אנטי טראמפ? וועלקאם...

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

שמות
שר מאה
תגובות: 140
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 25, 2016 10:25 am

Re: אנטי טראמפ? וועלקאם...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמות »

צ/ק איר האט דערמאנט מקקעין, דאס טוט דערמאנען זיין משפחה און טאכטער דו געוועזענע קאנגרעספרוי דו פנים אויף דו נעווער טראמפערס. דו אזויגערופענע בעסערע רעפאבליקאנער וואס האט נאר געוויזן דו ריכטיגע קאלירן פון דו יעניגע.
(פון א נעווער טראמפער וואס האט געוויילט פאר טראמפ און 2020 נאך וואס דו דעמאקראטן האבן געוויזן אז זיי ווילן נאר מאנדאטן פון וואקסינען ביז מאסקס און סתם קאנטראל, רויטע ליניעס וכו')
אוועטאר
יוד אלף
שר האלף
תגובות: 1626
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 9:34 pm

Re: אנטי טראמפ? וועלקאם...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוד אלף »

וויכטיג מאכער האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 7:36 pm
Goodmorning האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 3:12 pm
לכאורה האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 12:58 pm
סארי וויכי, איך בין נישט אנטי-טראמפ, נאר נעווער-טראמפ

און די לעצטע מאל כ'האב געטשעקט ביי מרים וועבסטער, האט זיך דער דעפיניציע פון נעווער נישט געביטן
יעפ, נעווער איז נעווער. קען נישט ליידן דעם פארשוין נאך פון פאר ער איז געלאפן אלס פרעזידענט און קיינמאל נישט געווען גענוג פארטייאיש צו שטיין מיט א פארטיי ווען דער קאנדידאט איז א בעיבי מיט שוידערליכע מדות און רעגירט דורך אינסטינקט אנשטאט שכל. איך זע נישט קיין שום מצב וואס זאל טוישן מיין מיינונג.
דאס מיינט נישט אז איך וועל זיך קענען ברענגן צו שטימען פאר העריס אדער ענליכס, אבער פרא טראמפ? נעווער עווער!

אפשר וואוינסטו נישט אין ניו יארק סיטי... אויב יא איז ממש אומפארשטענליך ווי א מענטש וועט ענדערש סאפערן ווי איידער יענער זאל אויספיהרן...

לאו דווקא די מושג פון נעווער קומט אויך פון טוויטער, ער דארף שטייטליך איבערליינען דוק וטישטוך
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5456
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: אנטי טראמפ? וועלקאם...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

יוד אלף האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 10:36 pm

אין מיין לעבן נישט געווען אויף טוויטער ב"ה און אזוי אויך עני אנדערע סאשעל מידיע אויסער אייוועלט... קומט פון מיין איבערצייגונג אז א טראמפ פרעזידענטשאפט איז פיל א גרעסערע סכנה פאר די מענטשהייט, ספעציעל אידן פאר וועמען אזא סארט ערמוטיגן אפענע שפראך און האס איז א סכנה גדולה. ווען מען רעדט פון אן עקסטרעם ליבעראל מיט ווילדע רעטאריק וואלט איך געהאט דעם זעלבן פראבלעם. איך בין פאר דעם מעקעין, ראמני, ביידען, שומער סארט פראגמאטישע פאליטיק פון אינמיטן וואס רעכנט זיך יא מיט פאלשע פאליטיקעל קארעקטנעס אלס א רול. איך האב נישט קיין געדולד צו דעבאטירן אבער דאס איז מיין מיינונג און טוישט זיך נישט צו שנעל. איך בין קנאפ אינטערעסירט אין פאליטיק און זינט דער אלטער בעיבי איז ארויס פון ווייסן הויז און איך דארף שוין נישט האלטן אן אויג אויף זיין אומסטאבילע מוט גייט מיר ווייניג אן, ווייל ווייניג איז מיר באמת נוגע, ספעציעל אין א דעמאקראטישע שטאט ווי ניו יארק ווי אויב עפעס טוט א טראמפ פרעזידענטשאפט נאר אויפקאכן די ליבעראלן צו ווערן מער עקסטרעם ביי זיך אין גארטן.
מיין מיינונג, פראטאקאלירט. יעדער קען מחולק זיין, פארשטייט זיך.
שויתי ה' לנגדי תמיד
אוועטאר
יוד אלף
שר האלף
תגובות: 1626
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 9:34 pm

