גאר דראמאטישע אומבאקאנטע שטיק היסטארי פון די ניינצן זעכציגער יארן

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
ווייטאג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 446
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 15, 2021 4:48 pm

גאר דראמאטישע אומבאקאנטע שטיק היסטארי פון די ניינצן זעכציגער יארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייטאג »

עס איז בכלל נישט געווען קיין גרינגע צייטן פאר די אלגעמיינע אמעריקאנע איינוואוינער, דעלמאטס אין די ניינצן זעכציגער יארן.
די עקענאמיע האט היפש אונטערגעהינקעט עס איז נישט געווען קיין סאך אפענע ארבעט פאזיציע געלעגנהייטן, און ווען עס האט זיך שוין יא געמאכט, איז גלייך געווען א ליסטע פון עטליכע הונדערט אפליקאנטן, און אפי' ווער עס האט זיך שוין יא פארשאפט עפעס אן פאזיציע, האט אויך נאר באקומען באצאלט ממש איינצעלע דאלער א שעה, קוים גענוג צו דעקן די מינימאלע הוצאות פאר א גאר פשוט'ע לעבנס שטייגער,

פאר די ווענג פאמיליע פון מינעסאוטע איז די מצב נישט געווען קיין סאך בעסער, אין א געוויסע זין איז עס פאר זיי געווען נאך שווערער ווי פאר א געווענליכע אמעריקאנע פאמיליע, די ווענג'ס האבן אימעגירירט פון אזיע אין די אנהייב ניינצן זעכציגער, נישט קענענדיג די שפראך, אן קיין שום קרובים אין אמעריקע איז עס געווען פי כמה שווערער זיך אן עצה צו געבן צו טרעפן א נארמאלע ארבעט מיט א פאסיגע געהאלט.

צו דעם אלעם האט נאך א צרה באטראפן די ווענג'ס, ווען ס'איז ביי זיי געבוירן געווארן א קינד וואס איז ליידער געווען א דאון סינדראום קינד, וואס דאס, האט נאך פילפאכיג פארערגערט די שוועריגקייטן פון די משפחה, אזוי אז מיסיס ווענג האט נישט געהאט קיין אנדערע ברירה, און אויפגעגעבן אויף איר ביז דעלמאטס'דיגע ארבעט, ווי זי פלעגט ארויסגיין יעדע צופרי מיט א קליינע וואגן מיט אביסעלע טרינקען און קוכן, און זי פלעגט דאס פארקויפן פאר די לאקאלע קאנסטרוקציע ארבעטער, ביי זייער צופרי אדער מיטאג אפרוה שעה, און אז זי האט עס אויפגעגעבן איז די איינציגסטע מקור הפרנסה געווען די פאר גרייצער וואס מר. ווענג האט אריינגעברענגט פון זיין פארט טיים דזשאב אלס דזשעניטער אין א גרויסע אפיס געביידע.
אזוי האט זיך די פאמיליע געלעבט פון פרוטה צו פרוטה צו קענען אדורך שטופן דעם חודש, סיי די געווענליכע חודש'ליכע הוצאות, און צוגאב צו די הוצאות פון אויפהאלטן א נישט געזונט קינד.


*************************************************

וואשינגטאן די סי
פרעזידענט דזשאנסאן יר''ה איז נארוואס אריין צו א זיצונג מיט זיין ווידער ערוויילונג קאמפיין שטאב, דער פרעזידענט האט פאררופן די זיצונג זייענדיג היפש צושאקלט נאכ'ן הערן ווי אפגעשוואכט זיינע אנקעטע נומערן זענען געווארן אין די לעצטע פאר וואכן.

די פרעזידענט האט ביים זיצונג געפרעגט די קאמפיין שטאב וואס זייער מיינונג איז לגבי אין וועלכע הינזיכט איז די בעסטע צו לייגן זיין קאנצענטרירונג כדי ער זאל בעסער ארויסנעמען ביים אמעריקאנעם פאלק.

