יום השס אדער יום ירושלים?

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
תרמב
שר תשעת אלפים
תגובות: 9371
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 07, 2019 3:21 pm

יום השס אדער יום ירושלים?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרמב »

איך האב ערווארטעד א פאון קאל פון קול מבשר צו געבן א לייוו אינטערוויו פון די עיטיים יום הש"ס, למעשה האב איך נישט באקומען דעם קאל, איך האב געמיינט אז איך בין גוט מיט דרעזנער פון מיין פאריגע אינטערוויו, שוין זעהט אויס אז נישט...

קען זיין אז מ'האט יא געקאלט אבער איך האב נישט געהאט קיין סערוויס רוב טאג, האט מיין טעלעפאון נישט געקלונגען, אז איך געב נישט קיין אינטערוויו אויף קול מבשר זאל איך עס כאטש באשרייבן, איך דארף ערגעץ אויסגעבן מיינע געפילן..

איך האב יעצט געענדיגט א גאר לאנגע טאג פון קורת רוח ביי די עיטיים יום השסאטאן, איך וועל פרובירן אראפצולייגן וויפיל איך קען, אפילו ס'איז נישט עכט מעגליך, וויאזוי קען מען אראפלייגן א תענוג פון א בלאט גמרא...? שעות רצופות קען מען דען אראפשרייבן אויף א פאפיר...? א שטיקל סטעיק קען מען פאר זיכער נישט מסביר זיין...

די טאג האט זיך געדארפט אנהייבן פרי, די חברה האבן געסטראשעט אז מ'גייט נישט זיין אין צייט, גייט מען צונעמען די בלעטער גמרא, מיין חברותא האט מיר געזאגט פרישטיג קענען זיי מיר צונעמען, מיינע בלעטער זאלן זיי נישט טאטשן..

די אידן אין שוהל האבן זיך געפרייט מיר צו זעהן אין אזא פריע שעה, תרמב איז אויפגעשטאנען... ווער ס'האט געפרעגט וואס איז געשעהן אזוי פרי היינט, האט געדארפט ארויפלייגן געלט אויף מיין פעיזש...

איך בין אנגעקומען באצייטנס, איך האב געגעסן פרישטיג וואס איז געווען דארט אנגעגרייט ברחבות גדול, איך האב געהאט געפרעגט מיין חבר וואס איז געווען אינוואלווד אין די הכנות צום שסאטאן, איך האב געוואלט וויסן צו די זמנים מיינט עפעס, צו איך דארף טאקע זיין דארט אזוי פרי, האט ער מיר געזאגט אז ס'איז טאקע א מעמד פאר חסידים אבער די זמנים גייט זיין ליטוויש.. אזוי איז טאקע געווען, נאנט צו צוועלף אזייגער האט מען אוועק געפאקט אלע עסן און יעדער איז אריין אין בית מדרש.

חצות היום פונקטלעך האט אפגעדונערט א קול תורה אין בית מדרש, ס'איז געווען א מחזה הוד מיטצוהאלטן, מיין חבר האט געטענה'ט פאר די יום השס, וואס איז די חכמה צו מאכן א סיום השס ווען מ'רעדט פון חסידים, מ'וואלט געדארפט אויסזאגן תהילים, צוזאמען מסיים זיין מאור עינים און נועם אלימלך, למעשה האב איך געזעהן אז די רוח הלימוד איז עפעס נעקסט לעוול, ס'איז געזעצן דארט אידן פון אלע חסידישע קרייזן, אלע עלטערס, אלעס סארטן, איך בין געזיצן צווישן צוויי גורע חברותות איין זייט איז געווען צוויי אינגעלייט וואס האבן גערעדט האלב ענגליש און האלב אידיש, די צווייטע זייט איז געווען צוויי עלטערע אידן, איינער האט געהאט א ריזיגע פארגרעסערונג גלאז אים צו העלפן זעהן די ווערטער.

די רצופות איז געווען א זאך וואס איך האב נישט געגלייבט אז איך וועל קענען באווייזן, די לעצטע מאל וואס איך האב געלערנט רצופות איז געווען אין ישיבה קטנה ווען די רבי האט חתונה געמאכט, און דעמאלט האט מען געקענט רעכענען שעות פון פרייטיג דאפלט, אויב ס'איז געווען חזרה האט מען געקענט רעכענען יעדע שעה פאר דריי שעה, און ווער רעדט נאך אויב מ'האט געלערנט ויואל משה...

דא וואלט נישט געארבעט די אלע חשבונות, מ'האט געדארפט לערנען געהעריג, איך האב געהאט א חקירה צו פינעף שעה רצופות מיינט פינעף שעה אין א צי, אדער מ'קען רעכענען 5 שעות רצופות עקסטער, און מ'מעג מפסיק זיין אינמיטן...

