א אפענעם בריוו, צו "גאלדען פלאו":

עסן און טרינקען, גראסעריס און רעסטוראנטן

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
יחזקאל סגל לנדא
שר חמש מאות
תגובות: 865
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אפריל 13, 2024 9:43 pm

Re: א אפענעם בריוו, צו "גאלדען פלאו":

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחזקאל סגל לנדא »

ווייסעך דען האט געשריבן: דינסטאג יולי 16, 2024 5:52 pm
יחזקאל סגל לנדא האט געשריבן: דינסטאג יולי 16, 2024 2:31 pm
ווייסעך דען האט געשריבן: דינסטאג יולי 16, 2024 12:40 am
יחזקאל סגל לנדא האט געשריבן: דינסטאג יולי 09, 2024 4:45 pm
פארנדיג אראפ דעם פאליסעיד הייוועי נעכטן נאכמיטאג, האט מיר פארשטייט זיך אנגעכאפט א שרעקליכן מידעקייט, (כ'מיין ווען דען, אויב נישט אינמיטן דרייוון...), בלית ברירה פו"ל איך אריין ביים געז סטעישן נעמען אביסל געז פאר מיין זעהל - קאווע...




איז ביטע גיב מיר די מייק א מינוט: כידוע אין ארץ ישראל, קומט די מילך אין בעגס, טאקע נישט די מערסטע פראקטיש... אבער בשעת הדחק איז הערינג אויך פיש... וואלט געווען א פלאן צו מאכן אזאנע 6 אונסיגע זעקלעך מיט מילך, (נאר רויטע... ווער לייגט בלויע מילך אין קאווע?!) צו פארקויפן ביי גוי'שע גאז סטאנציעס וכדומה.
און אויב וועסטו פרעגן, ס'וועט דאך רינען און שמעקן... (פאר ווער ס'איז נאר געווען אין א א"י גראסערי, אין די האלבע זייט ווי די מילך ליגט... ווייסט וואס איך מיין...), איך האב א עצה: די בעגס אין וואס עס קומען די קינדער לעבענס, (מיט אזא דרייעדיגן דעקל), וואלט געווען מורא'דיג גוט פאר מילך.
חעזקעלע! כ'האב זייער שטארק ליב די וועג ווי אזוי די שרייבסט און כ'ווינטש דיך אן

אבער רוב מאל נעמסטו נישט אין אכט נאכצוגיין די מציאות פאר די שרייבסט
(נאכא'מזל ווייל אז יא וואלטן רוב אפענע בריוון נישט געווען בכלל אויף אונזער וועלטעל ע''ע נר מצוה ומקוה ועוד וואס מ'זעהט אז די ווייסט פשוט נישט די מציאות הדברים)

גאלדן פלאו האט 4 אונסיגע קליינע פאפיר באטלעך מילך צו פארקויפן
פרעג דיך נאך אין שפיטאל און ביי אסאך חברה'ס תהילים וואס מען גיבט עס
איי וועסטו פרעגן אז פארוואס די געז סטעישאנס האבן עס נישט
מוז מען ענטפערן אז ס'לוינט זיך נישט פאר גאלדן פלאו נאכצולויפן די געז סטעישאנס אדער ווילן נישט די געז סטעישאנס עס אריינצונעמען ווען זיי קענען קויפן איין גרויסע באטל אין אריינגיסן טרפה מילך דערין

ע''כ איז די איינציגע עצה זיך אליינס אינזינען האבן אדער מיט מיטנעמען אדער מיט האבן די שעלף סטעבל וכדו'

כה לחי' גיי אן שרייב נאך ....
כ'האב מיך פשוט נישט געקענט איינהאלטן וועגן אנדערע בריוו'ן וואס האסט געבויעט פאקטן ומציאות'ן אויף לופט (משום גילו וויל איך דארטן נישט שרייבן)

יש''כ ואתכם הסליחה
הק' ווייסעך דען
פון וואו דארף איך צו וויסן יעדע אייטעם פון גאלדען פלאו אדער נר מצוה?
דאס איז טאקע מיין כוונה מיטן שרייבן די אפענע בריוון, געוואר צו ווערן די פאטענטן וואס איך ווייס נישט פון...

