א אפענעם בריוו, צום "פרישן" לייף אינשורענס אגענט:

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

יחזקאל סגל לנדא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 439
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אפריל 13, 2024 9:43 pm

א אפענעם בריוו, צום "פרישן" לייף אינשורענס אגענט:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחזקאל סגל לנדא »

קענסט דעם דריי און צוואנציג יעריגן אינגערמאן "גערשי" וואס האט זיך דערקלערט לייף אינשורענס אגענט?!

געווען איז ער, מער אזא בעסערישע כולל אינגערמאן, מיט א קריספי טלית קטן און שיינע גלעזער, געלערנט האט ער אין מער א לומדישן גמרא כולל, ווי מען לערנט די זעלבע דריי בלאט אין כתובות, שוין די פערטע זמן אין צו... חברותות האט שוין נישט געטויגט... און ער האט דעסיידעד אז ס'איז געקומען די צייט אז די וועלט זאל איינזען וואס פאר א טויגליכער ער איז...
געווארפן דעם דייס, און ס'האט געלאנדעט אויף "לייף אינשורערנס"...
אומר ועושה ער נעמט זיך מאכן א ליסט פון אלע זיינע חברים'ס ברודער'ס, און שוואגער'ס שכנים, און נעמט זיך האקן פאון קאלס וואס קוקן אויס בערך אזוי:
(ער דייעלט זיין אמאליגע חבר'ס, עלטערע ברודער'ס נומבער)

העלא! מעכי?! ס'הערטצעך?!
מעכי: יא ווער רעדט? (טראכט זיך, ווער רופט מיר מעכי?! מיינע באקאנטע רופן מיר מעכל...)
גערשי: ס'מיך גערשי, געדענקסט מיר נישט פון ישיבה?! עניוועי...מ'קען מיר רעדן אפאר מינוט? דו ווייסט די וויכטיגקייט פון קאווערעדזש על כל צרה שלא תבוא...
מעכי: (טראכט... כ'הייב נישט אן וויסן ווער דער פגע איז... וויאזוי ענדיג איך די פאון קאלל asap...) קוק אהער, א ריזיגן ש'כח פאר מיר רופן, אבער איך בין שוין געקאווערט ב"ה... איך שוין א פאלאסי... פאר מיר און מיין ווייב...
גערשי: זייער שיין! כ'האב הנאה אז דו פארשטייסט די וויכטיגקייט... ביסט א קלוגע אינגערמאן... אבער, ס'דא א נייע זאך... מ'לייגט אריין געלט און מ'נעמט ארויס טריפלט אין 5 יאר... ווען קענען מיר זיך אוועקזעצן...
מעכי: (טראכט, דער כאפט נישט דעם רמז...) כ'הער, ס'איז נישט נוגע פאר יעצט... איך מאך נישט קיין האול לייף און אויב יא גיי איך צו מיין פעטער חיים...
גערשי: אקעי, זאג מיר נאר וועם האסטו גענוצט פאר דיין פאלאסי?!
מעכי: (ווערט שוין נערוועז...) מיין חבר משה...
גערשי: אה, ער איז פיין!! (כאילו ער קען אים...) קלוג האסטו געטון...

***

טייערע גערשי: למען השם ותורתו!!! פארוואס?!
פארוואס דאפסטו אריינגיין אין די ליין פון פגע'נען די מענטשהייט?!?!
טרעט אראפ פון כלל ישראל!!!
הייב אן כאפן רמזים און לאז לעבן!!!
ווילסט אריינגיין אינעם ספר הפגעים?!.

פאר דו רופסט איינעם טראכט: דו ביסט שוין (כאטשיג...) די פופצנטע מענטש דעם חודש וואס רופט אים - מיט א בלעכענעם פנים - וועגן לייף אינשורענס...
און חוץ אויב דו ווילסט ארבעטן אויף יענעמ'ס מידות... דאן זיי גרייט א די רגע יענער ווייזט א טראפ אומווילן, דאן לייגסטו אראפ די פאון...
דו ווילסט נישט הייסן די פגע פון שטאט... (חוץ אויב יא...)

