א אפענעם בריוו, צום "פרישן" לייף אינשורענס אגענט:

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 33244
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע:צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

Re: א אפענעם בריוו, צום "פרישן" לייף אינשורענס אגענט:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

און פאר די נייע עידזשענטס: סיז בכלל נישט גרינג די ביזנעס עז איז, כל שכן ווען גוטע מענטשן האבן ליב צו טריפן...

אבער קום מיט אמאל צו א מיטינג מיט א 55-65 יעריגער מענטש, הער וויזוי זיי רעדן מיט חרטה "פארוואס האבעך נישט געמאכט נאך 20 יאר צוריק"... די אלע הערליכע שיינע תורות פון "סעלף אינשורד" וכד' עקזיסטירן נאר אויף טשארטס... אין ריעל לייף ווילן אלע נאך! ארעמעלייט צו רייכע ביזנעסלייט, סיי די עצם פרייז ארויפגיין, וואס דאס קעמען באוויינען יעדע זאך, ווי ריעל עסטעיט, סטאקס וכד'... און סיי די געזונט אישוס... וואס בעת ריעל עסטעיט קענסטו יעצט קויפן, סטאקס קענסטו יעצט קויפן... אינשורענס... הממממ... דא דארף שוין די קאמפאני מסכים זיין...

עכ"פ, ריגארדלעסס וואס די אומפארגינערישע זאגן, קיפ איט אפ... שטייצעך מאך נישט צודרייט קיין מענטשן, אבער אויף א נארמאלן וועג, רוף ווי מער מענטשן, פארקויף ווי מער אינשורענס! די וואס קריטיקירן דיך ברענגען נישט קיין פרעקשן פון וויפיל וועליא דו ברענגסט פאר כלל ישראל, און מאוסט לייקלי, אויב גייסטו טוהן וואס סיז ריכטיג, סערוויסן קליענטן - נישט קיין חילוק וויפיל געלט דו פארדינסט דערויף, וועסטו בעז"ה אויך מאכן מער געלט ווי די וואס רייסן דיך אראפ!
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
באשעפער'ס א קינד
שר העשר
תגובות: 38
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 13, 2022 5:28 am

Re: א אפענעם בריוו, צום "פרישן" לייף אינשורענס אגענט:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באשעפער'ס א קינד »

יחזקאל סגל לנדא האט געשריבן: מאנטאג יולי 08, 2024 5:49 pm
קענסט דעם דריי און צוואנציג יעריגן אינגערמאן "גערשי" וואס האט זיך דערקלערט לייף אינשורענס אגענט?!

געווען איז ער, מער אזא בעסערישע כולל אינגערמאן, מיט א קריספי טלית קטן און שיינע גלעזער, געלערנט האט ער אין מער א לומדישן גמרא כולל, ווי מען לערנט די זעלבע דריי בלאט אין כתובות, שוין די פערטע זמן אין צו... חברותות האט שוין נישט געטויגט... און ער האט דעסיידעד אז ס'איז געקומען די צייט אז די וועלט זאל איינזען וואס פאר א טויגליכער ער איז...
געווארפן דעם דייס, און ס'האט געלאנדעט אויף "לייף אינשורערנס"...
אומר ועושה ער נעמט זיך מאכן א ליסט פון אלע זיינע חברים'ס ברודער'ס, און שוואגער'ס שכנים, און נעמט זיך האקן פאון קאלס וואס קוקן אויס בערך אזוי:
(ער דייעלט זיין אמאליגע חבר'ס, עלטערע ברודער'ס נומבער)

