בלאט 1פון 1

הייזעריגע מידיע קרבנות!!!!

געשריבן: דינסטאג יולי 09, 2024 4:35 pm
דורך קמץ
וואס נעם איך ארויס פון דעי געלונגענע/דורכגעפאלנע דעבאטע?


איין זאך טאר מען קיינמאל נישט פארגעסן, אפי' מען ווערט אביסל העפי און צעמישט פון פארשידענע אנקעטעס, אדער די אלע סטעיטמענטס און קאמענטארן עצות און טיפס וואס די מידיע לייגט יעצט ארויס,

ווי זענען זיי געווען א וואך צוריק?

ווי זענען זיי געווען די לעצטע פאר יאר?

וואס איז דא געשען אז פלוצלינג נעכטן האט ער אנגעהויבן אלט ווערן?

עפעס האט זיך יעצט געטוישט?

פארוואס זענען זיי הייזעריג געווארן פון שרייען אז דער אויסגעברענטע ליכט איז נאך דא?

פארוואס פרובירסטו איינצורעדן יעדן אז דעי פארוועלקטע קענטעלויב און פלאכע קיווי איז נאך קעיפעבל?

האסט טאקע נישט געוויסט אז די לאנד איז א"ף טרע"ק?

איז טאקע דא עפעס א הינזיכט וואס האט זיך פארבעסערט אינטער זיין זייגער?

