א אפענעם בריוו, צום "פרישן" לייף אינשורענס אגענט:

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
תרמב
שר תשעת אלפים
תגובות: 9298
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 07, 2019 3:21 pm

Re: א אפענעם בריוו, צום "פרישן" לייף אינשורענס אגענט:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרמב »

אביסל משקה האט געשריבן: מיטוואך יולי 10, 2024 11:09 pm
איך בין פלעין נייגעריג די אלע חברה וואס קומען אהער דא זיך אננעמען פאר די אינשורענס פעיגער סארי אגענט

זענט עטס אפשר א אינשורענס אגענט. ?????
יא איך בין אן אינשורענס אגענט, איך האב עס קיינמאל נישט באהאלטן, וויכטיג מאכער האט עס אויך קיינמאל נישט געהאלטן פאר א סוד.

ס'מיינט אבער נישט אז אונז רעדן נישט צו די זאך...
הר ההר
שר האלף
תגובות: 1020
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 26, 2022 12:31 am

Re: א אפענעם בריוו, צום "פרישן" לייף אינשורענס אגענט:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הר ההר »

תרמב האט געשריבן: מיטוואך יולי 10, 2024 11:46 pm
אביסל משקה האט געשריבן: מיטוואך יולי 10, 2024 11:09 pm
איך בין פלעין נייגעריג די אלע חברה וואס קומען אהער דא זיך אננעמען פאר די אינשורענס פעיגער סארי אגענט

זענט עטס אפשר א אינשורענס אגענט. ?????
יא איך בין אן אינשורענס אגענט, איך האב עס קיינמאל נישט באהאלטן, וויכטיג מאכער האט עס אויך קיינמאל נישט געהאלטן פאר א סוד.

ס'מיינט אבער נישט אז אונז רעדן נישט צו די זאך...
ר' אלעזר יונה זילבעמאן האט אמאל פארציילט. אז נאך א דרשה וואס ער האט געגעבן אין א בית מדרש קומט איינער צו צו אים און זאגט אים, פארוואס הער איך קיינמאל נישט די אלע מעשיות? אייביג די מחנכים קומען אן מיט אינטערעסאנטע מעשיות וואס איך האב נאך קיינמאל נישט געהערט. פרעגט אים ר' אלעזר יונה, וואס טוט איר פאר פרנסה? ענטפערט יענער איך בין א פלאמבער. פרעגט אים ר' אלעזר יונה, איר האט אמאל געהערט אז א פייפ האט געקראכט? זאגט אים יענער וואס הייסט? דאס איז דאך מעשים בכל יום! זאגט אים ר' אלעזר יונה, איך ווייס נישט די אלע פלאמבערס קומען אן מיט מעשיות אז פייפס קראכען, ביי מיר האט נאך קיינמאל נישט געקראכט א פייפ....

והנמשל מובן מאליו.
איך צווינג דיר נישט צו האלטען ווי מיר, צווינג דו מיר אויך נישט צו האלטען ווי דיר.
אוועטאר
יחזקאל סגל לנדא
שר חמש מאות
תגובות: 765
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אפריל 13, 2024 9:43 pm

Re: א אפענעם בריוו, צום "פרישן" לייף אינשורענס אגענט:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחזקאל סגל לנדא »

הר ההר האט געשריבן: מיטוואך יולי 10, 2024 10:08 pm
יחזקאל סגל לנדא האט געשריבן: מיטוואך יולי 10, 2024 8:28 pm
תכלית: פארוואס יאווען זיך נישט פייער/העלט אינש. אגענטן ווי שנעקעס?! אפילו ֶס'איז פונקט אזוי וויכטיג ווי לייף אינש.!!
תירוץ: ווייל זיי מאכן נישט די גראבע פראצענטן... אלא מאי, זיי מיינען זעך... אויב אזוי, ווערן מענטשן נערוועז... רעד מיר נישט איין דו מיינסט מיין טובה, עד כדי כך זאלסט מיר רופן וועכנטליך...
האסטע מיר געהערט אזאנס... אינגערמאנטשיקעל
אידאס א קאמפלימענט?! אויב יא, שכח זיידיטשקע!
מאכט איר חתונה? זוכט איר סטעמפס? גוטע פרייזן!
רופט/טעקסט 9176183475 • אימעילט [email protected]
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 33247
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע:צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

Re: א אפענעם בריוו, צום "פרישן" לייף אינשורענס אגענט:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

אלטגעזעסענע מאנסיער האט געשריבן: מיטוואך יולי 10, 2024 8:14 pm
וויכטיג מאכער האט געשריבן: מיטוואך יולי 10, 2024 6:19 pm
אלטגעזעסענע מאנסיער האט געשריבן: מיטוואך יולי 10, 2024 2:14 pm
קאליר גרין האט געשריבן: מיטוואך יולי 10, 2024 11:37 am
אלטגעזעסענע מאנסיער האט געשריבן: מאנטאג יולי 08, 2024 7:00 pm


פארקויפען פאר א שנה ראשונה (ושניה) אינגערמאן לייף אינשורענס (סיי טערם און סיי האול), איז אזוי ווי צו פארקויפען קאר אינשורענס פאר איינער וואס האט נישט קיין לייסענס, און ליידער אסאך אינגעלייט פאלען אריין.
נישט אמת

זייער אסאך יונגעלייט וואס האלטן היינט 10+ יאר נאכן חתונה, וואס האבן געמאכט אן אינשארנס פאלעסי (בפרט האל-לייף) גלייך נאכן חתונה, זענען זייער דאנקבאר פאר די שטיפ וואס מען האט זיי געגעבן אריינצוטאנצן דערין, און עס איז למעשה די איינציגסטע אוועקגעלייגטע געלט.
מער יונגעלייט האבען עס למעשה געמוזט פארמאכען, און דערלייגט די גאנצע געלט.
האסט דאטא דאס צו פראוון?
אויב מיינט איר דאס וואס איך האב מיך אויסגעדריקט 'מער יונגעלייט', דאן איז די תירוץ ניין, (איך האב נישט געמאכט קיין אנקעטע), אבער איך ווייס פון אסאך יונגעלייט וואס האבען דערלייגט אסאך געלט. און בעתיד וועל איך זיין מער נזהר אין מיין לשון בעזהשי"ת.

(אבער נישט געזארגט, איך בין זיכער אז זיי זענען נישט אייערע קאסטומערס...)
דאונט ווארי, כ'האניש געמיינט אז דו מיינסט מיך אדער מיינע קליענטן, כאנאר געוואלט מעורר זיין אז פאר מ'מאכט אזא סטעיטמענט אז רוב אינגעלייט לעפסן פאלעסיס, דארף עס עטוואס מער דעקונג... סיז אן אחראיות... הגם איך זאג אייביג אז מענטשן זאלן נישט דעסיידן בעיסד אויף וואס ס'שטייט אויף א פובליק פארום... דאך נעמען עס מענטשן סיריעס...

סאו שכח פארן אויסקלארן...

און יאפ! איך בין מודה אז סיז דא אסאך מענטשן וואס שטופן אריין פראדוקטן פאר מענטשן וואס איז נישט גוט פארן קליענט... עבסעלוטלי! אבער נישט אלעמאל איז די סעלושן לעפסן...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 33247
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע:צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

Re: א אפענעם בריוו, צום "פרישן" לייף אינשורענס אגענט:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

יחזקאל סגל לנדא האט געשריבן: מיטוואך יולי 10, 2024 8:28 pm
תכלית: פארוואס יאווען זיך נישט פייער/העלט אינש. אגענטן ווי שנעקעס?! אפילו ֶס'איז פונקט אזוי וויכטיג ווי לייף אינש.!!
תירוץ: ווייל זיי מאכן נישט די גראבע פראצענטן... אלא מאי, זיי מיינען זעך... אויב אזוי, ווערן מענטשן נערוועז... רעד מיר נישט איין דו מיינסט מיין טובה, עד כדי כך זאלסט מיר רופן וועכנטליך...
דו קומסט צו קאנקלוזשענס וואס האבן נישט קיין שייכות מיטן מציאות!

