מיין פריוואטע נסיון, זיך אליין אפצו'הרג'נען...
אקעי -זאגט ער- געב מיר א קליינע טעלער... אבער זי האט גאר אנדערע מושגים אין קליינקייט, ביז א מינוט ליגט אופן טיש פארנט פון ים א ברייטע טעלער אנגעפילט מיט א הויפן פונעם קארטאפל/שמאלץ/פלייש/מארך ביינער געמויזעכץ הנקרא בלשון חיבה יאפטשיק, און צושניטענע בני דרום זויער פיקל צו דער זייט און א שוויצעדיגע גלאז סעלטצער.
יאנקל זעצט זיך טועם זיין, ווען ביי אים אין קאפ שוועבט א הבטחה צו זיך אלייינס "איך עס נאר דריי לעפל וזהו".
נאכן אריין נעמען איין ביס אין מויל איז אים קלאר געווארן צוויי זאכן 1) אז די יאפטשיק האט גענוג זאלץ. 2) אז ער וועט נישט קענען אויספירן זיין צוזאג... אזוי זיצט ער און שמועסט מיט זיין מאמע איבער אלע וויכטיגע נייעס, ווי למשל איבער הינדי'ס נייע דזשא"ב אפע"ר און שיינדי'ס סטרעפ"ט...
ביז עטליכע מינוט איז דאס אינהאלט פון זיין טעלער באשטאנען פון עטליכע פלאנקען ביינדעלעך און א שיכט אויל...
א גוטע נאכט מאמי, די יאפטשיק איז געווען העווע"ן, פונקט גענוג זאלץ און גענוג צוויבל, נעקסטע וואך קענסטו מאכן איינס פאר מיר...
פרייטאג צופרי: לאמיר נישט באדערן יאנקל, ער ליידט היינט פון בויך שמערצן און ער איז נישט דאהי, ווער רעדט נאך פון זיין קבוע'דיגן מנין שחרית, און זיין פארטאגס חברותא, האט ער אוודאי פארפאסט...
***
דינסטאג צופרי: ממחרת א קוזינ'ס חתונה אין אפסטעיט, (וואס ער האט למען השם געדארפט גיין, אויס פחד פון זיין שוויגער, קוים וויסענדיג ווער ס'איז דער מחותן...) אויפגעשטאנען שפעטליך אפגעדראפט די קאר צוריק ביים רענטל, לויפט מאיר אין שול אריין, נאכן דאווענען יאגט ער זיך ארויס ,לויפן אין כולל אריין, אזוי לויפנדיג דערמאנט ער זיך אז ער'ט נישט מיטגענומען זיין (שווארצע) זעקל טונא מיט קרעקערס עפעס טועם צו זיין במקום פרישטאג...אה אה ס'קומט א הונגעריגן סדר?! בכלל נישט אנגענעם (כל שכן פארן חברותא...)
אנקומענדיג אין כולל באמערקט ער צו זיין מזל א טאץ "פרישע" (נישט סטערנ'ס) ראגעלעך, די ברוינע און די ווייסע... אהה... ברוך השם אטעמט ער אפ... איינגעשפארט א תענית... ער לייגט שנעל אריין צוויי טשאקאלעט און דריי ווענילע ראגעלעך אין א טישו, מאכט א קאווע, און שלייכט זיך אריין חדר שני, טונקען מזונות אין קאווע אפעטיטלעך...
א שעה שפעטער: מאיר'ס אויגן לעפלעך הייבן אן קלעבן, און זיין מח הייבט אן שווינדלען, זיין שטערן און ארעם מאכן א יד אחת אויפן טור...
***
רבותי אונז אלע ווייסן אז עס איז דא מאכלים וואס זענען נישט גוט פאר אונז, ווי אויליגע פעטע מאכלים, צו ווייס מעל/יוסט/צוקער, צו וואס עס זאל נאר זיין (אלקאהאל איז אפגערעדט...) וואס אויב עסט מען דערפון "הרג'ט מען אוועק" א טאג פון פראדוקטיוועטי מטעמים מובנים.
בשעת איר זעצט זיך צום מאכל ווייסט איר אז איר הרג'ט אוועק די קומענדיגע שעה'ן... נאר... די מאכל שמייכלט... די רייץ איז גרויס... אבער קוק עס אן מיט אזא בליק - איר האט איצט א "נסיון פון זעלבסטמארד" אויף א קליינע פארנעם...
עס לוינט נישט, פאר הנאה פון 3 מינוט, אוועקגעבן א טאג פון פראדוקטיוויטעט, איך רעד נישט מסילת ישרים'דיג, איך רעד פראקטיש...
ויהיה זה לע"נ אלע טעג וואס זענען מיר געגאנגען א גאנג פון - ווייס ברויט/מזונות/טשולנט וכו' וכו'