יעדער איינער וואס "וויל" קויפן לייף אינשורערנס, וועט שוין אליינס גיין צו א "עקספעריענסד" אגענט וואס ער קען (נישט זיין אינגערע ברודערס חבר וואס רייסט זיך יעצט אויף...)און דורך שמועסן זיינע אפציעס... פונקט אזויווי איינער וואס קויפט א הויז/קאר וכו' טרעפט זיך אליין א אגענט וואס ארבעט גוט פאר אים.
פינטל.

וכל שכן, טריי נישט איינצונארן פיצי שנה ראשונה אינגעלייט, וואס קאווערן קוים זייער רענט, צו קויפן האול לייף פאלאסי'ס, וואס איז געמאכט פאר מיליאנערן...

און צו דיר ציווילע בירגער, וואס ווערט נערווירט פון אומצאליגע רופן (בנוסף צו טובי' מאיר'ן...) פון לייף אינשורערנס אגענטן... זאג אים אזוי: כ'הער וואס דו זאגסט, ס'מיר נישט נוגע אויפן מינוט.
נאכדעם סעיוו זיין נומבער און שרייב אזוי "גערשי-לייף אינשורענס", אזוי גייסטו וויסן נישט אויפצוהייבן/צוריקרופן...

פאר א מפתח קליק אונטן
אבדק''ק פראג והגלילות
מפתח - כל כתבי
אוועטאר
ווייטאג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 445
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 15, 2021 4:48 pm

Re: א אפענעם בריוו, צום "פרישן" לייף אינשורענס אגענט:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייטאג »

קומסט אריין קלאר היינט
טשעפנאק
שר מאה
תגובות: 218
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 21, 2023 2:50 pm

Re: א אפענעם בריוו, צום "פרישן" לייף אינשורענס אגענט:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשעפנאק »

אייזענע ארטיקל נאר נישט מסכים צום סטיגמע, ס'איז דא לייף אינשורענס אגענטן קריכערס און פארהאנען אסאך וואס נישט, נישט שיין ארויף צולייגן א נאסע לאלעך אויף אלע לייף אינשורענס אגענטן וועגן אפאר גערשי'ס.

דיסקלעימער, איך בין נישט קיין לייף אינשורענס אגענט, ההיפך איך האב געמאכט ביי א פגר אגענט א פאלעסי (יענער איז שוין היינט אינדרויסן פון אינשורענס), און בדיעבד האב איך הנאה דערפין
האדם לא נברא אלא להתענג!!
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4485
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע:Yehupesville
פארבינד זיך:

Re: א אפענעם בריוו, צום "פרישן" לייף אינשורענס אגענט:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

איך קען א פרוי וואס איז געווארן אן אלמנה מיט 10 קינדער, קיין איין נאך נישט חתונה געהאט. איר ווייסט וואס פאר א רחמנות זי איז געווארען? אבער... קיין איין אקציע האט מען נישט געמאכט. מען האט נישט אויפגעהאנטן די צען יתומים אויף איעדע לייט פאול איבעראל. איר ווייסט פארוואס? ווייל גערשי דער פעיגער (מיט א פינטעל אין די פ), האט מעשיגע געמאכט דעם מאן צו קויפן לייף אינשורענס. אין די אלמנה מאכט חתונה די קינדער גאר שיין און בעל בתי'ש. און זי גייט ווייטער אין קאנטרי אויפן גאנצן זומער. איר ווייסט ווי צופליקט די קינדער וואלטן ווען געווען ווען עס וואלט נישט געווען קיין ברויט אין שטוב?
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
===>>> מיר מוזן העלפן דעם אינגערמאן! <<<===
אלטגעזעסענע מאנסיער
שר חמישים
תגובות: 67
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 30, 2023 2:25 pm

תגובה דורך אלטגעזעסענע מאנסיער »

יחזקאל סגל לנדא האט געשריבן: מאנטאג יולי 08, 2024 5:49 pm

וכל שכן, טריי נישט איינצונארן פיצי שנה ראשונה אינגעלייט, וואס קאווערן קוים זייער רענט, צו קויפן האול לייף פאלאסי'ס, וואס איז געמאכט פאר מיליאנערן...