מר. דזשערי בליס, דער הויפט פונעם קאמפיין שטאב האט אויסגעקלארט זיין האלז און גענומען דאס ווארט :
מר. פרעזידענט ווי איך פארשטיי די עיקר פראבלעם ליגט, אין די קשר פונעם פרעזידענט צום פאלק, דהיינו אז די פאלק האט עפעס אזא הרגשה אז דער פרעזידענט איז נאר פארנומען צו האנדלען מיט זאכן וואס אנבאלאנגט מלחמות, אדער אויסערן פאליסי, און אזוי ווייטער,
אבער סתם האבן א קאנעקשאן מיט די אמעריקאנער המון עם, קוקט עפעס אויס ווי עס עקזיסטירט נישט בכלל ביים פרעזידענט.
דער פרעזידענט דארף טרעפן א וועג ארויסצווייזען א שייכות מיט די געווענליכע אמעריקאנע פאמיליע, אז זיי זאלן שפירן אז די אקטן פונעם פרעזידענט האט א שייכות מיט זיי אויך.

דערפאר וואלט איך געראטן פארן פרעזידענט זאל טוהן דאס פאלגענדע, מען זאל ארויסלייגן א גרויסע רעקלאמע קאמפיין ווי מען וועט לאזן וויסן פארן פאלק אז דער פרעזידענט זוכט א פאמיליע וואס זאל גרייט זיין זיך אריינצוציען וואוינען אינעם ווייסן הויז, צו ארויסהעלפן די פרעזידענטליכע פאמיליע מיט זייערע טאג טעגליכע אנגעלעגנהייטן, און ווען די גאס וועט זעהן אז דער פרעזידענט איז גרייט צו נעמען א סתם פאמיליע וואוינען צוזאמען מיט אים, וועט עס געבן זייער א שטארקע מעסעדזש אז דער פרעזידענט קוקט, און זארגט זיך, און לאזט זיך אראפ, צו די געווענליכע בירגער, דאס איז מיין מיינונג, האט אויסגעפירט מר. דזשערי.

א גרויסן שכח זאגט דער פרעזידענט די פלאן געפעלט מיר זייער, מיטינג געשלאסן.

די נעקסטע טאג זענען אויף אלע טעלעוויזיע און ראדיא סטאנציעס געמאלדן געווארן, די אינטערעסאנטע נייעס, אז צום ערשטן מאל אין אמעריקאנע היסטאריע, ווערט געזוכט א פאמיליע וואס איז גרייט זיך צו אריינציען אינעם ווייסן הויז, ארויסצוהעלפן די פרעזידענטליכע פאמיליע מיט די טאג טעגליכע הלוך ילך, מיט א נומבער אריינצורופן פאר ווער עס איז אינטערעסירט.

שוין אין יענעם ערשטן טאג האט אנגעהויבן אריינשטורמען טויזענטער אפליקאציעס פון פאראינטערעסירטע פאמיליעס, און ביז צוויי וואכן איז שוין געווען עטליכע הונדערט טויזענט אפליקאציעס.

און מ'האט טאקע געזען וויאזוי די אנקעטע נומערן האבן געכאפט א פעסטע שאקל אויף ארויף, דורך די מיליאנען אמעריקאנער וואס האבן אנערקענט ווי שטארק דער פרעזידענט לאזט זיך אראפ צום אמעריקאנעם פאלק.

דריי וואכן נאך וואס דער ארגינעלער רעקלאמע איז ארויסגעקומען, האט מען אפגעהאלטן א גורל אין די ווייסע הויז ארויס צוקלויבן ווער וועט זיין די גליקליכע פאמיליע, און די געווינער איז געווען נישט קיין צווייטער ווי... פאמיליע ווענג פון מינעסאוטע.

ווען די ווענגס האבן באקומען די ידיעה אז זיי זענען די גליקליכע געווינער איז צו זייער פרייד נישט געווען קיין גרעניץ, ענדליך וועט זיך שוין ענדיגן זייערע שווערע צייטן.

נאך יענעם וואך האבן זיי איינגעפאקט זייער ביסל האב און גוטס, און זענען אפגעפארן מיט א פריוואטע פליגער צו וואשינגטאן די סי, ווי די פרעזידענטליכע מאטארקאדע האט זיי שוין אפגעווארט אין עירפארט, און זיי אפגעטראגן גלייך צום ווייסן הויז, ווי מען האט זיי שוין געהאט איינגערישט א ספעציעלע צימער אינעם מערב פליגל, ווי עס גייט זיין זייער אפיציעלע וואוין ארט, פאר די קומענדיגע שטיק צייט.

נאך יענע נאכט איז דער פרעזידענט געקומען אפשטאטן א באזוך אינעם מערב פליגל צו קומען באזוכן די נייע פאמיליע, די פרעזידענט האט באגריסט די טאטע און מאמע און זייער אינגעלע לאאק מיט דאון סינדראם.