גראדע א'מרעדט שוין, גאלדען פלאו איז טאקע נישט "מחויב" צוצושטעלן די קליינע פלעשלעך מילך ביי "יעדע" געז סטעישן אין די טריי סטעיט...
אבער אלץ מאנאפאלי האלטער פון די כשר'ע מילך אינדוסטריע, וואלטן זיי געמעגט אינזין האבן אז כאטש ביי די וויכטיגע געז סטעישנס - ווצ"ב אויפן פאליסעיד נאכן ברידזש, וואס 24 שעה אין טאג ווען דו סטאפסט דארט זעסטו עטליכע אידן אדער מער, און אנדערע וויכטיגע אידישע רעסט עריעס - זאל זיין די אפציע פון קויפן די קליינע פלעשלעך מילך, מען זאל נישט צוקומען צו אזאנע פראבלעמען ווי מיך מיט די קאווע...
איך בין נאר מציע א עצה פאר פראבלעם פילע מוטשען זיך, אויב ווילן זיי נישט מוזן זיי נישט... וועל איך זיך ווייטער מוטשען
וזה כל כוונתי מיט די "אפענע בריוון" מציע צו זיין עצה'ס פאר אזאנע פראבלעמען, און אויב האט איר אן עצה, שכח פאר מיטטיילען.

און בנוגע מקווה: דאס אז 'דיך' באדערט נישט די אומריינקייט און קלארין פון די מקווה, נעמט עס נאכנישט אוועק פון די "פאקט" אז אונזערע מקוואות קענען נוצן א תיקון אין ריינקייט...
און נאך מען וועט איינפירן מיין עצה, קענסטו בלייבן גיין אין די אנדערע בור...

שכח אויף די חיזוק
בנוגע מקוה
זיכער באדערט עס אבער די עצה פון יעדער זאל זיך אפזייפן וועט "נישט" העלפן ודו''ק ותשכח כי קצרתי
אז תאריך. ואז אבין עומק כוונתך
מאכט איר חתונה? זוכט איר סטעמפס? גוטע פרייזן!
רופט/טעקסט 9176183475 • אימעילט [email protected]

א פארמאכן בריוו, צו אייוועלט.קאם
למען ידעו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 269
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 19, 2020 6:31 pm

Re: א אפענעם בריוו, צו "גאלדען פלאו":

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למען ידעו »

יחזקאל סגל לנדא האט געשריבן: דינסטאג יולי 16, 2024 2:28 pm
למען ידעו האט געשריבן: דינסטאג יולי 16, 2024 12:05 am
יחזקאל סגל לנדא האט געשריבן: מאנטאג יולי 15, 2024 6:50 pm
געגאנגען האט געשריבן: מאנטאג יולי 15, 2024 6:46 pm
יחזקאל סגל לנדא האט געשריבן: מאנטאג יולי 15, 2024 6:45 pm
תכלית, אונז פאר'מער אויף א נסיעה'לע בקרוב... (וואס אויב דיר עולם וועט דאווענען ערליך, וועט קומען א חידוש פון א ריפארט....)
און איך האב נאכנישט קיין עצה וויאזוי צו האבן מילך אויפן פליגער און ביים דעסטינאציע...
פריזען א באטל מילעך איז נישט גוט?

איך מיין אז אויב ס'איז פארפרוירען ווען מ'נעמט עס ארויף אויף די פליגער, קען עס גיין.
ביז מען גייט דורך סקיורטי, איז שוין די עיקר (פעטע) חלק פון די מילך אויפגעלאזט, און אפילו איך גיס עס דאן אויב, בלייב איך מיט וואסערדיגע מילך... ערגער ווי די גרינע מילך.
כ׳ווייס נישט וואס די רעדסט אויפלאזן פעטע חלק, אחוץ אויב איר ווילט פראווען א פוינט אז עס איז נישט דא קיין מהלך פאר מילך אויפן פליגער און גאלדען פלאו מוז לייענען און צושטימען צום אפענעם בריוו.