דאס איז די עיקר ווייטאגליכע נושא.
The next step
שר העשר
תגובות: 35
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 06, 2023 1:12 pm

Re: א אפענעם בריוו, צום "פרישן" לייף אינשורענס אגענט:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך The next step »

Kosher Travel האט געשריבן: מאנטאג יולי 08, 2024 6:17 pm
איך קען א פרוי וואס איז געווארן אן אלמנה מיט 10 קינדער, קיין איין נאך נישט חתונה געהאט. איר ווייסט וואס פאר א רחמנות זי איז געווארען? אבער... קיין איין אקציע האט מען נישט געמאכט. מען האט נישט אויפגעהאנטן די צען יתומים אויף איעדע לייט פאול איבעראל. איר ווייסט פארוואס? ווייל גערשי דער פעיגער (מיט א פינטעל אין די פ), האט מעשיגע געמאכט דעם מאן צו קויפן לייף אינשורענס. אין די אלמנה מאכט חתונה די קינדער גאר שיין און בעל בתי'ש. און זי גייט ווייטער אין קאנטרי אויפן גאנצן זומער. איר ווייסט ווי צופליקט די קינדער וואלטן ווען געווען ווען עס וואלט נישט געווען קיין ברויט אין שטוב?
this one from 100
יחזקאל סגל לנדא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 439
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אפריל 13, 2024 9:43 pm

Re: א אפענעם בריוו, צום "פרישן" לייף אינשורענס אגענט:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחזקאל סגל לנדא »

Kosher Travel האט געשריבן: מאנטאג יולי 08, 2024 6:17 pm
איך קען א פרוי וואס איז געווארן אן אלמנה מיט 10 קינדער, קיין איין נאך נישט חתונה געהאט. איר ווייסט וואס פאר א רחמנות זי איז געווארען? אבער... קיין איין אקציע האט מען נישט געמאכט. מען האט נישט אויפגעהאנטן די צען יתומים אויף איעדע לייט פאול איבעראל. איר ווייסט פארוואס? ווייל גערשי דער פעיגער (מיט א פינטעל אין די פ), האט מעשיגע געמאכט דעם מאן צו קויפן לייף אינשורענס. אין די אלמנה מאכט חתונה די קינדער גאר שיין און בעל בתי'ש. און זי גייט ווייטער אין קאנטרי אויפן גאנצן זומער. איר ווייסט ווי צופליקט די קינדער וואלטן ווען געווען ווען עס וואלט נישט געווען קיין ברויט אין שטוב?
יעדער ווייסט (האפענטליך) ווי וויכטיג לייף אינשורענס איז!!
איך רעד צום אגענט: אויב ביז א מינוט אריין אינעם שמועס זעסטו אז יענער איז נישט אין די גיסטע, דאן לאז אין מנוחה...

# פאר א סיבה, נוצט מען א "א לייף אינשורענס אגענט" פאר א משל פון א פגע...
אבדק''ק פראג והגלילות
מפתח - כל כתבי
moshe mittelman
שר מאה
תגובות: 210
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 23, 2022 4:31 pm

Re: א אפענעם בריוו, צום "פרישן" לייף אינשורענס אגענט:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moshe mittelman »

if possible please change the name gershy... i had one with this name
אוועטאר
משה יצחקי
שר האלף
תגובות: 1333
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 10, 2023 12:44 pm
לאקאציע:א סוד!

Re: א אפענעם בריוו, צום "פרישן" לייף אינשורענס אגענט:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה יצחקי »

פיינע פעדער..

שטארק מגזם, רוב אגענטן האבן מער שכל ווי דעם.
געלט, איז נישט אזוי גוט מיט עס, ווי ס׳איז שלעכט אָן עס..
יחזקאל סגל לנדא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 439
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אפריל 13, 2024 9:43 pm

Re: א אפענעם בריוו, צום "פרישן" לייף אינשורענס אגענט:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחזקאל סגל לנדא »

משה יצחקי האט געשריבן: מאנטאג יולי 08, 2024 6:42 pm

ווי לאנג זענט איר חתונה געהאט?!
אבדק''ק פראג והגלילות
מפתח - כל כתבי
אוועטאר
משה יצחקי
שר האלף
תגובות: 1333
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 10, 2023 12:44 pm
לאקאציע:א סוד!