Re: אנטי טראמפ? וועלקאם...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוד אלף »

Goodmorning האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 11:20 pm

טוויטער איז לאו דווקא

האסט א סברא אויף אנטי טראמפ. עס הערט זיך גוט

נעווער האט מיט קיין סברא ווייל עס קען דאך אמאל אויפקומען א צווייטע סינעריא וואס זאל טוישן דעם אנטי. נעווער איז א דאגמא וואס קומט פון קומט פון א ווינט
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5456
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: אנטי טראמפ? וועלקאם...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

יוד אלף האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 11:25 pm

טוויטער איז לאו דווקא

האסט א סברא אויף אנטי טראמפ. עס הערט זיך גוט

נעווער האט מיט קיין סברא ווייל עס קען דאך אמאל אויפקומען א צווייטע סינעריא וואס זאל טוישן דעם אנטי. נעווער איז א דאגמא וואס קומט פון קומט פון א ווינט
ווי לאנג דער מענטש טראמפ אדער זיין סארט אידעאלאגיע איז ביים רעדל איז מיר שווער צו קענען זיך פארשטעלן א סענעריא ווי נעווער איז נישט אקטועל. אויסער אויב אפשר עפעס א באמת ווילדער לינקער עקסטרעמיסט מיט אפענע האספולע רעטאריק איז דער קעגנער? שווער זיך צו פארשטעלן ביז דערווייל אזאנס אויף א שטאפל וואס דער קיינמאל ווערט ווייכער.
שויתי ה' לנגדי תמיד
אוועטאר
את פתח לו
שר עשרים אלף
תגובות: 22204
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: אנטי טראמפ? וועלקאם...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

זעמיר א טראמפ חסיד זייט ער האט אראפגעוואקט פונעם עיסקעלעיד...

איך בין געווען צו שאנדע און צו שפאט דאן... מיין חבר א דזשעב בוש חסיד האט נישט געקענט פארשטיין וויאזוי איך קען אפי האלטן אזוי, בשעת ער איז געווען טויזענט פראצענט זיכער אז דזשעב מאכט עס....

גוטע צייטן געווען..

גאר קאלירפול...
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

טעראר אויפן בריק - די געשיכטע פון ארי האלבערשטאם
אוועטאר
יוד אלף
שר האלף
תגובות: 1626
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 9:34 pm

Re: אנטי טראמפ? וועלקאם...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוד אלף »

Goodmorning האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 11:29 pm
יוד אלף האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 11:25 pm

טוויטער איז לאו דווקא

האסט א סברא אויף אנטי טראמפ. עס הערט זיך גוט

נעווער האט מיט קיין סברא ווייל עס קען דאך אמאל אויפקומען א צווייטע סינעריא וואס זאל טוישן דעם אנטי. נעווער איז א דאגמא וואס קומט פון קומט פון א ווינט
ווי לאנג דער מענטש טראמפ אדער זיין סארט אידעאלאגיע איז ביים רעדל איז מיר שווער צו קענען זיך פארשטעלן א סענעריא ווי נעווער איז נישט אקטועל. אויסער אויב אפשר עפעס א באמת ווילדער לינקער עקסטרעמיסט מיט אפענע האספולע רעטאריק איז דער קעגנער? שווער זיך צו פארשטעלן ביז דערווייל אזאנס אויף א שטאפל וואס דער קיינמאל ווערט ווייכער.

צוביסלעך. ביסט שטארק אין ליין מיט וואס @וויכי האט געשריבן, האסט אפשר אן אנדערע מכריע ווי אים, אבער צום עצם נקודה ביסטו מסכים. דערנאך פרובירט ער אביסל בויען א ספעיס אויך צו איבערטראכטן די טאלקינג פוינטס וועלכע שפילן א ראלע.
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 33208
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע:צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

Re: אנטי טראמפ? וועלקאם...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

א גוטע וואך...

