בד"ה הרה"ג רבי שמעי' גרינבוים זצ"ל מח"ס סייעתא דשמיא על משניות ושא"ס

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

גראבט גריבער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 396
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 22, 2023 10:15 pm

Re: בד"ה הרה"ג רבי שמעי' גרינבוים זצ"ל מח"ס סיעתא דשמיא פירוש על משניות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראבט גריבער »

ווי קען מען הערן אויפן טעלפון זיינע חומש רש"י שעורים?
הימלישע וואסער
שר חמש מאות
תגובות: 630
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 25, 2022 9:00 pm

Re: בד"ה הרה"ג רבי שמעי' גרינבוים זצ"ל מח"ס סיעתא דשמיא פירוש על משניות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הימלישע וואסער »

איי רבי שמעי', דער לעגענדארער ראדני בית המדרש וועט קיינמאל מער נישט אויסקוקען די זעלבע אהן רבי שמעי'!
דאס מסירת נפש פון הרבצת התורה ביז די לעצוטע מינוט איז געווען עד להפליא. ווייל ווילאנג רבי שמעי' האט געאטעמט האט ער געאטעמט הרבצת התורה! דאס איז געווען זיין לעבן. געזיצען ביי זיך אין בוידעם און געשריבען זיין גאונישע פירוש המשניות גוזמאות פון שעות א טאג!
א שטאלץ וואס סאטמאר האט היינט פארלוירן!
.
בייק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 408
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 20, 2023 11:33 pm

Re: בד"ה הרה"ג רבי שמעי' גרינבוים זצ"ל מח"ס סיעתא דשמיא פירוש על משניות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בייק »

רבי שמעיה זצ"ל איז געווען פון די תלמידי חכמים אין סאטמאר וואס האבן גוט געקענט תנ"ך. ער איז געווען א בקי אין די שווערסטע פסוקים פון דניאל צו ישעי' וכדומה . עס האט מיר דערציילט א אינגערמאן אז ער האט געלערנט דעם ספר הק' ויואל משה און ער האט געהאט פארשידענע קשיות אויף די וועג וויאזוי די רבי זי"ע האט אריין געלערנט פשט אין פסוקי תנ"ך, איז ער געגאנגען פארלייגן זיינע שאלות צו רבי שמעיה. דער אינגערמאן האט געמיינט אז רבי שמעיה וועט אים אנשרייען פאר זיינע קשיות, אבער למעשה האט אים רבי שמעיה זייער פריינטליך אויפגענומען און זיך אפגעגעבן און אויסגעקלארט אלע זיינע שאלות מיט א געוואלדיגער רואיגקייט.

אגב, ווען רבי שמעיה איז געווען אין ארץ ישראל איז ער געגאנגען באזוכן דעם גאון רבי חיים קנייבסקי זצ"ל, ווי נאר זיי האבן אנגעהויבן צו שמועסן אין לערנען האט רבי חיים געזען אז מען רעדט דא פון א ריזיגן תלמיד חכם, מען האט צוזאמען געווארן די שווערסטע סוגיות פון ש"ס. צום סוף געט זיך רבי חיים א רוף אן, וואס זוכט אזא תלמיד חכם ווי אייך אין חוץ לארץ? האט אים רבי שמעיה צוריק געענטפערט במתק לשונות, חוץ לארץ דארף עפעס פוסטעווען??
אותות ומופתים
שר חמש מאות
תגובות: 750
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 28, 2023 4:24 pm

Re: בד"ה הרה"ג רבי שמעי' גרינבוים זצ"ל מח"ס סיעתא דשמיא פירוש על משניות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אותות ומופתים »

עפעס זאגט מען אז דער ברך משה האט באדויערט אז ער האט אים נישט געקענט נעמען פאר א איידעם, וויבאלד אלס בנש"ק מגזע היחס האט ער געמוזט טון רבי'שע שידוכים
נעכטן
שר האלפיים
תגובות: 2982
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 10, 2015 5:30 pm

Re: בד"ה הרה"ג רבי שמעי' גרינבוים זצ"ל מח"ס סיעתא דשמיא פירוש על משניות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעכטן »

IMG-20240707-WA0002.jpg
IMG-20240707-WA0002.jpg (126.57 KiB) געזען 1951 מאל
געשריבן דורך: נעכטן
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6791
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