אויב זיכט איר באמת א לעזונג איז פארפרירן א גוטע מהלך. איך טוה דאס כסדר ווען איך פאר ערגעץֶ, מען פארפרירט מילך 24 שעה בעפארן פליען, קומט ארויס פון פריזער ווען מען האלט שוין ביים פארמאכן דעם רענצל און קישן די מזוזה, און עס פארט פיין דורך סעקיוריטי, אמאל שטעלן זיי אפ עפענען דעם רענצל קוקן עס דורך און דאן זענט איר גוד טו גאו.
די טבע הדברים (אן אריינגיין אין סייענטיפישע שמועסן) ביי זיסע משקאות, אז ווען עס ווערט אויפגעלאזט-ערשט לאזט זיך אויף די צוקער שבו, און נאכדעם די וואסערדיגע חלק.
קענסט מאכן אן עקספערימענט: לייג א פלאש אראנדזש דזשאוס אין פריזער, דאן לאז עס אינדרויסן פאר א שעה צוויי, גיס ארויס די אויפגעלאזטע חלק, וועסטו באקומען א גאר זיסע געדעכטע משקה (ממש ווי concentrate) און די איבערגעבליבענע חלק וועט פארלירן רוב פונעם טעם.
והוא הדין ביי מילך, די "פעטע" געדעכטע זיסע חלק לאזט זיך אויף און די וואסערדיגע חלק בלייבט לענגער פארפרוירן.

יעצט צוריק צו מיין מילך פראבלעם: אויב ליגט די מילך 2 שעה+ אידרויסן, זייט איך פארלאז מיין הויז ביזן עירפארט/פארקן די קאר/טשעק אין/סעקיורעטי, דאן טרעף איך זיך מיט א פלאש מילך וואס די עיקר חלק פון די מילך איז צולאזט, און אויב גיס איך יענץ אויס דארט ביים געיט בלייב איך איבער מיט א פלאש ווייסע וואסער/גרינע מילך.

גענוג קלאר???
איך בין ב"ה זייער קלאר, קוקט נישט אויס ווי איר זענט קלאר.

אויב טוט איר ווי איך האב געשריבן, דהיינו פארפרירן לכה"פ 24 שעה פארן ארויספארן, און עס ארויסנעמען פון פריזער ממש פארן ארויספארן וועט איר ביים דורכגיין סעקיוריטי גארנישט דארפן אויסגיסן ווייל די מילך וועט עט דעט פאיונט זייענדיג אינדערויסען א שעה צו צוויי נאך זיין גענוג פארפרוירן און איר אי"ה וועט האבן פיינע פרישע "גאלדען פלאו" מילך. (סיידן איר פארט א לאנגע צייט פארן דורכגיין סעקיוריטי צום עירפארט, איך רעד אויב פארט איר נארמאל דהיינו 2-3 שעה פארן פליגער). איך טוה עס כסדר.
אוועטאר
נסעה ונלכה
שר מאה
תגובות: 122
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 21, 2023 1:56 pm

Re: א אפענעם בריוו, צו "גאלדען פלאו":

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נסעה ונלכה »

שוין גם זו לטובה, א שבת אן מילך,
אבער @יחזקאל סגל לנדא און אלע אידן סטאק אונז גיימער האבן א שבת צו געדענקען

און בד״וו יעצט בין איך אחראי
אוועטאר
יחזקאל סגל לנדא
שר חמש מאות
תגובות: 865
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אפריל 13, 2024 9:43 pm

Re: א אפענעם בריוו, צו "גאלדען פלאו":

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחזקאל סגל לנדא »

העי וואו ביסטו סטאק?
מאכט איר חתונה? זוכט איר סטעמפס? גוטע פרייזן!
רופט/טעקסט 9176183475 • אימעילט [email protected]

א פארמאכן בריוו, צו אייוועלט.קאם
אוועטאר
עלטעפעטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 420
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 11, 2021 10:31 am

Re: א אפענעם בריוו, צו "גאלדען פלאו":

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עלטעפעטער »

הרב יואל קליין האט געשריבן: דינסטאג יולי 09, 2024 11:54 pm
יחזקאל סגל לנדא האט געשריבן: דינסטאג יולי 09, 2024 11:26 pm
הרב יואל קליין האט געשריבן: דינסטאג יולי 09, 2024 9:05 pm
ווייסעך דען האט געשריבן: דינסטאג יולי 09, 2024 9:00 pm
גאלדן פלאו האט שוין לאנג UHT SHELF STABLE 8 oz מילך
האנדל זיך איין אפאר האלט עס אין קאר אין ביסט גוד טו ג'ו!!!!
די גראסעריס האבן עס אויך (פאר אפשר ביליגער) אבער נאדיר א לינק
https://a.co/d/07XUaULn
ווארעמע רויטע מילך?! נעעעעע....
גראדע, אויב האסטו ליב א "קאכעדיגע הייסע" קאווע, מיט א רייכע מילכיגע טעם... (למבינים בלבד), דאן איז ווארימע רויטע מילך די שליסל דערצו.
איך ווארעם צומאל אן די מילך ספעציעל פאר דעם... אאאההה... טעם גן עדן.
די ווארעמסט אן ״קאלטע״ מילך פון פרידש.
איך עקל זיך פון ווארעמע שעלף מילך… קען זיין ס׳איז נאר די מיינד, אבער איך וויל עכט וויסן וועלכע קעמיקאלן ליגט דערין וואס האלט עס פריש אן א פרידש?!