ניין! אלעס איז געבליבן אזויווי ביז יעצט, ביידען איז נישט ערגער געווארן און טראמפ איז נישט בעסער געווארן, נאר סך הכל איז ער געווען פארנט פון די אויגן פון מאסן מיליאנען מענטשן, דערוילעם גולם האט די ערשטע מאל געזעהן לייוו אזא לאנגע חלום פונעם זיידן, און איטס געים אווער!!!
אויב גייסטו יעצט רעדן וויאזוי די האסט גערעדט א וואך צוריק, גייט דיר יעדער פרעגן וויאזוי עס שפירט זיך צו קומען וואקאציע פון מארס צו אונזער וועלטל, מען קען שוין נישט פארפירן מיט די שעפסן קעפ, און פארציילן זאכן וואס שטימט נישט מיט דאס וואס איז געטאנצן פאר זייער אויגן, און געקריצט און די אויערן, פאר איבער א שעה און א צי, די גאנצע מידיע בלאף איז ארויסגעטאנצן פון פענסטער, ווען דערוילעם איז פינקט געשטאנען דארט אינדערויסן עס מיט צו האלטן, ממילה פון גרויס פארלוירנקייט, מיט די צינג אינדערויסן, אינגאנצן אנטוישט, האבן זיי געמיזט צוריקציען, אבער א שיינע פנים וועט עס טראגן אויב זיי קומען ארויס און זאגן, רבותי אינז האמער געטרייט צו זאגן א ליגנט און סנישט געלונגען, אינז צי מיר צוריק און דער קאלעכט פעסט, קומען זיי יעצט ווי א צעבויגענע שירעם נאך א רעגן, יוי ער איז אלט, וואס טוט מען דא, מען מיז טרעפן א צווייטן, אינגערמאן אנטשולדיגט, דעי טשולענט איז אייערס, ווען די שרייעסט ווען דאס א יאר צוריק, וואלט ער נישט געלאפן יעצט, וועלקא"ם ט"ו ד"ע קלא"ב, אויף דעם האסטו אליין געארבעט יעצט עס עס אויף, זיי נישט יעצט א גאנצע מציל און שריי מיט אלע כוחות, "יוי ער איז אלט", די האסט דאס נעכטן אויך געוויסט, סא נעקסטע מאל וואס די מידיע מאכט א מצב אז טראמפ איז א ריזיגע קרימינאל א פארברעכער,וואס אגב איז דאס די סיבה פארוואס ער איז אינטער די אלע אויספארשונגען, ווייל אז מען שרייט אז ער איז א פארברעכער דארף מען דאך ווייזן אז ער איז טאקע, פאר די זאגסט עס נאך טראכט, אפשר נאכדעם וואס מגייט נישטערן פאר יארן און אלע זיינע ארכיוון, און אויכעט און די ארכיוון פון יעדעם וואס האט נאר אמאל אויסגעטוישט א ווארט מיט אים, גייט מען סך הכל טרעפן א קליינע מיסטעיק און זיינע ביכער וואס איז אפשר יא און זיכער נישט א פארברעך (כאפסט....?),
און וועגן ער זאגט אז די עלעקשאן איז נישט געווען פעיר, מיינט נישט אז ער איז סכנה צו דעמאקראסי, ווייל נאך קלינטאן האט מען דאך אויך געשריבן אז ראשע האט געהעקט די וואלן, כאטש סאיז א גרויסע סקעם ווייל אויב זיי קענען יא ווי זענען זיי געווען און יארע צוואנציג למספ' ווען מען האט זיי טאקע געדארפט?
און אדרבה נוץ דיין קאפ אביסל, אפי' ביז יעצט האסטו נישט געברויכט ווייל די מידיע האט עס שוין געטוהן פאר דיר, ווער איז א גרעסערע סכנה צו דעמאקראטיע איינער וואס זיין קעגנער גייט אפשר זיצן, אדער איינער וואס האט גע'טענה'ט אז מען דארף מאכן א מער סעיף עלעקשאן ווייל בעלאטס איז א טאקטיק מיר אונטערצוברענגען? (וואס אגב דאס האט אים טאקע אונטערגעברענגט, יעדער ווייסט אז ווען נישט בעלאטס האמער אינז היינט א צווייטע פרעזידענט),נעקסטע מאל די מידיע שרייט אז טראמפ רעדט נישט שיין, ממילה קען ער נישט זיין פרעזידענט, קוק איבער דעי דעבאטע וד"ל, נעקסטע מאל די מידיע שרייט אז טראמפ זאגט ליגענט, קוק איבער דעי דעבאטע, די פעקט טשעקינג טאקטיק האט שוין נישט געארבעט יעצט ווייל ביידען האט געשאסן ליגענט ווי א אטאמאטישע מאשין גאן, נעקסטע מאל וואס די מידיע שרייט קאנוויקטעד פעלאן טראכט אביסל טיפער צו און פלארידע וואלט טראמפ אויך באקומען טורמע פאר דעי הארבע עבירות, נעקסטע מאל די מידיע שרייט אז טראמפ רעדט נישט ווי א פרעזידענט, טריי דיך צו דערמאנען וואס עס איז געבליבן ווער וועגט מער טראמפ אדער ביידען, אדער ווער עס איז העכער טראמפ אדער ביידען,נעקסטע מאל וואס די מידיע/דעמאקראטן שרייען אז איבער א מיליאן אקנאעמיע פארשטייער זאגן אז אויב טראמפ ווערט ערוויילט קומט א רעסעסיע, טראכט אביסל סארבעט ווייערלעס? רימאוטלי? אדער סאיז יא דא א סוויטש פאר דעם? הייסט יעצט איז נישט רעסעסיע? פארוואס ווייל די צייטונגען שרייבען נישט רעסעסיע? וואס גייט דעמאלט זיין ערגער ווי יעצט? זיי נישט נאכאמאל א מידיע פאפעט, דיין ניסל פון גאט איז נישט זייער אייגענטום, די ליסט ענדיגט זיך נישט דא אבער איך מיין סאיז שוין גענוג .


