שרייב-ווערק אין פארצייטישע אויסלייג

די אחראים: יאנאש , אור המקיף , אחראי , געלעגער

אוועטאר
שווערמער
שר מאה
תגובות: 129
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 02, 2023 10:27 pm
פארבינד זיך:

שרייב-ווערק אין פארצייטישע אויסלייג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שווערמער »

אן אשכול צו פרואוון און דיסקוטירן פארצייטישע און ארכאאישע אויסלייגן.

דער עולם דא שטעלט זיך אויס צו זיין באהאוונט אין די נושא, איז לאמיר עס געבן א טריי

א געדכיט מיינס אין דער אור-אלטע אידישע אויסלייג

וואספארא ליד זינגט דער איד?

זיצט אַ יודיל, אָן אַ פידיל,
דוך ער זינגט א ורויליך לידיל,
אונ' עשׂ איז אים אזוֹי גוט,
אונ' ווי—
מלא דאגות, מלא וראַגישׂ
לושׂטיק איז זיין התנהגות
אַלישׂ אַרום זינגט מיט.

וֵויל דר אָ יוד, ווען ער איז מיד,
עפישׂ א ליד זינגט ער זיך אונטר,
אונ' עשׂ מאכט אים ורישׁ אונ' מונטר,
ער זינגט דשׂ לידילי צו זאמין מיט א שכן,
אזא חברותאשפט כראוי וכנכון

ער בֿולט דשׂ זינגין זיינשׂ נישט אפּף גישטעלט,
זול גאָר קפוֹיאר גֵין אַ גאנצי וועלט,
ער זינגט דעם ליד, ער זינגט עשׂ שׁטארק, ער זינגט עשׂ הוֹך
ער קונצטרירט דרויף אין גאנצן מיט זיין מוח

דר ליד איז נישט קיין שֵׁיני טרֵישׂט,
עשׂ זאגט דיר נישׁט "דרהֵיב דיין גֵישׂט",
עשׂ פּרעדיקט נישׁט אמונה, עשׂ רעדט נישׁט פון דר שכינה,
עשׂ זינגט נישׁט קיין בטחון, עשׂ פייארט נישׁט נצחון

ער זינגט נישׁט "דו בישׂט נישט אַלֵין",
ער הערט נישט אוישׂ קיין שום גיוֵוין,
ער זאגט עפישׂ א סברא, א טלית צי א פרה,
דר יודיל זינגט דורט ורויליך, דר ניגון פון גמרא!
לעצט פארראכטן דורך שווערמער אום דאנערשטאג יולי 11, 2024 6:48 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
לערן מיר אויס זאכן וואס איך ווייס נישט, איך וועל דיר קענען רופן "מורי ורבי אלופי ומיודעי"
אוועטאר
ביבליאגראף
שר חמישים ומאתים
תגובות: 273
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 7:16 pm

Re: שרייב-ווערק אין פארצייטישע אויסלייג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביבליאגראף »

שווערמער האט געשריבן: דינסטאג יולי 09, 2024 9:11 pm
איר הוט טקי דאש אלטיר אויש ליג גינוצט, אבר גרמאטיק נוצט איר דען היינטיגר...
אזו צו אזו, דש איז איין מישטר ווערק!
ויל לייכט זיינן נוך ור האן יודן ווס דען אלטן אויש ליג קאנן, אונ' ווארן מיט דען גדיכט פאסמקיווין זיך...

אלז ווס מיט דען אלטן אויש ליג גשריפטט ווירד, וואר איין טייאר זעלטן היט, אונ' וואר ווערט צו בגרישן ורויליך!

אלז דיא ריד אויז מיר,
דר בוך ליבר און שטודירר (אזו זגט מן ביבליא גרף אין דען אלטן יודיש לשון)
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3715
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

Re: שרייב-ווערק אין פארצייטישע אויסלייג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

געוואלדיג!

עס איז דא פארשידענע פארצייטישע שריפטן צושפרייט דא אויפ'ן פלאץ פון אלטע בריוו און לידער פון פארגעסענע צייטן וואס איז אן אריגינעלע ביישפיל פונעם אור-אלטער שרייב-שפראך.
אוועטאר
שווערמער
שר מאה
תגובות: 129
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 02, 2023 10:27 pm
פארבינד זיך:

Re: שרייב-ווערק אין פארצייטישע אויסלייג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שווערמער »

ביבליאגראף האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 4:52 pm
שווערמער האט געשריבן: דינסטאג יולי 09, 2024 9:11 pm
איר הוט טקי דאש אלטיר אויש ליג גינוצט, אבר גרמאטיק נוצט איר דען היינטיגר...
נון, ווען דשׁ ורצייטישי גראמאטיק איך נוץ, דען גראמין עשׁ ניט...
לערן מיר אויס זאכן וואס איך ווייס נישט, איך וועל דיר קענען רופן "מורי ורבי אלופי ומיודעי"
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”