איך האב זיך געזעצט לערנען אין צענטער פון זאל, די זאל איז געווען היבש צאמגעשטופט, ס'האט זיך געשפירט ווי בית מדרש מרכזי אין די מיר, צו אריינגיין און ארויסגיין האט מען געדארפט רוקן בענקלעך מיט מענטשן, ס'איז נישט געווען פארוואס זיך אויפצושטעלן חוץ אויף צו נעמען א קאווע, אדער בין איך געגאנגען שנארן א ציגרעטל, צצי גרע טל... מ'רעדט דאך נישט אויס, האט מען געדארפט רעדן אזוי ווי נאכן אויפשניידן די חלות, נו... ססס כין... מממ לללח...

איך האב געהאט צעהן בלאט אגדתא, די לעצטע צעהן בלאט פון מסכת סנהדרין, פרק חלק, איך האב עס נאך קיינמאל נישט געלערנט, ס'איז געווען היבש אינטערסאנט, גאר זאפטיגע שטיקלעך איז דא דארט, דואג האדומי, אחיתופל, די שמועס צווישן בלעם און די אייזל, די מעשיות פון סדום, אנפאנג האב איך נאך געהאט קשיות מיט איבעיות, ביז אונז האמיר געזעהן אז אונז גייען קיינמאל נישט ענדיגן האט מען זיך גענומען פארן, האקן שטיקער, איין זאך ברענט מיר נאך צו פארשטיין, ביי דואג האדומי וואס האט געטון אן עבירה ביים הרגענען די כהוני נוב, וואס האבן געהאלפן דוד המלך, שטייט אין די גמרא אז די אייבירשטער האט זיך איינגעבעטן ביי דוד אז ער זאל נישט דארפן פארווארפן דואג אינגאנצן, און דוד המלך האט זיך נישט געלאזט, און ביי זיינע אייגענע עבירות זעהט מען אז דוד המלך האט זיך איינגעבעטן אז מ'זאל אים עס אינגאנצן מוחל זיין, פארוואס האט ער אנגעקוקט זיינע עבירות אזוי שטארק אנדערש פון יענעם'ס, בקיצור איך בלייב מיט האום ווארק אויף מס' סנהדרין.

ס'איז געווען א פארפלייצונג פון פאטאגראפירערס, ס'האט נישט אויפגעהערט בליצן אין זאל, מיין חבר וואס איז געזעצן נישט ווייט פון מיר האט ערלעדיגט אז מ'זאל מאכן נאנטע שאטס פון אונז, ווען איך בין ארויסגעגאנגען פון זאל פון צייט צו צייט צו כאפן סערוויס אויף מיין טעלעפאון האב איך געהאלטן אין איין באקומען פילע בילדער פון ידידים וואס האבן מיטגעהאלטן אויף די לייוו פיעד פון די מעמד ווי מ'זעט מיך לערנען, איינער האט מיטגעשיקט א פליק זאגנדיג אז ס'שטייט אויפן סקרין בשעת מ'זעהט מיר, א פאסיגע מאמר חז"ל, פון מס' חגיגה כל העוסק בתורה אפילו יום אחד בשנה מעלה עליו הכתוב כאילו עסק כל השנה... בקיצור מיינט עס אז ווילאנג מ'לערנט איין מאל א יאר ביי א שסאטאן איז מען גוט טו גאו...

די עיר קאנדישאן האט נישט געקענט הענדלען אזויפיל מענטשן אין אזא צאמגעשטופטע פארנעם און די קול תורה האט געבאמבערט, ס'איז שווער געווען צו הערן די אייגענע שטימע, נאך א האלבע שעה זענען מיינע שטים בענדער געווען אויסגעריסן אבער איך האב אזוי געצויגן ביזן ענדיגן די צעהן בלאט, מ'האט געקענט זעהן אין די האולוועיס חברה זיצן אין לערנען ווייל ס'איז געווען מער לופט, אויפן גאס ווען איך בין געגאנגען קוקן מיין טעלעפאון, -איך האב דאך געמוזט טשעקן וואס טוט זיך מיט די ביזנעס, מיטוואך איז א געהעריגע ארבעטס טאג...- האב איך געזעהן אז כמעט קיינער שטייט נישט אינדרויסן, רצופות איז רצופות, קיינער האט נישט פארברענגט קיין צייט, אפשר האט עס אויך געהאט מיט דעם אז ס'איז געווען שרעקליך יומיד און הייס.

בשעתן לערנען איז אריינגעקומען נאך עטליכע נדבות אויף מיין פעיזש וואס האט עס געמאכט אנקומען צו די גאול ב"ה, אונז האבן געענדיגט די בלעטער עטליכע מינוט פאר פינעווע, און איך האב אויסגערעדט... איך האב פארדעם אויך געטשיד דא דארט... אבער ס'קאונט נישט... איך בין דאך שוין נישט אין ישיבה קטנה און מ'גייט סייווי נישט געבן די בלעטער פארן רעבין אלס א דרשה געשאנק סאו ס'איז נישט אזוי געפערליך...

