RCCS מאנטאג און דינסטאג פ' בלק תשפ"ד, זייער מעשה קאמפיין

צדקה צוועקן און חסד ארגאניזאציעס

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
פרישער בחור
שר האלפיים
תגובות: 2233
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 23, 2017 2:59 pm
לאקאציע:אין די הויעכע ספערן פון גליק

RCCS מאנטאג און דינסטאג פ' בלק תשפ"ד, זייער מעשה קאמפיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישער בחור »

לאמיר הערן "זייער מעשה":



כלל ישראל ווערט איינגעשפאנט
לטובת "רופא חולים ירושלים"


הונדערטער לאנג יאריגע עסקני וידידי פון רופא חולים הייס אנטשלאסן צו העלפן ראטעווען "שוועסטער מוסד" אין ארצינו הקדושה אויף פערזענליכע בקשה און איניציאטיוו פון הרה"ח ר' הערשל קאהן שליט"א מייסד המוסד


כלל ישראל גרייט זיך מיט התרגשות צום היסטארישן "זייער מעשה" קאמפיין, אין וועלכן הונדערטער רעיזערס און צענדליגער טויזענטער אידן פון אלע געגנטער אין אמעריקע וועלן מריחוק המקום וקירוב הלב באווייזן היסטאריע מיטן שאפן מיליאנען דאלארן די קומענדיגע וואך מאנטאג און דינסטאג און אוועקשטעלן די "רופא חולים ירושלים" אפיס מיט א פעסטקייט, און איינמאל אויף אלעמאל וועט זיך בעז"ה טוישן דעם מציאות, וואס וועט ענדליך ערמעגליכן פאר אנשי ירושלים צו פארציילן א פרייליכע מעשה!



ווי באקאנט, האט דער אפיס פון "רופא חולים ירושלים" דורכגעבראכן א רעוואלוציע פאר אלפי חולי ישראל בארה״ק אז מען דארף זיך שוין נישט שלעפן צו די ווייטע אמעריקע כדי געהאלפן צו ווערן מיט א ישועה, אדער צו באקומען די ריכטיגע טריטמענטס, הילף און הדרכה. פון היינט און ווייטער קען מען שוין צוקומען בעז"ה צו העכסט פראפעסיאנאלע הילף, יעוץ און הדרכה דורך די מערסט ערפארענע געזונטהייט עקספערטן און מעדיקל פראפעסיאנאלן, און טאקע לאקאל אין ארה"ק.



פאר לאנגע יארן האבן זיך אידן פון צובראכענע שטיבער מיט חולי ישראל ה"י געיאוועט קיין אמעריקע. דאס פארן קיין אמעריקע איז גארנישט פארבינדן מיט קיין גראם גליקן, נאר איז איין לאנגע קייט פון ליידן און פיין וואס ענדיגט זיך נישט.



'רופא חולים ירושלים' האט באוויזן דאס אוממעגליכע. אין די קורצע צייט זינט איר גרינדונג האט מען שוין געהאלפן אין ארה"ק א מאיאנטעקישער צאל אידישע קינדער, און זיי פארמיטן פון מאכן דעם פיזישן מחלה פאר א גייסטישע צרה.



רופא חולים טוט זיך אפגעבן מיטן צושטעלן די ריכטיגע יעוץ און שטיצע פאר חולי ישראל וועלכע פלאגן זיך מיט די ביטערע מעשה ה״י. אזוי אויך טוט מען אויסצאלן דאקטורים און סערוויסעס, טריטמענט און סיי וואס עס פעלט זיך אויס, כדי צו פארגרינגערן די ליידן.



ביז איצט האבן מיר געוואוסט אז מיר זענען פארנומען מיט אונזערע מעשיות דאהי, מיט לאקאלע אידן וועלכע ליידן נעבעך פון די מעשה ה״י און ווארטן באפרייט צו ווערן מאפילה לאורה. אצינדער האבן מיר די זכי׳ אז די ירושלימ׳ער אידן קומען צו אונז, און זיי פארציילן אונז ׳זייער מעשה׳. מיר דארפן פארזיכערן אז ׳זייער מעשה׳ ווערט ׳אונזער מעשה׳. מיר, כלל ישראל אין די פאראייניגטע שטאטן, וועלן פארזיכערן צו ברענגען א זיסער סוף צו די ביטערע מעשה ה״י!



די אפיס פון "רופא חולים ירושלים" האט זיך ליידער אין די פארלאפענע יארן פילפאכיג אויסגעברייטערט, סיי צוליב דעם פלייץ פון פאציענטן, און סיי צוליב די פארמערטע סערוויסעס. אלס רעזולטאט האבן די הוצאות עקספלאדירט למעלה מראש אבער אין ארץ ישראל איז ליידער נישט פארהאן די קוועלער פון הכנסה אזוי ווי אין ניו יארק, נאכדערצו אין די יעצטיגע צייט אין שאטן פון מלחמה ה״י, ווען דער אינפלאציע שטורעמט מיט אנגסטיגע ציפערן, מוז גאנץ כלל ישראל זיך אוועקשטעלן מיט ברייטע אפענע ארעמעס און ענטפאנגען דעם הייליגן צוועק אזוי ווי עס פאסט.



דער בליץ קאמפיין וועט פארקומען אי"ה קומענדיגן מאנטאג און דינסטאג פ' בלק הבעל"ט.
צו נעמען א חלק אינעם קאמפיין רופט אויף 718-540-5725 אדער אויף Charidy.com/rcy


אכטונג:
אין די יעצטיגע טעג שליסט זיך די ליסטע פון די הונדערטער עסקנים וואס האבן זיך אונטערגענומען צו שאפן נדבות לטובת די חולי ארה"ק אז 'זייער מעשה' זאל באקומען בס"ד א גוטע ענדע. עסקנים וואס ווילן נאך אריינכאפן די זכי' צו ווערן א שותף אין 'זייער מעשה' און זיך אנשליסן צו ווערן א 'רעיזאר' פאר'ן קאמפיין, רופט שוין:
845-208-5955 און לאזט א מעסעדזש
א זיסע קארטון אויפן דף טעגליך, פרישע קארטון!
viewtopic.php?t=66242
אוועטאר
געמבלער
שר האלף
תגובות: 1824
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 02, 2020 12:02 pm

Re: RCCS מאנטאג און דינסטאג פ' בלק תשפ"ד, זייער מעשה קאמפיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געמבלער »

סדא א שבת סליחות אין מירון היי יאר?
וכל מאמינים שהוא לבדו הוא, הממליך מלכים ולו המלוכה
#פון_עהם_קען_מען_נישט_גנבנ'ען
אוועטאר
פרישער בחור
שר האלפיים
תגובות: 2233
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 23, 2017 2:59 pm
לאקאציע:אין די הויעכע ספערן פון גליק

Re: RCCS מאנטאג און דינסטאג פ' בלק תשפ"ד, זייער מעשה קאמפיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישער בחור »

געמבלער האט געשריבן: זונטאג יולי 14, 2024 4:06 pm
סדא א שבת סליחות אין מירון היי יאר?
געהערט אז נישט
א זיסע קארטון אויפן דף טעגליך, פרישע קארטון!
viewtopic.php?t=66242
אוועטאר
קאצקע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 300
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 01, 2023 2:21 pm

Re: RCCS מאנטאג און דינסטאג פ' בלק תשפ"ד, זייער מעשה קאמפיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאצקע »

פרישער בחור האט געשריבן: זונטאג יולי 14, 2024 4:30 pm
געמבלער האט געשריבן: זונטאג יולי 14, 2024 4:06 pm
סדא א שבת סליחות אין מירון היי יאר?
געהערט אז נישט
קוקט אויס זיי האבן איינערקענט אז די קעש בעק פון די גרויסע טייערע מעמדים איז נישט ווערד. אזויווי זיי האבן געסטאפט די גרויסע חדשים מעמדים פאר די יונגעלייט,
אוועטאר
קאצקע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 300
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 01, 2023 2:21 pm

Re: RCCS מאנטאג און דינסטאג פ' בלק תשפ"ד, זייער מעשה קאמפיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאצקע »

סתם נייגעריג, וויאזוי גייט דעס צוגיין סאיז דא טיעמס ? סאיז א עקסטערע קאמפיין ווי די ארגינעלע RCCS ?
פאטש מיר
שר חמישים
תגובות: 56
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 06, 2023 7:51 pm

Re: RCCS מאנטאג און דינסטאג פ' בלק תשפ"ד, זייער מעשה קאמפיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטש מיר »

פרישער בחור האט געשריבן: זונטאג יולי 14, 2024 4:30 pm
געמבלער האט געשריבן: זונטאג יולי 14, 2024 4:06 pm
סדא א שבת סליחות אין מירון היי יאר?
געהערט אז נישט
גערעדט מיט די חברה מ'פלאנט אן ערענסטער אלטערנאטיוו!!!
אוועטאר
נישטאמת
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4595
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm
לאקאציע:איך האף צו וויסן בקרוב

Re: RCCS מאנטאג און דינסטאג פ' בלק תשפ"ד, זייער מעשה קאמפיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישטאמת »

געמבלער האט געשריבן: זונטאג יולי 14, 2024 4:06 pm
סדא א שבת סליחות אין מירון היי יאר?
מאכן זיי די שבת סליחות ערגעץ אנדערש אדער איז בכלל נישטא?

די יאר פון קאוויד האבן זיי געמאכט א שבת אין מירון?
צולייגער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4115
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע:ערגעצוואו

Re: RCCS מאנטאג און דינסטאג פ' בלק תשפ"ד, זייער מעשה קאמפיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

נישטאמת האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 18, 2024 9:29 pm
געמבלער האט געשריבן: זונטאג יולי 14, 2024 4:06 pm
סדא א שבת סליחות אין מירון היי יאר?
מאכן זיי די שבת סליחות ערגעץ אנדערש אדער איז בכלל נישטא?

די יאר פון קאוויד האבן זיי געמאכט א שבת אין מירון?
דער 'שבת' היי יאר איז אין גלי צאנז נתני'
א געשפעט האב איך
אוועטאר
א צווייטע מיך
שר האלף
תגובות: 1359
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 26, 2023 5:00 pm
לאקאציע:אין טרעפיק

Re: RCCS מאנטאג און דינסטאג פ' בלק תשפ"ד, זייער מעשה קאמפיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א צווייטע מיך »

צולייגער האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 18, 2024 10:09 pm
נישטאמת האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 18, 2024 9:29 pm
געמבלער האט געשריבן: זונטאג יולי 14, 2024 4:06 pm
סדא א שבת סליחות אין מירון היי יאר?
מאכן זיי די שבת סליחות ערגעץ אנדערש אדער איז בכלל נישטא?

די יאר פון קאוויד האבן זיי געמאכט א שבת אין מירון?
דער 'שבת' היי יאר איז אין גלי צאנז נתני'
שטייצעך מיט ר' מיילעך?

מיטגעהאלטן לעצטע יאר, אוי איז עס שיין געוועהן!
.Don't get confused between my personality and my attitude
.my personality is who i am, my attitude depends on who you are
אוועטאר
נישטאמת
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4595
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm
לאקאציע:איך האף צו וויסן בקרוב

Re: RCCS מאנטאג און דינסטאג פ' בלק תשפ"ד, זייער מעשה קאמפיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישטאמת »

צולייגער האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 18, 2024 10:09 pm
נישטאמת האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 18, 2024 9:29 pm
געמבלער האט געשריבן: זונטאג יולי 14, 2024 4:06 pm
סדא א שבת סליחות אין מירון היי יאר?
מאכן זיי די שבת סליחות ערגעץ אנדערש אדער איז בכלל נישטא?

די יאר פון קאוויד האבן זיי געמאכט א שבת אין מירון?
דער 'שבת' היי יאר איז אין גלי צאנז נתני'
גייט די שבת אן ווי געפלאנט אדער וועגן די מלחמה האט זיך די פלענער געטוישט?
בניהו
שר שבעת אלפים
תגובות: 7449
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: RCCS מאנטאג און דינסטאג פ' בלק תשפ"ד, זייער מעשה קאמפיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

נישטאמת האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 23, 2024 11:26 pm
צולייגער האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 18, 2024 10:09 pm
נישטאמת האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 18, 2024 9:29 pm
געמבלער האט געשריבן: זונטאג יולי 14, 2024 4:06 pm
סדא א שבת סליחות אין מירון היי יאר?
מאכן זיי די שבת סליחות ערגעץ אנדערש אדער איז בכלל נישטא?

די יאר פון קאוויד האבן זיי געמאכט א שבת אין מירון?
דער 'שבת' היי יאר איז אין גלי צאנז נתני'
גייט די שבת אן ווי געפלאנט אדער וועגן די מלחמה האט זיך די פלענער געטוישט?
געשריבן אין די אנדערע אשכול, ס'איז קענסלד.
אני הוא הנער, נער המדבר
שרייב תגובה

צוריק צו “צדקה וחסד”