וואספארא ליד זינגט דער איד?

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
שווערמער
שר מאה
תגובות: 129
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 02, 2023 10:27 pm
פארבינד זיך:

וואספארא ליד זינגט דער איד?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שווערמער »

זיצט א אידל, אן א פידל,
דאך ער זינגט א פרייליך לידל,
און ס'איז אים אזוי גוט,
און ווי—
מלא דאגות, מלא פראגעס,
לוסטיג איז זיין התנהגות,
אלעס ארום זינגט מיט.

ווייל דער אָ איד, ווען ער איז מיד,
עפעס א ליד זינגט ער זיך אונטער,
און עס מאכט אים פריש און מונטער,
ער זינגט דאס לידעלע צוזאמען מיט א שכן,
אזא חברותא'שפאט כָראוי וְכַנכון

ער וואלט דאס זינגען זיינס נישט אפגעשטעלט,
זאל גאר קאפויער גיין א גאנצע וועלט,
ער זינגט דעם ליד, ער זינגט עס שטארק, ער זינגט עס הויך,
ער קאנצעטרירט דערויף אינגאנצן מיט זיין מוח,

דער ליד איז נישט קיין שיינע טרייסט,
ס'זאגט דיר נישט "דערהייב דיין גייסט",
עס פרעדיגט נישט אמונה, עס רעדט נישט פון דער שכינה,
עס זינגט נישט קיין בטחון, עס פייערט נישט נצחון

ער זינגט נישט "דו ביסט נישט אליין",
ער הערט נישט אויס קיין שום געוויין,
ער זאגט עפעס א סברא, א טלית צי א פרה,
דער אידל זינגט דארט פרייליך, דער ניגון פון גמרא!
לערן מיר אויס זאכן וואס איך ווייס נישט, איך וועל דיר קענען רופן "מורי ורבי אלופי ומיודעי"
אוועטאר
גרויסע בחור
שר חמישים
תגובות: 66
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 10, 2023 9:40 pm

Re: וואספארא ליד זינגט דער איד?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע בחור »

שווערמער האט געשריבן: דינסטאג יולי 09, 2024 9:07 pm
זיצט א אידל, אן א פידל,
דאך ער זינגט א פרייליך לידל,
און ס'איז אים אזוי גוט,
און ווי—
מלא דאגות, מלא פראגעס,
לוסטיג איז זיין התנהגות,
אלעס ארום זינגט מיט.

ווייל דער אָ איד, ווען ער איז מיד,
עפעס א ליד זינגט ער זיך אונטער,
און עס מאכט אים פריש און מונטער,
ער זינגט דאס לידעלע צוזאמען מיט א שכן,
אזא חברותא'שפאט כָראוי וְכַנכון

ער וואלט דאס זינגען זיינס נישט אפגעשטעלט,
זאל גאר קאפויער גיין א גאנצע וועלט,
ער זינגט דעם ליד, ער זינגט עס שטארק, ער זינגט עס הויך,
ער קאנצעטרירט דערויף אינגאנצן מיט זיין מוח,

דער ליד איז נישט קיין שיינע טרייסט,
ס'זאגט דיר נישט "דערהייב דיין גייסט",
עס פרעדיגט נישט אמונה, עס רעדט נישט פון דער שכינה,
עס זינגט נישט קיין בטחון, עס פייערט נישט נצחון

ער זינגט נישט "דו ביסט נישט אליין",
ער הערט נישט אויס קיין שום געוויין,
ער זאגט עפעס א סברא, א טלית צי א פרה,
דער אידל זינגט דארט פרייליך, דער ניגון פון גמרא!
זייער שטארק...
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”