העלא! מעכי?! ס'הערטצעך?!
מעכי: יא ווער רעדט? (טראכט זיך, ווער רופט מיר מעכי?! מיינע באקאנטע רופן מיר מעכל...)
גערשי: ס'מיך גערשי, געדענקסט מיר נישט פון ישיבה?! עניוועי...מ'קען מיר רעדן אפאר מינוט? דו ווייסט די וויכטיגקייט פון קאווערעדזש על כל צרה שלא תבוא...
מעכי: (טראכט... כ'הייב נישט אן וויסן ווער דער פגע איז... וויאזוי ענדיג איך די פאון קאלל asap...) קוק אהער, א ריזיגן ש'כח פאר מיר רופן, אבער איך בין שוין געקאווערט ב"ה... איך שוין א פאלאסי... פאר מיר און מיין ווייב...
גערשי: זייער שיין! כ'האב הנאה אז דו פארשטייסט די וויכטיגקייט... ביסט א קלוגע אינגערמאן... אבער, ס'דא א נייע זאך... מ'לייגט אריין געלט און מ'נעמט ארויס טריפלט אין 5 יאר... ווען קענען מיר זיך אוועקזעצן...
מעכי: (טראכט, דער כאפט נישט דעם רמז...) כ'הער, ס'איז נישט נוגע פאר יעצט... איך מאך נישט קיין האול לייף און אויב יא גיי איך צו מיין פעטער חיים...
גערשי: אקעי, זאג מיר נאר וועם האסטו גענוצט פאר דיין פאלאסי?!
מעכי: (ווערט שוין נערוועז...) מיין חבר משה...
גערשי: אה, ער איז פיין!! (כאילו ער קען אים...) קלוג האסטו געטון...

***

טייערע גערשי: למען השם ותורתו!!! פארוואס?!
פארוואס דאפסטו אריינגיין אין די ליין פון פגע'נען די מענטשהייט?!?!
טרעט אראפ פון כלל ישראל!!!
הייב אן כאפן רמזים און לאז לעבן!!!
ווילסט אריינגיין אינעם ספר הפגעים?!.

פאר דו רופסט איינעם טראכט: דו ביסט שוין (כאטשיג...) די פופצנטע מענטש דעם חודש וואס רופט אים - מיט א בלעכענעם פנים - וועגן לייף אינשורענס...
און חוץ אויב דו ווילסט ארבעטן אויף יענעמ'ס מידות... דאן זיי גרייט א די רגע יענער ווייזט א טראפ אומווילן, דאן לייגסטו אראפ די פאון...
דו ווילסט נישט הייסן די פגע פון שטאט... (חוץ אויב יא...)

יעדער איינער וואס "וויל" קויפן לייף אינשורערנס, וועט שוין אליינס גיין צו א "עקספעריענסד" אגענט וואס ער קען (נישט זיין אינגערע ברודערס חבר וואס רייסט זיך יעצט אויף...)און דורך שמועסן זיינע אפציעס... פונקט אזויווי איינער וואס קויפט א הויז/קאר וכו' טרעפט זיך אליין א אגענט וואס ארבעט גוט פאר אים.
פינטל.

וכל שכן, טריי נישט איינצונארן פיצי שנה ראשונה אינגעלייט, וואס קאווערן קוים זייער רענט, צו קויפן האול לייף פאלאסי'ס, וואס איז געמאכט פאר מיליאנערן...

און צו דיר ציווילע בירגער, וואס ווערט נערווירט פון אומצאליגע רופן (בנוסף צו טובי' מאיר'ן...) פון לייף אינשורערנס אגענטן... זאג אים אזוי: כ'הער וואס דו זאגסט, ס'מיר נישט נוגע אויפן מינוט.
נאכדעם סעיוו זיין נומבער און שרייב אזוי "גערשי-לייף אינשורענס", אזוי גייסטו וויסן נישט אויפצוהייבן/צוריקרופן...


פאר א מפתח קליק אונטן
איך פארשטיי אז דער גרשי (מסתמא זייט דאמאלטס האסטו שוין געהאט א פיני [פנחס'ל] הויכט) האט דיר שטארק נערוועז געמאכט האבער סאיז דא א מצווה פון "אל תמנע טוב" און דאס קען גוט זיין פאר טויזנטע היימישע יונגעלייט *נישט שנה ראשונה יונגעלייט*
אוועטאר
אה''ו
שר האלף
תגובות: 1574
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 23, 2022 1:29 am

Re: א אפענעם בריוו, צום "פרישן" לייף אינשורענס אגענט:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אה''ו »

שלום וברכה.