וואס וויל איך דא? נעקסטיים סקימט עפעס אינטער און די מידיע זאגט קלאר אזוי און אזוי, נעם ארויס דיין שטויביגע מח און טראכט אביסל אריין, זאג אפילו נישט נאך וואס זיי זאגן ווייל טאמער יא, וועסטו נאכאמאל דארפן ארבייטן אזוי שווער צו פארענטפערן וואס די האסט געזאגט, קוק אן יעצט מ'ארבעט שוין איבער א וואך און סאיז נאך אלץ קלאר ביי יעדן בר נש אז זיידי איז נישט ראי בכלל צו פירן א קאר, אפגערעדט פון א לאנד, און יעדער ווייסט אז אינפלאציע גייט נישט אינערגעץ, די פרייזן זענען הימל שרייענד, מען האלט פשוט פאר א עלעקשאן, פעיק נוז איז נישט קיין גוזמא, סאיז א ביטערע "מציאות", פאר די לאזט דיר נאכאמאל אריין און דעי בלאטע טו גוט דורך דיין מיינונג.

א גוטע וואך!!!!

א גוט חודש!!!!

און א גוט יאר!!!!

איך האף אויך אז ס'וועט זיין פאר אייך א גוט מארגען, און אייך אויפוועקן פון אייער זיסע חלום.

Re: הייזעריגע מידיע קרבנות!!!!

געשריבן: דינסטאג יולי 09, 2024 6:12 pm
דורך שמן ששון

לייק איז נישט גענוג נאדיר גרינס.

Re: הייזעריגע מידיע קרבנות!!!!

געשריבן: דינסטאג יולי 09, 2024 8:36 pm
דורך קיוקאמבער
זייער גוט ארויסגעברענגט!

Re: הייזעריגע מידיע קרבנות!!!!

געשריבן: דינסטאג יולי 09, 2024 9:26 pm
דורך קמץ
שמן ששון האט געשריבן: דינסטאג יולי 09, 2024 6:12 pm

לייק איז נישט גענוג נאדיר גרינס.
א ישר כח דעס בעט מיר חיזוק ווייטער אנצוגיין

Re: הייזעריגע מידיע קרבנות!!!!

געשריבן: מיטוואך יולי 10, 2024 4:01 am
דורך שליו ודגים
יא גאר שטארק אין איין תגובה וואס מ'בעט זיך שוין יארן

Re: הייזעריגע מידיע קרבנות!!!!

געשריבן: מיטוואך יולי 10, 2024 12:26 pm
דורך פיצי מוח
👍👍👍👍👍👍👍👍👍
שטארק ארויסגעברענגט דעם פינטל!
וואו ביסטו געוועהן ביז יעצט?!
זאל נאר אנקומען צו די ריכטיגע אויערן.

האסט א שפראך... Wאףףף.....

Re: הייזעריגע מידיע קרבנות!!!!

געשריבן: מיטוואך יולי 10, 2024 1:47 pm
דורך זייצפריילעך
covid
10,000 people wedding
measles outbreak
the list is long but can't write everything for many reasons

but how can we bring this point out to those who are still sleeping?

Re: הייזעריגע מידיע קרבנות!!!!

געשריבן: מיטוואך יולי 10, 2024 4:49 pm
דורך היינטיגע דורות
זייער א שטארקע פוינט...... אבער וואס האט מען פון שרייבן פעיק ניוז אויף די מידיע???

Re: הייזעריגע מידיע קרבנות!!!!

געשריבן: מיטוואך יולי 10, 2024 4:54 pm
דורך חושן משפט
למעשה דארף יעדער די מידיע אויף זייער זייט.......

Re: הייזעריגע מידיע קרבנות!!!!

געשריבן: מיטוואך יולי 10, 2024 5:26 pm
דורך קיוקאמבער
די ווארט איז נישט אראפרייסן אדער ארויפברענגן, די ווארט איז פשוט פאר אונז וועלטל ליינערס, וואס האבן נאכנישט געכאפט די קאנצעפט אז די מידיע איז קאראפטעד, פעלט נישט דא אויףן זייטל אזאלכע, (והא ראי' ניקס שרייבן נאך און די טראמפ קאלעכט אשכול,) זאלן כאפן א שטיקל שאקל און דעם ענין.

Re: הייזעריגע מידיע קרבנות!!!!

געשריבן: מיטוואך יולי 10, 2024 6:27 pm
דורך ווייטעמין וואסער


זייער גוט ארויסגעברענגט!