Re: בד"ה הרה"ג רבי שמעי' גרינבוים זצ"ל מח"ס סיעתא דשמיא פירוש על משניות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

מורא'דיגע מעשה מיט הגאון רבי שמעי' זצ"ל (עמוד 3-4)
אטעטשמענטס
Microsoft Word - מאמר השקפה - תצוה תשפג.pdf
(201.7 KiB) געווארן דאונלאודעד 211 מאל
אוועטאר
Masmid
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4997
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 12, 2019 1:53 pm
לאקאציע:בית המדרש

Re: בד"ה הרה"ג רבי שמעי' גרינבוים זצ"ל מח"ס סיעתא דשמיא פירוש על משניות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Masmid »

מ'גייט געהעריג מספיד זיין?
ס'איז ראש חודש
המאור שבה יחזירנו למוטב!
ירוחם פישל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 375
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 16, 2023 3:17 pm
לאקאציע:מאנטריאל

Re: בד"ה הרה"ג רבי שמעי' גרינבוים זצ"ל מח"ס סיעתא דשמיא פירוש על משניות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירוחם פישל »

Masmid האט געשריבן: זונטאג יולי 07, 2024 12:24 am
מ'גייט געהעריג מספיד זיין?
ס'איז ראש חודש
מ'גייט מקדים זיין אז ס'איז נישט קיין הספד נאר כבוד התורה
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 36012
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: בד"ה הרה"ג רבי שמעי' גרינבוים זצ"ל מח"ס סיעתא דשמיא פירוש על משניות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

Masmid האט געשריבן: זונטאג יולי 07, 2024 12:24 am
מ'גייט געהעריג מספיד זיין?
ס'איז ראש חודש
חכם בפניו.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
לייקוס
שר מאה
תגובות: 200
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 22, 2020 10:45 pm
לאקאציע:לעיקוואד

Re: בד"ה הרה"ג רבי שמעי' גרינבוים זצ"ל מח"ס סיעתא דשמיא פירוש על משניות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייקוס »

מורי ורבי וואס איך האב קיינמאל נישט זוכה געווען צו זעען אדער הערען.

אבער פארט מיין הצלת נפש און לימוד המשניות,איך געדענק זיך מוטשענען אויף געוויסע משניות,ווען איך האב געטראפען די סייעתא דשמיא איז לעכטיג געווארען,ר שמעיה קומט מיט אפאר ודע׳ס און ודע עוד׳ס און סאיז געווארען לעכטיג.
ווער סוויל אריינגיין און א נייע מסכתא, אדער א נייע חלק המסכתא, און האבען און קאפ די קלארקייט פון וואס פונקטליך מרעדט,איז די משניות א סייעתא דשמיא וואו חז״ל זאגען טאקע ״לאוקמיה גירסיה סייעתא דשמיא״ ער האט גארנישט געלאזט אויבערפלעכליך ער האט אריינגעדרינגען און יעדע נקודה עס געשטעלט וואו סגעהער.

איך פלעג מיך וואונדערען צו ער וועט אמאל ארויסגעבען א חיבור אויף ש״ס אז מזאל קענען לערענען א שטיקעל גמרא מיט אזא בהירות וואו משנה מיט ר שמעיה.
און יא א מסכתא וואו סאיז נישט דא קיין סייעתא דשמיא איז די ארטסקרול אסאך שוואכער,סקלאר אזוי האבען געבויט אויף עם.

ר׳ שמעיה׳ס קלארקייט איז געווען אויפען היינטיגען לעוועל קלאר,סאיז שווער מסביר צוזיין ווייל איך ווייס אוכט נישט פונקטליך וואס איך מיין,אבער יעדע ספר איז געשריבען געווארען א געוויסע דור און מיט די שכל פון יענע דור,וואו נישט וואו איז היינט מיט אונזער באקוועמע דור האבען אונז א געוויסע רואיגע און באקוועמע געדאנקען גאנג וויאזוי אונז פארשטייען זאכען,ר׳ שמעיה האט אריינגעברענגט דיע משנה מיט אזא מין בהירות אז ווער סהאט עטוואס געלערענט זאל עס קענען פארשטיין,און אוכט פאר דיע וואס די קאפ איז שוין פארדעמיעדזשעד געווארען מיט די עיון ישיבות און מקען שוין נישט לערנען אסאך אהן אנכאפען די גאנצע נושא פון אלע זייטען, פאר דיע האט ער אוכט געקעיטערט.
לעצט פארראכטן דורך לייקוס אום זונטאג יולי 07, 2024 7:55 am, פארראכטן געווארן 3 מאל.
בני לוי
שר חמישים
תגובות: 54
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 8:46 pm

