באבלאזענע זינטאג ווייבס

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
ארטיסטיש
שר מאה
תגובות: 235
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 13, 2024 2:37 pm

באבלאזענע זינטאג ווייבס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארטיסטיש »

אויף א געווענטליכן פארוואלקעטן זינטאג צופרי שפעט און קוים מיטן אטעם בין איך געפלויגן און בית מדרש,
יעצט הייבט זיך אן מערכת זיכן פארקינג, ענדליך נאך דריי לאנגע מינוטן זעי איך ווי ממש ביי די לעצטע פארקינג ספאט פארט איינער ארויס, איך שמייס אהין ווי א פרא און יא אפילו ס'נישט מיין מזל היינט אבער יאפ כאב עס געכאפט,
איך געב א כאפ מיין היט און תפילין בייטל, אבער גראד ביים עפענען די טיר פון קאר פיל איך,
טראפ.. טראפ..
אוי באשעפער! כ'גיי יעצט דארפן גראבן און מיין קאר צו טרעפן א שירעם!
אבער צו מיין נישט ווי געווענטליכע זינטאג מזל האב איך גראד געזעהן די שפיץ פינעם שירעם,
אבער ווי נאר כאב עס ארויסגעשלעפט האט זיך עס פליצלינג אויפגעמאכט מיט גאר א שטארקע אימפעט אראפ פליקענדיג מיין הוט אויפן נאסן סיידוואלק,
נאכן רייבן מיין עלנבויגן אויפן הוט פאר א קנאפע זיבן סקונדעס האט עס צוריק אויסגעקוקט ראו לקבל את פני ה...

די ווינט האט פאר עפעס א סיבה מיך פרובירט גריסן אבער כ'בין בכלל נישט געווען און די מאאד זיך צו גריסן מיט אים, זעכער נישט היינט...
שוין, בין איך שנעל אריינגעלאפן און שול נאכן זיך פארענען ביים טיר פאר צוויי מינוט מיטן ציזאמלייגן די שירעם קומט א יונגערמאן מיטן תפילין בייטל אין די הענט (פארשטייט זיך, אינעם תפילין בייטל איז געליגן א געלע גראסרי בעג מיט א קליינע בלויע גמרא מיט א קליין באטעלע וואסער...) קומט ער צו צי מיר און פרעגט מיר מיט אזא שרעקעדיגע פנים, "ס'רעגנט אינדרויסן?"

אקעי סיריעסלי?
כאב שוין געהערט טויזנט מאל די ווערטל אז, ניין! כאב מיר אנגעטוען א מעיל און מיך אנגעגאסן מיט וואסער...
אבער ער פרעגט נאך ווייטער "ס'רעגנט שטארק?"
כ'וויל אים זאגן "יונגערמאן מאכט אליינס אויף דעם דלת און קוקט'ס און שפירט'ס צו ס'רעגנט שטארק!"

נאכן טרעפן א פלאץ פאר מיין הוט און תפילין בייטל לויף איך אריין און מקוה מיטן פלאן עס צו מאכן טשיק טשאק,
אבער ביים זיך אריינזענדיג און בור הער איך א דיקע שטומע וואס רעדט צו מיר... "אהההה... וואס זאגסטו צום בור? ס'פיין, הא?"
כ'דריי מיך ארום זעי איך ווי ער קוקט מיר אן מיט א שמייכל כאילו איך בין שוין יארן זיין בעסט פרענד,
כ'געב אים אזא שאקל מיטן קאפ און דריי מיך צוריק, אבער פאר עפעס א סיבה איז ער געווען און די מאאד פון שמועסן און בור, ער נעמט זיך פרעגן שאלות וועגן די דעבאטע פון טראמפ און ביידענען, ביז כאב אים שיין געזאגט אז איך ליג נישט בכלל און די פאליטישע זאכן, (און איך פיל נאך יעצט גילטי, כ'ווייס טאקע נישט פארוואס)
___
שוין, נאך צען מינוט האט זיך ענדליך ארויסגעזעהן א צורת מנין, און עפעס א קליין בחור'ל האט געכאפט דעם ברעטל,
אבער ווי מיט מיין געראכטענע מזל האט זיך נעבן מיר אראפגעזעצט א דיקליכע יונגערמאן, זיך העפליך באקוועם געמאכט, אויסגעפאקט זיין תפילין בייטל...