צווישן די פארגעסענע זאכן וואס גייען אנהייבן בקרוב אפעקטירן אדער אפעקטירט שוין אונזער לעבנסשטייגער איז די DIE... די ליבעראלן מאכן זיכער אז פרויען זאלן האבן פאזיציעס, ריגארדלעסס צו זיי זענען עכט קוואלעפייד...

ביי די יעצטיגע טראמפ שיסעריי הערט מען אז די נייע סיקרעט סערוויס הויפט איז זייער פארנומען צו מאכן זיכער אז 30 פראצענט פון די ווארקפארס אין די סיקרעט סערוויס זענען פרויען... אונזער מיליטער גייט זיין אנגעפיקעוועט מיט שווארצע און פרויען, ריגארדלעסס צו זיי קענען דאס וואס מענער קענען, אזוי לאנג ווי סיז דא איקוואלעטי...

וואס מיינט דאס פאר אונז? אז די טשענסעס אז א פאלעציאנט זאלזעך קענען ספראוון מיט א פארברעכער זענען 50/50... פיילאטן? וואס א חילוק צו מ'איז גוט... אזוי לאנג ווי ביסט שווארץ אדער א פרוי, ביסטו קוואלעפייד...

אין קורצן: יעדע זאך אין דיין לעבן גייט זיין אויסגעשטעלט צו איקוואלעטי, פארגעס פון קוואלעטי!
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
דזשעק ענד דזשיל
שר האלף
תגובות: 1208
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 26, 2022 2:15 am

Re: אנטי טראמפ? וועלקאם...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דזשעק ענד דזשיל »

וויכטיג מאכער האט געשריבן: זונטאג יולי 14, 2024 12:09 am
א גוטע וואך...

צווישן די פארגעסענע זאכן וואס גייען אנהייבן בקרוב אפעקטירן אדער אפעקטירט שוין אונזער לעבנסשטייגער איז די DIE... די ליבעראלן מאכן זיכער אז פרויען זאלן האבן פאזיציעס, ריגארדלעסס צו זיי זענען עכט קוואלעפייד...

ביי די יעצטיגע טראמפ שיסעריי הערט מען אז די נייע סיקרעט סערוויס הויפט איז זייער פארנומען צו מאכן זיכער אז 30 פראצענט פון די ווארקפארס אין די סיקרעט סערוויס זענען פרויען... אונזער מיליטער גייט זיין אנגעפיקעוועט מיט שווארצע און פרויען, ריגארדלעסס צו זיי קענען דאס וואס מענער קענען, אזוי לאנג ווי סיז דא איקוואלעטי...

וואס מיינט דאס פאר אונז? אז די טשענסעס אז א פאלעציאנט זאלזעך קענען ספראוון מיט א פארברעכער זענען 50/50... פיילאטן? וואס א חילוק צו מ'איז גוט... אזוי לאנג ווי ביסט שווארץ אדער א פרוי, ביסטו קוואלעפייד...

אין קורצן: יעדע זאך אין דיין לעבן גייט זיין אויסגעשטעלט צו איקוואלעטי, פארגעס פון קוואלעטי!
און געס וואט, די סיקרעט סערוויס אגענט אין טשארדזש פון די סעקיורעטי פון דעם ראלי איז געווען א... פרוי...
נעע, טו נישט...
נוסח אשכנז
שר חמש מאות
תגובות: 670
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2020 1:12 am

Re: אנטי טראמפ? וועלקאם...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נוסח אשכנז »

וויכטיג מאכער האט געשריבן: זונטאג יולי 14, 2024 12:09 am
א גוטע וואך...

צווישן די פארגעסענע זאכן וואס גייען אנהייבן בקרוב אפעקטירן אדער אפעקטירט שוין אונזער לעבנסשטייגער איז די DIE... די ליבעראלן מאכן זיכער אז פרויען זאלן האבן פאזיציעס, ריגארדלעסס צו זיי זענען עכט קוואלעפייד...

ביי די יעצטיגע טראמפ שיסעריי הערט מען אז די נייע סיקרעט סערוויס הויפט איז זייער פארנומען צו מאכן זיכער אז 30 פראצענט פון די ווארקפארס אין די סיקרעט סערוויס זענען פרויען... אונזער מיליטער גייט זיין אנגעפיקעוועט מיט שווארצע און פרויען, ריגארדלעסס צו זיי קענען דאס וואס מענער קענען, אזוי לאנג ווי סיז דא איקוואלעטי...

וואס מיינט דאס פאר אונז? אז די טשענסעס אז א פאלעציאנט זאלזעך קענען ספראוון מיט א פארברעכער זענען 50/50... פיילאטן? וואס א חילוק צו מ'איז גוט... אזוי לאנג ווי ביסט שווארץ אדער א פרוי, ביסטו קוואלעפייד...

אין קורצן: יעדע זאך אין דיין לעבן גייט זיין אויסגעשטעלט צו איקוואלעטי, פארגעס פון קוואלעטי!
דאס איז חוץ פון דעם אז יעדע בילד אדער ווידיא אויף אייוועלט דארפן זיי שטערן...

וויפיל בילדער פונעם טראמפ אטענטאט קען מען נישט דא לייגן?! קיין איין ווידיא גייט נישט ארויף אן אריינלייגן צייט עס צו כשרן!!
!Hey there I'm using IVELT
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 33208
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע:צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

Re: אנטי טראמפ? וועלקאם...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

דא ביי אונז אין קאנטרי האט א איד באקומען א גריס... ביי אים אינדערהיים האבן זיך אריינגעזעצט סקוואטערס...

ב"ה אז מאטעס געכאפט פאר 30 טעג, ווען נישט דארף דער איד בלייבן אין קאנטרי און רופן די סקוואטערס אין קאורט... האפענטליך קומענדיגעס יאר ווען דער עולם וועט אהיימפארן וועלן זיי אויך קענען פארן צו זייער דירה...

אבער ווי געזאגט, בחסדי ה' האט מען זייט געכאפט באצייטענס...

יעצט טראכט איין מינוט... וואס גייט מער חרוב מאכן מיין לעבן, טראמפ'ס ווילדע טוויטס, אדער די ליבעראלע סדום געזעצן?
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
פון אמעריקע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4778
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 17, 2021 1:42 pm

Re: אנטי טראמפ? וועלקאם...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פון אמעריקע »

וויכטיג מאכער האט געשריבן: זונטאג יולי 14, 2024 12:09 am
א גוטע וואך...

צווישן די פארגעסענע זאכן וואס גייען אנהייבן בקרוב אפעקטירן אדער אפעקטירט שוין אונזער לעבנסשטייגער איז די DIE... די ליבעראלן מאכן זיכער אז פרויען זאלן האבן פאזיציעס, ריגארדלעסס צו זיי זענען עכט קוואלעפייד...

ביי די יעצטיגע טראמפ שיסעריי הערט מען אז די נייע סיקרעט סערוויס הויפט איז זייער פארנומען צו מאכן זיכער אז 30 פראצענט פון די ווארקפארס אין די סיקרעט סערוויס זענען פרויען... אונזער מיליטער גייט זיין אנגעפיקעוועט מיט שווארצע און פרויען, ריגארדלעסס צו זיי קענען דאס וואס מענער קענען, אזוי לאנג ווי סיז דא איקוואלעטי...

וואס מיינט דאס פאר אונז? אז די טשענסעס אז א פאלעציאנט זאלזעך קענען ספראוון מיט א פארברעכער זענען 50/50... פיילאטן? וואס א חילוק צו מ'איז גוט... אזוי לאנג ווי ביסט שווארץ אדער א פרוי, ביסטו קוואלעפייד...

אין קורצן: יעדע זאך אין דיין לעבן גייט זיין אויסגעשטעלט צו איקוואלעטי, פארגעס פון קוואלעטי!
די אי איי (נישט די איי אי)...

צ"ק

איך בין גראדע פון די פארקערטע חדר, איך קען נישט דערליידן טראמפ'ס משוגעת'ן און ער נערווירט מיר אסאך, ער זאגט גאר אסאך סטופיד און בעיביאישע זאכן וואס פעהלט עכט נישט אויס.

