כהאב גוט געשמייכלט, אבער איך קען אייך מער נישט געטרויען

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

געבורטסטאג
שר חמש מאות
תגובות: 917
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 25, 2019 2:35 pm

כהאב גוט געשמייכלט, אבער איך קען אייך מער נישט געטרויען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געבורטסטאג »

"אגוטן דא רעדט פיני פינק פון פיניקס, כוואלט געוואלט בעטן אויב ענקער סטאר קען אויפהערן אויסרופן ענגלישע אנאנסירונגען אין די הויכהילכער פון די געשעפט, ווייל קינדער קומען און הערן א פרעמדע שפראך וואס איז בפירוש געאסרט דורך די הייליגע ספר רעות שבעה נפשי זכותו יגן עלינו, אויב נישט וועל איך נישט קענען שיקן מיינע קינדער שאפינג ביי ענקער הערליכע גראסערי, תזכו למצוות און א שפעטע-ברכה-כהלכה" , בערך אזוי שיקט מיר אריין א חבר, ארויס פון א וואויסמעיל פון א היימישע ביזנעס.

געשמייכלט, געלאכט, רעפלייט מיט א צופרידנשטעלנדע אימאודשי, אבער פון יענע סקונדע פארליר איך יעדע פינטל טראסט אין דיין ביזנעס, אין א תענית וועל איך אפילו נישט בטעות איינפאלן צו טראסטן די ערליכקייט, קוואליטעט, און סיי וועלכע רוחניותדיגע אדער גשמיותדיגע סטאנדארט אדער פרינציפ פון סיי ווער סליעקט ארויס פריוואטע וואויסמעילס, אימעילס, טעקסט אדער בריוו געשיקט צו א פארוואלטונג, ווי לאכעדיג עס קען נאר זיין.

פארוואס זאג איך עס? ווייל סאיז ליידער נישט די ערשטע מעשה.
האסט א פאני וואויסמעיל און סברענט אייך עס ארויסצושיקן? איך האלט נישט ביים זיין נעקסט, שלום ולא להתראות
גאאאאד מארנינג רבותי..... אה!
אוועטאר
געגאנגען
שר שלשת אלפים
תגובות: 3544
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 2:43 pm

Re: כהאב גוט געשמייכלט, אבער איך קען אייך מער נישט געטרויען

תגובה דורך געגאנגען »

ס'מאכט פארלירן טראסט. 100%!

קיינער וועט דיך שוין נישט געבן קיין געהעריגע פידבעק.
קיינער וועט דיך שוין נישט זאגן וואס זיי האלטן עכט.

די וויכטיגסטע זאך אין א ביזנעס איז, הער וואס דיינע קאסטומערס זאגן.

דאס האסטו יעצט פארלוירן.

א שאד אז פאר אפאר מינוט אטענשאן זענען מענטשען גרייט דאס צו טוהן...

(איך רעד שוין נישט פון די מענטשליכקייט פראבלעם... האסט פארשעמט איינעם. מ'מעג נישט.)
לעצט פארראכטן דורך געגאנגען אום דאנערשטאג יולי 11, 2024 6:12 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
דער מענעדזשער
שר חמש מאות
תגובות: 930
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 31, 2022 1:48 pm
לאקאציע:ביים רעדל (תרתי משמע)

Re: כהאב גוט געשמייכלט, אבער איך קען אייך מער נישט געטרויען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער מענעדזשער »

א רגע
ער איז דיר א גענוג נאנטע פערזענליכע חבר ואיש סוד? אדער סתם א גוטער חבר?

ער האט דיר געבעטן עס צו האלטן בסוד? אדער נישט?

עס איז געווען פון א פלעינע קאסטומער? אדער סתם א קריטיקירער און עקסטרעמיסט? א בחורל וכדו'?

די אלע זאכן מאכן אויס
אויב דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות און איר דארפט סחורה, קוקט אייך פאר אין מילתא דבדיחותא אשכול.
אדער שיקט אן אישי, און די סטעף פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן ארויסצוהעלפן ווי ווייט שייך
אוועטאר
געגאנגען
שר שלשת אלפים
תגובות: 3544
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 2:43 pm

Re: כהאב גוט געשמייכלט, אבער איך קען אייך מער נישט געטרויען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געגאנגען »

דער מענעדזשער האט געשריבן: מיטוואך יולי 10, 2024 11:24 pm

ווען יענער סטראשעט נישט, מעג יענער זאגן וואס ער/זי וויל. און ער דארף זיין דער איינציגסטער עס צו הערן.

עקסטרעמיסט איז נישט א תירוץ. בכלל נישט.
אוועטאר
דער עסקן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 253
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 9:44 pm

Re: כהאב גוט געשמייכלט, אבער איך קען אייך מער נישט געטרויען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער עסקן »

האקט!

יעדער ביזנעס וואס לייגט א עד
און ער לייגט און אלע שטעט...

וועט געווענטליך באקומען בערך 3 מעסדזשעס פון קריות יואל'ע פרויען....

יעדער ביזנעס וואס לייגט א עד
און ער לייגט און אלע שטעט...

באקומט געווענטליך פידבעק איבער זיין פראדוקט /סערוויס
און קיין איינער איז עס נאך נישט בייגעפאלן צו שיקן פאבליק
איז ממילא אויב די ביסט זיין קאוסטמער און די האסט
אמתדי'גע פידבעק וועסטו עס געווענטליך איבערגעבן אויפן טעלפאון נישט קיין
וואויס מעל
דער מענעדזשער
שר חמש מאות
תגובות: 930
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 31, 2022 1:48 pm
לאקאציע:ביים רעדל (תרתי משמע)

Re: כהאב גוט געשמייכלט, אבער איך קען אייך מער נישט געטרויען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער מענעדזשער »

געגאנגען האט געשריבן: מיטוואך יולי 10, 2024 11:26 pm

ווען יענער סטראשעט נישט, מעג יענער זאגן וואס ער/זי וויל. און ער דארף זיין דער איינציגסטער עס צו הערן.

עקסטרעמיסט איז נישט א תירוץ. בכלל נישט.
דו ווילסט אנכאפן נעמען?
איך האב נישט גערעדט פון פלעינע מענטשן וואס מערקן אויף איידעלערהייט ווי א מענטש, און צומאל עטוואס שארפער

אויב רעדט מען דא פון באקאנטע עקסטרעמיסטן וואס פארפירן ווילד אויף יעדע קלאמפערשטע פירצה און זענען באקאנטע שווארצקוקער און איבערדרייער על לא דבר. והבן

הלואי וואלט איך געקענט ארויסשרייבן ביישפילן וואס איך האב געמיינט דערמיט...
אויב דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות און איר דארפט סחורה, קוקט אייך פאר אין מילתא דבדיחותא אשכול.
אדער שיקט אן אישי, און די סטעף פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן ארויסצוהעלפן ווי ווייט שייך
געבורטסטאג
שר חמש מאות
תגובות: 917
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 25, 2019 2:35 pm

Re: כהאב גוט געשמייכלט, אבער איך קען אייך מער נישט געטרויען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געבורטסטאג »

דער מענעדזשער האט געשריבן: מיטוואך יולי 10, 2024 11:24 pm
א רגע
ער איז דיר א גענוג נאנטע פערזענליכע חבר ואיש סוד? אדער סתם א גוטער חבר?

ער האט דיר געבעטן עס צו האלטן בסוד? אדער נישט?

עס איז געווען פון א פלעינע קאסטומער? אדער סתם א קריטיקירער און עקסטרעמיסט? א בחורל וכדו'?

די אלע זאכן מאכן אויס
ער איז א פרעמדער פלעינע בחורל עקסטרעימע קריטיקער קאסטומער וואס איז נישט איינגעפאלן צו בעטן פאר סודיות.

איך בין נישט מסכים אז מיין אימעיל, בעלענס, דיעטע, אדער פערסקריפשן זאל ארויסליקן פאר די פאבליק אויב איינער אין די אפיס פארדעכטיגט מיר אלץ אן אויבנדערמאנטע.
גאאאאד מארנינג רבותי..... אה!
כתר מלוכה
שר חמש מאות
תגובות: 597
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 15, 2022 2:51 pm

Re: כהאב גוט געשמייכלט, אבער איך קען אייך מער נישט געטרויען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתר מלוכה »

דער מענעדזשער האט געשריבן: מיטוואך יולי 10, 2024 11:24 pm
א רגע
ער איז דיר א גענוג נאנטע פערזענליכע חבר ואיש סוד? אדער סתם א גוטער חבר?

ער האט דיר געבעטן עס צו האלטן בסוד? אדער נישט?

עס איז געווען פון א פלעינע קאסטומער? אדער סתם א קריטיקירער און עקסטרעמיסט? א בחורל וכדו'?

די אלע זאכן מאכן אויס
אזוי אויך צו יענער האט גערעדט ווי נארמאלע מענטש, אדער געשאלטן ווי א ציחוש'טע זכר.

אויב יענער העררעסט א ביזנעס איז עס אויך אנדערש.

פארגעס אויך נישט אז ס'איז דא ביזנעסער וואס עקטן אויס אזא פידבעק...מ'מוז נישט אלעס גלייבן...
דער מענעדזשער
שר חמש מאות
תגובות: 930
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 31, 2022 1:48 pm
לאקאציע:ביים רעדל (תרתי משמע)

Re: כהאב גוט געשמייכלט, אבער איך קען אייך מער נישט געטרויען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער מענעדזשער »

געבורטסטאג האט געשריבן: מיטוואך יולי 10, 2024 11:32 pm
ער איז א פרעמדער פלעינע בחורל עקסטרעימע קריטיקער קאסטומער וואס איז נישט איינגעפאלן צו בעטן פאר סודיות.

איך בין נישט מסכים אז מיין אימעיל, בעלענס, דיעטע, אדער פערסקריפשן זאל ארויסליקן פאר די פאבליק אויב איינער אין די אפיס פארדעכטיגט מיר אלץ אן אויבנדערמאנטע.
כ'האב געמיינט צו פרעגן אויב דיין חבר האט דיר געבעטן עס צו האלטן בסוד
אקעי לאמיר פרובירן זיך צו מסביר זיין פאר 10 מינוט
אויב דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות און איר דארפט סחורה, קוקט אייך פאר אין מילתא דבדיחותא אשכול.
אדער שיקט אן אישי, און די סטעף פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן ארויסצוהעלפן ווי ווייט שייך
דער מענעדזשער
שר חמש מאות
תגובות: 930
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 31, 2022 1:48 pm
לאקאציע:ביים רעדל (תרתי משמע)

Re: כהאב גוט געשמייכלט, אבער איך קען אייך מער נישט געטרויען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער מענעדזשער »

עס איז דא אמאל וואס א מענטש איז אונטערן רושם, ער וויל מקיים זיין דעם דאגה בלב ישחנה לאחרים, די געפילן ברויזן, א מענטש איז נאר א מענטש, ער שיקט עס פאר זיין גאר נאנטער פערזענליכער חבר און דער חבר דארף פארשטיין אז ער האט עס געשיקט צו מיר זעלבסט מיטן ציל זיך אויסצוגעבן, און דא זאל עס בלייבן - דאס טוט מען אבער נאר צו א נאנטער חבר ואיש סוד מיט וועם דו קענסט שמועסן זאכן וואס מען שמועסט נישט ברבים ביים קופקע

משא"כ א פלעינער פריינט, אפילו אזא איינער מיט וועם דו קענסט געשמאק פארברענגען, אבער דו גייסט זיך נישט דורכשמועסן דיינע פריוואטע דורכגענג וכו' - צו שיקן אזא מעסעדזש פאר אזא איינעם איז א הפקירות און פארלירן טראסט.

אויב דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות און איר דארפט סחורה, קוקט אייך פאר אין מילתא דבדיחותא אשכול.
אדער שיקט אן אישי, און די סטעף פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן ארויסצוהעלפן ווי ווייט שייך
אוועטאר
געגאנגען
שר שלשת אלפים
תגובות: 3544
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 2:43 pm

Re: כהאב גוט געשמייכלט, אבער איך קען אייך מער נישט געטרויען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געגאנגען »

דער עסקן האט געשריבן: מיטוואך יולי 10, 2024 11:29 pm
האקט!

יעדער ביזנעס וואס לייגט א עד
און ער לייגט און אלע שטעט...

וועט געווענטליך באקומען בערך 3 מעסדזשעס פון קריות יואל'ע פרויען....

יעדער ביזנעס וואס לייגט א עד
און ער לייגט און אלע שטעט...

באקומט געווענטליך פידבעק איבער זיין פראדוקט /סערוויס
און קיין איינער איז עס נאך נישט בייגעפאלן צו שיקן פאבליק
איז ממילא אויב די ביסט זיין קאוסטמער און די האסט
אמתדי'גע פידבעק וועסטו עס געווענטליך איבערגעבן אויפן טעלפאון נישט קיין
וואויס מעל
שוין יא געווען.

צווייטענס, יעדער לאזט וואיוס מעילס. מ'הייבט דען אויף יעדע קאל?
דער מענעדזשער
שר חמש מאות
תגובות: 930
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 31, 2022 1:48 pm
לאקאציע:ביים רעדל (תרתי משמע)

Re: כהאב גוט געשמייכלט, אבער איך קען אייך מער נישט געטרויען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער מענעדזשער »

עס איז דא א מאל וואס דער חבר איז אונטערן רושם, דיין נאמבער האט ער געטראפן ערשט, ער מוז זיך אויסגעבן, אבער ער לייגט צו צו דעם מעסעדזש, "ביטע עס זאל נישט פארן ווייטער"

עס איז דא א כלל, יעדע זאך קען מען רעדן צו יעדעם - צווישן 4 אויגן. בדרך כלל א זאך וואס בלייבט בשתיקה, נאר דער נוגע רעדט מיטן חבר און דא בלייבט עס, פשט אז ווען דו גייסט האבן צוטון מיט אים און ער וועט זיך מוזן אויסגעבן פאר א צווייטן וועט עס נישט ווערן קיין מדובר אויך ווען ער וועט פילן אז ער מוז געבן דיין מעסעדזש פאר א צווייטן, ווייל דארט וועט עס בלייבן און עס בלייבט קאנפידענשאל, ווי נישט ווי גלייב איך אז דו דערציילסט אויך זאכן אינדערהיים וואס באלאנגט נישט צו רעדן אין גאס.