Re: א אפענעם בריוו, צום "פרישן" לייף אינשורענס אגענט:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה יצחקי »

יחזקאל סגל לנדא האט געשריבן: מאנטאג יולי 08, 2024 6:45 pm
משה יצחקי האט געשריבן: מאנטאג יולי 08, 2024 6:42 pm
פיינע פעדער..

שטארק מגזם, רוב אגענטן האבן מער שכל ווי דעם.
ווי לאנג זענט איר חתונה געהאט?!
ווי קומט דאס אריין?

און אגב, דעם ׳גרשי׳ פון וועם די רעדסט, איז געווען א פעיגער פאר׳ן ווערן אן אגענט, איז כאטשיג מאכט ער פרנסה…
געלט, איז נישט אזוי גוט מיט עס, ווי ס׳איז שלעכט אָן עס..
אוועטאר
תרמב
שר תשעת אלפים
תגובות: 9123
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 07, 2019 3:21 pm

Re: א אפענעם בריוו, צום "פרישן" לייף אינשורענס אגענט:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרמב »

ווי הייב איך אן...?

איך זאל דיר אפפרעגן יעדע שורה? וועסט דאך מיר נישט גלייבן... איך בין דאך בייעסד...

אבער וויאזוי קען זיין אז אזויפיל מענטשן קויפן אינשורענס יעדן טאג? אלעס נאר וועגן א פאר פּעיגערס? אדער קען זיין אז ס'ליגט יא עפעס אונטער דעם?

ביי דע וועי, די שפראך וואס דו רעדסט איז עפעס וואס מ'הערט נאר פון כולל אינגעלייט וואס זענען קוים ארויס פון די שאלעכטס, און פילן שוין באגדול'ט אז מ'קען איינעם געבן עטיטוד, ווי עלטער מ'איז און מער סוקסעספול מ'איז אלס א בעסערע עטיטוד געבט מען פאר דעם אינגערמאן וואס פרובירט צו מאכן פרנסה דורך פארקויפן א לעזשיט פראדוקט.

דאס זאג איך פון עקספיריענס.

אבער דו שרייבסט גוט... קיעפ איט אפ.
יחזקאל סגל לנדא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 439
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אפריל 13, 2024 9:43 pm

Re: א אפענעם בריוו, צום "פרישן" לייף אינשורענס אגענט:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחזקאל סגל לנדא »

משה יצחקי האט געשריבן: מאנטאג יולי 08, 2024 6:47 pm
יחזקאל סגל לנדא האט געשריבן: מאנטאג יולי 08, 2024 6:45 pm
משה יצחקי האט געשריבן: מאנטאג יולי 08, 2024 6:42 pm
פיינע פעדער..

שטארק מגזם, רוב אגענטן האבן מער שכל ווי דעם.
ווי לאנג זענט איר חתונה געהאט?!
ווי קומט דאס אריין?
ווי לאנג דו ביסט א טארגעט פון די "גרשי'ס"...

קען זיין אז די ערשטע פאר מאל איינער האט דיר גערופן, האסטו דיך געפילט אזוי מעכטיג... אז האסט ניט געכאפט אז דו ביסט פשוט געווען "נעקסט" אויף זיין "שנה ראשונה אינגעלייט" ליסט...
אבדק''ק פראג והגלילות
מפתח - כל כתבי
אלטגעזעסענע מאנסיער
שר חמישים
תגובות: 67
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 30, 2023 2:25 pm

Re: א אפענעם בריוו, צום "פרישן" לייף אינשורענס אגענט:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטגעזעסענע מאנסיער »

תרמב האט געשריבן: מאנטאג יולי 08, 2024 6:49 pm
ווי הייב איך אן...?

איך זאל דיר אפפרעגן יעדע שורה? וועסט דאך מיר נישט גלייבן... איך בין דאך בייעסד...

אבער וויאזוי קען זיין אז אזויפיל מענטשן קויפן אינשורענס יעדן טאג? אלעס נאר וועגן א פאר פּעיגערס? אדער קען זיין אז ס'ליגט יא עפעס אונטער דעם?

ביי דע וועי, די שפראך וואס דו רעדסט איז עפעס וואס מ'הערט נאר פון כולל אינגעלייט וואס זענען קוים ארויס פון די שאלעכטס, און פילן שוין באגדול'ט אז מ'קען איינעם געבן עטיטוד, ווי עלטער מ'איז און מער סוקסעספול מ'איז אלס א בעסערע עטיטוד געבט מען פאר דעם אינגערמאן וואס פרובירט צו מאכן פרנסה דורך פארקויפן א לעזשיט פראדוקט .

דאס זאג איך פון עקספיריענס.

אבער דו שרייבסט גוט... קיעפ איט אפ.
פארקויפען פאר א שנה ראשונה (ושניה) אינגערמאן לייף אינשורענס (סיי טערם און סיי האול), איז אזוי ווי צו פארקויפען קאר אינשורענס פאר איינער וואס האט נישט קיין לייסענס, און ליידער אסאך אינגעלייט פאלען אריין.
Letshelpothers
שר חמישים ומאתים
תגובות: 385
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 26, 2023 3:57 pm

Re: א אפענעם בריוו, צום "פרישן" לייף אינשורענס אגענט:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Letshelpothers »

מיינע צווי צענט.
דא גייט זיך אנהויבען א גאנצע וויכוח צו לייף אינשארענס איז וויכטיג אדער נישט וכו.
לייף אינשורענס איז א מאסט פאר יעדער וואס האט אפילו איין קינד. צו ער זאל מאכען א טערם אדער האל לייף דאס קען מען דן זיין. אבער דעי כולל יונגערמאן מוז אויך האבען א פאליסי, עס קאסט פעניס פאר עם.
וואס באדערט מיך יא איז אז אגאנטען פרויבירען איינצורעדען אז פאליסיס איז א אינוועסמינט, די געלט פריפרעלט זיך. דאס איז שטותים אין ליגענט. ווער עס האט א האל לייף קען דיר דאס זאגען אז דאס איז נישט אמת. זאלסט קיינמאל נישט מאכען קיין האל לייף פאר אינוועסמענט. לייף אינשורענס איז איין זאך אין נאר איין זאך א פאליסי אינשורענס.
איך האב בה סיי טערמס אין סיי האל לייף. איך האב דאס געמאכט פאר א אינשורענס אין נישט פאר קיין חתונה פלען. ווייל עס איז נישט קיין חתונה פלעין סאיז אינשורענס פינטעל. אז די ווילסט נישט דארפן מאכען פעימענטס אלע יארען מאכסטו א האל לייף וזה הו.
אוועטאר
ווייטאג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 445
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 15, 2021 4:48 pm

Re: א אפענעם בריוו, צום "פרישן" לייף אינשורענס אגענט:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייטאג »

תרמב האט געשריבן: מאנטאג יולי 08, 2024 6:49 pm
ווי הייב איך אן...?

איך זאל דיר אפפרעגן יעדע שורה? וועסט דאך מיר נישט גלייבן... איך בין דאך בייעסד...

אבער וויאזוי קען זיין אז אזויפיל מענטשן קויפן אינשורענס יעדן טאג? אלעס נאר וועגן א פאר פּעיגערס? אדער קען זיין אז ס'ליגט יא עפעס אונטער דעם?

ביי דע וועי, די שפראך וואס דו רעדסט איז עפעס וואס מ'הערט נאר פון כולל אינגעלייט וואס זענען קוים ארויס פון די שאלעכטס, און פילן שוין באגדול'ט אז מ'קען איינעם געבן עטיטוד, ווי עלטער מ'איז און מער סוקסעספול מ'איז אלס א בעסערע עטיטוד געבט מען פאר דעם אינגערמאן וואס פרובירט צו מאכן פרנסה דורך פארקויפן א לעזשיט פראדוקט.

