א היידזשעקינג אין מאנטיסעלא!! געב עס צוריק!!

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

ניקישי
שר חמש מאות
תגובות: 521
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 07, 2020 2:25 pm

א היידזשעקינג אין מאנטיסעלא!! געב עס צוריק!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניקישי »

"דאס יאר בלייב איך אין שטאט" האב איך באשלאסן. סטע געהערט! ווייל יעדער גייט מוז איך אויך?
יעדעם אין גאס האב איך באטראכט מיט א באהאלטענע געשפעט. פעעע.... דעי מעקעלעך וואס דארפן זיך נעבעך גיין ווייל יעדער גייט, זיי ווייסן ניטאמאל אז דא שפאצירט א אינגערמאן וואס איז איבערגעקומען אלע פיער פרעשור און ער בלייבט אינדערהיים (קעמנסט די פילינג פון א כתה ו' יונגל וואס זיין מאמע האט אים געזאגט פארן גיין אין חדר אז היינט ביינאכט ווערט זיין מומע א כלה און ער קוקט פון אויבן אראפ אויף יעדעם ווייל זיי ווייסן נישט. איי ס'אינטערעסירט זיי נישט, נו שוין...)

אזוי האב איך געקוקט און געקוקט אויף יעדעם, ביז איך האב זיי שוין מער נישט געזעהן! ס'נישט דא מער אויף וועמען צו קוקן דא אין שטאט... זיי האבן אפגעפוצט!
ס'איז מיר נאר פארבליבן צו קוקן אויף מיינע פארשוויצטע קינדער וואס זענען דא מיט די פולע ענערדזשי זיך אויסצוהאצקענען ביז טויזנט, אבער זיי האבן נישט קיין גראז און ביימער וואו עס צו טוהן.
איך האב אנגעהויבן פאניקן.

א קאל ארויף, א קאל אראפ, אפשר ערגעץ דאך, פאר א וואך, אפשר נאר א וויקענד. בקיצור, מיין שוויגער זאגט עפעס אז מיין פעטער וויל ארויסגעבן זיין באנגעלאו פאר אפאר טעג. ווייל ער קומט אפאר וואכן שפעט.
איך קאל אן מיין פעטער, הער איך פון אים אזא מעשה. ער האט געוואלט ארויסגעבן זיין באנגעלאו פאר די צייט וואס ער איז נישט דארט, אבער זיין חתונה געהאטע טאכטער האט דערהערט די געשיכטע, האט זי מכבד געווען זיך מיט איר מאן מיט די באנגעלאו "וואס איז סייווי ליידיג" (כ'ווייס נישט צו זיי האבן שוין א קינד, אפשר איינס, אבער ס'איז א יונגערע פארפאלק). און יעצט זיצן זיי דארט און ער קען עס נישט ארויסגעבן. מיין פעטער זאגט מיך גראדע אז ער מיינט אז זיי גייען נישט בלייבן ממש ביז ווען ער קומט אן דארט, אבער זיי האבן אים נישט מיטגעטיילט פונקטליך זייערע פלענער און ער קען זיי פרעגן...

איז אזוי, איך ווייס קלאר אז ער וואלט זיך סאאאאאאאך מער געפרייט צו לייזן די פאר דאללער אויף די אויסגעהארעוועטע באנגעלאו און דעקן אביסל די געשוואלענע זוממער ביללס ווי עס צו געבן פאר זיין טאכטער\איידעם, אפילו דער אינגערמאן איז זייייעעער חשוב'ע אינגערמאן וואס גייט אפילו אין כולל. און לאמיר שוין זאגן אז ס'איז נארמאל אז קינדער אביוזן די טאטע'ס געלט, האלט איך גראדע אז ס'איז איבערוועגנד אומ-מענטשליך אז זיי האבן אפילו נישט געקעירט צו דערציילן פונקטליך פאר ווי לאנג זיי בלייבן און ער דארף קאלן פרעגן רשות ווען ער מעג שוין קומען.
אבער דאס אינטערעסירט מיך נישט עכט, ווייל איך וויל מיך נישט מישן אין משפחה מחלוקת.
אבער געוואלד!!!! איך דארף דעם באנגעלאו פאר א וואך!!! געב עס צוריק!!!
לעצט פארראכטן דורך ניקישי אום דאנערשטאג יולי 04, 2024 3:48 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
פארדינט ווערדפולע קרעדיט קארד פוינטס אויף אייער רענט טשעק!
פאר מער דיטעילס: viewtopic.php?p=4118083#p4118083
צו אפלייען: https://bilt.page/r/MWJO-LD0X
אוועטאר
געגאנגען
שר האלפיים
תגובות: 2425
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 2:43 pm