Re: בד"ה הרה"ג רבי שמעי' גרינבוים זצ"ל מח"ס סיעתא דשמיא פירוש על משניות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני לוי »

נעכטן האט געשריבן: זונטאג יולי 07, 2024 12:22 am
IMG-20240707-WA0002.jpg
משמע פונעם צעטל אז די לווי' גייט זיין אין ביהמ"ד
איי די וועלט איז א שמאלער בריק און דער עיקר און דער עיקר נישט דערשרעקן זיך
שפילקעס
שר האלפיים
תגובות: 2281
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 09, 2023 7:17 pm

Re: בד"ה הרה"ג רבי שמעי' גרינבוים זצ"ל מח"ס סיעתא דשמיא פירוש על משניות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפילקעס »

בד’’ה. א שרעקליכע פארלוסט פאר אונזער דור יתום.

נישט מער ווי פאסיג אז די לויה זאל זיין אין לפידות קאנטרי. געדענק מיר נאך גוט די טישל אין וואלד ווי די גאון פלעגט הארעווען שעות ארוכות בלי הפסק, מערב עד בקר בלי הפסק ממש, די גאנצע ארום איז געווען ווי אבגעשטארבן.

חבל על דאבדין.
הימלישע וואסער
שר חמש מאות
תגובות: 630
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 25, 2022 9:00 pm

Re: בד"ה הרה"ג רבי שמעי' גרינבוים זצ"ל מח"ס סיעתא דשמיא פירוש על משניות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הימלישע וואסער »

נעכטן האט געשריבן: זונטאג יולי 07, 2024 12:22 am
IMG-20240707-WA0002.jpg
לפידות פלעגט גיין סינאנים מיט רב שמעי' און רבי חיים מערץ זכרונם לברכה. געווען צייטען אמאל.
אוועטאר
פאסט טרעגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3767
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 17, 2020 5:50 pm

Re: בד"ה הרה"ג רבי שמעי' גרינבוים זצ"ל מח"ס סיעתא דשמיא פירוש על משניות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאסט טרעגער »

בד''ה

די לעצטע עטליכע יאר האט ער געדינט אלץ רב בביהמ''ד בית יואל אין בנין עסטרייכער.
לעצט פארראכטן דורך פאסט טרעגער אום זונטאג יולי 07, 2024 12:36 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
כל טוב
שר האלף
תגובות: 1335
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 11, 2012 4:03 pm

Re: בד"ה הרה"ג רבי שמעי' גרינבוים זצ"ל מח"ס סיעתא דשמיא פירוש על משניות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כל טוב »

בד''ה גאר א גרויסע חלל בלייבט יעצט ביי כלל ישראל

זענען די איבעריגע מסכתות גרייט ארויסצוקומען?
כ'פארשטיי מ'ארבעט כסדר אויף חלקים
סראלי
שר שמונת אלפים
תגובות: 8858
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 02, 2014 11:22 am
לאקאציע:אין די טריי סטעיט עריע

Re: בד"ה הרה"ג רבי שמעי' גרינבוים זצ"ל מח"ס סיעתא דשמיא פירוש על משניות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סראלי »

אותות ומופתים האט געשריבן: זונטאג יולי 07, 2024 12:18 am
עפעס זאגט מען אז דער ברך משה האט באדויערט אז ער האט אים נישט געקענט נעמען פאר א איידעם, וויבאלד אלס בנש"ק מגזע היחס האט ער געמוזט טון רבי'שע שידוכים
ביי וועם איז רבי שמעי׳ ז״ל געווען אן איידעם?
ישראל אשר בך אתפאר
4g קאפ
שר מאה
תגובות: 200
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 04, 2019 10:39 pm