שטעל דיך פאר מילך וואס די קאליר איז נישט ווייס, גרעיפ דשוס וואס די קאליר איז נישט רויט.
וואלסט עס קיינמאל נישט געטרינקען… די זעלבע בינעך סטאק מיט שעלף מילך. בנוסף וואס כ׳האב געהערט פון א חבר אז עס טעיסט שרעקליך. טעיסט איז א טעיסט. יענעם׳ס שרעקליך קען מיינען פאר א צווייטן דעלישעס.
אבער פארט, שעלף מילך דרייט מיין מוח…

אנווארעמען מילך פאר לייגן אין די קאווע, איז אביסל קאמפלעצירט, אנלעס מ׳האט א מילעכיגע מייקראו וועיוו.
שנעלע זוך ביים גוגל הדור
Why does shelf-stable milk taste different?
And why? UHT milk may taste slightly different from pasteurized milk due to the treatment at a higher temperature. The taste of UHT milk is often described to be more cooked, richer and creamier compared to pasteurized milk.
איז אויב האסטו מער ליב העווי קריעם כנ"ל אפשר איז עס גאר בעסער...
למשל האט געשריבן:
א לייק קאסט נישט קיין געלט, געב וויפיל דו קענסט!
איך בין נישט דא צו זאגן מייןמיינונג, נאר צו הערן, פארשטיין, און אפשר אננעמען, דיינס. זאגן מיינס, איז א מיטל דיר צו מאכן זאגן דיינס.
אוועטאר
הרב יואל קליין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4898
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 13, 2017 6:01 pm

Re: א אפענעם בריוו, צו "גאלדען פלאו":

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב יואל קליין »

איך בין א גרויסע חסיד פון העווי קרים פאר די קאווע. עס ווערט נאר זייער שנעל פארדארבן.

איך ברויך א סעילמאן פאר אונזער ביזנעס אין סקייטעק טעלעקאם.
ביטע מיר קאנטאקטן: [email protected] . לאמיר ביידע מאכן געלט בעזר השם!
אוועטאר
יחזקאל סגל לנדא
שר חמש מאות
תגובות: 865
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אפריל 13, 2024 9:43 pm

Re: א אפענעם בריוו, צו "גאלדען פלאו":

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחזקאל סגל לנדא »

הרב יואל קליין האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 07, 2024 9:10 pm
איך בין א גרויסע חסיד פון העווי קרים פאר די קאווע. עס ווערט נאר זייער שנעל פארדארבן.
ווארעם אן רויטע מילך.... אה...
מאכט איר חתונה? זוכט איר סטעמפס? גוטע פרייזן!
רופט/טעקסט 9176183475 • אימעילט [email protected]

א פארמאכן בריוו, צו אייוועלט.קאם
ליבי ובשרי
שר האלפיים
תגובות: 2624
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 15, 2019 1:41 pm

Re: א אפענעם בריוו, צו "גאלדען פלאו":

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליבי ובשרי »

@יחזקאל סגל לנדא יעצט זעה איך אז די האסט זיך געמוטשעט מיט די מילך אויפן געשטראנדעטע נסיעה..... נעקסט טיים רוף מיך... די בעסטע זאך איז צו נעמען קליינע באטלעך פון 3 אונסעס אין א קליינע קאלער בעג מיט אייס פעקס. די באטלעך קען מען קויפן אין די געשעפטן, סאיז ספעציעל פאר א פליגער.
איך האב זיך אזוי נוהג געווען ביז מהאט זיך צוגעוואוינט צו שווארצע קפאות.... אבער דעם אייזיגן זעקל נעמט מען נאך מיט, פאר א קאלטע יאגורט און פרישע ירקות 20 שעה אריין אין די וועג....
שרייב תגובה

צוריק צו “מאכלים”