקען עירליינס! נאט נייס...
גא"מ. נישט שיין. כ'האף ביסטעך אליין מוחל...
דערמאנסט מיך א מעשה. געווען א סאטמאר איד וואס איז געפארן מיט אל על, ווען מהאט אים פאר געהאלטען האט ער געזאגט אז מען זאגט דאך אז זיי פארלירען געלט אויף יעדע פאסאנדזשיר נא וויל ער דאך אז זיי זאלן פארלירען געלט.
אוועטאר
בריטיש עירוועיס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3503
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 12, 2023 7:42 pm
לאקאציע:פליגער

Re: 🇬🇧 בריטי'ס בלוץ באזוך און עיר הבירה לאנדאן 🇬🇧

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בריטיש עירוועיס »

קנאפער ידען האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 04, 2024 6:34 pm
זיסע באריכט!

גע'פועל'ט אלעס גוטס, שפע בגשם ורוח.
אמן
nishtkushe
שר חמש מאות
תגובות: 512
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 07, 2014 9:28 pm

Re: 🇬🇧 בריטי'ס בלוץ באזוך און עיר הבירה לאנדאן 🇬🇧

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nishtkushe »

בריטיש עירוועיס האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 04, 2024 4:03 pm
פויליש פארווע האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 04, 2024 3:57 pm
פיין געשריבן! גיי ווייטער אן!
האסט למעשה אויפגעגעסן די קאמפאוט?

אוואדי

נ.ב. מערקט אויפ'ן פלעיט פונעם קאר 04, דאס מיינט אז די קאר איז געבוירן געווארן אין 2004 און איז שוין יעצט אין די שידוכים יארן!
דער דורכשניטליכער ענגלישער אינגערמאן וואס ערלויבט זיך א קאר, וועט געווענליך דרייוון א קאר וואס איז פראדוצירט געווארן צווישן 2004 און 2010.
,די דאזיגע טאיאטע איז געהעריג געווען דא אין אמעריקע צובאקומען. עס איז זייער אן אלטע מאדעל. זעהט אויס אז איר זענט א יונגע יונגערמאן.
אוועטאר
בריטיש עירוועיס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3503
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 12, 2023 7:42 pm
לאקאציע:פליגער

Re: 🇬🇧 בריטי'ס בלוץ באזוך און עיר הבירה לאנדאן 🇬🇧

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בריטיש עירוועיס »

nishtkushe האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 04, 2024 7:20 pm

איך בין נישט אזוי יונג
איך געדענק נישט אזא זאך
אוועטאר
אלטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10018
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע:אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

Re: 🇬🇧 בריטי'ס בליץ באזוך אין עיר הבירה לאנדאן 🇬🇧

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטער »

זייער שיין. אונז קוקן מיר ארויס אויף ווייטער!

גאנץ א שנעלע טריפ, ארויס געפארן דינסטאג, און שוין צוריק?
ווייל איך בין א אידעלע, זינג איך מיר א לידעלע, ווייל איך בין א איד, זינג איך מיר א ליד
שדופות קדים
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 30, 2011 6:58 pm

Re: 🇬🇧 בריטי'ס בליץ באזוך אין עיר הבירה לאנדאן 🇬🇧

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שדופות קדים »

שיינע באריכט, יישר כח, זאלסטו האבן גע׳פועל׳ט אלעס גוטס.

די Previa מיניווען פלעגט זיין דא אין די פאראייניגטע שטאטן געהעריג, אביסל אנדערש די דעזיין דערפון, מ׳זעהט עס שוין טאקע כמעט נישט היינט.