משא"כ אויב האט ער דיר נישט געבעטן עס צו האלטן בסוד, איז פשט אז ער האט עס געשיקט אן אחריות, געלאזט לופטערן אין פאבליק, דאס איז א געוואלדיגע דורכפאל אין טראסט
אויב דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות און איר דארפט סחורה, קוקט אייך פאר אין מילתא דבדיחותא אשכול.
אדער שיקט אן אישי, און די סטעף פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן ארויסצוהעלפן ווי ווייט שייך
אוועטאר
געגאנגען
שר שלשת אלפים
תגובות: 3544
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 2:43 pm

Re: כהאב גוט געשמייכלט, אבער איך קען אייך מער נישט געטרויען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געגאנגען »

דער מענעדזשער האט געשריבן: מיטוואך יולי 10, 2024 11:32 pm
געגאנגען האט געשריבן: מיטוואך יולי 10, 2024 11:26 pm

ווען יענער סטראשעט נישט, מעג יענער זאגן וואס ער/זי וויל. און ער דארף זיין דער איינציגסטער עס צו הערן.

עקסטרעמיסט איז נישט א תירוץ. בכלל נישט.
דו ווילסט אנכאפן נעמען?
איך האב נישט גערעדט פון פלעינע מענטשן וואס מערקן אויף איידעלערהייט ווי א מענטש, און צומאל עטוואס שארפער

אויב רעדט מען דא פון באקאנטע עקסטרעמיסטן וואס פארפירן ווילד אויף יעדע קלאמפערשטע פירצה און זענען באקאנטע שווארצקוקער און איבערדרייער על לא דבר. והבן

הלואי וואלט איך געקענט ארויסשרייבן ביישפילן וואס איך האב געמיינט דערמיט...
איך פארשטיי אז מ'רעדט דא פון א מעשה די לעצטע צוויי טעג, א פלעינע מאמע...
דער מענעדזשער
שר חמש מאות
תגובות: 930
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 31, 2022 1:48 pm
לאקאציע:ביים רעדל (תרתי משמע)

Re: כהאב גוט געשמייכלט, אבער איך קען אייך מער נישט געטרויען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער מענעדזשער »

געגאנגען האט געשריבן: מיטוואך יולי 10, 2024 11:44 pm

איך פארשטיי אז מ'רעדט דא פון א מעשה די לעצטע צוויי טעג, א פלעינע מאמע...
אויב איז עס נישט דיין פערזענליכער חבר, ער האט דיר נישט געבעטן עס צו האלטן בסוד, איז נאכאלס דא א לימוד זכות, ווען מען האנדלט מיט משה איטשע, סענדער, (ווען זיי זענען אין קערעקטער כמובן) גימפל אדער גרונם, זיי זענען באקאנטע ווילדע פיקאנטע עקסטרעמיסטן, ער וואלט געהאלטן א סיין קעגן דיין געשעפט אויך ווען ער קען ווען, ער האט נישט קיין פראבלעם דיר צו גיין מארגן באשמוצן אין פאבליק מיט זיין אייגענע אידענטיטעט, אין אזא פאל זענען זיינע קללות סייווי פאבליק, אויב נישט די מעסעדזש וועט ער דיר מארגן נאכשרייען ברבים, אין אזא פאל איז נישט אזא עוולה צו גיין מפרסם זיין.

משא"כ אויב רעדט מען פון עוורידזש באזעסענע מענטשן, מענטשן וואס פאררופן זיך אלס נארמאל, באשמוצן נישט אנדערע מענטשן אויף געמיינע אופנים ברבים, און זאגן פידבעק דא דארט, זאגן מוסר דא דארט.