יא איך בין א לייף אינשורענס אגענט, נישט אזוי אלט נאר ליבערשט היבש ניי. איך ווייס אז ארבעטסלאזע פרישע אינגעלייט רופט מען נישט פאר אינשורענס. ער מעג זיין פינעף יאר נאך די חתונה אבער ער האט נישט קיין השגה וואס לעבן מיינט. און דערפאר זעה איך טאקע ווי אסאך פון די אראפרייסערס דא פיטן היבש אריין אין די קריטעריע, גארנישט שלעכט, האט שוין צוויי קינדער, דרייווט א מאזדא אדער א האנדא פעספארט, האט א סאליד שלום בית, שוין געווען אינוואלווד אין עפעס א קעיס פון א חבר בסוד סודות. און ער מיינט אז ער גיבט זיך אנייצע מיט לייף.

וויל איך דיר זאגן דו סוקסעספול אינגערמאן פון דריי און צוואנציג יאר, אז דו ביסט נישט מיין קליענט (אפשר גרשי'ס יא), און אויך נישט אויף מיין קאל ליסט. דו האסט נאך נישט טועם געווען לעבן, אויב מעג איך צולייגן אז דו ביסט נאך יוזשעלי אין לאלא לענד. פלעין אינג, גארנישט קיין חסרון, נאר אביסל ערוואקסענקייט וואס וועט אי''ה נאכקומען מיט די יארן.

א אינגערמאן וואס האט אביסל מער עקספיריענס אין לעבן וועט בדרך כלל עפרישיעטן א קורצע קאנווערסעישאן מיט א גוטע עידזשענט, ער פארשטייט די וועליו וואס דער עידזשענט גיבט אים.

און יעצט צו מיינע פעלאו אינשורענס אגענטן, ס'איז א שאד אויף ענקער צייט צו רופן דעי 'גרויסע אינגערמאן' בשעת וואס ער הייבט נישט אן כאפן אז די וועלט איז גאר נישט אזוי ראוזי און קען זיין היבש ברוטאל. גיי זוך אויף די דרייסיג יעריגע און דו וועסט ווערן עפרישיעטעד, און צ'העמער ווייטער לאזן די אינגעלייטלעך פירן די וועלט דא אויף אייוועלט.
קהילות אה"ו

אלטונא, האמבורג, וואנדסבערג.
to be continued
שר חמש מאות
תגובות: 751
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 03, 2023 12:33 pm

Re: א אפענעם בריוו, צום "פרישן" לייף אינשורענס אגענט:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך to be continued »

קוקט אויס אז בקרוב קומט א פרישע כוואליע אגענטן גלייך פון כולל ארויס [וואס רעדן "בלויז" אידיש].
אטעטשמענטס
Screenshot 2024-07-21 192655.png
Screenshot 2024-07-21 192655.png (24.88 KiB) געזען 237 מאל
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4531
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע:Yehupesville
פארבינד זיך:

Re: א אפענעם בריוו, צום "פרישן" לייף אינשורענס אגענט:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

אה''ו האט געשריבן: דינסטאג יולי 16, 2024 6:21 pm
שלום וברכה. וגומר.

און יעצט צו מיינע פעלאו אינשורענס אגענטן, ס'איז א שאד אויף ענקער צייט צו רופן דעי 'גרויסע אינגערמאן' בשעת וואס ער הייבט נישט אן כאפן אז די וועלט איז גאר נישט אזוי ראוזי און קען זיין היבש ברוטאל. גיי זוך אויף די דרייסיג יעריגע און דו וועסט ווערן עפרישיעטעד, און צ'העמער ווייטער לאזן די אינגעלייטלעך פירן די וועלט דא אויף אייוועלט.
העי, העוו סאם ריספעקט. עס איז דא אויף אייוועלט מענטשען וואס זענען שוין איבער די 30 אויך. איך בין זיכער אז ווען די האסט נאך געהאט א pony בין איך שוין געווען בר מצוה.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
===>>> מיר מוזן העלפן דעם אינגערמאן! <<<===
אוועטאר
טעוועליך
שר האלף
תגובות: 1888
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 31, 2021 8:35 pm
לאקאציע:ווי סאיז באשערט יענע מינוט

Re: א אפענעם בריוו, צום "פרישן" לייף אינשורענס אגענט:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעוועליך »

אה''ו האט געשריבן: דינסטאג יולי 16, 2024 6:21 pm
שלום וברכה.