Re: בד"ה הרה"ג רבי שמעי' גרינבוים זצ"ל מח"ס סיעתא דשמיא פירוש על משניות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 4g קאפ »

קרייסלער האט געשריבן: מוצ"ש יולי 06, 2024 11:41 pm
די חידוש איז אז זיינע שיעורים אויף אקדמות אדער מלכיות זכרונות שופרות זענען פונקט אזוי טיעף ווי זיינע שיעורים אויף משניות, ער איז געווען א זעלטענער דייקן און גרונטליכע לערנער, אה עס בענק זיך צו זיינע חומש רש"י שיעורים אין פאליש, מיט אזא געשמאק און קלארקייט

חבל על דאבדין
ווי קען מען הערן די שיעורים אויף אקדמות?
ווען מען מעלקט א קוה דארף מען זיך אראפ בייגען צו אים אפילו ער איז א בהמה...........
אוועטאר
כפרה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4046
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מארטש 08, 2019 10:50 am

Re: בד"ה הרה"ג רבי שמעי' גרינבוים זצ"ל מח"ס סיעתא דשמיא פירוש על משניות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כפרה »

סראלי האט געשריבן: זונטאג יולי 07, 2024 12:37 am
אותות ומופתים האט געשריבן: זונטאג יולי 07, 2024 12:18 am
עפעס זאגט מען אז דער ברך משה האט באדויערט אז ער האט אים נישט געקענט נעמען פאר א איידעם, וויבאלד אלס בנש"ק מגזע היחס האט ער געמוזט טון רבי'שע שידוכים
ביי וועם איז רבי שמעי׳ ז״ל געווען אן איידעם?
https://www.geni.com/people/Rabbi-Shema ... 6712197935
שטיצט די געשעפטן וואס לייגן די פרייזן אויף די שעלפ'ס.
#ווייז-די-פרייז
אביונה
שר האלפיים
תגובות: 2699
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

Re: בד"ה הרה"ג רבי שמעי' גרינבוים זצ"ל מח"ס סיעתא דשמיא פירוש על משניות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביונה »

סראלי האט געשריבן: זונטאג יולי 07, 2024 12:37 am
אותות ומופתים האט געשריבן: זונטאג יולי 07, 2024 12:18 am
עפעס זאגט מען אז דער ברך משה האט באדויערט אז ער האט אים נישט געקענט נעמען פאר א איידעם, וויבאלד אלס בנש"ק מגזע היחס האט ער געמוזט טון רבי'שע שידוכים
ביי וועם איז רבי שמעי׳ ז״ל געווען אן איידעם?
ר' ישראל אלטר הכהן וויינשטאק ז''ל
והקריב מן התרים או מן בני היונה קרבנו
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4549
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע:אויפן ראוד

Re: בד"ה הרה"ג רבי שמעי' גרינבוים זצ"ל מח"ס סיעתא דשמיא פירוש על משניות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

4g קאפ האט געשריבן: זונטאג יולי 07, 2024 12:38 am
קרייסלער האט געשריבן: מוצ"ש יולי 06, 2024 11:41 pm
די חידוש איז אז זיינע שיעורים אויף אקדמות אדער מלכיות זכרונות שופרות זענען פונקט אזוי טיעף ווי זיינע שיעורים אויף משניות, ער איז געווען א זעלטענער דייקן און גרונטליכע לערנער, אה עס בענק זיך צו זיינע חומש רש"י שיעורים אין פאליש, מיט אזא געשמאק און קלארקייט

חבל על דאבדין
ווי קען מען הערן די שיעורים אויף אקדמות?
איינמאל געקויפט א סי די אינעם קיאסק, מסתמא איז עס היינט דא אויף קול הלשון
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
זיסער אידל
שר מאה
תגובות: 163
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 02, 2024 11:40 pm

Re: בד"ה הרה"ג רבי שמעי' גרינבוים זצ"ל מח"ס סיעתא דשמיא פירוש על משניות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיסער אידל »

בני לוי האט געשריבן: זונטאג יולי 07, 2024 12:30 am
נעכטן האט געשריבן: זונטאג יולי 07, 2024 12:22 am
IMG-20240707-WA0002.jpg
משמע פונעם צעטל אז די לווי' גייט זיין אין ביהמ"ד
אין לפידות גייט עס זיין אין ביהמ"ד
שפילקעס
שר האלפיים
תגובות: 2281
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 09, 2023 7:17 pm