אבער דאס יא, ס'האט זיך געשפירט גאר גוט ביים ענדיגן די צעהן בלאט, צו ס'איז די לערנען תורה אזוי לאנג, אדער איז אזא מישען אקאמפלישד פילינג, וואטעווער ס'איז, ס'איז א גוטע געפיל.

נאכן ענדיגן און אויפזוכן די אלע חברה וואס האבן פארגעסן צו סווייפן זייער בארקאודס אז זיי האבן געענדיגט זייערע בלעטער איז פארגעקומען א פייערדיגע סיום, נאך דעם וואס ר' חיים אהרן אונגאר האט פארגעזאגט א תפילה וואס ער האט אליינס געמאכט, א תפילה וואס מ'בעט פאר שלום בית מוז זיין היינטיג... איך האב נישט געזעהן קיין אלטע תפילות וואס בעט אויף אזעלכע מאדערנע השגות...

טשערנאבלע רבי משיירי כנסת הגדולה פון בארא פארק (ער איז נישט אזוי אלט, אבער ס'איז נישט געבליבן נאך צופיל רבי'ס אין בארא פארק, קומט זיך אים דעם טיטל...) האט געמאכט די סיום און געזאגט דעם קדיש מיין סקווירא שכן האט זיך געפרייט ווייל ער האט געזאגט קעיץ משיחי איז עס שוין געווען היימיש אויך, דאן האט טשערנאבלע רבי גערעדט עטליכע ווערטער, אדער מער, און דאן האט מען אויסגעפלאצט אין ספאנטעניעס מוזיק וואס משפילט ביי סיום'ס שישו ושמחו און נאך ענדליכע ניגונים, מ'האט זיך ארומגעשלענגלט ארום די טישן מיט גרויס שמחת התורה.

נאך מנחה איז מען געגאנגען עסן טעימה קלה, אויפן צעטל איז געשטאנען טעימה קלה, אבער ס'איז בכלל נישט געווען גרינג, ס'איז געווען דארט גאר שווערע עסן... אלע סארטן פליישלעך, געשניטן דורך ספעציעליסטן אין שניידן פלייש... סושי מיט פליישיגע פיצא, בלינצלעך מיט שלישקעס... בקיצור איך קען עס נישט געהעריג באשרייבן ווייל איך קען נישט יעצט טראכטן פון קיין עסן... איך האב פארברענגט מיט גוטע פריינט, און איך האב פרובירט צו פארקויפן אינשורענס פאר א פרעמדן וואס איך האב געטראפן דארט... מ'דארף אויסנוצן יעדע אפארטוניטי...

דאן איז מען אריין אינעם גרויסן זאל צו די מעכטיגע סיום, מ'האמיר זיך געזעצט אויף די פון פאראויס באשטימטע פלעצער, און ס'איז סערווירט געווארן א פענסי מיעל, בשעת די מוזיקאנטן אויף א ריזיגע סטעיזש האבן געשפילט גאר שיינע מעלאודיעס.

ר' שאול ראזען האט אויפגעטרעטן און פארציילט זיין לעבנס געשיכטע, מיין חבר אויף מיין טיש האט עס שוין געקענט פון לעצטע מאל, האט ער פארגעזאגט וואס ר' שאול גייט זאגן, און ס'האט זיך טאקע ארויסגעשטעלט אז ר' שאול טוישט נישט די מעשה... ס'איז געווען די זעלבע, איך האב עס יא געהערט די ערשטע מאל און אזוי אויך רוב ציבור, ווייל ס'איז געווען שטיל און יעדער האט זיך צוגעהערט געשפאנט.

ער האט פארציילט וויאזוי באבובע רב זצ"ל האט אים געהאלפן אנפאנג, באבובע רב האט אים געגעבן א נומבער צו רופן פרעגן און יענער האט זיך געשעמט מודה צו זיין אז ער האט זיך געמוטשעט צו האבן קינדער, האט יענער געזאגט אויפן טעלעפאון אז ער ווייסט נישט וואס ער וויל פון אים אז ער האט א ראונג נומבער. באבובע רב האט אים געשיקט צו א דאקטאר אבער ער איז געגאנגען צו די נישט גוטע אפיס, ביז ער איז אנגעקומען צו די גוטע דאקטאר וואס איז געווען די גוטע שליח אים צו העלפן.

דאן האט ער פארציילט וויאזוי די ארגענעזאציע האט זיך אנגעהויבן, אז ר' משה גבאי איז געווען דער ערשטער צו נעמען זיין עדד אין דער איד, אפילו די אנדערע צייטונגען האבן נישט געוואלט ווייל זיי האבן געהאלטן אז ס'איז נישט איידל, אבער ער האט געזאגט, אז יעדע קינד ווייסט פון די פרשה אז די אמהות האבן נישט געהאט קיין קינדער.