———

נו שוין, האמיר טאקע געטראפן דא אויפן וועלטל שוין רעדן דערפון.
viewtopic.php?p=2484228#p2484228
אוועטאר
הרב יואל קליין
שר שלשת אלפים
תגובות: 3901
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 13, 2017 6:01 pm

Re: 🇬🇧 בריטי'ס בליץ באזוך אין עיר הבירה לאנדאן 🇬🇧

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב יואל קליין »

אההה ר׳ ישעי׳לע. בינעך דארט געווען ממש לעצטענס.
די טולטל הדרך איז היפש שווער, אפשר לוינט זיך טאקע צו מאכן א סטאפ קיין לאנדאן און אזוי פארן ווייטער.
ענדערש ווי סטאפן אין רוים

איך ברויך א סעילמאן פאר אונזער ביזנעס אין סקייטעק טעלעקאם.
ביטע מיר קאנטאקטן: [email protected] . לאמיר ביידע מאכן געלט בעזר השם!
פרידמאן פון לאנדאן
שר מאה
תגובות: 188
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 27, 2022 9:08 pm
לאקאציע:מאנסי

Re: 🇬🇧 בריטי'ס בלוץ באזוך און עיר הבירה לאנדאן 🇬🇧

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרידמאן פון לאנדאן »

בריטיש עירוועיס האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 04, 2024 7:33 pm
nishtkushe האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 04, 2024 7:20 pm
בריטיש עירוועיס האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 04, 2024 4:03 pm
פויליש פארווע האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 04, 2024 3:57 pm
פיין געשריבן! גיי ווייטער אן!
האסט למעשה אויפגעגעסן די קאמפאוט?

אוואדי

נ.ב. מערקט אויפ'ן פלעיט פונעם קאר 04, דאס מיינט אז די קאר איז געבוירן געווארן אין 2004 און איז שוין יעצט אין די שידוכים יארן!
דער דורכשניטליכער ענגלישער אינגערמאן וואס ערלויבט זיך א קאר, וועט געווענליך דרייוון א קאר וואס איז פראדוצירט געווארן צווישן 2004 און 2010.
,די דאזיגע טאיאטע איז געהעריג געווען דא אין אמעריקע צובאקומען. עס איז זייער אן אלטע מאדעל. זעהט אויס אז איר זענט א יונגע יונגערמאן.
איך בין נישט אזוי יונג
איך געדענק נישט אזא זאך
קודם כל יישר כח פארן שרייבן, זייער גוט געשריבן.

כווייס נישט צו די האסט באמערקט אז די קאר קאמפעניס אין לאנדאן האבן אנדערע מאדעלס פון די קארס וואס איז נישט דא אין אמעריקע, ווי למשל טאיאטא דעי קאר וואס די האסט געלייגט די פיקטשער הייסט א פרעוויע (כהאף אז איך שרייב עס גוט) עס איז נישט דא אין אמעריקע.

גראדע איז דא געוויסע פון דעי קארן וואס מען ברענגט פון יאפאן צו לאנדאן.

כמיין אז סהאט ווייל די גאסן זענען זייער שמאל און א ברייטע קאר וועט זיין א פראבלעם.

היינט ציטאגס קען א עושר (די נייע עשירים, נישט פון די רויאלס) אין לאנדאן קויפן א היילענדער... מען האט עס אנגעהויבן פארקויפן דארט מיט 3-4 יאר צוריק.

בכלל אין לאנדאן איז נישט דא אזא זאך ווי ליעסן א קאר, יעדער קויפט

Wow דערמאנסט מיך צייטן מיט דיין באשרייבונג היה זמנים
אוועטאר
אלטמאדיש
שר מאה
תגובות: 231
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 12, 2022 8:33 am
לאקאציע:וואו אלטמאדיש איז ארויפגעקוקט

Re: 🇬🇧 בריטי'ס בליץ באזוך אין עיר הבירה לאנדאן 🇬🇧

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטמאדיש »

בריטיש עירוועיס האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 04, 2024 3:42 pm
אויף די פליגער האט מען סערווירט א נארהפטיגע פליישיגע פרישטאג (מסתמא איז געווען א ברית אויפען פליגער אדער בעסער געזאגט אן אינו בן ברית). צוליב וואס כהאב נאכנישט געהאט געטרינקען מיין 2 קאווע האב איך ענדרעש אויסגעוועלט די קאווע.
קלוגע שריט, פארוואס זיך פארפליישיגן און האבן בויך שמערצן ווען מ'קען זיך מחי' זיין און נאך טרינקן אפאר קאוועס אין די זייט...