איין דוגמא... פייער אינשורענס אגענטן זענען דא גענוג און נאך, די חילוק איז נאר, א מענטש קען נישט אונען קיין ביזנעס אדער פראפערטי אן זיי, די באנק פארלאנגט עס וכו... סאו מוז מען זיי נאכלויפן, משא"כ מענטשן קענען אנגיין אן האבן לייף אינשורענס... דעריבער מוז מען דיך נאכלויפן... און סיז דא נאך...

און יא, יעדער איז אין ביזנעס צו מאכן געלט? עניטינג ראנג? די פאקט אז איך מאך געלט מיינט אז איך האב נישט דיין בעסטע אינטערעסע? זאגט ווער?

ווען א דאקטאר העלפט א פאציענט מיינט ער אויך נאר זיין געלט?
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 33247
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע:צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

Re: א אפענעם בריוו, צום "פרישן" לייף אינשורענס אגענט:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

אביסל משקה האט געשריבן: מיטוואך יולי 10, 2024 9:59 pm
געווען בין איך 3 וואכן צוריק ביי א חתונה אין ווילחאוויץ אין מאנסי אין פלוצלינג איינער קומט צו מיר גראדע א אינשורענס פעיגער סארי אגענט
מזל־טוב איר זענט א קרוב דא
יא
זייער שיין קוקסט אויס צו זיין און די צוואנציגערס יא
און אזוי געכאפט מיר א לאנגע שמועס און מיר אויפגעקלערט וואס מיינט לעבן און וואס מיינט לעבן מיט אן אחריות שכח מיסטער אגענט איך בין איינס פון דריי טויזנט וואס ווייסן יא וואס לעבן מיינט פשיאה
און אזוי זאגט ער מיר אז ער וועט מיר ארויס העלפן לעבן רואיג געב מיר דיין נאמבער ווייל איך וויל דיך פשוט נישט אויפהאלטן סנאך דא אסאך אסאך צו רעדן אבאוט לייף
א טאג שפעטער אויפן וועג אהיים פון די ארבעט מיין פאון קלינגט
העלאו
אונז האלטן אינמיטן א שמועס מיך האסטו געטראפן נעכטן ביי א חתונה
לאמיר עס מאכן און קורצן
דער פעיגערט די מענטשהייט ער ריפט ער טעקסט מיר וואף!!איך האלט אינמיטן קראכן ער איז נאכנישט פארטיג און דא האלט מען
עני וועי מיין חברותא קומט און איך דארף לויפן
אויב ביסטו אין די מארקעט פאר לייף אינשורענס, קאנסידער אים צו גיבן א מיטינג, אויב ווילסטו דוקא נישט אים, אדער דו ביסט נישט אין די מארקעט, שיק אים א קלארע מעסידזש, ביטע רעספעקטיר די מענטשהייט, איך בין נישט אין די גיסטע צו רעדן פון לייף אינשורענס, הער מיך אויף צו רופן דערוועגן!

די פוינט איז, זאג אים קלאר, לאז מיך אפ!
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 33247
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע:צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

Re: א אפענעם בריוו, צום "פרישן" לייף אינשורענס אגענט:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

אביסל משקה האט געשריבן: מיטוואך יולי 10, 2024 11:09 pm
איך בין פלעין נייגעריג די אלע חברה וואס קומען אהער דא זיך אננעמען פאר די אינשורענס פעיגער סארי אגענט

זענט עטס אפשר א אינשורענס אגענט. ?????
איך קען רעדן פאר מיר... יא!

איך ווייס אויך פון עטליכע וואס זענען זיכער נישט, סה"כ האבן זיי געהאט א גוטע עידזשענט... ועוד, זיי זענען פארגינער...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 33247
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע:צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

Re: א אפענעם בריוו, צום "פרישן" לייף אינשורענס אגענט:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

אינדעפענדענט האט געשריבן: מיטוואך יולי 10, 2024 11:19 pm
ווען די עגענט’ס וואלטן באמת געמיינט די טובה פון דעם יונגערמאן און די מעגליכע אלמנה... וואלטן זיי אים געפאושט צו מאכן א טורם אינשורענס און אים געהאלפן מיט אוועקלייגן געלט אויף א וועג וואס פארדינט 3× אזויפיל.
זעה וואס א צדיק האט דא אזוי שיין אראפגעלייגט.
viewtopic.php?t=67557
שוין דא גענוג אשכולות איבער דעם... דא רעדט מען פון די חלק פון נייע עידזשענטס, עידזשענטס, פגרים וכד'...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 33247
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע:צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

Re: א אפענעם בריוו, צום "פרישן" לייף אינשורענס אגענט:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

אריבערגעפיהרט אלע תגובות איבער האלל לייף ווס אנדערע פלעצער אין די אשכול...

viewtopic.php?t=67557

מ'קעניש אנפירקלן יעדע אשכול וואס דערמאנט די ווארט אינשורענס מיט אנדערע זאכן... ווילסט קאמפעירן זאכן? סיז דא גענוג אשכולות... דא רעדט מען וויזוי צו דיעלן מיט אן אינשורענס עידזשענט, א פרישע צו סתם א פגר...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אלטגעזעסענע מאנסיער
שר מאה
תגובות: 186
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 30, 2023 2:25 pm

Re: א אפענעם בריוו, צום "פרישן" לייף אינשורענס אגענט:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטגעזעסענע מאנסיער »

וויכטיג מאכער האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 2:00 am
אלטגעזעסענע מאנסיער האט געשריבן: מיטוואך יולי 10, 2024 8:14 pm
וויכטיג מאכער האט געשריבן: מיטוואך יולי 10, 2024 6:19 pm
אלטגעזעסענע מאנסיער האט געשריבן: מיטוואך יולי 10, 2024 2:14 pm
קאליר גרין האט געשריבן: מיטוואך יולי 10, 2024 11:37 am

נישט אמת

זייער אסאך יונגעלייט וואס האלטן היינט 10+ יאר נאכן חתונה, וואס האבן געמאכט אן אינשארנס פאלעסי (בפרט האל-לייף) גלייך נאכן חתונה, זענען זייער דאנקבאר פאר די שטיפ וואס מען האט זיי געגעבן אריינצוטאנצן דערין, און עס איז למעשה די איינציגסטע אוועקגעלייגטע געלט.
מער יונגעלייט האבען עס למעשה געמוזט פארמאכען, און דערלייגט די גאנצע געלט.
האסט דאטא דאס צו פראוון?
אויב מיינט איר דאס וואס איך האב מיך אויסגעדריקט 'מער יונגעלייט', דאן איז די תירוץ ניין, (איך האב נישט געמאכט קיין אנקעטע), אבער איך ווייס פון אסאך יונגעלייט וואס האבען דערלייגט אסאך געלט. און בעתיד וועל איך זיין מער נזהר אין מיין לשון בעזהשי"ת.

(אבער נישט געזארגט, איך בין זיכער אז זיי זענען נישט אייערע קאסטומערס...)
דאונט ווארי, כ'האניש געמיינט אז דו מיינסט מיך אדער מיינע קליענטן, כאנאר געוואלט מעורר זיין אז פאר מ'מאכט אזא סטעיטמענט אז רוב אינגעלייט לעפסן פאלעסיס, דארף עס עטוואס מער דעקונג... סיז אן אחראיות... הגם איך זאג אייביג אז מענטשן זאלן נישט דעסיידן בעיסד אויף וואס ס'שטייט אויף א פובליק פארום... דאך נעמען עס מענטשן סיריעס...