דאס זאג איך פון עקספיריענס.

אבער דו שרייבסט גוט... קיעפ איט אפ.
איך בין מודה @תרמב נוזדשעט בכלל נישט א געשמאק געווען צו האנדלען מיט אים
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4485
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע:Yehupesville
פארבינד זיך:

Re: א אפענעם בריוו, צום "פרישן" לייף אינשורענס אגענט:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

יחזקאל סגל לנדא האט געשריבן: מאנטאג יולי 08, 2024 6:26 pm
Kosher Travel האט געשריבן: מאנטאג יולי 08, 2024 6:17 pm
איך קען א פרוי וואס איז געווארן אן אלמנה מיט 10 קינדער, קיין איין נאך נישט חתונה געהאט. איר ווייסט וואס פאר א רחמנות זי איז געווארען? אבער... קיין איין אקציע האט מען נישט געמאכט. מען האט נישט אויפגעהאנטן די צען יתומים אויף איעדע לייט פאול איבעראל. איר ווייסט פארוואס? ווייל גערשי דער פעיגער (מיט א פינטעל אין די פ), האט מעשיגע געמאכט דעם מאן צו קויפן לייף אינשורענס. אין די אלמנה מאכט חתונה די קינדער גאר שיין און בעל בתי'ש. און זי גייט ווייטער אין קאנטרי אויפן גאנצן זומער. איר ווייסט ווי צופליקט די קינדער וואלטן ווען געווען ווען עס וואלט נישט געווען קיין ברויט אין שטוב?
יעדער ווייסט (האפענטליך) ווי וויכטיג לייף אינשורענס איז!!
איך רעד צום אגענט: אויב ביז א מינוט אריין אינעם שמועס זעסטו אז יענער איז נישט אין די גיסטע, דאן לאז אין מנוחה...

# פאר א סיבה, נוצט מען א "א לייף אינשורענס אגענט" פאר א משל פון א פגע...
פאר ווער עס נוצט עס...

איך נוץ דעם פיצא מאן פאר א משל פון א פגע... איעדעס מאל איך פלעג קויפן א סלייס, האט ער מיך מעשיגע געמאכט, העי קאושער, דו יו וואנט פרייס וויט יור סלייס? און אויב איך האב געזאגט ניין, האט ער מיך געבעטן מעיבי עי סלאש...

אבער כעזקי, איך מוז אייך זאגן, אז שרייבן, שרייבט איר זייער גוט. און געשמאק. און יא, עס איז דא פגע'ס, ספעציעל אין די אינדאסטרי, ווייל עס איז זייער שווער צו פארקויפן, און די גאנצע מארקעטינג ביי agents איז צו מוטשענען. קענסט אבער נישט אוועקנעמען די פאקט, אז ווייל די פגע'ס האבן מענשטן געקויפט. און אדרבא, זאל מען מעורר זיין די אינעגלייט נישט צו גלייך אריינטאנצן, צו ווייזן די פראפאוזעל פאר א דריטע פארטי, א שווער, א טאטע, וכו'.

איך וועל אייך זאגן וואס איך אליינס האב געהאט. איך האב אייביג געהאלטן אז מען טאר נישט קויפן האול לייף. אויב ווילסט אינוועסטען, דאן אינוועסט אין מיוטעל פאנדס, וכו'. לעמייזשע... מיין טערם פאליסי, גאר א גיטע פאליסי, גייט בקרוב עקספייערען נאך 30 יאר. ווער גייט איצט מיך רינוען א טערם פאליסי, מיט א פאר מיליאל דאלער קאווערדש אין מיינע יארן? און איך האב נישט חרטה אויף די אלע יארן, ווייל איך האב עס אנגעקוקט ווי א קאר אינשורענס. און ב"ה איך לעב און מען האט נישט געדארפט נוצן דעם לייף אינשורענס. אבער... א agent האט מיך גערופן נאכאמאל און נאכאמאל, און איך באדאנק אים פון טיפן הארצן פארן נישט אויפגעגעבן און מיך פארקויפט איצט אין מיינע יארן א האול לייף פאליסי. ער האט מיך געגעבן אלע אפציעס, וכו'. ער האט טאקע נישט געפעיגערט ווי דיין גערשי... שוין. 'נאף סעיד. איי העוו נאטינג מאור טו עד (עז אוף ניי) אויף די subject.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
===>>> מיר מוזן העלפן דעם אינגערמאן! <<<===
בר חכמה
שר חמש מאות
תגובות: 509
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 23, 2022 2:22 pm