און יעצט צו מיינע פעלאו אינשורענס אגענטן, ס'איז א שאד אויף ענקער צייט צו רופן דעי 'גרויסע אינגערמאן' בשעת וואס ער הייבט נישט אן כאפן אז די וועלט איז גאר נישט אזוי ראוזי און קען זיין היבש ברוטאל. גיי זוך אויף די דרייסיג יעריגע און דו וועסט ווערן עפרישיעטעד, און צ'העמער ווייטער לאזן די אינגעלייטלעך פירן די וועלט דא אויף אייוועלט.
די מעשה מיט די דרייסיג יעריגע איז אז גאר אסאך זענען שוין מסודר מיט אנדערע אגענטן. האלטסט אנדערש?
טעוועליך האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 14, 2024 10:37 am
נאך א לאנגע חשבון הנפש איז געבליבן אז מגיימיר פון דא לכה"פ ביז נאך יום הקדוש שנת תשפ"ה
אוועטאר
אה''ו
שר האלף
תגובות: 1574
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 23, 2022 1:29 am

Re: א אפענעם בריוו, צום "פרישן" לייף אינשורענס אגענט:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אה''ו »

טעוועליך האט געשריבן: זונטאג יולי 21, 2024 9:09 pm
אה''ו האט געשריבן: דינסטאג יולי 16, 2024 6:21 pm
שלום וברכה.

און יעצט צו מיינע פעלאו אינשורענס אגענטן, ס'איז א שאד אויף ענקער צייט צו רופן דעי 'גרויסע אינגערמאן' בשעת וואס ער הייבט נישט אן כאפן אז די וועלט איז גאר נישט אזוי ראוזי און קען זיין היבש ברוטאל. גיי זוך אויף די דרייסיג יעריגע און דו וועסט ווערן עפרישיעטעד, און צ'העמער ווייטער לאזן די אינגעלייטלעך פירן די וועלט דא אויף אייוועלט.
די מעשה מיט די דרייסיג יעריגע איז אז גאר אסאך זענען שוין מסודר מיט אנדערע אגענטן. האלטסט אנדערש?
קען זיין יא קען זיין אז נישט. רוב פון מיינע קליענטן האבן שוין געהאט אינשורענס פארדעם, א קורצע גרונטליכע קאנווערסעישאן האט געוויזן צו זיי זענען טאקע אינשורד אדער האבן זיי א טאיאטא קעמרי פאר א משפחה פון 9 נפשות. גענוג און נאך וואס זייער עידזשענט איז שוין לאנג ארויס פון ביזנעס, אדער האט זייער עידזשענט קיינמאל נישט ריכטיג פרובירט צו דערגיין וואס דער אינגערמאן דארף באמת נאר פרובירט צו פושן א סעיל.
קהילות אה"ו

אלטונא, האמבורג, וואנדסבערג.
אלטגעזעסענע מאנסיער
שר מאה
תגובות: 167
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 30, 2023 2:25 pm

Re: א אפענעם בריוו, צום "פרישן" לייף אינשורענס אגענט:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטגעזעסענע מאנסיער »

אה''ו האט געשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 2:42 pm
טעוועליך האט געשריבן: זונטאג יולי 21, 2024 9:09 pm
אה''ו האט געשריבן: דינסטאג יולי 16, 2024 6:21 pm
שלום וברכה.