סאו שכח פארן אויסקלארן...

און יאפ! איך בין מודה אז סיז דא אסאך מענטשן וואס שטופן אריין פראדוקטן פאר מענטשן וואס איז נישט גוט פארן קליענט... עבסעלוטלי! אבער נישט אלעמאל איז די סעלושן לעפסן...
קודם א ייש"כ פארן אוועקנעמען די שמועס בנוגע לייף אינשורנס אדער סטאקס, איך ווייס נישט צו דארט קומט עס יא אריין, אבער קודם נישט דא.

שנית, אודאי דארף מען רעדן שיין און מחזק זיין סיי וועמען, און אודאי איינער וואס טוט זיין השתדלות צו ברענגען פרנסה אין שטוב. און אפילו יענער גייט אויף די נערווען, ערשט דאן קען ער נוצען די חיזוק, ווייל אויב וואלט ער ווען געדילט מיט די ריכטיגע חברה, וואלט לכאורה נישט געדארפט אזוי פיל נאכלויפען, ע"כ זאל מען אים דייקא יא מחזק זיין ביז ער וועט מיטן אייבערשטערס הילף שיין מצליח זיין, ועי' אין די לינק וואס איך האב צוגעברענגט פון ר' חיים בער מייזעלס ע"ה.

נאר די נקודה וואס איך וויל אויפמערקזאם מאכען איז בנוגע דאס וואס נייע אגענטען נוצען אויס די תמימות פון פרישע אינגעלייט און זיי שטופען צו קויפען א פאליסי.

אודאי איז א לייף אינשורנס נישט קיין גניבה, און פאר אסאך מענטשען איז עס זייער א גוטע זאך, אבער למעשה ווען מ'קומט צו א פרישע אינגערמאן און מ'הייבט אים אן צו מסביר זיין אז מ'דארף אוועקלייגען געלט צו חתונה מאכען די קינדער, און אויב מ'לייגט עס אריין אין א פאליסי וואקסט עס כך וכך א יאר, און מ'קען עס ארויסבארגען, וכו', און ער האט נאכנישט קיין אנונג וואס עס גייט פאר אויף די וועלט און ער ווערט איבערגענומען, און ער איז זיך מחייב אריינצולייגען א געוויסע סכום פון געלט פער חודש אדער יאר, למעשה נאך א יאר צוויי זעט ער אז ער קען עס זיך נישט ערלויבען, און ער מוז עס למעשה צומאכען, קומט אויס אז למעשה האט ער דערלייגט די גאנצע געלט וואס ער האט אריינגעלייגט. (און ווען איך האב געשריבען אז מער אינגעלייט מאכען צו זייער פאליסי, האב איך געמיינט צו זאגען אינגעלייט וואס איך קען פון די שנה ראשונה אינגעלייט וואס מ'האט זיי מסביר געווען די 'נחיצות הענין', אבער איר זענט גערעכט מ'דארף זיך ארויסשרייבען קלאר).

און אפילו ער קען עס למעשה יא באווייזען, קומט אים אסאך מאל אויס אסאך בעסערע געשעפטען וואס קען אים מער בענעפעטירן, למשל קויפען אן אייגענע הויז, אדער אינוועסטען צו חתונה מאכען, וואס ווען ער ווייסט ווען פארדעם פון די אלע זאכען, וואלט ער ווען קיינמאל נישט אריינגעלייגט געלט אין א סעווינגס אקאונט וואס איז געלאקט פאר אזוי פיל יאר, ממילא אפילו ער דערלייגט נישט דאס געלט, אבער למעשה וואלט ער געקענט פארדינען פון זיין געלט אסאך מער וואס איז אים נוגע פאר יעצט.

און איך גלייב אז איר ווייסט נישט פון וואס איך רעד, ווייל ווי ס'קוקט אויס דארפט איר ב"ה נישט צו קומען צו דארפען איינרעדן פרישע אינגעלייט, (איר זענט דאך @וויכטיג מאכער מיט בליצערס אויף אייער קאר...), ממילא קענט איר פארקויפען די ריכטיגע סחורה פאר די ריכטיגע מענטשען, אבער אסאך פון די נייע אגענטען הייבען אן זייער ביזנעס ביי די פרישע אינגעלייט, און דאס איז א גרויסע ווייטאג צו זען אינגעלייט וואס האבען נישט קיין השגה וואס זיי טוען, און מאכען לייף אינשורנס כאחד הנגידים.

און איך פארשטיי נישט די תירוץ אז מ'קען עס אליינס אדורך ליינען, אדער איבער שמועסן מיט איינער עלטער, ווייל ווער געט די רעכט צו פארקויפען פאר איינעם א פראדוקט וואס איר טראכט אז מעגליך איז עס נישט ממש די בעסטע עצה פאר יענעם, בלויז ווייל איר האפט אז ער איז גענוג תמימות'דיג אייך צו גלייבען און ער וועט זיך נישט גיי בעסער נאכפרעגען?

און לסיום, אודאי זאלען די אגענטען ווייטער אנגיין מיט זייער ארבעט, און יא, אודאי זאלען זיי מיינען זייער פרנסה און נאר אזוי ווייטער צושטעלן סערוויס פאר אידישע קינדער, און איך ווינטש זיי א סאך הצלחה אין זייער ארבעט, אבער ביטע, פאר איר טראגט אן א פאליסי פאר איינעם מאכט זיכער אז עס טאקע לטובתו, אדער אז ער איז באקאנט במה דברים אמורים, און איר זאלט זוכה זיין צו כל הברכות האמורות בתורה.
אוועטאר
אלט מאנרא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3782
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע:צווישן גראז און ביימער

Re: א אפענעם בריוו, צום "פרישן" לייף אינשורענס אגענט:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלט מאנרא »

פיין געשריבן!

האב איך געהאט אן אגענט יארן וואס דער איז דערגאנגן די יארן אפילו שבת מיט א ברייטע גוט שבת פון די אנדערע זייט גאס ער מיינט דאך גארנישט פלען מיר זענען גוטע חבירים

איין טאג ווען ער האט מיטגעהאלטן (בטעות) ווי איך האב געמאכט עפעס ביי א צווייטן אגענט וויל ער מיר מער נישט קענען עפעס איז אונזער לאנג יעריגע פריינדשאפט נישט דא מער פון דאן מאך איך זיכער אים צו גריסן מיט א ברייטן גוט שבת
אפילו ווען ס'איז א סוד פאר גאנץ בראד, ליגט אויף יעדן בראדער איינוואינער א פליכט צו שוייגן.
אוועטאר
באשיינפערליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6010
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 27, 2022 2:38 pm
לאקאציע:וואו דו ווילסט נאר...

Re: א אפענעם בריוו, צום "פרישן" לייף אינשורענס אגענט:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באשיינפערליך »

צ/ק

פאני סטארי, נעכטן צוקלינגט זיך מיין פאון, אויפן קאללער איידי באוויזט זיך די נאמבער פון איינעם מיין עידזש וואס כ׳האב שוין נישט גערעדט אפאר יאר, ער איז נישט פון די קריספי אינגעלייט וואס זענען געווארן אגענטן נאכן לערנען כתובות אפאר יאר, ער איז א אגענט פון געבוירן אן… א גרויס שטיקל אורח, איך האב אים נאר אין קאנטעקט צו וויסן נישט אויפצוהייבן…

עניוועי, איך הייב אויף די פאון און ער הייבט ניטאמאל אויף מיט די געשמאקע ׳טוצעך׳ נאר גייט גלייך צו צום פוינט… כ׳האב אים שנעל איינגעמאלדן אז איך האב שוין ב״ה אינשורענס און ביז געציילטע סקונדעס איז ער שוין נישט געווען צום געפינען…
מען דארף זיין א נער זיך נישט צו שרעקן פון ריזיקע, אבער מען דארף זיין א גרעסערע נער זיך אונטערצוגעבן צו דער שרעק…
מטעמים האט געשריבן: מאנטאג יוני 10, 2024 6:49 pm
איך בין מיט אייוועלט!!! איך בין א אבימלך איד!!!
אוועטאר
יקל פעדער
שר האלף
תגובות: 1820
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 05, 2024 1:42 pm
לאקאציע:צווייטע שטיבל פון די לינקע זייט

Re: א אפענעם בריוו, צום "פרישן" לייף אינשורענס אגענט:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקל פעדער »

באשיינפערליך האט געשריבן: פרייטאג יולי 12, 2024 1:45 am
צ/ק

פאני סטארי, נעכטן צוקלינגט זיך מיין פאון, אויפן קאללער איידי באוויזט זיך די נאמבער פון איינעם מיין עידזש וואס כ׳האב שוין נישט גערעדט אפאר יאר, ער איז נישט פון די קריספי אינגעלייט וואס זענען געווארן אגענטן נאכן לערנען כתובות אפאר יאר, ער איז א אגענט פון געבוירן אן… א גרויס שטיקל אורח, איך האב אים נאר אין קאנטעקט צו וויסן נישט אויפצוהייבן…

עניוועי, איך הייב אויף די פאון און ער הייבט ניטאמאל אויף מיט די געשמאקע ׳טוצעך׳ נאר גייט גלייך צו צום פוינט… כ׳האב אים שנעל איינגעמאלדן אז איך האב שוין ב״ה אינשורענס און ביז געציילטע סקונדעס איז ער שוין נישט געווען צום געפינען…
בערך אזוי ווי דער חבר וואס האט מיר געקאלט אז ער האט א פעידזש ביי א קאמפיין.
אלע דעטאלן זענען די זעלבע ווי דיין מעשה, חוץ די עצם צוועק פונעם רוף.
יאנאש האט געשריבן: זונטאג מארטש 31, 2024 8:59 am
יקל, דו שרייבסט זעהר פיין!
וואו איז מאניש חיריק?
אוועטאר
תרמב
שר תשעת אלפים
תגובות: 9298
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 07, 2019 3:21 pm

Re: א אפענעם בריוו, צום "פרישן" לייף אינשורענס אגענט:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרמב »

באשיינפערליך האט געשריבן: פרייטאג יולי 12, 2024 1:45 am
צ/ק

פאני סטארי, נעכטן צוקלינגט זיך מיין פאון, אויפן קאללער איידי באוויזט זיך די נאמבער פון איינעם מיין עידזש וואס כ׳האב שוין נישט גערעדט אפאר יאר, ער איז נישט פון די קריספי אינגעלייט וואס זענען געווארן אגענטן נאכן לערנען כתובות אפאר יאר, ער איז א אגענט פון געבוירן אן… א גרויס שטיקל אורח, איך האב אים נאר אין קאנטעקט צו וויסן נישט אויפצוהייבן…

עניוועי, איך הייב אויף די פאון און ער הייבט ניטאמאל אויף מיט די געשמאקע ׳טוצעך׳ נאר גייט גלייך צו צום פוינט… כ׳האב אים שנעל איינגעמאלדן אז איך האב שוין ב״ה אינשורענס און ביז געציילטע סקונדעס איז ער שוין נישט געווען צום געפינען…
ס'שטערט דיך צו באקומען 5 אזעלכע קאלס א יאר?

א מינוט א האלב, יענער האט געריעטשד זיין גאול פון 10 פאון קאלס א טאג, ער האט פרובירט זיין מזל, און דו האסט אוועקגעגעבן איינס א האלב מינוט פון דיין לעבן און יעדער איז העפי...

און טאמער נעמט עס אמאל 3 מינוט און ס'געשעהט 6 מאל א יאר איז אזוי געפערליך?



און ווייל איך האב נישט געלערנט כתובות פאר א פאר יאר בין איך נישט קריספי...? קאם אן מען...!
לעצט פארראכטן דורך תרמב אום פרייטאג יולי 12, 2024 2:18 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 33247
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע:צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

Re: א אפענעם בריוו, צום "פרישן" לייף אינשורענס אגענט:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

אלטגעזעסענע מאנסיער האט געשריבן: פרייטאג יולי 12, 2024 1:02 am
וויכטיג מאכער האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 2:00 am
אלטגעזעסענע מאנסיער האט געשריבן: מיטוואך יולי 10, 2024 8:14 pm
וויכטיג מאכער האט געשריבן: מיטוואך יולי 10, 2024 6:19 pm
אלטגעזעסענע מאנסיער האט געשריבן: מיטוואך יולי 10, 2024 2:14 pm


מער יונגעלייט האבען עס למעשה געמוזט פארמאכען, און דערלייגט די גאנצע געלט.
האסט דאטא דאס צו פראוון?
אויב מיינט איר דאס וואס איך האב מיך אויסגעדריקט 'מער יונגעלייט', דאן איז די תירוץ ניין, (איך האב נישט געמאכט קיין אנקעטע), אבער איך ווייס פון אסאך יונגעלייט וואס האבען דערלייגט אסאך געלט. און בעתיד וועל איך זיין מער נזהר אין מיין לשון בעזהשי"ת.

(אבער נישט געזארגט, איך בין זיכער אז זיי זענען נישט אייערע קאסטומערס...)
דאונט ווארי, כ'האניש געמיינט אז דו מיינסט מיך אדער מיינע קליענטן, כאנאר געוואלט מעורר זיין אז פאר מ'מאכט אזא סטעיטמענט אז רוב אינגעלייט לעפסן פאלעסיס, דארף עס עטוואס מער דעקונג... סיז אן אחראיות... הגם איך זאג אייביג אז מענטשן זאלן נישט דעסיידן בעיסד אויף וואס ס'שטייט אויף א פובליק פארום... דאך נעמען עס מענטשן סיריעס...

סאו שכח פארן אויסקלארן...

און יאפ! איך בין מודה אז סיז דא אסאך מענטשן וואס שטופן אריין פראדוקטן פאר מענטשן וואס איז נישט גוט פארן קליענט... עבסעלוטלי! אבער נישט אלעמאל איז די סעלושן לעפסן...
קודם א ייש"כ פארן אוועקנעמען די שמועס בנוגע לייף אינשורנס אדער סטאקס, איך ווייס נישט צו דארט קומט עס יא אריין, אבער קודם נישט דא.

שנית, אודאי דארף מען רעדן שיין און מחזק זיין סיי וועמען, און אודאי איינער וואס טוט זיין השתדלות צו ברענגען פרנסה אין שטוב. און אפילו יענער גייט אויף די נערווען, ערשט דאן קען ער נוצען די חיזוק, ווייל אויב וואלט ער ווען געדילט מיט די ריכטיגע חברה, וואלט לכאורה נישט געדארפט אזוי פיל נאכלויפען, ע"כ זאל מען אים דייקא יא מחזק זיין ביז ער וועט מיטן אייבערשטערס הילף שיין מצליח זיין, ועי' אין די לינק וואס איך האב צוגעברענגט פון ר' חיים בער מייזעלס ע"ה.

נאר די נקודה וואס איך וויל אויפמערקזאם מאכען איז בנוגע דאס וואס נייע אגענטען נוצען אויס די תמימות פון פרישע אינגעלייט און זיי שטופען צו קויפען א פאליסי.

אודאי איז א לייף אינשורנס נישט קיין גניבה, און פאר אסאך מענטשען איז עס זייער א גוטע זאך, אבער למעשה ווען מ'קומט צו א פרישע אינגערמאן און מ'הייבט אים אן צו מסביר זיין אז מ'דארף אוועקלייגען געלט צו חתונה מאכען די קינדער, און אויב מ'לייגט עס אריין אין א פאליסי וואקסט עס כך וכך א יאר, און מ'קען עס ארויסבארגען, וכו', און ער האט נאכנישט קיין אנונג וואס עס גייט פאר אויף די וועלט און ער ווערט איבערגענומען, און ער איז זיך מחייב אריינצולייגען א געוויסע סכום פון געלט פער חודש אדער יאר, למעשה נאך א יאר צוויי זעט ער אז ער קען עס זיך נישט ערלויבען, און ער מוז עס למעשה צומאכען, קומט אויס אז למעשה האט ער דערלייגט די גאנצע געלט וואס ער האט אריינגעלייגט. (און ווען איך האב געשריבען אז מער אינגעלייט מאכען צו זייער פאליסי, האב איך געמיינט צו זאגען אינגעלייט וואס איך קען פון די שנה ראשונה אינגעלייט וואס מ'האט זיי מסביר געווען די 'נחיצות הענין', אבער איר זענט גערעכט מ'דארף זיך ארויסשרייבען קלאר).

און אפילו ער קען עס למעשה יא באווייזען, קומט אים אסאך מאל אויס אסאך בעסערע געשעפטען וואס קען אים מער בענעפעטירן, למשל קויפען אן אייגענע הויז, אדער אינוועסטען צו חתונה מאכען, וואס ווען ער ווייסט ווען פארדעם פון די אלע זאכען, וואלט ער ווען קיינמאל נישט אריינגעלייגט געלט אין א סעווינגס אקאונט וואס איז געלאקט פאר אזוי פיל יאר, ממילא אפילו ער דערלייגט נישט דאס געלט, אבער למעשה וואלט ער געקענט פארדינען פון זיין געלט אסאך מער וואס איז אים נוגע פאר יעצט.

און איך גלייב אז איר ווייסט נישט פון וואס איך רעד, ווייל ווי ס'קוקט אויס דארפט איר ב"ה נישט צו קומען צו דארפען איינרעדן פרישע אינגעלייט, (איר זענט דאך @וויכטיג מאכער מיט בליצערס אויף אייער קאר...), ממילא קענט איר פארקויפען די ריכטיגע סחורה פאר די ריכטיגע מענטשען, אבער אסאך פון די נייע אגענטען הייבען אן זייער ביזנעס ביי די פרישע אינגעלייט, און דאס איז א גרויסע ווייטאג צו זען אינגעלייט וואס האבען נישט קיין השגה וואס זיי טוען, און מאכען לייף אינשורנס כאחד הנגידים.

און איך פארשטיי נישט די תירוץ אז מ'קען עס אליינס אדורך ליינען, אדער איבער שמועסן מיט איינער עלטער, ווייל ווער געט די רעכט צו פארקויפען פאר איינעם א פראדוקט וואס איר טראכט אז מעגליך איז עס נישט ממש די בעסטע עצה פאר יענעם, בלויז ווייל איר האפט אז ער איז גענוג תמימות'דיג אייך צו גלייבען און ער וועט זיך נישט גיי בעסער נאכפרעגען?

און לסיום, אודאי זאלען די אגענטען ווייטער אנגיין מיט זייער ארבעט, און יא, אודאי זאלען זיי מיינען זייער פרנסה און נאר אזוי ווייטער צושטעלן סערוויס פאר אידישע קינדער, און איך ווינטש זיי א סאך הצלחה אין זייער ארבעט, אבער ביטע, פאר איר טראגט אן א פאליסי פאר איינעם מאכט זיכער אז עס טאקע לטובתו, אדער אז ער איז באקאנט במה דברים אמורים, און איר זאלט זוכה זיין צו כל הברכות האמורות בתורה.
איך עגרי מיט א גרויסע חלק פון דיין תגובה... אבער דו שרייבסט אז איך ווייס נישט פון די פראבלעם אז אינגעלייט פאלן אריין וכד'... אוי ווי איך ווייס! און נישט נאר פרישע אינגעלייט, נאר געהעריגע עקספיריענסד ביזנעסלייט פאלן אויך קרבנות צו אגענטן וואס אדער ווייסן זיי נישט וואס זיי טיען, אדער טיען זיי עס במזיד...

אדרבה איך בין ביזי גאר אסאך מיט אזעלעכע פראבלעמען און איך וואטש מורא'דיג שטארק דערויף!

און איך האב געשריבן אז "ליינען איז נישט קיין תירוץ, ווייל קיינער פארשטייט נישט"... סאו איך ווייס נישט פארוואס דו מיינסט אז איך נוץ דאס פאר אן עקסקיוז...

סה"כ וואס כאב געזאגט אז אפילו ווען איינער איז אריינגעפאלן איז נישט אלעמאל לעפסן די איינציגסטע סעלושן, יעדע קעיס איז א עקסטערע מעשה... און אוודאי קעמען נישט זאגן אז רוב אינגעלייט לעפסן... דעטס אלל!

סה"כ אויב ווילסטו קויפן און דו האסט מורא אריינצופאלן? אדרבה קום צו מיר... אבער איך קען נישט זאגן אז רוב נייע עידזשענטס רוקן אריין ראנג פאלעסיס פאר אינגעלייט... יא סיז דא, נייע און עקספיריענסד עידזשענטס וואס פארקויפן ראנג, אבער נישט יעדער... און ווען האסט געקויפט ראנג איז נישט אלעמאל לעפסן די סעלושן...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
באשיינפערליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6010
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 27, 2022 2:38 pm
לאקאציע:וואו דו ווילסט נאר...

Re: א אפענעם בריוו, צום "פרישן" לייף אינשורענס אגענט:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באשיינפערליך »

תרמב האט געשריבן: פרייטאג יולי 12, 2024 2:16 pm
באשיינפערליך האט געשריבן: פרייטאג יולי 12, 2024 1:45 am
צ/ק

פאני סטארי, נעכטן צוקלינגט זיך מיין פאון, אויפן קאללער איידי באוויזט זיך די נאמבער פון איינעם מיין עידזש וואס כ׳האב שוין נישט גערעדט אפאר יאר, ער איז נישט פון די קריספי אינגעלייט וואס זענען געווארן אגענטן נאכן לערנען כתובות אפאר יאר, ער איז א אגענט פון געבוירן אן… א גרויס שטיקל אורח, איך האב אים נאר אין קאנטעקט צו וויסן נישט אויפצוהייבן…

עניוועי, איך הייב אויף די פאון און ער הייבט ניטאמאל אויף מיט די געשמאקע ׳טוצעך׳ נאר גייט גלייך צו צום פוינט… כ׳האב אים שנעל איינגעמאלדן אז איך האב שוין ב״ה אינשורענס און ביז געציילטע סקונדעס איז ער שוין נישט געווען צום געפינען…
ס'שטערט דיך צו באקומען 5 אזעלכע קאלס א יאר?

א מינוט א האלב, יענער האט געריעטשד זיין גאול פון 10 פאון קאלס א טאג, ער האט פרובירט זיין מזל, און דו האסט אוועקגעגעבן איינס א האלב מינוט פון דיין לעבן און יעדער איז העפי...

און טאמער נעמט עס אמאל 3 מינוט און ס'געשעהט 6 מאל א יאר איז אזוי געפערליך?



און ווייל איך האב נישט געלערנט כתובות פאר א פאר יאר בין איך נישט קריספי...? קאם אן מען...!
גלייך נעמט ער עס פערזענליך…

ס׳גייט מיר נישט אן צו באקומען אזאנע דאללס יעדן טאג, אבער נאר פון חברים, דער אינגערמאן גריסט מיר ניטאמאל אויפן גאס און פונקט יעצט האט ער זיך דערמאנט פון זיין יוגנט חבר…

די קריספי חלק האבעך געשריבן כלשון הפותח האשכול, פון מיין זייט קענסטו לערנען ביצה און גיין אין שויער איינמאל א וואך… איטס נאט עי דיפרענס…
מען דארף זיין א נער זיך נישט צו שרעקן פון ריזיקע, אבער מען דארף זיין א גרעסערע נער זיך אונטערצוגעבן צו דער שרעק…
מטעמים האט געשריבן: מאנטאג יוני 10, 2024 6:49 pm
איך בין מיט אייוועלט!!! איך בין א אבימלך איד!!!
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 33247
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע:צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

Re: א אפענעם בריוו, צום "פרישן" לייף אינשורענס אגענט:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

תרמב האט געשריבן: פרייטאג יולי 12, 2024 2:16 pm
באשיינפערליך האט געשריבן: פרייטאג יולי 12, 2024 1:45 am
צ/ק

פאני סטארי, נעכטן צוקלינגט זיך מיין פאון, אויפן קאללער איידי באוויזט זיך די נאמבער פון איינעם מיין עידזש וואס כ׳האב שוין נישט גערעדט אפאר יאר, ער איז נישט פון די קריספי אינגעלייט וואס זענען געווארן אגענטן נאכן לערנען כתובות אפאר יאר, ער איז א אגענט פון געבוירן אן… א גרויס שטיקל אורח, איך האב אים נאר אין קאנטעקט צו וויסן נישט אויפצוהייבן…

עניוועי, איך הייב אויף די פאון און ער הייבט ניטאמאל אויף מיט די געשמאקע ׳טוצעך׳ נאר גייט גלייך צו צום פוינט… כ׳האב אים שנעל איינגעמאלדן אז איך האב שוין ב״ה אינשורענס און ביז געציילטע סקונדעס איז ער שוין נישט געווען צום געפינען…
ס'שטערט דיך צו באקומען 5 אזעלכע קאלס א יאר?

א מינוט א האלב, יענער האט געריעטשד זיין גאול פון 10 פאון קאלס א טאג, ער האט פרובירט זיין מזל, און דו האסט אוועקגעגעבן איינס א האלב מינוט פון דיין לעבן און יעדער איז העפי...

און טאמער נעמט עס אמאל 3 מינוט און ס'געשעהט 6 מאל א יאר איז אזוי געפערליך?



און ווייל איך האב נישט געלערנט כתובות פאר א פאר יאר בין איך נישט קריספי...? קאם אן מען...!
סיז נאך מער פון דעם...

כ'קעניש די נאמבערס, סיז אבער זיכער 90 פראצענט פלאס מענטשן וואס קויפן נישט קיין פאלעסיס אויב האטעם קיינער נישט געקאלט, סאו וואס עקזעקטלי האט ער געטוהן ראנג? רובא דרובא מענטשן קויפן נאר א פאלעסי אויב איינער קאלט זיי... נישט יעדער איז געבוירן מיט די 5'טע שולחן ערוך צו וויסן וויזוי צו קאלן מענטשן... מ'דארף זיך לערנען צוביסלעך... אבער כדי צו פארקויפן פאלעסיס דארף ער קאלן מענטשן!

און דאס ברענגט אונז צו די צווייטע חלק... די מענטשן וואס גריסן אדער שמייכלן צו דיר בלויז ווייל ער וויל דיך מארגן קאלן... כ'זאג אסאך פאר נייע עידזשענט, סיז דא זייער א דינע ליין צווישן פגרן און פאלאוען... פאלאוען האבן מענטשן ליב, פגרן האבן זיי פיינט... די קונץ איז צו זיין ממש ביים ליין און נישט אריבערגיין... די זעלבע איז מיטן גריסן און שמייכלן צו פאטענשל קליענטן... מ'דארף נוצן שכל...

און אז כ'עדווייז שוין נייע עידזשענטס... מיין אפיס ארבייט כסדר אויף רי-רעיטינגס, ס'טייטש א מענטש וואס באקומט נישט די בעסטע רעיט, קוקט מען וואס די סיבה איז, אמאל איזעס ממש אפאר איבעריגע פונט, דרייווינג רעקארד וכד' וואס מ'קען פאררעכטן, לייגן זיי אריין א נאוט די צייט ווען מ'גייט בעז"ה קענען אפגרעיטן און ווען ס'קומט די צייט קאנטאקט מען די קלייענט און מ'אפגרעיט...

סאו כאב באקומען א קאלל לעצטענס פון א קלייענט וואס מיין אפיס האט אים געאפגרעיט נאך אפאר יאר, ער זאגט מיר סיי וועלעכע עידזשענט איך טרעף זאגט מיר אז איך בין בעסער פון אנדערע, איך גיב סערוויס... אויב איינער פרעגט דיך מיט וואס דו ביסט גוט, זאגעם "נאכן קויפן די פאלעסי"... ער זאגט אז פארן קויפן די פאלעסי שמייכלט יעדער און זאגט צו סערוויס וכו'... כאב 4 אנדערע עידזשענטס, קיינער האט מיך נישט געקאלט אפגרעיטן מיין פאלעסי נאכן פארלירן וואג...

סאו אז די אשכול איז דא פאר נייע עידזשענטס, לאמעך ענק זאגן... אפילו אויב ביסטו נאכגעלאפן איינעם, ביסט געווען דער פגר... דאונט ווארי! דזשאסט מאך זיכער אז דער קלייענט ווערט געסערוויסט... צו סיז אן אדרעסס טשעינדזש, באנק אקאונט טויש אדער סיי וואס! און טאקע דארט וואו דו מאכסט נישט קיין געלט!

אויב וועסטו סערוויסן דיינע קליענטן אדער סתם מענטשן וואס בעטן סערוויס, וועסטו כמעט נישט דארפן נאכלויפן קיין מענטשן, דיינע קאסטומערס וועלן ווערן קלייענטס און קויפן ביי דיר איינמאל און נאכאמאל, פלאס שיקן פרישע קליענטן!
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4538
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע:Yehupesville
פארבינד זיך:

Re: א אפענעם בריוו, צום "פרישן" לייף אינשורענס אגענט:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

אביסל משקה האט געשריבן: מיטוואך יולי 10, 2024 11:09 pm
איך בין פלעין נייגעריג די אלע חברה וואס קומען אהער דא זיך אננעמען פאר די אינשורענס פעיגער סארי אגענט

זענט עטס אפשר א אינשורענס אגענט. ?????
איך בין נישט קיין אינשורענס אגענט!!!!!
(פינעף עקסלעמעישאן מארקס אנטקעגן אייערע פינעף קוועשען מארקס, אבער נישט ווייל איך פראביר צו שרייען.)

און... איך האב פארלוירן א "האול לייף" פאליסי וואס האט געלעפסט נאכן אריינצאלן זעקס יאר, ווייל איך האב עס נישט געקענט מער באצאלן. איך האב געקויפט די פאליסי אין שנה שנייה.

מיין קומענדיגע פאליסי איז טאקע געווען א 2-מיליאן דאלאר "טערם" פאליסי, וואס גייט אט אט זיך ענדיגען נאכן צאלן 30 יאר. און מיין לעצטע פאליסי איז... א "האול לייף פאליסי".

מען דארף נישט פעיגערען אויף נומבער 100. אבער מען דארף דאנקן די היימישע לייף אינשורענס אגענטען, וואס אלע פון זיי, זענען זייער knowledgeable אין וואס זיי פארקויפן. איך גלייב נישט עס איז דא נאך א אינדאסטרי, ווי היימישע אינגעלייט זענען אזוי גוט געטרעינט.

אבער אוואדאי, מען טאר נישט כאפן, און מען דארף גיין צו א קלוגע מענטש פאר מען סיינט א פאליסי, בפרט אין שנה שנייה... א משפחה פריינט (גראדע א CPA) האט מיר טאקע מעורר געווען נאכן אריינטאנצן אין די ערשטע פאליסי, אז איך וואלט ווען געדארפט מאכן א טערם פאליסי, און פאר סעיווינגס א מיוטעל פאנד, ווי עס גייט אוטאמאטיק ארויס א סכום געלט פון מיין באנק אקאונט איעדע חודש, און טאקע אזוי האבן מיר געטוהן און געניצט א חלק פון די געלט פארן דאון פעימענט פון אונזער דירה.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
===>>> מיר מוזן העלפן דעם אינגערמאן! <<<===
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 33247
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע:צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

Re: א אפענעם בריוו, צום "פרישן" לייף אינשורענס אגענט:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

Kosher Travel האט געשריבן: זונטאג יולי 14, 2024 12:14 pm
אביסל משקה האט געשריבן: מיטוואך יולי 10, 2024 11:09 pm
איך בין פלעין נייגעריג די אלע חברה וואס קומען אהער דא זיך אננעמען פאר די אינשורענס פעיגער סארי אגענט

זענט עטס אפשר א אינשורענס אגענט. ?????
איך בין נישט קיין אינשורענס אגענט!!!!!
(פינעף עקסלעמעישאן מארקס אנטקעגן אייערע פינעף קוועשען מארקס, אבער נישט ווייל איך פראביר צו שרייען.)

און... איך האב פארלוירן א "האול לייף" פאליסי וואס האט געלעפסט נאכן אריינצאלן זעקס יאר, ווייל איך האב עס נישט געקענט מער באצאלן. איך האב געקויפט די פאליסי אין שנה שנייה.

מיין קומענדיגע פאליסי איז טאקע געווען א 2-מיליאן דאלאר "טערם" פאליסי, וואס גייט אט אט זיך ענדיגען נאכן צאלן 30 יאר. און מיין לעצטע פאליסי איז... א "האול לייף פאליסי".

מען דארף נישט פעיגערען אויף נומבער 100. אבער מען דארף דאנקן די היימישע לייף אינשורענס אגענטען, וואס אלע פון זיי, זענען זייער knowledgeable אין וואס זיי פארקויפן. איך גלייב נישט עס איז דא נאך א אינדאסטרי, ווי היימישע אינגעלייט זענען אזוי גוט געטרעינט.

אבער אוואדאי, מען טאר נישט כאפן, און מען דארף גיין צו א קלוגע מענטש פאר מען סיינט א פאליסי, בפרט אין שנה שנייה... א משפחה פריינט (גראדע א CPA) האט מיר טאקע מעורר געווען נאכן אריינטאנצן אין די ערשטע פאליסי, אז איך וואלט ווען געדארפט מאכן א טערם פאליסי, און פאר סעיווינגס א מיוטעל פאנד, ווי עס גייט אוטאמאטיק ארויס א סכום געלט פון מיין באנק אקאונט איעדע חודש, און טאקע אזוי האבן מיר געטוהן און געניצט א חלק פון די געלט פארן דאון פעימענט פון אונזער דירה.
עפעס שטומט נישט... א האלל לייף פאלעסי וואס איז זעקס יאר אלט לעפסט נישט פון נישט מאכן קיין פעימענט!

האסט מעגליך ארויסגענומען די געלט?
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
פרומע לבוש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3428
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 05, 2022 12:55 pm
לאקאציע:אין מיין רעזשוואלקע

Re: א אפענעם בריוו, צום "פרישן" לייף אינשורענס אגענט:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרומע לבוש »

Kosher Travel האט געשריבן: זונטאג יולי 14, 2024 12:14 pm

איך גלייב נישט עס איז דא נאך א אינדאסטרי, ווי היימישע אינגעלייט זענען אזוי גוט געטרעינט.

מאדנע אומבאגרינדעטע זאץ.

-----
איך ווייס נישט אויב עס איז דא נאך א אינדוסטריע ווי היימישע אינגעלייט באפעגערען אזוי די מענטשהייט.

אין נאך מיט אזא קאנסיסטענסטלי...

ווי קויפן זיי די קאנפידענץ אין האום דיפאו?

פארוואס רופט מיר נישט די מארגעדזש בראוקער יעדן טאג אויב איך וויל קויפן א הויז? אין איז מיר מסביר אז אויב האב איך נישט קיין הויז בינעך א רוצח אין מיין ווייב אין קינדער וועלן מיר נישט מוחל זיין?

פארוואס רופט מיר נישט די קאר דילער א יעדע מיטוואך סטראשען אז אויב איך נעם נישט די קאר ביי אים וועליך מיאוס חרטה האבן...

קענסט דיך אדווערטייזען אין דבר יום ביומו... דארט שרייב דיינע אלע סברות ומענות, און אז איך וועל זיין אינטערעסירט וועליך דיר רופן...

טענקס פאר אנדערסטענדינג.
פרעה
שר העשר
תגובות: 14
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:30 pm

Re: א אפענעם בריוו, צום "פרישן" לייף אינשורענס אגענט:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרעה »

K
לעצט פארראכטן דורך פרעה אום זונטאג יולי 14, 2024 12:52 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 33247
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע:צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

Re: א אפענעם בריוו, צום "פרישן" לייף אינשורענס אגענט:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

פרומע לבוש האט געשריבן: זונטאג יולי 14, 2024 12:29 pm
Kosher Travel האט געשריבן: זונטאג יולי 14, 2024 12:14 pm

איך גלייב נישט עס איז דא נאך א אינדאסטרי, ווי היימישע אינגעלייט זענען אזוי גוט געטרעינט.

מאדנע אומבאגרינדעטע זאץ.

-----
איך ווייס נישט אויב עס איז דא נאך א אינדוסטריע ווי היימישע אינגעלייט באפעגערען אזוי די מענטשהייט.

אין נאך מיט אזא קאנסיסטענסטלי...

ווי קויפן זיי די קאנפידענץ אין האום דיפאו?

פארוואס רופט מיר נישט די מארגעדזש בראוקער יעדן טאג אויב איך וויל קויפן א הויז? אין איז מיר מסביר אז אויב האב איך נישט קיין הויז בינעך א רוצח אין מיין ווייב אין קינדער וועלן מיר נישט מוחל זיין?

פארוואס רופט מיר נישט די קאר דילער א יעדע מיטוואך סטראשען אז אויב איך נעם נישט די קאר ביי אים וועליך מיאוס חרטה האבן...

קענסט דיך אדווערטייזען אין דבר יום ביומו... דארט שרייב דיינע אלע סברות ומענות, און אז איך וועל זיין אינטערעסירט וועליך דיר רופן...

טענקס פאר אנדערסטענדינג.
איך עגרי מיט די ערשטע חלק, גאר אסאך זענען אומטרענירט אדער ראנג טרענירט...

די פאקט איז אז קויפן א הויז איז א פרייליכע זאך, מענטשן האבן נישט קיין פראבלעם צו רעדן דערפון, משא"כ שטארבן, איבערלאזן געלט פאר די קינדער וכו איז נישט.. סאו מענטשן גייען זעלטן קאלן אן עידזשענט איך וויל קויפן א פאלעסי... סאו א עד אין די צעטלעך וועט עס נישט מאכן...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
פרומע לבוש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3428
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 05, 2022 12:55 pm
לאקאציע:אין מיין רעזשוואלקע

Re: א אפענעם בריוו, צום "פרישן" לייף אינשורענס אגענט:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרומע לבוש »

וויכטיג מאכער האט געשריבן: זונטאג יולי 14, 2024 12:43 pm


איך עגרי מיט די ערשטע חלק, גאר אסאך זענען אומטרענירט אדער ראנג טרענירט...