Re: בד"ה הרה"ג רבי שמעי' גרינבוים זצ"ל מח"ס סיעתא דשמיא פירוש על משניות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפילקעס »

אותות ומופתים האט געשריבן: זונטאג יולי 07, 2024 12:18 am
עפעס זאגט מען אז דער ברך משה האט באדויערט אז ער האט אים נישט געקענט נעמען פאר א איידעם, וויבאלד אלס בנש"ק מגזע היחס האט ער געמוזט טון רבי'שע שידוכים
איך ווייס נישט אויב דעס איז אמת. אבער מ’זאגט עפעס גוזמאות פון שעות רצופות וואס ער פלעגט לערנען אלטס בחור.
אביונה
שר האלפיים
תגובות: 2699
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

Re: בד"ה הרה"ג רבי שמעי' גרינבוים זצ"ל מח"ס סיעתא דשמיא פירוש על משניות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביונה »

כדי צו דערמאנען
ער האט געהאט די זכיה ארויס צוגעבן און מהדיר זיין דעם פירוש הר''ש השלם מכתב יד אויף משניות טהרות ציזאמען מיט ידידו וריעו להבל'ח ר יצחק אליעזר וואלדמאן שליט'א, שפעטער האבן זיי דאס פארקויפט פאר עוז והדר, ווי ר' שמעיה האט זיי געגעבן א בריוו וואס איז אריינגעדרוקט אין די מסכתא, ווי ער איז מאשר די זכות הדפסה פאר עוז והדר

יארן צוריק האט ער ארויסגעגבן תוספות רבינו פרץ עמ''ס סוכה מיט זיינע הערות
והקריב מן התרים או מן בני היונה קרבנו
געוואלטיג
שר האלפיים
תגובות: 2885
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 29, 2011 5:12 pm

Re: בד"ה הרה"ג רבי שמעי' גרינבוים זצ"ל מח"ס סיעתא דשמיא פירוש על משניות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געוואלטיג »

לוי' וועט פארקומען אינעווייניג אין ביהמ"ד הגדול סאטמאר ראדני (וואו ער פלעגט פארלערנען די שיעורים יארן לאנג) אום 10 אזייגער
ביי לפידות קאנטרי 2 נאכמיטאג
און ביים ביהמ"ד הגדול קרית יואל 12 גארפילד 4 נאכמיטאג
לעצט פארראכטן דורך געוואלטיג אום זונטאג יולי 07, 2024 12:59 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
פוטין איז דער פתויי הייצר זיך צי איינרעדן אז מקען זיין שלעכט און פירן יעדן ביים קארג.. אבער חז"ל זאגן אונז קלאר:
סוף גנב לתלי'! פון דעם האט זיך קיינער נישט ארויסגעדרייט!
ווי לאנג עס וועט נעמען?
דאס ווענד זיך שוין אין אונזערע תפילות!
לייב ירק
שר חמש מאות
תגובות: 876
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 17, 2014 9:13 pm

Re: בד"ה הרה"ג רבי שמעי' גרינבוים זצ"ל מח"ס סיעתא דשמיא פירוש על משניות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייב ירק »

אביונה האט געשריבן: זונטאג יולי 07, 2024 12:50 am
כדי צו דערמאנען
ער האט געהאט די זכיה ארויס צוגעבן און מהדיר זיין דעם פירוש הר''ש השלם מכתב יד אויף משניות טהרות ציזאמען מיט ידידו וריעו להבל'ח ר יצחק אליעזר וואלדמאן שליט'א, שפעטער האבן זיי דאס פארקויפט פאר עוז והדר, ווי ר' שמעיה האט זיי געגעבן א בריוו וואס איז אריינגעדרוקט אין די מסכתא, ווי ער איז מאשר די זכות הדפסה פאר עוז והדר

יארן צוריק האט ער ארויסגעגבן תוספות רבינו פרץ עמ''ס סוכה מיט זיינע הערות
עס איז נאך דא צי באקומען די משניות מיט פירוש הר"ש?
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע נייעס”