אויב איז עס געווען פידבעק פון א נישט באשמוצנדער מענטש, ער האט דיר נישט געבעטן עס צו האלטן בסוד, ער איז נישט דיין פערזענליכער חבר ואיש סוד, דאן האט ער גענצליך פארלוירן זיין טראסט.
אויב דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות און איר דארפט סחורה, קוקט אייך פאר אין מילתא דבדיחותא אשכול.
אדער שיקט אן אישי, און די סטעף פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן ארויסצוהעלפן ווי ווייט שייך
אותות ומופתים
שר חמש מאות
תגובות: 985
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 28, 2023 4:24 pm

Re: כהאב גוט געשמייכלט, אבער איך קען אייך מער נישט געטרויען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אותות ומופתים »

מען קען מיינען אז די ליעקס זענען פון פריוואטע אינפארמאציע וואס קונים לאזן איבער פארן געשעפט, און דער אום'אחריות'דיגער געשעפטסמאן לייגט עס ארויס פובליק. יעדער ווייסט זייער גוט אז קיין שום נארמאלע מעסעזש ליעקט נישט ארויס, טאקע נאר די סארט מעסעזשעס וואס די וואס זאגן עס זענען לכאורה נישט דערקעגן עס זאל ארויסגיין אין די גאס (זיי וואלטן זיך בעצם אויף געשטעלט אין די גאס אליינס צו זאגן זייער מעסעזש, אדער - ווען זיי האבן ווען וואטסעפפ - ארום געשיקט א וואויסנאוט וואס זאל גיין וויירעל, הגם מעגליך עס שטערט זיי אביסל פאר די פאר מענטשן וואס קענען אפשר דערקענען זייער שטימע).

דער אשכול שיינט צו זיין א בלויזער ספין
הקולמוס שלי
שר האלפיים
תגובות: 2728
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 03, 2020 8:01 am
לאקאציע:אומאן!

Re: כהאב גוט געשמייכלט, אבער איך קען אייך מער נישט געטרויען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הקולמוס שלי »

געבורטסטאג האט געשריבן: מיטוואך יולי 10, 2024 11:15 pm
"אגוטן דא רעדט פיני פינק פון פיניקס, כוואלט געוואלט בעטן אויב ענקער סטאר קען אויפהערן אויסרופן ענגלישע אנאנסירונגען אין די הויכהילכער פון די געשעפט, ווייל קינדער קומען און הערן א פרעמדע שפראך וואס איז בפירוש געאסרט דורך די הייליגע ספר רעות שבעה נפשי זכותו יגן עלינו, אויב נישט וועל איך נישט קענען שיקן מיינע קינדער שאפינג ביי ענקער הערליכע גראסערי, תזכו למצוות און א שפעטע-ברכה-כהלכה" , בערך אזוי שיקט מיר אריין א חבר, ארויס פון א וואויסמעיל פון א היימישע ביזנעס.

געשמייכלט, געלאכט, רעפלייט מיט א צופרידנשטעלנדע אימאודשי, אבער פון יענע סקונדע פארליר איך יעדע פינטל טראסט אין דיין ביזנעס, אין א תענית וועל איך אפילו נישט בטעות איינפאלן צו טראסטן די ערליכקייט, קוואליטעט, און סיי וועלכע רוחניותדיגע אדער גשמיותדיגע סטאנדארט אדער פרינציפ פון סיי ווער סליעקט ארויס פריוואטע וואויסמעילס, אימעילס, טעקסט אדער בריוו געשיקט צו א פארוואלטונג, ווי לאכעדיג עס קען נאר זיין.

פארוואס זאג איך עס? ווייל סאיז ליידער נישט די ערשטע מעשה.
האסט א פאני וואויסמעיל און סברענט אייך עס ארויסצושיקן? איך האלט נישט ביים זיין נעקסט, שלום ולא להתראות
אוואו זאגט יענער... דאס איז א בלויזע אדווערטייזמענט:

נישט געליעקט פון א סטאר גארנישט.. די עד קאמפעני האט געהאט א גוטע סטראטעגיע!
ווען א איד וואלט געוואוסט וואס מיינט א איד, וואלט ער געשפרונגען מיט שמחה תמיד!

משיח…? למספרם!
אוועטאר
געגאנגען
שר שלשת אלפים
תגובות: 3544
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 2:43 pm

Re: כהאב גוט געשמייכלט, אבער איך קען אייך מער נישט געטרויען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געגאנגען »

אותות ומופתים האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 12:23 am
מען קען מיינען אז די ליעקס זענען פון פריוואטע אינפארמאציע וואס קונים לאזן איבער פארן געשעפט, און דער אום'אחריות'דיגער געשעפטסמאן לייגט עס ארויס פובליק. יעדער ווייסט זייער גוט אז קיין שום נארמאלע מעסעזש ליעקט נישט ארויס, טאקע נאר די סארט מעסעזשעס וואס די וואס זאגן עס זענען לכאורה נישט דערקעגן עס זאל ארויסגיין אין די גאס (זיי וואלטן זיך בעצם אויף געשטעלט אין די גאס אליינס צו זאגן זייער מעסעזש, אדער - ווען זיי האבן ווען וואטסעפפ - ארום געשיקט א וואויסנאוט וואס זאל גיין וויירעל, הגם מעגליך עס שטערט זיי אביסל פאר די פאר מענטשן וואס קענען אפשר דערקענען זייער שטימע).