דאן האט ער פארציילט אז הרבנית מסאטמאר תליט"א (די אנדערע סאטמאר פון משה גבאי..) האט אריינגעשיקט די ערשטע נדבה פאר די ארגענעזאציע, און ווי האדמו"ר מ'דינוב שליט"א האט געראטעוועט די מצב ווען אזויגערופענע פרומע האבן אים געוואלט אונטערברענגען די ארגענעזאציע, ער האט געדעקט אלע גרויסע קאמפאני... באבוב, ביידע סאטמאר'ס און דינוב...

שפעטער האט אויפגעטרעטן ר' מרדכי שיף, וויפיל איך האב אויסגעהערט האט ער זייער שיין גערעדט, ער האט פארציילט מיט עקסטאז ווי א אינגערמאן איז אריינגעגאנגען ארבעטן יולי דעם פערטן ווייל ער דארף נעמען וואקאציע די נעקסטע מיטוואך, ער האט נישט גענומען וואקאציע, ער איז געקומען לערנען צום יום הש"ס! ער האט פארציילט איבער א חשובע אידענע וואס איז אוועק פאראיאר אן קינדער א טאכטער פון ר' יצחק הוטנער, מיין חבר דער סקעפטיקער איז שנעל ארויף אויף וויקיפעדיע זעהן צו אלעס שטימט, און יאפ, ר' יצחק הוטנער האט געהאט א טאכטער וואס איז אוועק אן קינדער פאראיאר, זי איז פארכאפט געווארן צוזאמען מיט אים ביי איינע פון די באקאנטע הייזשעקינג געשיכטע'ס.

די גרעסטע שטילקייט האט געהערשט ווען מיין חבר גבריאל משה שאלילאף איז ארויפגעקומען פארציילן זיין געשיכטע וויאזוי ער איז דורך זיינע עליות און ירידות אין זיין זשורני פון אינפערטיליטי, ער האט מיר בארירט ביז טרערן, ער האט געזאגט אז ביי עיטיים איז דא חברה וואס עצה'נען וואס צו טון, אבער ווען ס'קומט זיי צו זאגן שכוח פאר די הילף נאכדעם וואס מ'איז שוין געהאלפן געווארן האבן זיי נישט קיין צייט אויפצוהייבן די טעלעפאון, האט ער זיי באדאנקט ברבים, ער האט פארציילט וויאזוי זיינע אפוינטמענטס זענען געווארן דיסעפוינטמענטס, איך האב ליב געהאט דעם ליין... אויך האט ער אוועקגעמאכט סגולות, זאגנדיג אז מ'וויל העלפן א אינגערמאן אן קינדער זאל מען העלפן די ארגענעזאציעס און קומען לערנען שס, נישט גיין אפערן קוואטער אדער אנדערע סגולות, די ליין האב איך אויך ליב געהאט...

ער האט געענדיגט מיטן פארציילן פארן עולם אז ער האט געהאט זיין מיידעלע בעבי 6 וואכן צוריק, דער עולם האט זיך אויפגעשטעלט אים צו געבן א סטענדיג אוואציע, מ'האט געקלאטשט פאר א לאנגע צייט, מ'האט געזעהן ווי זיינע ווערטער האט געמאכט א שטארקע רושם אויף די פארזאמלטע.

צווישן די אויפטריטן האבן די מוזיקאנטן אראפגעשפילט הערליכע קאמפאזיציעס, ס'איז געווען אינטערסאנט ביי דעם לידל תנו רבנן וואס יענקי דאסקאל (פון מיינע פעיוואריטס) און הערשי וויינבערגער (נישט פון מיינע פעיוואריטס..) האבן אראפגעזינגען, בשעת אין די הונטעגרינט איז ארויפגעקומען שיינע בילדער ווי אידן לערנען און מ'האט געזעהן צווישן די בילדער די צוויי זינגערס לערנען עטליכע שעה פריער, איך בין נייגעריג אויב זיי האבן טאקע געלערנט אדער ס'איז נאר געווען פאר די בילד...

ווי אויך האט מען געזעהן אויף די סקרין א גרויסע בילד פון די צוויי עלטערע גורע אידן וואס זענען געזעצן נעבן מיר און געהארעוועט אויף בלעטער פון סנהדרין, די פארגרעסערונג גלאז האט מען אבער נישט געזעהן. אגב איך טראכט יעצט אז פאר די גורע מיט זייערע מזומנים וואלט נישט געדארפט זיין שווער אריינצורוקן צעהן בלאט, בלייבט נאר איבער געוואויער צו ווערן וועלכע גור זיי זענען... צו זיי טאקע פון די מזומנים גור..