נאכדעם וואס זיי האבן זיך שיין באדאנקט פארן פרעזידענט, האט די פרעזידענט זיי געזאגט אזוי: קוקט אהער עטס זענטס אויסגעוועלט געווארן, פון קרוב צו א מיליאן אפליקאנטען, צו קומען דא ארבעטן און וואוינען אין די ווייסע הויז, איך בעט נישט גארנישט פון אייך נאר איין זאך געדענקטס אז דא איז די ווייסע הויז און עטס דארפטס רעספעקטירן דעם פאקט אז איך האב ענק אריינגענומען דא וואוינען, און אז עס איז די ערשטע מאל אין אמעריקאנע היסטאריע וואס א פרעזידענט טוט אזא זאך,

אודאי אזוי זאגט מר. ווענג מיט זיין צובראכענעם ענגליש, מיר וועלן דאס א גאנץ לעבן געדענקען און מיר וועלן אייביג האבן די ריכטיגע רעספעקט.

************************************
די ערשטע נאכט אינעם ווייסן הויז איז געווען ממש ווי א חלום פאר די ווענג פאמיליע, ברייטע בעטן, הערליכע שלאף צימערן, ממש העכער אלע זייערע ערווארטונגען.
די נעקסטע צופרי ווען פרוי ווענג איז געגאנגען אביסל פארברענען מיט די פרוי פונעם פרעזידענט, האט זי געלאזט דעם קליינעם לאאק אביסל ארומלויפן אינעם צימער ווי זיי האבן פארברענגט.
ווען פלוצלינג...קראך...
לאאק האט אראפגעכאפט עפעס א שיינעם באטל פון איינע פון די מעבל און אן קיין שום ווארענונג א טראסק געטאן, אראפ... צוקראכט אויף פיצלעך, די גלאז האט זיך צושפרייט ארום די גאנצע צימער.

פרוי ווענג איז געווען פארפרוירן פון פחד נישט וואוסענדיג וואס קומט נעקסט, מ'האלט קוים איין טאג נאכן זיך אהערציען און שוין אזא דורכפאל, א פחד איז אדורך געלאפן אירע ביינער שוין זעענדיג אין איר מחשבה וויאזוי דער פרעזידענט שיקט איר צוריק אהיים קיין מינעסאטע צו איר אלטע לעבנסשטייגער אן קיין פרוטה צו די נשמה.

עס גייט נישט דורך קיין צען מינוט און זי באקומט א מעלדונג פון די סיקרעט סערוויס, אז די פרעזידענט וויל רעדן מיט איר, הענט און פיס האבן זיך געשאקלט ביי איר זיך גרייטנדיג צום ערגסטן.
זי קומט אריין צום פרעזידענט און ער קוקט אויף איר און זאגט איר קוק אהער פרוי ווענג איך האב רחמנות געהאט אויף דיר און דיין משפחה און שוין צום ערשטן טאג האסטו געלאזט דיין קינד חרוב מאכן זאכן דא אינעם ווייסן הויז?
איך וואלט ענק געקענט פאר די עבירה ענק הייסן גיין צוריק אהיים, אבער איך האב רחמנות אויף אייך איך לאז אייך דא בלייבן וואוינען איין זאך וואס איך פארלאנג יא איז דאס פאלגענדע:

יעדע מאל וואס לאאק וועט עפעס חרוב מאכן דא אינעם ווייסן הויז וועסטו דארפן נאכרוימען דו און נישט קיין צווייטער, פארשטאנען?

********************************

אחי ורעי ''דאס'' האט ר' משה הדרשן געמיינט מיט זיין משל פון תבוא אמו ותקנח צואת בנה,
די מלך וואלט געקענט פארטרייבן די שפחה פאר אזא זולזול בכבוד המלכות, אבער די מלך האט מוותר געווען און געזאגט ס'גוט, דו רוים נאר אויף און איך בין מוחל, דאס איז די טיפקייט פונעם משל צו פארשטיין די חסד השם אז ער האט אונז געגעבן מצוות אפר פרה, צו מכפר זיין אויפן חטא העגל.