דער אשכול שיינט צו זיין א בלויזער ספין
נישט אמת. א ווייבל מעג לאזן א מעסעדזש, און די געשעפט אייגענטומער קען עס אויסהערן. ארויסשיקן איז א בריטש אין טראכסט.

נישט נאר אין מיינע אויגן, נאר אין די אויגן פון פולע אידן מיט וועם איך רעד יעדן טאג אין שוהל....

ווען זי וועט זיך אויפשטעלן אינמיטן וויליאמסבורג עס אויסרופן, וועט ער עס מעגן ארום שיקן, ביז דאן, מעג ער נישט.

ס'איז א שרעקליכע עוולה.

הקולמוס שלי האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 12:57 am
געבורטסטאג האט געשריבן: מיטוואך יולי 10, 2024 11:15 pm
"אגוטן דא רעדט פיני פינק פון פיניקס, כוואלט געוואלט בעטן אויב ענקער סטאר קען אויפהערן אויסרופן ענגלישע אנאנסירונגען אין די הויכהילכער פון די געשעפט, ווייל קינדער קומען און הערן א פרעמדע שפראך וואס איז בפירוש געאסרט דורך די הייליגע ספר רעות שבעה נפשי זכותו יגן עלינו, אויב נישט וועל איך נישט קענען שיקן מיינע קינדער שאפינג ביי ענקער הערליכע גראסערי, תזכו למצוות און א שפעטע-ברכה-כהלכה" , בערך אזוי שיקט מיר אריין א חבר, ארויס פון א וואויסמעיל פון א היימישע ביזנעס.

געשמייכלט, געלאכט, רעפלייט מיט א צופרידנשטעלנדע אימאודשי, אבער פון יענע סקונדע פארליר איך יעדע פינטל טראסט אין דיין ביזנעס, אין א תענית וועל איך אפילו נישט בטעות איינפאלן צו טראסטן די ערליכקייט, קוואליטעט, און סיי וועלכע רוחניותדיגע אדער גשמיותדיגע סטאנדארט אדער פרינציפ פון סיי ווער סליעקט ארויס פריוואטע וואויסמעילס, אימעילס, טעקסט אדער בריוו געשיקט צו א פארוואלטונג, ווי לאכעדיג עס קען נאר זיין.

פארוואס זאג איך עס? ווייל סאיז ליידער נישט די ערשטע מעשה.
האסט א פאני וואויסמעיל און סברענט אייך עס ארויסצושיקן? איך האלט נישט ביים זיין נעקסט, שלום ולא להתראות
אוואו זאגט יענער... דאס איז א בלויזע אדווערטייזמענט:

נישט געליעקט פון א סטאר גארנישט.. די עד קאמפעני האט געהאט א גוטע סטראטעגיע!
סטראטעגיע יא. 'גוטע סטראטעגיע' נישט.
געבורטסטאג
שר חמש מאות
תגובות: 917
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 25, 2019 2:35 pm

Re: כהאב גוט געשמייכלט, אבער איך קען אייך מער נישט געטרויען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געבורטסטאג »

למעשה גייט די אשכול אין די אייוועלט-איז-נישט-קיין-פלאץ-פאר-מחאות דירעקציע, מיין פוינט איז זייער פשוט. (גראדע האלט איך אז מען דארף נישט זיין קיין עקסטרעמיסט צו האלטן אז יענע אנאנסן זענען נישט צו גאט און נישט צו לייט, און כהער גאר אז דער בחן'טער עקטאר האט געסטראשעט עס צו נעמען א שטאפל ווייטער לכבודה...)

איך בין אויך א מענטש און (ליידער) ענדזשוי אויך א שטיקל לשון הרע, אבער טייערע חבר: ווען דו פארציילסט מיר א גוטע סוד-דשאוק-מעשה אויף איינעם, איך וועל דיר געבן פול אטענשן, אבער דו ביזט פון היינט אויף מיין דא-נאט-טראסט ליסטע, זייער סימפל. אויב דערציילסטו פאר מיר יענעמס סוד וואלסטו גערן פארציילט מיין סוד פאר יענעם.

