די ערשטע אמעריקאנע פארטייען

אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

משגיח רוחני
שר מאה
תגובות: 102
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 03, 2023 4:31 pm

די ערשטע אמעריקאנע פארטייען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משגיח רוחני »

ווען האט זיך אנגעהויבן די געדאנק פון פארטייען אין אמעריקע? וואס זענען געווען זייערע אנשויאונגען? וועלכע פארטייען זענען אלץ געווען?
דאס אלעס און פיל נאך וועלן מיר בעז"ה אין דעם ארטיקל פרובירן מסביר זיין אויפ'ן שפיץ גאפל, מיר האפן אז איר וועט הנאה האבן.

די פאראייניגטע שטאטן איז געגרינדעט געווארן יולי 4 1776 (באמת האט דער קאנגרעס שוין געשטימט יולי 2 פאראייניגט צו ווערן זעלבסטשטענדיג ,נאר דער אפיציעלע " דעקלעראציע פון אומאפהענגיגקייט" איז געווארן אונטערגעשריבן צוויי טעג שפעטער אום יולי 4) ווען די דרייצן קאלאניעס (מעסעטשוסעטס, ניו העמפשיר, קאנעטיקעט, ראוד איילענד, ניו יארק, ניו דזשערסי, פענסילוועניע, דעלעוועיר, מערילענד, ווירדזשיניע, נ. קאראליינע, ס. קאראליינע, דזשארדזשיע) האבן דערקלערט זעלבסשטענדיגקייט פון גרויס בריטאניע (מעגליך אין א צווייטע געלעגנהייט וועלן מיר מער מאריך זיין) .

עס האט גענומען א שיינע פאר יאר זיך צו צוזאם קלויבן און אוועקשטעלן שטאנדהאפטיג, און דעצעמבער 15 1788 האט זיך אנגעהויבן וואלן פאר'ן פרעזידענט אמט, ווי דזשארדזש וואשינגטאן איז ערוועלט געווארן פאראייניגט דורך אלע 69 עלעקטארס זייענדיג שטארק פאפולער האבנדיג געדינט אלץ הויפט גענעראל ביי די רעוואלוציע.

אאינער פון וואשינגטאן'ס נאנטע איז געווען אלעקסאנדער העמילטאן ער איז געווען א איינפלוסרייכער מאן מיט א שטארקע פאליטישע פארשטאנד און דער טרעזשורי סעקרעטאר פון לאנד, ער האט איבערצייגט וואשינגטאן צו איינפירן א רייע פאליסיס, א שטייגער ווי א נאציאנאלע חוב און א צענטראלע באנק, איינפירן געוויסע שטייערן, וואס דאס אלעס האט שטארק געהויבן די עקאנאמיע אינעם נארוואס געגרינדעטן לאנד.

געווען איז אבער אסאך מענטשן וואס זיי איז נישט געפאלן זיינע פאליסיס, א שטייגער ווי טאמעס דזשעפערסאן און דזשעימס מעדיסאן, זיי האבן געהאלטן אז העמילטאן'ס פאליסיס פארשטערקערן די מאכט פון די פעדעראלע רעגירונג און שוואכט אפ די מאכט פון די סטעיט רעגירונגען, מורא האבנדיג אז דאס וועט פירן דאס לאנד צו א דיקטאטורישער מאנארכיע, און נאך אסאך פאליטישע מיינונגס פארשידנהייטן, די צוויי פראקציע'ס זענען גערופן געווארן די פעדערעליסטן (העמילטאן און זיין גרופע) און אנטי-פעדערעליסטן (דזשעפערסאן און זיין גרופע).

אין יאר 1791 האט העמילטאן דורכגעפירט א רייע געזעצן וואס האבן בענעפיטירט דער פעדעראלע רעגירונג איבער מעניופעקטשורינג (דהיינו ארויפלייגן טאריפ'ס אויף אלע זאכן וואס ווערן אימפארטירט וכו'), דאס האט שוין ארויסגענומען פון די כלים די אנטי-פעדערעליסטן ווי דזשעפערסאן און מעדיסאן, האבן זיי ארויסגעגעבן א צייטונג מיט'ן נאמען "נאציאנאלע גאזעט" וואו זיי האבן כסדר געהאמערט אויף העמילטאן'ס פאליסיס, ווי זיי האבן דערקלערט אז "דער לאנד איז צוטיילט אין צוויי פראקציע'ס אונזער פראקציע וואס האלט אז די מענטשהייט קען זיך אליין רעגירן, און העמילטאן'ס פראקציע וואס וויל א דיקטאטורישע מאנארכיע" דאס האט געברענגט דערצו אז דער לאנד איז געווארן שארף צוטיילט אין צוויי און עס איז צושטאנד געקומען די צוויי פארטייען " דער פעדערעליסטישע פארטיי" אין שפיץ פון העמילטאן, און "דער דעמאקראטישע-רעפובליק פארטיי" אין שפיץ פון דזשעפערסאן.

