אזוי ווי טראמפ גייט ביז געציילטע טעג ענדגילטיג מעלדן זיין באשלוס וועם ער קלויבט אויס פאר זיין מיטלויפער איז אינטרעסאנט צו זעהן די פיינעל אויסוואל וואס דער עולם האלט בנוגע וועם ער זאל אויסקלויבן
איך האב ארויסגעשטעלט א ליסטע פון נעמען וואס זענען געוועהן באריכטעט אז טראמפ נעמט און באטראכט הגם לעצטערע באריכטן האבן געלויטעט אז די ליסטע איז אראפגעקומען צו בלויז 3 (בורגאם, ווענס, און רוביא) האב איך נאכאלט'ס ארויסגעשטעלט נעמען וואס זענען געוועהן באריכטעט און די לעצטערע חדשים סיי ווייל מיט טראמפ קען מען זיך נישט אויסרעכענען און סיי ווייל לעצטערע סטעיטמענט'ס פון טראמפ איז משמע אז זיין ליסטע רעכנט אריין מער פון די 3
זו איז זייער לויעל צו טראמפ שוין פון אלע יארן אפילו און די שווערסטע זמנים, זו איז א שטארקע פייטער אבער נישט קאפ און וואנט , זו איז א קלוגע געריבענע פאלאטישען, זו קען שטארק ארויסהעלפן די טיקעט (מיין מיינונג)
אבער בעצם האט זיך יעדער מעלות און חסרונות
יאנגקין קען גאר שטארק ארויסהעלפן די טראמפ טיקעט אבער ער איז נישט אזוי לויעל און ער איז מער פון די עסטעבלישמענט
בורגאם קוקט אויס זייער קלוג און פארשטענדליך קען מעגליך ארויסהעלפן די טיקעט פינאנציעל אבער איך זעה איהם נישט זיין א גוטע קאמפיינער און אוודאי נישט א א פרעזידענט פאר 2028 אדער על כל צרה שלא תבוא
סקאט קען מעגליך ארויסהעלפן די טיקעט מיט שווארצע וויילער אבער איז סיי צו פארטריקענט און סיי ער איז אביסל פון די עסטעבלישמענט