"יונגערמאן כאב גארנישט קעגן דיר, אבער הער אויף שנארכעצן מיט דיין שליים!
נעם קעיר פון דיך!"

בערך אזעלכע מחשבות האט מיר אנגעהויבן שטויסן און קאפ,
ביי שמונה עשרה האב איך פארשטייט זיך פינקטלעך געקענט מיטהאלטן זיין אב הרחמן פריוואטע בקשה,
___
נאכן דאווענען האב איך פאר עפעס א סיבה געפילט ווי כ'וויל נאך אביסל פארוויילן דא און בית מדרש, האב איך גענימען א גוט מארגן און זיך געמאכט א קאווע,
נאך פאר איך האב גענימען הייס וואסער נאך פאר וואס ווי פרעגט מיר א יונגערמאן, (מער די בן תורה סטייל) מיט א שטילע אבער שנעלע שטומע "די וואסער איז הייס?"
איך האב אבער נישט פאראויס געזעהן די וויכטיגע שאלה, סא נאכן דריטן מאל פרעגן האב איך ענדליך פארשטאנען וואס ער פרעגט...
אבער ביי דעט טיים איז ער שוין נישט געשטאנען נעבן מיר,
(גיי ווייס פארוואס ער האט געוואלט וויסן...)

שטיי איך אנגעלאנט ביים וואנט מיטן קאווע און מיטן גוט מארגן צעטל, אזוי ליינענדיג קומט צו א יונגערמאן, איך זאג דיר דעם אמת איך האב אים נאך און מיין לעבן נישט געזעהן!
אבער ער איז גאר געשמאק און געט מיר א פרעג "נו? עפעס נייעס?"
איך קוק צוריק דעי יונגערמאן און פנים אריין מיט א שווערע קשיא און קאפ (איך קען דיר פון ערגעץ?!)
אנטשולדיגס מיר ערעב יוד איך קען אייך פון ערגעץ?
דא האב איך שוין ארויסגעגעבן מיין כעס פונעם יאר הונדערט!
די יונגערמאן נעבעך האט לכאורה פארלוירן זיין אפעטיט פונעם קאווע, אבער... יא...
____
גיי איך אריין און היכל כ'נעם א רשי' כפשוטו חומוש און כ'זעץ מיך אראפ ביים ווינקעל,
אבער ביים פרובירן צו מאכן גראד די טיש האב איך נישט באמערקט אז איין פיסל פינעם טיש האט נאכנישט אנגעיאגט צו וואקסן אזוי לאנג ווי זיינע שכינים,
און אן קיין שום ווארענונג פון פארדעם האט מיין האלב אויסגעטרינקענע קאלטע קאווע געכאפט א שטיקל טראסקע,
און וויפיל ווייסע טישוס כאב נאר געלייגט איז עס גראד פארשוועמט געווארן מיטן קאווע טייכל,
(און לויט מיין טיפע פארשטאנד גייט דאס אקעגן די לאו אף פיזיקס....)

נישט דורך קיין מינוט און שוין ווידער א יונגערמאן...
כ'וויל נישט אראפרייסן אבער די יונגערמאן גאר דאאאר און נידריג, מיט א ציקנייטשטע פיאה (פון אזויפיל דרייען) אויפן אויער, מיט א אפענע רעקל און מיט א גרוך פון שווארצע קאווע, פרעגט מיר מיט א ציקנייטשטע פנים ,
"אללא האסט אפשר א פעדער צו בארגן?"
"ממש פאר א מינוט נאר..."

ערב יוד די מיינסט אז איך ארבעט מיט כפרות אדער מיט הינער?!
אז די ווילסט, גיי אראפ צום נענסטן בוטשער אין בעהט זיי פאר א פריש געשאכטענע הינדל און נעם דיר אלללע פעדערן!
וויפיל ס'נאר דא!
לייג דיר אוועק פאר די קומענדיגע פיר שמיטה יארן!



"וואס האסטו געפרעגט?"

"א פעדער אפשר?
קענסט מיר בארגן איינס פאר א מינוט?"