מ'האט סערווירט אזעלכע פיר אינטשיגע שטיקער בקר, אבער איך האב שוין געשריבן אנפאנג אז די סארט זאכן קען מען נישט באשרייבן, וועט מען עס לאזן מיט דעם. בשעתן עסן האב איך זיך געטראפן מיט א פעלאו אינשורענס אגענט, מ'האמיר געשמועסט אז אינשורענס אגענטן קענען גיין אזוי צו אוונטן אין א גרינע מיטוואך אינמיטן א ארבעטס וואך, אזוי ווי ביי ברית סעודות נאר אינשורענס אגענטן און כולל אינגעלייט קענען קומען... הגם ביי די עווענט איז נישט געווען קיין סאך כולל אינגעלייט, איך ווייס נישט וויאזוי אזויפיל מענטשן קענען איבערלאזן זייערע זשאבס און ביזנעסער פאר א גאנצן טאג.

נאכן בענטשן האט מען זיך ארויסגעלאזט אין פייערדיגע ריקודים, ס'איז געווען גאר געשמאק, ארומגעלאפן די טישן, ארויסגעגעבן די גאנצע ענערזשי, יענקי דאסקאל האט געמאכט גאר א גוטע זשאב צוזאמען מיט די שפילערס פויקערס פידלערס בלאזערס, און די גאנצע בענד.

דאן האט מען געמאכט א קומזיץ, מ'האט זיך ארויפגעלייגט איין האנט אויפן צווייטן און מיטגעזינגען מיט די ווארימע ניגונים, מיילעך ברוינשטיין (אויף אים האב איך נאך נישט קיין מיינונג.. )און הערשי וויינבערגער האבן אנגעווארימט דעם עולם.

נאכן קומזיץ איז געווען מעריב פארגעדאוונט דורכן בארימטן גבאי פון שיינערס מיין חבר מרדכי פינקאס, און מ'האט זיך געזעגנט פון אלע גוטע פריינט, איך בין געגאנגען פארציילן פאר פאר ר' שאול ראזען אז איך האב געהאט א בעבי עטליכע חדשים צוריק, ער האט זיך זייער געפרייט צו הערן.

איינע פון די חברה וואס איז געקומען לערנען אן רעיזן, ס'איז געבליבן עטליכע דפים וואס קיינער האט נישט געוואלט נעמען, פון מסכת זבחים דאכצעך, האט מען עס געגעבן פאר עטליכע אינגעלייט וואס העלפן ארויס די ארגענעזאציע, האב איך געהערט אז איינע פון די חברה האבן געזאגט פאר שאול ראזען אז ער האט אזוי הנאה געהאט אז ער נעקסטע יאר וועט ער שוין קומען מיט א פעיזש און ער וועט רעיזן די געלט, איך האב אויך געקלערט אז איך וואלט אויך דעפענעטלי געקומען נאכאמאל, אפשר וועל איך נאך ענדיגן שס פון גיין צו שסאטאנס... און סארי פאר מיינע גוטע פריינט אז ס'גייט זיי קאסטן...

ביים ארויסגיין האב איך געפרעגט א גוטע חבר מיינער פארוואס מאכט מען א סיום אויף שס, דאס טוט מען אינמיטן ווינטער ביי די ליטווישע, מ'וואלט געדארפט מאכן א סיום אויף ירושלמי, האט מיר יענער געזאגט אז אויב מאכט מען ווען א סיום אויף ירושלמי וואלט די מעמד נישט געהייסן יום השס, ס'וואלט געהייסן "יום ירושלים" און דאס איז שוין א פראבלעם...

#9000
אטעטשמענטס
imgonline-com-ua-resize-8Tmk78waHC.jpg
imgonline-com-ua-resize-8Tmk78waHC.jpg (229.86 KiB) געזען 2840 מאל
לעצט פארראכטן דורך תרמב אום פרייטאג יולי 12, 2024 7:32 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
צולייגער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4043
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע:ערגעצוואו

Re: יום השס אדער יום ירושלים?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

תרמב!!!
געשטימט פאר ראשעק הול
אוועטאר
פריפיטשיק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 365
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 20, 2021 10:16 am

Re: יום השס אדער יום ירושלים?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריפיטשיק »

אייזערנע נייעס!! Wow Wow👌👌👍👍

צו פארשטיין די קעפל האב איך געדארפט ווארטן ביז די אונטערשטע שורה, גאנץ גוט...
אוועטאר
דוד הכהן
שר חמש מאות
תגובות: 660
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 11, 2024 9:00 pm

Re: יום השס אדער יום ירושלים?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דוד הכהן »

מזל טוב צו דיין תשעת אלפים!

נעקסט טיים ווארט נישט אויף כבוד רוף אליינס יצחק שלמה קיינער וועט נישט וויסען ער גיט די סערוויס אויך... ער וועט אנהייבן אז באמת האסטו נישט געוואלט ארויפקומען זייענדיג א כולל יונגערמאן בלא בלא בלא און דו האסט ממש נאר געציילטע מינוטין ממש וכו'
אוועטאר
תרמב
שר תשעת אלפים
תגובות: 9371
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 07, 2019 3:21 pm

Re: יום השס אדער יום ירושלים?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרמב »

למעשה האט קול מבשר יא געקאלט...
אוועטאר
שיפעל
שר חמש מאות
תגובות: 835
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 09, 2023 8:36 pm

Re: יום השס אדער יום ירושלים?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיפעל »

תרמב האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 11:25 am
למעשה האט קול מבשר יא געקאלט...
זעהט אויס אז קול מבשר זיצט אויך אויף אייוועלט און זיי האבן געליינט דא אז דו ווארטסט אויף א אינטערוויו......
אוועטאר
דוד הכהן
שר חמש מאות
תגובות: 660
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 11, 2024 9:00 pm

Re: יום השס אדער יום ירושלים?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דוד הכהן »

תרמב האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 11:25 am
למעשה האט קול מבשר יא געקאלט...
איך האב הנאה האסט אנגענומען מיין עצה... מיר קוקען ארויס אויף די אינטערוויא, עצה טובה ווען דו שמועסט אפ מיט עם ווי אזוי דיר צו אינדערדוסען שרייב אראפ די גאנצע נוסח אויף א צעטל און מאך זיכער אז עס קומט ארויס נאטורליך...
אוועטאר
תרמב
שר תשעת אלפים
תגובות: 9371
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 07, 2019 3:21 pm

Re: יום השס אדער יום ירושלים?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרמב »

דוד הכהן האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 11:38 am
תרמב האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 11:25 am
למעשה האט קול מבשר יא געקאלט...
איך האב הנאה האסט אנגענומען מיין עצה... מיר קוקען ארויס אויף די אינטערוויא, עצה טובה ווען דו שמועסט אפ מיט עם ווי אזוי דיר צו אינדערדוסען שרייב אראפ די גאנצע נוסח אויף א צעטל און מאך זיכער אז עס קומט ארויס נאטורליך...
פיינע טשעפע...

איך האב נישט געבעטן קול מבשר פאר אן אינטערוויו, מיין חבר וואס איז אינוואלווד מיט די יום השס האט מיר געפרעגט א טאג פארדעם אויב איך קען געבן א אינטערוויו, איך האב מסכים געווען ווייל איך וויל העלפן עיטיים...

למעשה האב איך נישט באקומען קיין קאל נעכטן האב איך געשריבן דא אז איך ווארט אויף די קאל...

זעט אויס זיי לייענען אייוועלט...
אוועטאר
געגאנגען
שר שלשת אלפים
תגובות: 3890
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 2:43 pm

Re: יום השס אדער יום ירושלים?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געגאנגען »

זייער שיין באשריבן!

איין זאך האב איך נישט פארשטאנען נאך די גאנצע ארטיקל.

מיט וועם שלאגט זיך דינוב? אדער האסטו זיי דערמאנט וועגן א אנדערע סיבה?
אוועטאר
יקל פעדער
שר האלף
תגובות: 1920
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 05, 2024 1:42 pm
לאקאציע:צווייטע שטיבל פון די לינקע זייט

Re: יום השס אדער יום ירושלים?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקל פעדער »

יאפ, א גוט שטיקל סטעיק קען מען נישט אפשרייבן...
יאנאש האט געשריבן: זונטאג מארטש 31, 2024 8:59 am
יקל, דו שרייבסט זעהר פיין!
וואו איז מאניש חיריק?
אוועטאר
תרמב
שר תשעת אלפים
תגובות: 9371
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 07, 2019 3:21 pm

Re: יום השס אדער יום ירושלים?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרמב »

געגאנגען האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 12:41 pm
זייער שיין באשריבן!

איין זאך האב איך נישט פארשטאנען נאך די גאנצע ארטיקל.

מיט וועם שלאגט זיך דינוב? אדער האסטו זיי דערמאנט וועגן א אנדערע סיבה?
דינוב שלאגט זיך נישט מיט קיינעם...

דינובע רב האט געקאלט שאול ראזען אז אויב די פרומע פארפירן וועט ער מאכן סדר, ר' שאול זאגט אז ס'האט אים געגעבן א שטארקע חיזוק אנפאנג.

שאול ראזען זייענדיג א באבובער איז נישט געוואוינט צו די סארט טעראר, און דינובע רב וואוינענדיג דאן אין פלעטבוש האט געמיינט אז ער קען עס מסדר זיין...

נאכאמאזל סאיז נישט צוגעקומען צו דעם אז ער זאל זיך דארפן אריינמישן...

איך ווייס נישט וויאזוי ס'וואלט זיך אויסגעלאזט...
אוועטאר
יוחנן כהן
שר האלף
תגובות: 1912
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 03, 2024 7:40 pm
לאקאציע:אויפן בימה

Re: יום השס אדער יום ירושלים?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוחנן כהן »

@תרמב
👍👍👍

זייענדיג דארט א לומד בין איך מעיד אויף יעדען ווארט!!!
אוועטאר
געגאנגען
שר שלשת אלפים
תגובות: 3890
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 2:43 pm

Re: יום השס אדער יום ירושלים?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געגאנגען »

תרמב האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 1:15 pm
געגאנגען האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 12:41 pm
זייער שיין באשריבן!

איין זאך האב איך נישט פארשטאנען נאך די גאנצע ארטיקל.

מיט וועם שלאגט זיך דינוב? אדער האסטו זיי דערמאנט וועגן א אנדערע סיבה?
דינוב שלאגט זיך נישט מיט קיינעם...

דינובע רב האט געקאלט שאול ראזען אז אויב די פרומע פארפירן וועט ער מאכן סדר, ר' שאול זאגט אז ס'האט אים געגעבן א שטארקע חיזוק אנפאנג.

שאול ראזען זייענדיג א באבובער איז נישט געוואוינט צו די סארט טעראר, און דינובע רב וואוינענדיג דאן אין פלעטבוש האט געמיינט אז ער קען עס מסדר זיין...

נאכאמאזל סאיז נישט צוגעקומען צו דעם אז ער זאל זיך דארפן אריינמישן...

איך ווייס נישט וויאזוי ס'וואלט זיך אויסגעלאזט...
אינטערעסאנט.

איך האב געמיינט צו זאגן אז די אנדערע 3 חסידות וואס דו האסט אראפגעברענגט האט מיט עפעס א...
אוועטאר
גדל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3127
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 27, 2019 9:39 pm

Re: יום השס אדער יום ירושלים?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גדל »

געגאנגען האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 12:41 pm
זייער שיין באשריבן!

איין זאך האב איך נישט פארשטאנען נאך די גאנצע ארטיקל.

מיט וועם שלאגט זיך דינוב? אדער האסטו זיי דערמאנט וועגן א אנדערע סיבה?
מיט מונקאטש זעהסט נישט ער שרייבט אויף טשערנאבלע רבי משיירי כנסת הגדולה פון בארא פארק (ער איז נישט אזוי אלט, אבער ס'איז נישט געבליבן נאך צופיל רבי'ס אין בארא פארק, קומט זיך אים דעם טיטל.....
וויכטיג מאכער האט געשריבן: מיטוואך יולי 24, 2024 2:13 pm
ברענג מיר טשארטס אז עכט איז די עקאנעמי געוואקסן... הו קעירס טשארטס??!! טשעיס נעמט עס נישט אן...
אוועטאר
געגאנגען
שר שלשת אלפים
תגובות: 3890
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 2:43 pm

Re: יום השס אדער יום ירושלים?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געגאנגען »

גדל האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 1:32 pm
געגאנגען האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 12:41 pm
זייער שיין באשריבן!

איין זאך האב איך נישט פארשטאנען נאך די גאנצע ארטיקל.

מיט וועם שלאגט זיך דינוב? אדער האסטו זיי דערמאנט וועגן א אנדערע סיבה?
מיט מונקאטש זעהסט נישט ער שרייבט אויף טשערנאבלע רבי משיירי כנסת הגדולה פון בארא פארק (ער איז נישט אזוי אלט, אבער ס'איז נישט געבליבן נאך צופיל רבי'ס אין בארא פארק, קומט זיך אים דעם טיטל.....
נע... איך גלייב נישט... ס'איז א אנדערע חדר.

דינוב איז וויליאמסבורג. מונקאטש איז בארא פארק.
דינוב איז מער די נוסח. מונקאטש איז מער די רב'ס ניגונים.
דינוב איז א ישיבה. מונקאטש איז א כולל.

איך גלייב נישט אז ס'איז דא דארט עפעס.
אוועטאר
אליהו ליכטענשטיין
שר האלפיים
תגובות: 2096
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 01, 2022 10:02 pm

Re: יום השס אדער יום ירושלים?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליהו ליכטענשטיין »

מאסיוו גוט געשריבן...
נישט אקטיוו
אוועטאר
מהודר
שר חמש מאות
תגובות: 599
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 12, 2023 1:49 am

Re: יום השס אדער יום ירושלים?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מהודר »

אזוי פיל קאוד ווערטער אריין צו ריקן אזוי נישט מיר נישט דיר, קען נאר @תרמב
אוועטאר
תרמב
שר תשעת אלפים
תגובות: 9371
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 07, 2019 3:21 pm

Re: יום השס אדער יום ירושלים?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרמב »

גדל האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 1:32 pm
געגאנגען האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 12:41 pm
זייער שיין באשריבן!

איין זאך האב איך נישט פארשטאנען נאך די גאנצע ארטיקל.

מיט וועם שלאגט זיך דינוב? אדער האסטו זיי דערמאנט וועגן א אנדערע סיבה?
מיט מונקאטש זעהסט נישט ער שרייבט אויף טשערנאבלע רבי משיירי כנסת הגדולה פון בארא פארק (ער איז נישט אזוי אלט, אבער ס'איז נישט געבליבן נאך צופיל רבי'ס אין בארא פארק, קומט זיך אים דעם טיטל.....
סאיז געבליבן געציילטע, בית חיים יושע איז אויך דא, טשערנאביל האב איך נישט געמיינט לאפוקי מונקאטש.

