🇬🇧 בריטי'ס בליץ באזוך אין עיר הבירה לאנדאן 🇬🇧
די שורות ווערן געשריבן זיצענדיג אויף א לופטהאנזא פליגער פון פראנקפורט דייטשלאנד קיין ניו יארק בערך 35,000 טויזנט פיס העכער די ערד טשולענט.
עניוועיס, לאמיר גלייך אריין טאנצן.
געפארן זעמיר מיט אמעריקאן עירליינס פלייט 142 וואס לאזט זיך ארויס פון קענעדי עירפארט 9:30 אינדערפרי. די פליגער איז די לעצטע פליגער ארויסצופארן קיין יוראפ און די צופרי שעות, צוליב וואס אויב פארסטו שפעטער קומסטו אן אינמיטן דערנאכט, וויבאלד לאנדאן איז פון די ערשטע פלעצער וואס מען באגעגענט זיך נאכן אריבער רייזן דעם אטלאנטיק, ווי אויך וויבאלד סאיז נאר גערוקט מיט א 5 שעה אין קאנטראסט מיט אלע אנדערע פלעצער אין יוראפ וואס איז 6 שעה פאראויס, געט עס נאך די מעגליכקייט אנצוקומען אנפאנג נאכט. אלע אנדערע פליגערס קיין יוראפ פארן ערשט שפעט נאכמיטאג כדי אנצוקומען אינדערפרי.
אויף די פליגער האט מען סערווירט א נארהפטיגע פליישיגע פרישטאג (מסתמא איז געווען א ברית אויפ'ן פליגער אדער בעסער געזאגט אן אינו בן ברית). צוליב וואס כהאב נאכנישט געהאט געטרינקען מיין 2 קאווע האב איך ענדרעש אויסגעוועלט די קאווע.
איך בין זיך נוהג צו קויפן אין פארמעסי קליינע ליידיגע באטלעך אונטער 3 OZ וואס דאס קען מען ארויפטראגן אויפען פליגער. און די באטלעך גייען אריין כל מיני משקאות פון מאוטוואש ביז מילך פאר די קאווע.
פרובירנדיג צו כאפען א דרימל האב איך מיר געטראפן מיט א פראבלעם, וואס איז?! די קאַפל. די קאַפל מיינע האט זיך געגליטשט אהער און אהיען שטערנדיג די מנוחת הנפש. בין איך אויפגעקומען מיט אן המצאה, כהאב איבערגעדרייט ס'קאַפל אזוי ווי דער עולם איז זיך נוהג מקדמת דנא צו גיין אזוי פון די שערער שטיבל ביז די מקוה. איך מוז אייך זאגן דאס קאפל האט זיך געהאלטען פעסט אויף איין פלאץ. איז אויב מוטשעט איר זיך מיט די זעלבע פראבלעם, קען דאס זיין א לעזונג פאר אייך אויסער אויב איר שעמט זיך.
אז מען רעדט שוין פון כאפן א דרימל מוז מען דאך אנלאנען די זיץ אויף אראפ צו ארויסנעמען די מאקסימום. דא האב איך באמערקט זענען דא 3 סארט מענטשן. 1. קודם זענען דא די מענטשן מיט אסאך קאנפידענטס וואס זיי קוקען נישט אהער און נישט אהין געבען א פליק אראפ די סיט ביז אונטן מיט די פולסטע קוראזש. 2. זענען דא די מענטשן וואס דרייען זיך אויס וירא כי אין איש און צוביסלעך רוקט ער עס אראפ. 3. זענען די וואס בלייבן גראד א גאנצע וועג.
פאר'ן לאנדען טיילט מען נאכאמאל מאכלים (אדם?) דאס מאל געט מען נאר א קליין באקסל פאר יעדעם. איין זאך מאכט אלעמאל זיכער זיך צו געפינען און די באקס, דאס איז דער אלעמען באקאנטע קאמפאט. זעה בילד. זעט אויס די גוים עסן אויך קאמפאט.
איינער ווייסט אויב דאס איז אויך המוציא
אנקומענדיג קיין היטראו זעמיר געווען שאקירט ווי מען קען דורך גיין די גרעניץ מיט די נייע טעכנעלאגיא פון א מאשין וואס כאפט א בילד אן דארפן רעדן מיט א מענטש. ס'לעצטע מאל איך בין דארט געווען האט מען געמוזט אויספילן א גאנצע בויגן נאָך אויפן פליגער און דאס איבערגעבען פאר א פערזאן אין עירפארט מיט גאנצע דרישה'ס וחקירה'ס פאר ווי לאנג מען פלאנט צו בלייבן און אזוי ווייטער. אבער דאסמאל אן דארפן רעדן צו קיינעם זעמיר געווען אין לאנד. קען איך טעקניקלי בלייבען אין ענגלאנד ווי לאנג איך וויל.