שלום ולא להתראות
גאאאאד מארנינג רבותי..... אה!
אותות ומופתים
שר חמש מאות
תגובות: 985
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 28, 2023 4:24 pm

Re: כהאב גוט געשמייכלט, אבער איך קען אייך מער נישט געטרויען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אותות ומופתים »

געגאנגען האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 8:15 am
אותות ומופתים האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 12:23 am
מען קען מיינען אז די ליעקס זענען פון פריוואטע אינפארמאציע וואס קונים לאזן איבער פארן געשעפט, און דער אום'אחריות'דיגער געשעפטסמאן לייגט עס ארויס פובליק. יעדער ווייסט זייער גוט אז קיין שום נארמאלע מעסעזש ליעקט נישט ארויס, טאקע נאר די סארט מעסעזשעס וואס די וואס זאגן עס זענען לכאורה נישט דערקעגן עס זאל ארויסגיין אין די גאס (זיי וואלטן זיך בעצם אויף געשטעלט אין די גאס אליינס צו זאגן זייער מעסעזש, אדער - ווען זיי האבן ווען וואטסעפפ - ארום געשיקט א וואויסנאוט וואס זאל גיין וויירעל, הגם מעגליך עס שטערט זיי אביסל פאר די פאר מענטשן וואס קענען אפשר דערקענען זייער שטימע).

דער אשכול שיינט צו זיין א בלויזער ספין
נישט אמת. א ווייבל מעג לאזן א מעסעדזש, און די געשעפט אייגענטומער קען עס אויסהערן. ארויסשיקן איז א בריטש אין טראכסט.

נישט נאר אין מיינע אויגן, נאר אין די אויגן פון פולע אידן מיט וועם איך רעד יעדן טאג אין שוהל....

ווען זי וועט זיך אויפשטעלן אינמיטן וויליאמסבורג עס אויסרופן, וועט ער עס מעגן ארום שיקן, ביז דאן, מעג ער נישט.

ס'איז א שרעקליכע עוולה.
סאו עס איז וויכטיג זאלסט איבערגעבן פאר דיינע חברים אין שול / כולל און די ליינער פון די אידישקייט גליון ודכוותי', אז עס איז נישטא קיין פרייוועסי עקספעקטעישאן'ס ווען מען לאזט איבער די סארט מעסעזשעס. עס גייט א בחינה פון ונתנו, אז דו הערעסט שטייסטו אויס צו ווערן הערעסט אויף צוריק (נישט פאר דוקא אפשר, אבער מען גייט נישט ארויס גיין פון וועג דיר צו אפשוינען).

אויב דו שפירסט אז עס איז דא א חיוב מחאה, דעמאלט האלט זיך נישט צוריק, עס איז פארט ווייניגער מידי הכאה וקללה. אדער, אלטערנאטיוולי, קענסטו שיקן א מער פחדנות'דיגער אימעיל (אויפן שטייגער ווי אבימלך האט באקומען) אן נעמען די ריזיקע אז דיין שטימע אדער סיי וועלכע זאך וועלכע קען דיר אידענטיפיצירן וועט ארויס רינען אין די גאס. אויב האט מען נישט קיין אינטערנעט זאל מען פרעגן א שאלה פון א רב צי דאס הייסט א גענוג וויכטיגע צורך זיך איינצוהאנדלען אינטערנעט, (מען קען אויך גיין אין קיאסק אפשר), ווי אויך איז דא די עצה צו שיקן א פשוט'ע אלטמאדישע בריוון.

געב אויך איבער פאר די מענטשן מיט וועמען דו רעדסט טעגליך אין שול, אז עפענען א אשכול אויף אייוועלט צו פרובירן אויף א פארדרייטע אופן צו באוועגן די געשעפטן נישט ארויס צו געבן די סארט מעסעזשעס מיט די באהאלטענע סטראשונקע אז עטס וועטס נישט קומען אהין איינקויפן, גייט נישט העלפן צופיל. געווענליך מענטשן ווייסן מחלק צו זיין צווישן א געווענליכע טאג טעגליכע וואויסמעיל און מעסעזש וואס איז נוגע די ביזנעס, און אזא סארט מעסעזש. נארמאלע מענטשן מיט א גראדן קאפ האלטן נישט אז דא איז דא סיי וועלכע בריטש אוו טראסט.
אוועטאר
געגאנגען
שר שלשת אלפים
תגובות: 3544
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 2:43 pm

Re: כהאב גוט געשמייכלט, אבער איך קען אייך מער נישט געטרויען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געגאנגען »

הרב אותות, דו האסט מיך פארלוירן אין דיין ערשטע סענטענס.

ווי קומט דא אריין אידישקייט? איך האב געזאגט אז די עד באדערט מיך?

נאר וואס? דיין וועג פון ג'יין אויף אופענס גלייך ווען דו האסט מורא אז מ'מיינט אידישקייט ברענגט ארויס די גאנצע פראבלעם... און ס'מאכט זייער קלאר פארוואס דו נעמסטעך אהן פאר די סטאר...