שרייב נאך

Re: הייזעריגע מידיע קרבנות!!!!

געשריבן: מיטוואך יולי 10, 2024 8:47 pm
דורך זייצפריילעך
At the time of BLACK LIVES MATTER president trump urged the black people to be Self thinking men

Re: הייזעריגע מידיע קרבנות!!!!

געשריבן: מיטוואך יולי 10, 2024 9:12 pm
דורך קמץ
ווייטעמין וואסער האט געשריבן: מיטוואך יולי 10, 2024 6:27 pm


זייער גוט ארויסגעברענגט!

שרייב נאך
איך האפ איה צו שרייבן נאך אויב די צייט וועט ערלויבן

Re: הייזעריגע מידיע קרבנות!!!!

געשריבן: מיטוואך יולי 10, 2024 9:14 pm
דורך ריעל ניוז

Re: הייזעריגע מידיע קרבנות!!!!

געשריבן: מיטוואך יולי 10, 2024 10:03 pm
דורך maybeeynot
קמץ האט געשריבן: מיטוואך יולי 10, 2024 9:12 pm
ווייטעמין וואסער האט געשריבן: מיטוואך יולי 10, 2024 6:27 pm


זייער גוט ארויסגעברענגט!

שרייב נאך
איך האפ איה צו שרייבן נאך אויב די צייט וועט ערלויבן
Can't wait
האסט א פליסיגע קיבארד אין א זאפטיגע שפראך

Re: הייזעריגע מידיע קרבנות!!!!

געשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 10:24 am
דורך היינטיגע דורות
קיוקאמבער האט געשריבן: מיטוואך יולי 10, 2024 5:26 pm
די ווארט איז נישט אראפרייסן אדער ארויפברענגן, די ווארט איז פשוט פאר אונז וועלטל ליינערס, וואס האבן נאכנישט געכאפט די קאנצעפט אז די מידיע איז קאראפטעד, פעלט נישט דא אויףן זייטל אזאלכע, (והא ראי' ניקס שרייבן נאך און די טראמפ קאלעכט אשכול,) זאלן כאפן א שטיקל שאקל און דעם ענין.
איך האב נישט געמיינט אראפצורייסן איך האלט פשוט אז יעדער דארף סייווי צוקומען צו די מידיע ממילא קען מען שרייען פעיק ניוז ביז איבערמארגן..... עניוועי קיפ איט אפ!!!!!!!!

Re: הייזעריגע מידיע קרבנות!!!!

געשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 4:04 pm
דורך דעת גדול
א געשמאקע שפראך.

Re: הייזעריגע מידיע קרבנות!!!!

געשריבן: זונטאג יולי 14, 2024 4:45 am
דורך מה נשמע
@קמץ 👍👍👍👍👍👍👍

Re: הייזעריגע מידיע קרבנות!!!!

געשריבן: זונטאג יולי 14, 2024 12:43 pm
דורך קיוקאמבער
אשאד די האסט געשריבן די ארטיקל פאר די שיסעריי, גיי ווייס וואס די מידיע גייט יעצט זאגן, מן הסתם איז ער פלעין א צערודערטע פארשוין און אויב די האסט קשיות, ביסטו פלעין א אנהויב פון א קאנספיראציע......

Re: הייזעריגע מידיע קרבנות!!!!

געשריבן: מוצ"ש יולי 20, 2024 10:04 pm
דורך קיוקאמבער
די "הייזעריגע מידיע" איז דא מיט א פרישע חידוש, איך הער יעצט דא איינעם מסבירן אזוי, ביידען איז דאך גאר אלט, אויב דרייט ער זיך ארויס פון קאוויד, ווייזט עס נישט אויף די זעלבע שטארקייט ווי טראמפ'ס צייגן מיט די הענט נאכ'ן שיסעריי?

דער לייגט עס אראפ מיט אזא שטארקקייט, ער לאכט אפילו נישט......

פוי איז נישט די ווארט דא!

Create a Mobile Website
View Site in Mobile | Classic
Share by: