צוברעך מיין סעלפאון... לאמיך זעהן
שוין געקומען די צייט פאר דעם אויכעט, די 'אומצוברעכבארע סעלפאון' איז ערשינען אויף די מארקעט פאר פארהעלטניסמעסיג צוגענגליכע פרייז קעגן אירע קאוזינעס וואס קאסטן אפ שווערע אלפים.
די שוועדישער פירמע "סאנים" האט אנאנסירט א נייע מאדעל סעלפאון וואס קען דראפן 10 פוס און ניטאמאל א קריץ וועט עס קריגן. קענסט עס רואיג מיטנעמען אין מקוה אריין זיך טובלען דערמיט רעדענדיגערהייט, נאו פראבלעמא. ס'ווערט שמוציג, לייג עס אריין אין סינק און וואש עס אפ, אבער נישט מער ווי א האלבע שעה.
לויט ווי די פירמע זאגט איז דא א פארלאנג דערויף פון די אינדוסטרי פון קאנטראקטערס און בויערס וכדומה, מענטשן וואס טוען שווערע פיזישע ארבייט און זייערע סעלפאונס זענען אויסגעשטעלט זיך צו צוברעכן אלע וויילע. אבער מיט דעם נייעס מאדעל וועט עס קענען פאלן, צעטרעטן ווערן, צעקלאפט ווערן מיט א האמער, אבער הילד איננו קיין קריץ וועט נישט זיין.
דער וואונדער איז צוזאמגעשטעלט פון קאמפרעסטע מעטעריאל מיט א שטארקע אנטי סקרעטש קאוטינג אויף די סקרין. ראבערנע סיעלס וואס זאפן איין שאק און פארמיידן וואסער.
אין די טעסטן איז עס געשטעלט געווארן אין א פיש-טאנק ווען אינמיטן האט עס געקלינגען ווייל עמיצער האט אריינגערופן. א אנגערייצט הונט האט עס צוביסן און גאר שנעל אויפגעגעבן. א עלעפאנט האט ארויפגעטראטן דערויף אן קיין קריץ.
עס ווערט פארקויפט פאר 600 דאלער, עס קומט אנלאקד צו קענען נוצן מיט פראוויידערס וואס שטעלן צו סים-קארדס (טי מאבייל), אויך האט עס א PTT באטאן, עס פארמאגט א 3 יאר וואראנטי.
http://www.sonimxp3.com/
דערווייל ווערט עס נישט פארקויפט אין די פאראייניגטע שטאטן.
אין אן אנדער באריכט וועט מען מעלדן בל"נ איבער אנדערע אומצוברעכבארע סעלפאונס וואס קאסטן פון $5,000 ביז $310,000 ! יא גוט געזען.....