און יעצט צו מיינע פעלאו אינשורענס אגענטן, ס'איז א שאד אויף ענקער צייט צו רופן דעי 'גרויסע אינגערמאן' בשעת וואס ער הייבט נישט אן כאפן אז די וועלט איז גאר נישט אזוי ראוזי און קען זיין היבש ברוטאל. גיי זוך אויף די דרייסיג יעריגע און דו וועסט ווערן עפרישיעטעד, און צ'העמער ווייטער לאזן די אינגעלייטלעך פירן די וועלט דא אויף אייוועלט.
די מעשה מיט די דרייסיג יעריגע איז אז גאר אסאך זענען שוין מסודר מיט אנדערע אגענטן. האלטסט אנדערש?
קען זיין יא קען זיין אז נישט. רוב פון מיינע קליענטן האבן שוין געהאט אינשורענס פארדעם, א קורצע גרונטליכע קאנווערסעישאן האט געוויזן צו זיי זענען טאקע אינשורד אדער האבן זיי א טאיאטא קעמרי פאר א משפחה פון 9 נפשות. גענוג און נאך וואס זייער עידזשענט איז שוין לאנג ארויס פון ביזנעס, אדער האט זייער עידזשענט קיינמאל נישט ריכטיג פרובירט צו דערגיין וואס דער אינגערמאן דארף באמת נאר פרובירט צו פושן א סעיל.
אה''ו האט געשריבן: דינסטאג יולי 16, 2024 6:21 pm
שלום וברכה.

יא איך בין א לייף אינשורענס אגענט, נישט אזוי אלט נאר ליבערשט היבש ניי. איך ווייס אז ארבעטסלאזע פרישע אינגעלייט רופט מען נישט פאר אינשורענס. ער מעג זיין פינעף יאר נאך די חתונה אבער ער האט נישט קיין השגה וואס לעבן מיינט. און דערפאר זעה איך טאקע ווי אסאך פון די אראפרייסערס דא פיטן היבש אריין אין די קריטעריע, גארנישט שלעכט, האט שוין צוויי קינדער, דרייווט א מאזדא אדער א האנדא פעספארט, האט א סאליד שלום בית, שוין געווען אינוואלווד אין עפעס א קעיס פון א חבר בסוד סודות. און ער מיינט אז ער גיבט זיך אנייצע מיט לייף.

וויל איך דיר זאגן דו סוקסעספול אינגערמאן פון דריי און צוואנציג יאר, אז דו ביסט נישט מיין קליענט (אפשר גרשי'ס יא), און אויך נישט אויף מיין קאל ליסט. דו האסט נאך נישט טועם געווען לעבן, אויב מעג איך צולייגן אז דו ביסט נאך יוזשעלי אין לאלא לענד. פלעין אינג, גארנישט קיין חסרון, נאר אביסל ערוואקסענקייט וואס וועט אי''ה נאכקומען מיט די יארן.

א אינגערמאן וואס האט אביסל מער עקספיריענס אין לעבן וועט בדרך כלל עפרישיעטן א קורצע קאנווערסעישאן מיט א גוטע עידזשענט, ער פארשטייט די וועליו וואס דער עידזשענט גיבט אים.

און יעצט צו מיינע פעלאו אינשורענס אגענטן, ס'איז א שאד אויף ענקער צייט צו רופן דעי 'גרויסע אינגערמאן' בשעת וואס ער הייבט נישט אן כאפן אז די וועלט איז גאר נישט אזוי ראוזי און קען זיין היבש ברוטאל. גיי זוך אויף די דרייסיג יעריגע און דו וועסט ווערן עפרישיעטעד, און צ'העמער ווייטער לאזן די אינגעלייטלעך פירן די וועלט דא אויף אייוועלט.
און יעצט צו אלע 'ארבעטסלאזע פרישע אינגעלייט' (ליין: כולל אינגעלייט), אויב קומט אן אגענט אייך אנטראגען א לייף אינשורנס פאליסי, זאלט איר וויסען אז לכאורה האט דער אגענט קיינמאל נישט ריכטיג פרובירט צו דערגיין וואס דער איר דארפט באמת, נאר פרובירט צו פושן א סעיל (קרעדיט: @אה''ו ).
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”