אבער, ווען איך קוק אויף זיינע פאלעסיס וויל איך ענדערש א צעפיפענע ברי' מיט זיינע פאלעסיס ווי איידער א געפאלעשטע פאלעטישאן וואס שטיצט אלע מינע נערישקייטן, איך שטים נישט פאר א פרעזידענט ווייל ער'ז א נייס גיי, איך שטים פאר א פרעזידענט וואס זיינע פאלעסיס מאכן מיר מער סענס און זענען בעסער פאר מיר.
אויב פארמאגסטו נישט קיין סענס אוו הומער בעט איך דיר שוין איבער!

האבן ספיקות וועגן די אויפריכטיקייט פון די 2020 עלעקשינס = קאנספיראטער
זיין איבערצייגט אז טראמפ האט אנגעפירט אן אינסערעקשאן = אנשטענדיג און שכל'דיג
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 33208
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע:צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

Re: אנטי טראמפ? וועלקאם...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

ברוכים הבאים צו אלע אנטי טראמפיסטן וואס האבן געזאגט אז אויב העריס ווערט די נאמעני גייען זיי וואוטן פאר טראמפ...

@עכט היימיש

ווער נאך?
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
סענס אף יומער
שר האלף
תגובות: 1584
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 24, 2024 1:16 pm

Re: אנטי טראמפ? וועלקאם...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סענס אף יומער »

אממממ.... א שווערע דילעמע.... טראמפ איז בײ מיר קיין אפציע.
אבער העריס אויך נישט.
בכלל קען איך מיך עפעס נישט געהעריג דעפינירן. איך רעפרעזענטיר זיך אלץ א רעפובליקאנער, אבער דאך האב איך עפעס א אינסטינקט צו פארטיידיגן די דעמאקראטן.
אײנער קען מיר געהעריג עטאבלירן?!

איינער איז בכלל פאראינטערעסירט אין מיינע נארישע פראבלעמען....?
בושות!

מיין תוכן ווערט געשריבן אונטער מיין ניק. עס רעפרעזענטירט לאו דוקא מיין
אמת'ע מהות און כאראקטער.
אוועטאר
שווארמאל
שר האלף
תגובות: 1911
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 06, 2023 6:15 pm
לאקאציע:אומגעגנט

תגובה דורך שווארמאל »

סענס אף יומער האט געשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 2:07 am

איך ווייס פון גוטע לאקאלע דאקטוירים..
פארטיידיגן דעמאקראטן?? פארוואס? פארווען?
נאך אן אינסטינקט??
איינער איז נאך איינגעשריבן דא??

דער לעצטער זאל אויסלעשן די לעקטער.

שווארמאל האט געשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 2:27 am

האלא האלא בארואיג דיך, רעפובליקאנער איז דא אסאך, אבער נישט וואס האלטן ממש אז צו זיין א דעמאקראט דארף מען זיין קראנק. קאלם דאון

אגב, צ/ק ווייסעך נישט צו דו ביסט וועלקאם דא...

סענס אף יומער האט געשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 2:30 am

פארוואס נישט?? ס'איז נאר פאר אנטי טראמפיסטן מיינסטו? נו ווער זאגט וכו'..?
און דא זעיסטו האסטע שוין אומוועלנדיג פארטיידיגט די דעמאקראטן..
איינער איז נאך איינגעשריבן דא??

דער לעצטער זאל אויסלעשן די לעקטער.
אוועטאר
פון אמעריקע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4778
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 17, 2021 1:42 pm

Re: אנטי טראמפ? וועלקאם...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פון אמעריקע »

סענס אף יומער האט געשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 2:07 am
אממממ.... א שווערע דילעמע.... טראמפ איז בײ מיר קיין אפציע.
אבער העריס אויך נישט.
בכלל קען איך מיך עפעס נישט געהעריג דעפינירן. איך רעפרעזענטיר זיך אלץ א רעפובליקאנער, אבער דאך האב איך עפעס א אינסטינקט צו פארטיידיגן די דעמאקראטן.
אײנער קען מיר געהעריג עטאבלירן?!

איינער איז בכלל פאראינטערעסירט אין מיינע נארישע פראבלעמען....?
בושות!
ווילסט אפשר אויסשמועסן? לאמיר פראבירן אויסצוקלארן.

האסט ליב דעמעקראטישע פאלעסיס, דעמעקראטישע פאלעטישאנס, אדער דעמעקראטישע ניקס?