Re: א אפענעם בריוו, צום "פרישן" לייף אינשורענס אגענט:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בר חכמה »

פאר אלע אינשורענס אגענטן מארשירן אריין דאהי.

לויט ווי איך פארשטיי פינעם פוה"א מאכט ער נישט אוועק די וויכטיגקייט פין מאכן א פאליסי.

נאר עס איז מער די וועג וויאזוי א מיעוט פין די אגענטן פירן זיך אויף.

איך אליין באקום חודש'ליך רופן פין חעוורע וואס וויפל מאל מען גייט זיך פרובירן אפצוטשעפענען וועלן זיי ווייטער רופן..

אחוץ פין די וואס רעדן איין תמימות'דיגע אידן אז עס איז די בעסטע אינוועסטמענט אין די געלט וואקסט ווי הייווען אין אז עס איז אסאך בעסער ווי די s&p 500 .... ועוד דברים כאלו.
ישתבח שמו!
אוועטאר
סענס אף יומער
שר האלף
תגובות: 1124
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 24, 2024 1:16 pm

Re: א אפענעם בריוו, צום "פרישן" לייף אינשורענס אגענט:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סענס אף יומער »

כ'מיין איינער זאל פונקטליך מסביר זיין וויאזוי לייף אינשורענס ארבעט פאר די אנאלפאבעטן וואס ווייסן נאכנישט, אדער עפענען א באזונדערע אשכול, אדער אהערשיקן די לינק אויב ס'איז שוין דא אזאנס
א שפריכווארט מיט א סענס אף יומער

מיין תוכן ווערט געשריבן אונטער מיין ניק. עס רעפרעזענטירט לאו דוקא מיין אמת'ע מהות און כאראקטער.
אוועטאר
פעטער שמואל
שר האלפיים
תגובות: 2833
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 29, 2018 1:56 pm

Re: א אפענעם בריוו, צום "פרישן" לייף אינשורענס אגענט:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעטער שמואל »

גוט גוט!
זייער קלאר ארויסגעברענגט!
איך בין גערעכט 98 פראצענט פון די צייט.
וועם גייט אן די איבעריגע 3 פראצענט?
אוועטאר
תרמב
שר תשעת אלפים
תגובות: 9123
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 07, 2019 3:21 pm

Re: א אפענעם בריוו, צום "פרישן" לייף אינשורענס אגענט:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרמב »

The next step האט געשריבן: מאנטאג יולי 08, 2024 6:23 pm
Kosher Travel האט געשריבן: מאנטאג יולי 08, 2024 6:17 pm
איך קען א פרוי וואס איז געווארן אן אלמנה מיט 10 קינדער, קיין איין נאך נישט חתונה געהאט. איר ווייסט וואס פאר א רחמנות זי איז געווארען? אבער... קיין איין אקציע האט מען נישט געמאכט. מען האט נישט אויפגעהאנטן די צען יתומים אויף איעדע לייט פאול איבעראל. איר ווייסט פארוואס? ווייל גערשי דער פעיגער (מיט א פינטעל אין די פ), האט מעשיגע געמאכט דעם מאן צו קויפן לייף אינשורענס. אין די אלמנה מאכט חתונה די קינדער גאר שיין און בעל בתי'ש. און זי גייט ווייטער אין קאנטרי אויפן גאנצן זומער. איר ווייסט ווי צופליקט די קינדער וואלטן ווען געווען ווען עס וואלט נישט געווען קיין ברויט אין שטוב?
this one from 100
נעוואדע איינס פון הונדערט... די פראבלעם איז נאר אז דו ווייסט נישט ווער די איינס פון הונדערט ס'גייט זיין... אפשר גייסטו עס זיין חלילה? פארדעם קויפט מען אינשורענס...