ביי דע וועי, די מנחת אלעזר שרייבט אין דברי תורה קעגן דף היומי, ער שרייבט דארט אז ווען מ'לערנט די דף קוקט מען נישט ווי די סוגיא הייבט זיך אן און ווי ס'ענדיגט זיך, מ'געבט א דייוו אריין אינמיטן א סוגיא אן וויסן וואס טוט זיך.

ביים אנהייבן לערנען האב איך געפילט די זעלבע, איך האב באקומען צעהן בלאט און דאס איז עס.

סאו מונקאטשע רב וואלט נישט געקענט קומען מאכן דעם סיום וועגן דעם חשבון...

עמוק עמוק...
חסד השם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5117
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 05, 2019 3:16 pm

Re: יום השס אדער יום ירושלים?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסד השם »

@תרמב מתוק מדבש!!!
ו"חסד השם" מעולם ועד עולם על יראיו וצדקתו לבני בנים
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8729
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע:אין מאה שערים

Re: יום השס אדער יום ירושלים?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

תרמב האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 1:15 pm
געגאנגען האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 12:41 pm
זייער שיין באשריבן!

איין זאך האב איך נישט פארשטאנען נאך די גאנצע ארטיקל.

מיט וועם שלאגט זיך דינוב? אדער האסטו זיי דערמאנט וועגן א אנדערע סיבה?
דינוב שלאגט זיך נישט מיט קיינעם...

דינובע רב האט געקאלט שאול ראזען אז אויב די פרומע פארפירן וועט ער מאכן סדר, ר' שאול זאגט אז ס'האט אים געגעבן א שטארקע חיזוק אנפאנג.

שאול ראזען זייענדיג א באבובער איז נישט געוואוינט צו די סארט טעראר, און דינובע רב וואוינענדיג דאן אין פלעטבוש האט געמיינט אז ער קען עס מסדר זיין...

נאכאמאזל סאיז נישט צוגעקומען צו דעם אז ער זאל זיך דארפן אריינמישן...

איך ווייס נישט וויאזוי ס'וואלט זיך אויסגעלאזט...

וואס עס וואלט זיך אויסגעלאזט?

אז דינוב וואלט געמוזט בלייבן אין פלעטבוש און נישט געקענט קומען קיין וומסב"ג...
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
אוועטאר
איין
שר חמש מאות
תגובות: 999
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 28, 2024 12:56 am
לאקאציע:פאברענגען
פארבינד זיך:

Re: יום השס אדער יום ירושלים?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איין »

מאסיווע ארבעט תרמי
טענקס
די זעלבע וואס שרייען אז די עקאנאמיע איז די א מחיה יעצט אינטער ביידען
שרייען אז העריס גייט פיקסען די עקאנאמיע
וועריד
אוועטאר
הארזים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5962
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 11:20 pm

Re: יום השס אדער יום ירושלים?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארזים »

די רצופות איז געווען א זאך וואס איך האב נישט געגלייבט אז איך וועל קענען באווייזן, די לעצטע מאל וואס איך האב געלערנט רצופות איז געווען אין ישיבה קטנה ווען די רבי האט חתונה געמאכט, און דעמאלט האט מען געקענט רעכענען שעות פון פרייטיג דאפלט, אויב ס'איז געווען חזרה האט מען געקענט רעכענען יעדע שעה פאר דריי שעה, און ווער רעדט נאך אויב מ'האט געלערנט ויואל משה...
איך האב מיר אפגעשטעלט דא...
"מסורה" איז ביי מיר די ערשטע זאך!

אוועטאר
להחיות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4063
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 01, 2021 12:40 pm
לאקאציע:ביי די גמרא

Re: יום השס אדער יום ירושלים?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להחיות »

שיגענער...............
ווייל מיר גלייבן אז ס'איז אלעס חסדים, ווייל מאתו לא תצא הרעות ,אבער מיר טוען צו דעם נישט טויגן ,מיר ווילן זעהן מיט די אייגענע אויגן ,דיינע חסדים וואס זענען אזוי גרויס
להחיות איז ראשי תיבות: הראנו ד' חסדך וישעך תתן לנו (קרעדיט: לכאורה)
מקוה בעג
שר חמש מאות
תגובות: 607
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 12, 2021 9:13 pm

Re: יום השס אדער יום ירושלים?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקוה בעג »

איינער האט א עפעס ווידעאו'ס פון דעם יום הש"ס?
אפשר א רעקארדינג פון די לייוו?
וואך טאהן
שר העשר
תגובות: 19
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 12, 2022 9:32 am

Re: יום השס אדער יום ירושלים?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואך טאהן »

מקוה בעג האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 6:08 pm
איינער האט א עפעס ווידעאו'ס פון דעם יום הש"ס?
אפשר א רעקארדינג פון די לייוו?
https://vimeo.com/980833538?share=copy#t=42m10s
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”