זאל דער אייבערשטער העלפן אז אונז זאלן שוין בקרוב נאכאמאל זוכה זיין צו שפריצן אפר פרה במהרה בימינו הצלחה רבה.
א לייק ביטע
לעצט פארראכטן דורך ווייטאג אום זונטאג יולי 07, 2024 10:00 pm, פארראכטן געווארן 3 מאל.
שעטנז
שר האלף
תגובות: 1221
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 11, 2022 11:50 am

Re: גאר דראמאטישע אומבאקאנטע שטיק היסטארי פון די ניינצן זעכציגער יארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שעטנז »

!!!!!!!!!!!!!! מאסיוו!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!
מיין פלאמבער האט אויך זייער שלעכטע מידות... אבער ער טויגט אויף פלאמבינג
טראמפ האט טאקע מידות מושחתות אבער פארפאלן ער טויגט...
אוועטאר
בן גלאדעש
שר מאה
תגובות: 132
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 09, 2024 8:45 pm
לאקאציע:אין ווינקל

Re: גאר דראמאטישע אומבאקאנטע שטיק היסטארי פון די ניינצן זעכציגער יארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן גלאדעש »

WOW!!!
@ווייטאג דעס איז קרעיז"י!!!
as usual...

#מוסר_השכל_איז_דיין_זאך!!!
לעצט פארראכטן דורך בן גלאדעש אום זונטאג יולי 07, 2024 2:38 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
why drink and drive when you can smoke and fly
געפינטעלטע טשערי
שר העשר
תגובות: 47
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 30, 2024 8:15 pm

Re: גאר דראמאטישע אומבאקאנטע שטיק היסטארי פון די ניינצן זעכציגער יארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געפינטעלטע טשערי »

גרעיט דזשאב!!!!!!!!!!!!!!!!!
אוועטאר
קאטשקע פיס
שר מאה
תגובות: 152
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 08, 2024 4:02 pm
לאקאציע:כולל

Re: גאר דראמאטישע אומבאקאנטע שטיק היסטארי פון די ניינצן זעכציגער יארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאטשקע פיס »

כ"בין שפראכלאז!!!!!!!!!
מאסיוו!!!!
האסט מיר א גוטע איידיע פאר אן אינטערשריפט?

אישי!
אוועטאר
ערד_עפל
שר חמש מאות
תגובות: 909
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 19, 2022 2:24 pm

Re: גאר דראמאטישע אומבאקאנטע שטיק היסטארי פון די ניינצן זעכציגער יארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערד_עפל »

היבש אנדערש ווי די גליטשען ארטיקל, באט אקעי.

@ווייטאג דו ביסט קאלירפול ווי א רעגנבויגן
חיים שתקן האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 02, 2022 2:30 pm
שרייטס אלע: ערד פערד, עפל קרעפל, ערד פערד, עפל קרעפל...
אוועטאר
משה יצחקי
שר האלף
תגובות: 1483
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 10, 2023 12:44 pm
לאקאציע:א סוד!

Re: גאר דראמאטישע אומבאקאנטע שטיק היסטארי פון די ניינצן זעכציגער יארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה יצחקי »

שטארק הנאה געהאט!

שכח!
געלט, איז נישט אזוי גוט מיט עס, ווי ס׳איז שלעכט אָן עס..
אוועטאר
ווייטאג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 446
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 15, 2021 4:48 pm

Re: גאר דראמאטישע אומבאקאנטע שטיק היסטארי פון די ניינצן זעכציגער יארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייטאג »

ערד_עפל האט געשריבן: זונטאג יולי 07, 2024 3:33 pm
היבש אנדערש ווי די גליטשען ארטיקל, באט אקעי.

@ווייטאג דו ביסט קאלירפול ווי א רעגנבויגן
ממעג דאך אמאל שרייבן עפעס תורהדיג אויך נישט אזוי ?
אוועטאר
ארטיסטיש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 331
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 13, 2024 2:37 pm

Re: גאר דראמאטישע אומבאקאנטע שטיק היסטארי פון די ניינצן זעכציגער יארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארטיסטיש »

קרעיזי!!!
זייער א תוכנ'דיגע ענד!