איך בין זיך נוהג צוקויפען און פארמעסי קליינע ליידיגע באטלעך אינטער 3 OZ וואס דאס קען מען ארויפטראגען אויפען פליגער. און די באטלעך גייען אריין כל מיני משקאות פון מאוטוואש ביז מילך פאר די קאווע.
גוטע געדאנק, וועט מען עס אוועקלייגן על העתיד אי"ה.

אנקומענדיג קיין היטראו זעמיר געווען שאקירט ווי מען קען דורך קיין די גרעניץ מיט די נייע טעכנעלאגיא פון א מאשין וואס כאפט א בילד אן דארפען רעדן מיט א מענטש. ס'לעצטע מאל איך בין דארט געווען האט מען געמיזט אויספילן א גאנצע בויגען נאָך אויפען פליגער און דאס איבערגעבען פאר א פערזאן און עירפארט מיט גאנצע דרישה'ס וחקירה'ס פאר ווי לאנג מען פלאנט צובלייבען און אזוי ווייטער. אבער דאסמאל אן דארפען רעדען צוקיינעם זעמיר געווען און לאנד. קען איך טעקניקלי בלייבען און ענגלאנד ווי לאנג איך וויל.
די טעכנעלאגיע איז שוין דא יארן, אבער נאר פאר EU בירגער, לעצטענס האבן זיי עס געפענט אויך פאר בירגער פון אנדערע לענדער.
גראדע בין איך לעצטענס געווען אין קאנאדא, אין מאנטריאל שפירט זיך די סיסטעם אסאך מער פארגעשריטן.

אנקומענדיג און לאנדאן האמיר זיך אריין געזעצט און די קאר וואס דרייווט אויף די רעכטע זייט.
אז מען רעדט שוין פון דרייווען אויף די רעכטע זייט איז אינטערסאנט צו אנמערקן אז סאיז דא נאך פלעצער א שטייגער ווי אוסטרליע ווי מען דרייווט פארקערט. דא האט איר די מאפע. די בלויע זענען די וואס דרייווען פארקערט.
(כמעט) די אלע לענדער זענען פון די קאממאן-וועלטה. עס האט מיט די פירונג נאך פון אמאליגע צייטן ווען דער בעל עגלות פלעגן זיצן אויף די רעכטע זייט פונעם פיאקער.
( אפשר ביסטו גאר פארקערט הא)
טאקע אזוי...

דארטען און לאנדאן האבען מיר באמערקט אן אינטערסאנטע טיאטא ( Toyota) מיני ווען. די מיני ווענס זעט מען נישט און אמעריקא. ווער האט זיי אויסגעזאגט אז קיינער און אמעריקא גייט עס נישט קויפען?! אויב דער אייגענטומער פון די קאר דרייט זיך דא און ער וויל איך זאל עס אראפנעמען קען ער מיר קאנטאקטען קומענדיגע מאל איך קום אויף לונדון.
רוב אינגעלייט האבן היינט א מער פארגעשריטענע ווערסיע פון די קאר, גערופען "Estima". עס ווערט איפארטירט פון יאפאן אין Immaculate condition (כ'האב נישט אזא ווארט אויף אידיש) ווייג מייל און עס קאסט ביליג, זיי זענען עקסעלענט ראנערס, מיין קאר האב איך שוין איבער 7 יאר צום גוטן און ווילאנג ULEZ ברייטערט זיך נישט אויס אדער עלעקטעריק קארס ווערט מאנדעטארי פלאן איך נישט עס אויפצוגעבן אי"ה (אלטימעטלי ווענדט זיך עס אויף איר כמובן...)