אנקומענדיג אין לאנדאן האמיר זיך אריין געזעצט אין די קאר וואס דרייווט אויף די רעכטע זייט.
אז מען רעדט שוין פון דרייוון אויף די רעכטע זייט איז אינטערסאנט צו אנמערקן אז סאיז דא נאך פלעצער א שטייגער ווי אוסטרליה ווי מען דרייווט פארקערט. דא האט איר די מאפע. די בלויע זענען די וואס דרייווען פארקערט. ( אפשר ביסטו גאר פארקערט הא)
דארטען און לאנדאן האבען מיר באמערקט אן אינטערסאנטע טיאטא ( Toyota) מיני ווען. די מיני ווענס זעט מען נישט און אמעריקא. ווער האט זיי אויסגעזאגט אז קיינער און אמעריקא גייט עס נישט קויפן?! אויב דער אייגענטומער פון די קאר דרייט זיך דא און ער וויל איך זאל עס אראפנעמען קען ער מיר קאנטאקטן קומענדיגע מאל איך קום אויף לונדון.
אזוי ווי סאיז שוין געווען שפעט זעמיר גלייך געגאנגען דאווענען מעריב, איך געדענק נישט די נאמבער פון די שול, סאיז עפעס ציווישען 0 מיט 100. דאס הייסט אזוי, דא ביי אונז און אמעריקא רופט מען די בתי מדרשים מיט נעמען א שטייגער ווי הופער, מורטיל, ראדני, פאפא ( סארטירט לויט די א"ב פון א ביז ת) אבער אין לאנדאן האט א יעדע שול א נומבער. 26, 67, 86, 99 וכדומה. (איינער ווייסט וועלכע נומבער איז נאך אוועליבעל אויב וויל איך עפענען א ס'מדרש?)
שוין ביי מעריב האט מיר מיין שכן געזאגט אז ער מיינט אז אין לאנדאן דאווענט מען שטייטער ווי אין אמעריקא.
ביים זיך גיין לייגן בין איך געוואר געווארן אז ענגלאנד נוצט נישט די זעלבע פלאג ווי און יוראפ, זעה בילד. זעט זיך אויס אז דאס דרייוון פארקערט איז נאכנישט גענוג געווען פאר זיי. ווי אויך זעה איך אז די לייט סוויטש איז קלענער ווי און יוראפ ווי זיי האבען דארט גרעסערע סוויטשעס.
דעם אנדערן אינדערפרי זעמיר געגאנגען דאווען ביי סאטמאר 67. גענומען דארט א פיינע שויער מיט א מקוה און זיך געשטעלט דאווענען. איך מוז ענק זאגן, די פסוקי דזמרה האט גענומען 15 מינוט אויף די זייגער. די לאנדאנע זאלן אריין קומען זאגן אויב 15 מינוט איז דער נארמאלע סדר דארט.
עניוועי, נאך שחרית האמיר זיך ארויסגעלאזט צו לאנדאן סטענסטיד (stansted) עירפארט. (לאנדאן האט א שיינע פּאר עירפארטס א שטייגער ווי היטראו, סטענסטיד, לוטאן, געטוויק) דארטן אפארעיט ריינאיר (Ryanair) ווי זיי האבן פליגערס צו אסאך דעסטענאציעס אין יוראפ. ריינאיר איז א ביליגע עירליין וואס מאכט געלט פון די זייטיגע קלייניקייטן ווי עסן וכדומה.
אן אינטערסאנטע זאך מיט די ריינאיר איז אז מען קען און סקומט גאר אויס ביליגער אריינצוטשעקן גלייך נאכען בוקן, אנדערש ווי ביי אלע אנדערע עירליינס וואס מען קען נאר אריינטשעקן פון א טאג פארדעם.
דארט און סטענסטיד עירפארט איז דא א פעסטטרעק (FastTrack) שורה אדורך צוגיין סעקיורעטי וואס איז סאך קורצער ווי די געהעריגע שורות. דו קענסט דאס באקומען פאר 8 טולער. איך וואלט יעדעם ג'עצה'ט עס צו נעמען. איך ווייס נישט צו איך וואלט געכאפט מיין פליגער אן דעם.
א גאר מאדנע זאך וואס נאר זיי קענען טוען האט זיך אפגעשפילט אז מען האט אנגעהויבן אראפשיקן דעם עולם אויף די סטעפס וואס גייט אראפ צום פליגער און זיי דארט געלאזט ווארטן ביז די פליגער איז אנגעקומען.
פון דארט זעמיר ברוך השם געפארן צו רבי ישעיה’לע נאך וואס מיר זענען שוין נישט דארט געווען פאר כמעט גאנצע 7 8 וואכען.
דאס איז עס פאר היינט ברכה והצלחה. זיך ווידער זעהן מיט משיח אינאיינעם. ביטע נישט פארגעסן איבערצולאזן א לייקעל. דרוק די קומענדיגע באטען פאר א שארטקאט.