דער פעדערעליסטישער פארטיי איז בעיקר געווען קאנציטרירט אין די צפון חלק פונעם לאנד דהיינו ניו ענגלאנד (דער רעכטע פליגל אויבן פונעם לאנד וואס נעמט אריין די 6 סטעיטס קאנעטיקוט, מעין, מעסעטשוסעטס, ניו העמפשיר, ראוד איילענד, ווערמאנט) און אביסל פון ניו יארק ניו דזשערסי און דעלעוועיר, בעת די דעמאקראטישע-רעפובליק פארטיי איז בעיקר געווען קאנצעטרירט אין די דרום סטעיטס.

נאך א פאל וואו עס האט זיך שטארק אנגעזעהן די חילוק צווישן די צוויי פארטייען איז געווען אין יאר 1793 ווען עס האט אויסגעבראכן א קריג צווישן פראנקרייך און גרויס-בריטאניע, אפיציעל איז אמעריקע געבליבן נייטראל אבער אומאפיציעל האבן די פעדערעליסטן געשטיצט די בריטישע און זאגאר געשלאסן אן אפמאך מיט זיי און די דעמאקראטיש-רעפובליקאנער האבן געשטיצט פראנקרייך.

ביי די 1792 עלעקשאנ'ס ווי פרעזידענט וואשינגטאן איז געווארן ווידערערוויילט אן קיין קעגנערשאפט איז אבער אויף די וויצע פרעזידענט אמט יא געווען א געלויף די פעדערעליסטן האבן ארויסגעשטעלט דער אינקאמבענט וויצע דזשאן עדעמס, די דעמאקראטיש-רעפובליקאנע האבן געוואלט נאמינירן זייער פירער דזשעפערסאן, אבער דאס וואלט זיי געקאסט די וואלן ווייל ער איז געקומען פון די זעלבע סטעיט ווי וואשינגטאן נעמליך ביידע זענען געווען ווירדזשיניע איינוואוינער און לויט די קאנסטיטוציע טארן די עלעקטארס פון א סטעיט נישט שטימען פאר ביידע קאנדידאטן פון זייער סטעיט, ממילא האבן זיי אויסגעקליבן דער ניו יארק'ער גאווערנאר דזשארדזש קלינטאן האפנדיג מיט דעם צו באקומען אויך די ניו יארקע שטימען (ניו יארק איז דעמאלט געווען דער הויפט סווינג סטעיט...).
למעשה האט עדעמס געווינען ווידערערוויילונג מיט 77 עלעקטארעל שטימען (67 איז געווען די מאיאריטעט) פון די 132 און קלינטאן נאר 50 און מיט דעם איז פארשטערקערט געווארן די מאכט פון די פעדערעליסטן.

אי"ה אין קומענדיגע ארטיקל: די 1796 עלעקשאן, און די אונטערגאנג פון דער פעדערעליסטישע פארטיי.

פאר סיי וועלכע פראגע\הערה\קריטיק לאזט אייך הערן.
דער גרעסטער אנטיסעמיט קען נישט פיינט האבן אונז אידישע קינדער אזוי שטארק ווי מיר האבן זיך ליב.
אוועטאר
ערד_עפל
שר חמש מאות
תגובות: 928
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 19, 2022 2:24 pm

Re: די ערשטע אמעריקאנע פארטייען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערד_עפל »

זייער אינטערעסאנט. Keep it coming.
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17817
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: די ערשטע אמעריקאנע פארטייען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

זייער אינפארמאטיוו!!
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
שווארמאל
שר האלף
תגובות: 1999
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 06, 2023 6:15 pm
לאקאציע:אומגעגנט

Re: די ערשטע אמעריקאנע פארטייען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שווארמאל »

נייס

קיעפ אן
איינער איז נאך איינגעשריבן דא??

דער לעצטער זאל אויסלעשן די לעקטער.