ווען מ'זאל וויסן ווער סאיז, וואלט נאר יענער געדארפט קויפן אינשורענס, למעשה ווייסט מען נישט...
אוועטאר
תרמב
שר תשעת אלפים
תגובות: 9123
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 07, 2019 3:21 pm

Re: א אפענעם בריוו, צום "פרישן" לייף אינשורענס אגענט:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרמב »

סענס אף יומער האט געשריבן: מאנטאג יולי 08, 2024 7:39 pm
כ'מיין איינער זאל פונקטליך מסביר זיין וויאזוי לייף אינשורענס ארבעט פאר די אנאלפאבעטן וואס ווייסן נאכנישט, אדער עפענען א באזונדערע אשכול, אדער אהערשיקן די לינק אויב ס'איז שוין דא אזאנס
קום אין אישי... איך וועל קעיר נעמען פון דיר...
אוועטאר
ווייטאג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 445
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 15, 2021 4:48 pm

Re: א אפענעם בריוו, צום "פרישן" לייף אינשורענס אגענט:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייטאג »

תרמב האט געשריבן: מאנטאג יולי 08, 2024 7:52 pm
סענס אף יומער האט געשריבן: מאנטאג יולי 08, 2024 7:39 pm
כ'מיין איינער זאל פונקטליך מסביר זיין וויאזוי לייף אינשורענס ארבעט פאר די אנאלפאבעטן וואס ווייסן נאכנישט, אדער עפענען א באזונדערע אשכול, אדער אהערשיקן די לינק אויב ס'איז שוין דא אזאנס
קום אין אישי... איך וועל קעיר נעמען פון דיר...
קוק אן ווי הונגעריג דער אגענט איז זדשאסט קידינג
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4485
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע:Yehupesville
פארבינד זיך:

Re: א אפענעם בריוו, צום "פרישן" לייף אינשורענס אגענט:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

The next step האט געשריבן: מאנטאג יולי 08, 2024 6:23 pm
Kosher Travel האט געשריבן: מאנטאג יולי 08, 2024 6:17 pm
איך קען א פרוי וואס איז געווארן אן אלמנה מיט 10 קינדער, קיין איין נאך נישט חתונה געהאט. איר ווייסט וואס פאר א רחמנות זי איז געווארען? אבער... קיין איין אקציע האט מען נישט געמאכט. מען האט נישט אויפגעהאנטן די צען יתומים אויף איעדע לייט פאול איבעראל. איר ווייסט פארוואס? ווייל גערשי דער פעיגער (מיט א פינטעל אין די פ), האט מעשיגע געמאכט דעם מאן צו קויפן לייף אינשורענס. אין די אלמנה מאכט חתונה די קינדער גאר שיין און בעל בתי'ש. און זי גייט ווייטער אין קאנטרי אויפן גאנצן זומער. איר ווייסט ווי צופליקט די קינדער וואלטן ווען געווען ווען עס וואלט נישט געווען קיין ברויט אין שטוב?
this one from 100
וואס מיינט איר צו שרייבן? אז איינס פון הונדערט האט מען נישט געדארפט פארשעמען אלע יתומים, מען האט נישט געמאכט קיין קאמפיינס ווייל דאס איז א קעיס איינס פון הונדערט ווי מען האט געהאט גיטע לייף אינשורענס?
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
===>>> מיר מוזן העלפן דעם אינגערמאן! <<<===
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 33133
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע:צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

Re: א אפענעם בריוו, צום "פרישן" לייף אינשורענס אגענט:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

א אשכול וואס האט לייף אינשורענס אינעם קעפל איז א געהעריגע מענשן פאר מיר...

איך גלייב אז דער יחזקאל לאנדא האט גארניש קעגן אינשורענס, סה"כ קעגן נייע עידזשענט... אבער נישט אלע נייע עידזשענטס זענען די זעלבע...

און שוין... פאר יעצט...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”