שוין ביי מעריב האט מיר מיין שכן געזאגט אז ער מיינט אז און לאנדאן דאווענט מען שטייטער ווי און אמעריקא.
ווענדט זיך - ווי איבעראַל - אויפן בעל תפלה...

ביים זיך גיין לייגען בין איך געוואר געווארען אז ענגלאנד נוצט נישט די זעלבע פלאג ווי און יוראפ, זעה בילד. זעט זיך אויס אז דאס דרייוען פארקערט איז נאכנישט גענוג געווען פאר זיי. ווי אויך זעה איך אז די לייט סוויטש איז קלענער ווי און יוראפ ווי זיי האבען דארט גרעסערע סוויטשעס.
פלאג עיין כאן סוויטש עיין כאן ופשוט הוא, די עלעקטערשאנס מבינינו וועלן מער קענען געבן צו פארשטיין.

דער אנדערע אינדעפרי זעמר געגאנגען דאווען ביי סאטמאר 67. גענומען דארט א פיינע שויער מיט א מקוה און זיך געשטעלט דאווענען. איך מוז ענק זאגען, די פסוקי דזמרה האט גענומען 15 מינוט אויף די זייגער. די לאנדאנע זאלן אריין קומען זאגן אויב 15 מינוט איז דער נארמאלע סדר דארט.
אין מיין טעגליכע מנין נעמט עס 10 מינוט, איך זאג נישט וואו...

עניוועי, נאך שחרית האמיר זיך ארויסגעלאזט צו לאנדאן סטענסטיד (stansted) עריפארט. (לאנדאן האט א שיינע פּאר עירפארטס א שטייגער ווי היטראו, סטענסטיד, לוטאן, געטוויק) דארטען אפארעיט ריינאיר (Ryanair) ווי זיי האבען פליגערס צו אסאך דעסטענאציעס און יוראפ. ריינאיר איז א ביליגע אירליין וואס מאכט געלט פון די זייטיגע קליינעקייטען ווי עסן וכדומה.
אן איירישע רשעות'דיגע עירליין, ואכ"מ.

א גאר מאדנע זאך וואס נאר זיי קענען טועהן האט זיך אפגעשפילט אז מען האט אנגעהויבן אראפשיקן דער עולם אויף די סטעפס וואס גייט אראפ צום פליגער און זיי דארט געלאזט ווארטען ביז די פליגער איז אנגעקומען.
ווי האסט געזאגט פריער, זיי זענען ביליג, איין פלאץ וואו זיי שפארן זיך אסאך געלט איז אז די זעלבע פליגער פארן אהין און צוריק די זעלבע רוטס דורכן טאג, די פליגער זענען כמעט נישט אויף די ערד, געווענליך מאקסימום א האלבע - 3/4 שעה

פון דארט זעמיר ברוך השם געפארען צו רבי ישעיה’לע נאך וואס מיר זענען שוין נישט דארט געווען פאר כמעט גאנצע 7 8 וואכען.
זאלסט האבן גע'פועל'ט אלעס גוטס!
אוועטאר
בריטיש עירוועיס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3503
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 12, 2023 7:42 pm
לאקאציע:פליגער

Re: 🇬🇧 בריטי'ס בליץ באזוך אין עיר הבירה לאנדאן 🇬🇧

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בריטיש עירוועיס »

צ"ק

נאך צוויי נקודות.

1. כהאב געזעהן די כלבים גייען ארום מיט א מויל שלאס, אַ שאָד מען פירט דאס נישט איין דא און אמעריקא.