די פאקט איז אז קויפן א הויז איז א פרייליכע זאך, מענטשן האבן נישט קיין פראבלעם צו רעדן דערפון, משא"כ שטארבן, איבערלאזן געלט פאר די קינדער וכו איז נישט.. סאו מענטשן גייען זעלטן קאלן אן עידזשענט איך וויל קויפן א פאלעסי... סאו א עד אין די צעטלעך וועט עס נישט מאכן...
יאפס, דאס אויכעט....

איז דען דא ווייניג גוט טרענירטע היימישע אקאונטענטס ?
פלאמבערס?
עלעקטרישענס?
פארקערט א פלאמבער מוז זיין גוט טרענירט אז נישט גייט ארויס גאר שנעל פין ביזנעס משא"כ א אינשורענס אגענט קען דיר פארקויפן לאקשען...

--

נישט קיין שלעכטע פוינט, אבער די וואס פארקויפן בית החיים חלקות רופן אויכעט נישט... עט ליעסט איך האב נאכנישט באקומען קיין רוף פין זיי...
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 33247
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע:צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

Re: א אפענעם בריוו, צום "פרישן" לייף אינשורענס אגענט:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

פרעה האט געשריבן: זונטאג יולי 14, 2024 12:41 pm
רבותי. לייגטס אוועק די אלע נאן סענס שמועסן.. איך בין א לייף אינשורענס אגענט פאר 12 יאיר. כן ירבו לטובה..וואס איך זעה, זעט עטץ נישט. וועל איך פארציילען אפאר מעשות אליין מיטגעהאלטן., געווען איינעם איך האב געטרייעט..צו פארקויפען אינשורענס , אין ער געוויזען די רוקן אלעמאל, האב איך גערופען די ווייב, זאגסטו מ דארף טאקע. אבער רופטס מיין מאן, למעשה אלץ די רוקן געוויזען, א יאר נאכדעם, ער האט געווען א פילאט, אין די פליגער האט געקראכט, גישט געווען קיים טרוקען אויג ביי די לויה..

אזוי זעה איך קליענטן, וואס זיי האבן קליינע געזונטהייט אישוס,,, ווען זיי ווערן געוואר אז איז זייער שווער אדער בכלל צו באקומען אינשורענס קימען זיי לויפען זיי ווילן קויפען די מערסטע זיי קענען..

רבותי לייגטסו אייער קלוגשאפט אין די זייט, גייס טוען וואס איז ריכטיג פאר אייער ווייב און קינדער , קויפט אינשורענס יעצט ווען איהר זענט נאך געזונט, מארגן ווייסט איהר נישט צו איהר קענען קויפן.

וויפיל מענטשען האב איך געקענט פארקויפען, אין יעצט קען מען שוין נישט..א בוך קען איך באשרייבן פון די לעצטע 12 יאהר וואס איך האב אליין מוטגעהאלטן ביי מיינע קליעענטן, נישט צים גלייבען, געווען איינער, אינמוטען קויפען האט די אינשורענס קאמפעני חושש געווען אז ער איז אנגעשטעקט מיט די מחלה, וואס דארט איז פארגעגאנגן..
קודם שלום עליכם ענד וועלקאם...

הגם ס'באלאנגט מעגליך נישט אין די אשכול, זאגסטו אבער שרעקליך גוט!

סיז מורא'דיג קיהל צו דערציילן פאר די חברים אז עידזשענט דער און דער לויפט מיך נאך... איך מאך פורים פונעם... סיז נעקסט לעוול... לעבעדיג!

סאל זיך נישט מאכן... אבער איין מאל העסט קומען מיט מיר צו א ניחום אבלים, און הערן ווי די משפחה "פרייצעך" אה, "ער איז דא"... ווי מ'ווארט אויף משיח'ן... און ביים דעליווערן א טשעק, האלט מיט ווי אן אלמנה פרעגט "דעטס איט?" נישטא נאך עפעס? אפשר קענט איר טשעקן מיט זיין סאושל... ער האט געהאט אסאך מענטשן וואס האבן אים געקאלט, אפשר דאך?

סאו איי עגרי אז נישט יעדער עידזשענט איז גוט, אבער ב"ה סיז דא עידזשענטס און מ'האט ב"ה שטארק פארמינערט די קרן יתומים קאמפיינס! די עידזשענט מיינט זיך? שטארק מעגליך, סאו וואט? ווער נאך דעליווערט אזא וועליא?

סאו אנשטאטס דיסקארידזשן נייע עידזשענטס מיטן שרייען פגר, אדער טרייען זיי מסדר צו זיין, ענדערש טראכט אז דיין חיזוק גייט עוואוידן איין קרן יתומים קאמפיין! (גייסטעך סעיוון געלט) מ'מעג זאגן פאר אן עידזשענט קאלל מיך נישט מער ביטע, כאב גענוג אינשורענס אדער א גוטע עידזשענט וכד'... סיז דא וועגן וויזוי עס צו זאגן!

גלייכצייטיג איז שטארק רעקאמענדעד צו מאכן זיכער אז דיינע פאלעסיס זענען מסודר, און אז דו האסט גענוג אינשורענס... איך האב שוין באקומען קאללס פון מענטשן - וואס איך בין זיי נאכגעלאפן - פרעגן צו מ'קען נאך עפעס מאכן...

מ'טאר נישט ווערן דערשראקן, אבער מ'דארף עקטן אינגערהייט ווען מ'קען נאך און סיז ביליג...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 33247
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע:צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

Re: א אפענעם בריוו, צום "פרישן" לייף אינשורענס אגענט:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

פרומע לבוש האט געשריבן: זונטאג יולי 14, 2024 12:58 pm
וויכטיג מאכער האט געשריבן: זונטאג יולי 14, 2024 12:43 pm


איך עגרי מיט די ערשטע חלק, גאר אסאך זענען אומטרענירט אדער ראנג טרענירט...

די פאקט איז אז קויפן א הויז איז א פרייליכע זאך, מענטשן האבן נישט קיין פראבלעם צו רעדן דערפון, משא"כ שטארבן, איבערלאזן געלט פאר די קינדער וכו איז נישט.. סאו מענטשן גייען זעלטן קאלן אן עידזשענט איך וויל קויפן א פאלעסי... סאו א עד אין די צעטלעך וועט עס נישט מאכן...
יאפס, דאס אויכעט....

איז דען דא ווייניג גוט טרענירטע היימישע אקאונטענטס ?
פלאמבערס?
עלעקטרישענס?
פארקערט א פלאמבער מוז זיין גוט טרענירט אז נישט גייט ארויס גאר שנעל פין ביזנעס משא"כ א אינשורענס אגענט קען דיר פארקויפן לאקשען...

--

נישט קיין שלעכטע פוינט, אבער די וואס פארקויפן בית החיים חלקות רופן אויכעט נישט... עט ליעסט איך האב נאכנישט באקומען קיין רוף פין זיי...
נאן סענס! גענוג און נאך נייע עלעקטערישענס זעצן אן!

-----

דו ווילסט אנהייבן איבערגיין אלע ב'חיי'מענדל דזשאוקס? פארקויפסט לייף אינשורענס, איך פארקויף תכריכים...

דאס איז עקזעקטלי מיין פוינט! יעדער בר דעת פארשטייט ווי אנדערש דאס איז, אבער מעט זוכן פון אונטער דער ערד אראפצורייסן די עידזשענטס... פיהלסטעך גוט? ענדזשוי דיך!

ווען מ'דארף אבער צוקומען צו זיי איז טו לעיט!
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”