זיי מצליח!
טיפע חשבונות
שר חמישים
תגובות: 59
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 31, 2024 3:00 pm

Re: כהאב גוט געשמייכלט, אבער איך קען אייך מער נישט געטרויען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טיפע חשבונות »

יא נישט קיין ביסט 100 גערעכט יענער איז סתם א משוגענער און דו האסט דער רעכט צו עס ארויסשיקן,
געדענק אבער אז דו פארלירסט טראסט, ווייל זיך פארענטפערן אז איך שיק ארויס נאר דאס און נישט דאס, זאלסטו זאגן פאר א צווייטן.
דו קויפסט זיך איין א נאמען...
אויסגעהיילט
שר חמש מאות
תגובות: 995
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 25, 2020 11:00 pm

Re: כהאב גוט געשמייכלט, אבער איך קען אייך מער נישט געטרויען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגעהיילט »

שיקטס מיר דעם וואויס מעיל, און איך גיי שוין אהין קויפן.

אבער מער באקומט דער געשעפט'ס מאן פון מיר נישט קיין מיאוס'ער וואויס מעיל.
נאר דאס פעלט מיר אויס, ער זאל עס נאך ארום שיקן אויך?

איך האב נישט קיין פראבלעם צו זיין א מכה רעהו בסתר, איהם לאזן שלעכטע מעסעדזשעס, אפילו אויב איך בין א פרוי, וואס איך דארף זיין אין קאך, וועל איך נאכאלץ זוכן חסרונות ביי כלל ישראל, און זיך נישט פארלאזן אויף יענעם'ס רב און מורה דרך, ווייל .... אממ. .. א פרוי מעג אויך, אממ.. אמממ..... ווער פארשטייט בעסער ווי א אידישע מאמע, (דארפסט נאך לאזונגען?, כ'קען פאברעציערן...).

אבער דו, וואס דו באקומסט עס פון אונז הייליגער פרויען, האסטו נישט קיין רעכט צו ליצנות מאכן פון אונז.

וויסט דען נישט אז נאר וועגן נשים צדקניות זענען מיר ארויס פון מצרים???
(אבער זיי האבן נישט געשיקט קיין וואויס מעיל פאר מענער.. אה. אפשר פאר דעם זענען מיר יעצט טאקע נאך נישט ארויס פון אונזער גלות....)

****

איינער קען מיר שיקן דער תוכן חאטש?
אוועטאר
ווישוואש
שר שבעת אלפים
תגובות: 7244
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

Re: כהאב גוט געשמייכלט, אבער איך קען אייך מער נישט געטרויען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווישוואש »

אויסגעהיילט האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 1:17 pm
שיקטס מיר דעם וואויס מעיל, און איך גיי שוין אהין קויפן.

אבער מער באקומט דער געשעפט'ס מאן פון מיר נישט קיין מיאוס'ער וואויס מעיל.
נאר דאס פעלט מיר אויס, ער זאל עס נאך ארום שיקן אויך?

איך האב נישט קיין פראבלעם צו זיין א מכה רעהו בסתר, איהם לאזן שלעכטע מעסעדזשעס, אפילו אויב איך בין א פרוי, וואס איך דארף זיין אין קאך, וועל איך נאכאלץ זוכן חסרונות ביי כלל ישראל, און זיך נישט פארלאזן אויף יענעם'ס רב און מורה דרך, ווייל .... אממ. .. א פרוי מעג אויך, אממ.. אמממ..... ווער פארשטייט בעסער ווי א אידישע מאמע, (דארפסט נאך לאזונגען?, כ'קען פאברעציערן...).
מיאוס? שלעכט? מכה רעהו? וואס דרייסטו א קאפ.

א ווייבל האט געלאזט א מעסעדזש אז די עד אין אירע אויגן איז אומאיידל, און אלץ פאטענציאלע קאסטומער שטערט עס איר, איז דער געגאנגען און עס ארומגעשיקט.
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.
קיסריה
שר האלף
תגובות: 1975
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 6:26 pm

Re: כהאב גוט געשמייכלט, אבער איך קען אייך מער נישט געטרויען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיסריה »

די וועלכע שיקן צעדרייטע (מכלומרשט פרומע) וואויסנאוטס דארפן וויסן אז ס׳דא קאנסעקווענצן.

ס׳איז ממש א שאנדע.
יעדער מ…. בקיר איז א הוגה דעות, זאגט מוסר, געט הדרכה. ווער האט אייך געפרעגט.

ווילסט זאגן אז די מיך איז פארדארבן… אדרבה!
די יאגורט איז נאכן עקספייערעישאן - גאו אהעד!

די קאוטש פאסט נישט, די מוזיק איז נישט מיין טעיסט!!!
האלט עס ביי זיך!
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”