Re: א היידזשעקינג אין מענטיסעלא!! געב עס צוריק!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געגאנגען »

סאונדס פעינפול...

המקום ימלא חסרונו.
איך האב אגענדעס, איך האב שיטות. אבער קודם בין איך א איד!

נישט קיין חילוק וואס איך האלט. פאלג איך דעת תורה.
אוועטאר
יוסעלע השלישי
שר האלף
תגובות: 1156
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 17, 2023 9:12 pm
לאקאציע:פאר איין מינוט געגאנגען כאפן א ציגאר אינדרויסן. כ'קום שוין צוריק!

Re: א היידזשעקינג אין מענטיסעלא!! געב עס צוריק!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסעלע השלישי »

נעקסט טיים ווייס נישט אז דיין מומע ווערט א כלה...

בקיצור, כל הטורח בערב שבת וכו'

עניוועי מיין הארץ איז מיט דיר.
יוסעלע השלישי האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 7:50 pm
(אין אידיש: זייזוי גוט, געב א זעץ דעם ליבשאפט קנעפל פון אויבן.)
אוועטאר
יקל פעדער
שר האלף
תגובות: 1154
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 05, 2024 1:42 pm
לאקאציע:צווייטע שטיבל פון די לינקע זייט

Re: א היידזשעקינג אין מאנטיסעלא!! געב עס צוריק!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקל פעדער »

מיש אריין די עסקנים.
אוועטאר
א ווייסע ארבעטער
שר האלף
תגובות: 1345
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 19, 2021 10:21 am

Re: א היידזשעקינג אין מאנטיסעלא!! געב עס צוריק!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א ווייסע ארבעטער »

כ'כאפ נישט. איך קוק עס אן ווי א העכסט נארמאלע זאך, די קינדער ווייסן נישט אז דער טאטע וואלט עס געקענט פארדינגען, און אנשטאט זיי זאלן בארגן געלט פאר קאנטרי שנה ראשונה, נעמען זיי די באנגעלוי פון זייערע עלטערן. וואס איז די פראבלעם?
די רשעות האט ער געטון א יאר צוריק ביי זיין חתונה ווען ער האט געלאזו וויסן זיין טאטן אז זיין שטריימל קאסט כך וכך, וכן הלאה.
איך בין א @אליעזר קרויס פען, נאר מיט א שטיקל פילטער'ל. דהיינו:

מיר בלייבן יאנטשי ביז משיח'ס טאג בע"ה.
געלט איז אלעס - ווילאנג מ'האט עס נישט.
איך ווארט אויף די אונטערגאנג פון מדינת ישראל דורך משיח צדקינו בב"א.
בן טוב
שר האלף
תגובות: 1266
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 21, 2021 3:57 pm

Re: א היידזשעקינג אין מאנטיסעלא!! געב עס צוריק!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן טוב »

די ביסט שרעקליך הייס, כאפ א טשיל גיי מיט די קינדער און פארק (קענסט גיין אהן היט אום רעקל....) ווי אויך געדענק צו קוקן די וועטער וואס זאגט פעסטע רעגענעס פארן וויקענד, און זיי דיך מחי'ה ביי דיר און שטוב מיט א געשמאקע יום שבתון...
אוועטאר
בן גלאדעש
שר מאה
תגובות: 120
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 09, 2024 8:45 pm
לאקאציע:אין ווינקל

Re: א היידזשעקינג אין מאנטיסעלא!! געב עס צוריק!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן גלאדעש »

why drink and drive when you can smoke and fly
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”