ווען כ'קען ווען געבן הינדערט לייקס....👍👍👍
געלאסענע איילבירט
שר מאה
תגובות: 155
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 23, 2023 8:02 pm

Re: גאר דראמאטישע אומבאקאנטע שטיק היסטארי פון די ניינצן זעכציגער יארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלאסענע איילבירט »

מעכטיג שיין געשריבן !!!!!
אוועטאר
האסטו וועסטו
שר חמשת אלפים
תגובות: 5202
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 27, 2021 8:43 pm
לאקאציע:דא

Re: גאר דראמאטישע אומבאקאנטע שטיק היסטארי פון די ניינצן זעכציגער יארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסטו וועסטו »

Wow
ווערטערלאז
אוועטאר
טראפקעלע
שר האלף
תגובות: 1127
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 27, 2023 5:45 pm
לאקאציע:צווישן די טראפנס

Re: גאר דראמאטישע אומבאקאנטע שטיק היסטארי פון די ניינצן זעכציגער יארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראפקעלע »

קאקא!!!
מענדלאוויטש
שר חמישים
תגובות: 70
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 16, 2018 2:13 pm

Re: גאר דראמאטישע אומבאקאנטע שטיק היסטארי פון די ניינצן זעכציגער יארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מענדלאוויטש »

זייער שיינע פוינט זאפטיג אראפגעלייגט
אוועטאר
ערעב איד
שר האלף
תגובות: 1251
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 03, 2020 11:47 pm
לאקאציע:אלל אווער דעי פלעיס

Re: גאר דראמאטישע אומבאקאנטע שטיק היסטארי פון די ניינצן זעכציגער יארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערעב איד »

Wאו!!
געלאסענע איילבירט
שר מאה
תגובות: 155
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 23, 2023 8:02 pm

Re: גאר דראמאטישע אומבאקאנטע שטיק היסטארי פון די ניינצן זעכציגער יארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלאסענע איילבירט »

מענדלאוויטש האט געשריבן: מאנטאג יולי 08, 2024 9:22 am
זייער שיינע פוינט זאפטיג אראפגעלייגט
גא''מ
אוועטאר
ווייטאג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 446
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 15, 2021 4:48 pm

Re: גאר דראמאטישע אומבאקאנטע שטיק היסטארי פון די ניינצן זעכציגער יארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייטאג »

@אוראייניקל האסט נישט עפעס א שטיקל של''ס תורה צו מוסיף זיין ?
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17763
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: גאר דראמאטישע אומבאקאנטע שטיק היסטארי פון די ניינצן זעכציגער יארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

ניין, ווייל עפעס שטימט מיר נישט דא.. ווי קומט די פרה אדומה אריין אינעם בלויע"ן פרעזידענטס ווייס"ע הויז?!
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
ווייטאג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 446
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 15, 2021 4:48 pm

Re: גאר דראמאטישע אומבאקאנטע שטיק היסטארי פון די ניינצן זעכציגער יארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייטאג »

אוראייניקל האט געשריבן: מאנטאג יולי 08, 2024 3:18 pm
ניין, ווייל עפעס שטימט מיר נישט דא.. ווי קומט די פרה אדומה אריין אינעם בלויע"ן פרעזידענטס ווייס"ע הויז?!
נו וועל מיר ווארטן אויף א אנדערע געלעגנהייט
אוועטאר
שמו
שר חמשת אלפים
תגובות: 5057
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

Re: גאר דראמאטישע אומבאקאנטע שטיק היסטארי פון די ניינצן זעכציגער יארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

געוואלדיג הייליג, גוט ארויסגעברענגט
ווייטאג האט געשריבן: זונטאג יולי 07, 2024 2:13 pm
א לייק ביטע
אויף אזא ארטיקל דארף מען בכלל נישט בעטן קיין לייק
ס'לייק'ט זיך פון זיך אליינ'ס.

כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
אוועטאר
גריק יאגורט
שר חמישים
תגובות: 54
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 15, 2021 4:50 pm

Re: גאר דראמאטישע אומבאקאנטע שטיק היסטארי פון די ניינצן זעכציגער יארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גריק יאגורט »

איי לייק איט איך בין א @ווייטאג פען
אוועטאר
אני-הק'
שר האלף
תגובות: 1722
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 29, 2020 8:01 pm
לאקאציע:בתוך עמי אנכי יושבת

Re: גאר דראמאטישע אומבאקאנטע שטיק היסטארי פון די ניינצן זעכציגער יארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אני-הק' »

אמת'ע שטיקל היסטאריע, אדער נאר א משל ונמשל?
אני הק' - קטן הרוצה להיות קדוש
איך פרוביר נישט צו גיין "אויף יענער וועלט" פריצייטיג,
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”