נישט אקטיוו.
אוועטאר
שטופן מיט געוואלד
שר מאה
תגובות: 187
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 17, 2023 3:10 pm

Re: די ערשטע אמעריקאנע פארטייען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטופן מיט געוואלד »

אינטערעסאנט...
נאכמער אינטערעסאנט איז אז סהאט גענומען אזויפיל ווי 12 יאר צו גיין צו וואלן!...
אותות ומופתים
שר האלף
תגובות: 1163
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 28, 2023 4:24 pm

Re: די ערשטע אמעריקאנע פארטייען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אותות ומופתים »

דאס איז געווען וויבאלד די עיקר רעוואלוציאנערע מלחמה מיט ענגלאנד האט זיך ערשט אנגעהויבן נאך די דעקלעראציע אוו אינדעפענדענט, און עס האט געדויערט יארן ביז די ענדגילטיגע נצחון און דערנאך דאס אויסהאמערן די דעטאלן פון די נייע רעגירונג סיסטעם
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5648
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: די ערשטע אמעריקאנע פארטייען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

שטופן מיט געוואלד האט געשריבן: זונטאג יולי 28, 2024 9:48 pm
אינטערעסאנט...
נאכמער אינטערעסאנט איז אז סהאט גענומען אזויפיל ווי 12 יאר צו גיין צו וואלן!...
סאיז געווען אינצעווישן א צייט א רעגירונג אונטער די ארטיקילס אוו קאנפעדערעשעין, וואס די סטעיטס זענען געווען פיל שטערקער, און די פעדעראלער רעגירונג זייער שוואך, סאיז בלויז געווען א קאנגרעס, נישט קיין פרעזידענט אדער קאורט סיסטעם.
אותות ומופתים
שר האלף
תגובות: 1163
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 28, 2023 4:24 pm

Re: די ערשטע אמעריקאנע פארטייען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אותות ומופתים »

זייער אינטערעסאנט און באלערנד! ייש"כ

וואס האט דער רבי אליינס - ד.ה. וואשינגטאן - געזאגט צו די חילוקי דעות?

אינטערעסאנט אז דעמאלטס האט מען נאך געשטימט עקסטער פאר וויצע פרעזידענט און עקסטער פאר פרעזידענט? אין טייל סטעיטס גייט עס נאך היינט אזוי אז דער לוטענאנט גאווערנאר לויפט עקסטער

איז געלונגען פאר די אנטי פעדעראליסטן צו געווינען ניו יארק למעשה?

אינטערעסאנט וויאזוי דאס רעדל האט זיך אזוי שנעל געדרייט, נאכן געווינען די אויפשטאנד קעגן ענגלאנד א דאנק די שטילע שטיצע פון פראנקרייך מיט טאט און ראט, האבן די אמעריקאנער פעדעראליסטן נישט געהאט קיין פראבלעם אויסצודרייען די שטיצע צו ענגלאנד'ס זייט אקעגן פראנקרייך
אוועטאר
מילדי העברים
שר האלף
תגובות: 1360
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 12, 2024 11:26 am

Re: די ערשטע אמעריקאנע פארטייען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מילדי העברים »

כנישט געוויסט אז די @משגיח רוחני איז פארנומען מיט די זאכן

זייער אינטערסאנט
ותחמול עליו ותאמר ''מילדי העברים'' זה
אזוי גאר! האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2024 10:37 am

די תגובה האט אויסגעקוקט ווי ביידן אין די ווייסע הויז.

איך בעט די אחראי וואס מעקט עס זאל מיר צולייגן עפעס א ווערטעל.
אוועטאר
אפגעגאלט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3775
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 05, 2020 9:25 pm

Re: די ערשטע אמעריקאנע פארטייען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפגעגאלט »

יישר כח

גיי אן ווייטעער



ווען מיין משגיח רוחני זאל ווען דאס צושטעלן...
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5648
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: די ערשטע אמעריקאנע פארטייען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

אותות ומופתים האט געשריבן: זונטאג יולי 28, 2024 10:01 pm
אינטערעסאנט וויאזוי דאס רעדל האט זיך אזוי שנעל געדרייט, נאכן געווינען די אויפשטאנד קעגן ענגלאנד א דאנק די שטילע שטיצע פון פראנקרייך מיט טאט און ראט, האבן די אמעריקאנער פעדעראליסטן נישט געהאט קיין פראבלעם אויסצודרייען די שטיצע צו ענגלאנד'ס זייט אקעגן פראנקרייך
סאיז נישט געווען די זעלבע פראנקרייך, פראנקרייך איז דורכגעגאנגען אן אויפשטאנד אין 1789
גדוש
שר העשר
תגובות: 44
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 17, 2019 12:02 am

Re: די ערשטע אמעריקאנע פארטייען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גדוש »

זייער שיין און אינפארמאטיוו
שרייב תגובה

צוריק צו “היסטאריע”