2. פאר די וואס זענען מקפיד נישט צו דאווענען מעריב ביפאר די 60 קענען אין די טעג נישט דאווענען ביפאר 1030. אפילו מען וויל מאכן נאכט פרי, קען מען נישט.
אוועטאר
יש משהו
שר האלפיים
תגובות: 2152
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 13, 2023 10:47 am

Re: 🇬🇧 בריטי'ס בליץ באזוך אין עיר הבירה לאנדאן 🇬🇧

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש משהו »

איך אלס לאנדאנע חלום שוין יארן צו מאכן א באזוך אין אמעריקע, אבער ביזדערווייל איז עס נאכנישט אויסגעקומען...

בד”וו @בריטיש עירוועיס , הערליך שיין באשריבן, נעקסט טיים, קום אביטל לענגער אויף לאנדאן.....
די עבר איז - זכרונות,
די עתיד איז - דמיונות,
די הווה איז - נסיונות.

א בריוו צו דיר, מיין פריש געבוירן קינד

אניווערסערי? אשת חיל האט יומולדת? שיקט א רינגל פאר'ן כלה?
גראמען גמ"ח
אוועטאר
בריטיש עירוועיס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3503
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 12, 2023 7:42 pm
לאקאציע:פליגער

Re: 🇬🇧 בריטי'ס בליץ באזוך אין עיר הבירה לאנדאן 🇬🇧

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בריטיש עירוועיס »

יש משהו האט געשריבן: דינסטאג יולי 09, 2024 2:29 pm
איך אלס לאנדאנע חלום שוין יארן צו מאכן א באזוך אין אמעריקע, אבער ביזדערווייל איז עס נאכנישט אויסגעקומען...

גלייב מיר די פארפאסט נישט גארנישט
אויסער אביסעל ראטן
הרב_שלום
שר עשרת אלפים
תגובות: 15248
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג דעצעמבער 12, 2014 9:44 am

Re: 🇬🇧 בריטי'ס בליץ באזוך אין עיר הבירה לאנדאן 🇬🇧

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב_שלום »

בריטיש עירוועיס האט געשריבן: דינסטאג יולי 09, 2024 4:31 pm
יש משהו האט געשריבן: דינסטאג יולי 09, 2024 2:29 pm
איך אלס לאנדאנע חלום שוין יארן צו מאכן א באזוך אין אמעריקע, אבער ביזדערווייל איז עס נאכנישט אויסגעקומען...

גלייב מיר די פארפאסט נישט גארנישט
אויסער אביסעל ראטן
אמעריקע איז נישט נאר וויליאמסבורג, לב טהור איז אויך אין אמעריקע
א משפחה זיכט צו דינגען א דירה אין קרית יואל אויף סוכות

איר קויפט ביי עמעזאן ביטע גייט דורך מיין לינק
https://amzn.to/3XWkbTZ

You can find jobs at www.macherusa.com/all www.jobsgemach.com
As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases
אוועטאר
בריטיש עירוועיס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3503
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 12, 2023 7:42 pm
לאקאציע:פליגער

Re: 🇬🇧 בריטי'ס בליץ באזוך אין עיר הבירה לאנדאן 🇬🇧

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בריטיש עירוועיס »

הרב_שלום האט געשריבן: דינסטאג יולי 09, 2024 4:50 pm
בריטיש עירוועיס האט געשריבן: דינסטאג יולי 09, 2024 4:31 pm
יש משהו האט געשריבן: דינסטאג יולי 09, 2024 2:29 pm
איך אלס לאנדאנע חלום שוין יארן צו מאכן א באזוך אין אמעריקע, אבער ביזדערווייל איז עס נאכנישט אויסגעקומען...

גלייב מיר די פארפאסט נישט גארנישט
אויסער אביסעל ראטן
אמעריקע איז נישט נאר וויליאמסבורג, לב טהור איז אויך אין אמעריקע
די לעצטע מאל כהאב געהערט זענען זיי געווען און גוטאמאלע. אבער מיין אויבען דערמאנטע תירץ איז גוט פאר גאנץ אמעריקא.
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”