"אה יא! שאר!
דא האסטו"

מיט שטורעמישע געפילן בין איך ארויסגעלאפן פון בית מדרש, איך האב שוין נישט געוואלט רעדן אדער הערן פון קיינעם פארן טאג!

זיצנ'דיג אויפן ראויד אויפן וועג אהיים, האב איך פליצלינג אנגעהויבן לאכן....
איך ווייס נישט פארוואס, אבער ס'האט אנגעהויבן אריינפליען מחשבות פון די לעצטע צוויי שעה און בית מדרש,
טראכטנ'דיג פון אלע מענטשן וואס איך האב אזוי אומווילענדיג בא'שגצ'ט...

נאך א מינוט האב איך פינקטלעך פארשטאנען און קאפ די יונגערמאן וואס האט מיר געפרעגט צו ס'רעגנט שטארק,
אויך די יונגערמאן און בור,
אויך מיין שכן ביי שחרית,
אויך די בן תורה ,

עכ"פ....

ביי די טיים איך בין אנגעקומען אינדערהיים האב איך שוין געהאט א שמייכל פון אויער צו אויער...

יעצט צו דיר מיין פריינט,
" ס'ממש א שאד זיך צו רעגן אויף יעדע קליינעקייט,"
"ס'ברענגט דיר גארנישט,"
"שמייכל, גריס צוריק, און ווען נישט נערוועיז פון יעדע קליינעקייט,"


ס'וועט דיר בעסער_ שענער_ העכער זיין!!
"איי אידעלע איי אידעלע שטארק זיך שטארק זיך ברידעלע"
אוועטאר
Sunflower
שר האלף
תגובות: 1070
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 17, 2024 3:55 pm

Re: באבלאזענע זינטאג ווייבס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Sunflower »



גוט איז גוט
🌻 🌻 🌻
אוועטאר
קאטשקע פיס
שר מאה
תגובות: 119
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 08, 2024 4:02 pm
לאקאציע:כולל

Re: באבלאזענע זינטאג ווייבס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאטשקע פיס »

דעי שפראך... ציקאש!
האסט מיך ליטערלי געמאכט אין א בעד מאאד... שיגענער...
יונה פון נינוה האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 09, 2024 6:51 pm
איין רגע, וואס איז די מוסר השכל ?
אוועטאר
על פי פשטות
שר חמש מאות
תגובות: 868
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 02, 2023 12:47 am
לאקאציע:ביי די הויכע פענסטערס

Re: באבלאזענע זינטאג ווייבס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך על פי פשטות »

ארטיסטיש אראפגעלייגט!!!
"א חיזוק'ל - אנצוגיין פיזוק'ל"
"יעדע מענטש'ל - האט פאטענטשל!!!"
נוצן גוט דעם ווירטואלן פענסל - קען טוישן יענעם'ס עקזיסטענץ'ל!
אוועטאר
מאיר'ל
שר מאה
תגובות: 177
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 12, 2024 8:27 pm
לאקאציע:75 מירון דרייוו

Re: באבלאזענע זינטאג ווייבס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאיר'ל »

👍👍👍👍👍👍
א לייק איז נישט גענוג!!
אוי זאגסטו גוט!
מאיר איז זייער א געזונטע זאך צו עסן!!!
אוועטאר
ארטיסטיש
שר מאה
תגובות: 235
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 13, 2024 2:37 pm

Re: באבלאזענע זינטאג ווייבס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארטיסטיש »

קאטשקע פיס האט געשריבן: דינסטאג יולי 09, 2024 12:03 am

האסט מיך ליטערלי געמאכט אין א בעד מאאד... שיגענער...
אויששש...
חס ושלום, נישט דאס געמיינט בכלל...
אוועטאר
יקל פעדער
שר האלף
תגובות: 1575
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 05, 2024 1:42 pm
לאקאציע:צווייטע שטיבל פון די לינקע זייט

Re: באבלאזענע זינטאג ווייבס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקל פעדער »

זונטאג. א טאג וואס חוץ אינעם נאמען פונעם טאג, האט מען גארנישט מיטן זון. ווייל מ'גייט אראפ פון זונען.
יאנאש האט געשריבן: זונטאג מארטש 31, 2024 8:59 am
יקל, דו שרייבסט זעהר פיין!
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”