דו רופסט זיך ריפאבליקאנער אלס וואס?
אויב פארמאגסטו נישט קיין סענס אוו הומער בעט איך דיר שוין איבער!

האבן ספיקות וועגן די אויפריכטיקייט פון די 2020 עלעקשינס = קאנספיראטער
זיין איבערצייגט אז טראמפ האט אנגעפירט אן אינסערעקשאן = אנשטענדיג און שכל'דיג
אוועטאר
שטארקע אור
שר האלף
תגובות: 1839
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 01, 2023 3:13 pm

Re: אנטי טראמפ? וועלקאם...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארקע אור »

סענס אף יומער האט געשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 2:07 am
אממממ.... א שווערע דילעמע.... טראמפ איז בײ מיר קיין אפציע.
אבער העריס אויך נישט.
בכלל קען איך מיך עפעס נישט געהעריג דעפינירן. איך רעפרעזענטיר זיך אלץ א רעפובליקאנער, אבער דאך האב איך עפעס א אינסטינקט צו פארטיידיגן די דעמאקראטן.
אײנער קען מיר געהעריג עטאבלירן?!

איינער איז בכלל פאראינטערעסירט אין מיינע נארישע פראבלעמען....?
בושות!
מיט וואס רעכנסטו זיך אלץ א רעפאבליקאנער?

דאס פארטיידיגן דעמאקראטן קען מעגליך קומען פון זייער מכלומרשטע זיך אננעמען פאר באקריוודעטע און העלפן די ארימע.
פאראיעריגער שניי
שר האלף
תגובות: 1497
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 17, 2020 10:10 pm

Re: אנטי טראמפ? וועלקאם...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראיעריגער שניי »

מיר קוקט אויס סקומט פון שנאת טראמפ
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13928
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

Re: אנטי טראמפ? וועלקאם...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

ערשט יעצט אנגעקומען אהער געוואלדיג געוואלדיג WOWOWOWOW!!!!
אוועטאר
סענס אף יומער
שר האלף
תגובות: 1584
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 24, 2024 1:16 pm

Re: אנטי טראמפ? וועלקאם...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סענס אף יומער »

פון אמעריקע האט געשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 10:06 am
סענס אף יומער האט געשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 2:07 am
אממממ.... א שווערע דילעמע.... טראמפ איז בײ מיר קיין אפציע.
אבער העריס אויך נישט.
בכלל קען איך מיך עפעס נישט געהעריג דעפינירן. איך רעפרעזענטיר זיך אלץ א רעפובליקאנער, אבער דאך האב איך עפעס א אינסטינקט צו פארטיידיגן די דעמאקראטן.
אײנער קען מיר געהעריג עטאבלירן?!

איינער איז בכלל פאראינטערעסירט אין מיינע נארישע פראבלעמען....?
בושות!
ווילסט אפשר אויסשמועסן? לאמיר פראבירן אויסצוקלארן.

האסט ליב דעמעקראטישע פאלעסיס, דעמעקראטישע פאלעטישאנס, אדער דעמעקראטישע ניקס?

דו רופסט זיך ריפאבליקאנער אלס וואס?
כ'פאררוף מיך אלץ רעפובליקאנער ווייל איך האלט אז דאס איז די ריכטיגע אידיאלאגיע, סיי אידישלעך און סיי שכל'דיג, אבער פאָר סאָם ריזען האב איך עפעס א טיף באהאלטענע נגיעה פאר דעמאקראטן. קען טאקע זיין ווי @פאראיעריגער שניי זאגט אז ס'קומט פון מיין שנאה צו טראמפ

מיין תוכן ווערט געשריבן אונטער מיין ניק. עס רעפרעזענטירט לאו דוקא מיין
אמת'ע מהות און כאראקטער.
אוועטאר
סענס אף יומער
שר האלף
תגובות: 1584
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 24, 2024 1:16 pm

Re: אנטי טראמפ? וועלקאם...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סענס אף יומער »

שטארקע אור האט געשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 10:15 am
סענס אף יומער האט געשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 2:07 am
אממממ.... א שווערע דילעמע.... טראמפ איז בײ מיר קיין אפציע.
אבער העריס אויך נישט.
בכלל קען איך מיך עפעס נישט געהעריג דעפינירן. איך רעפרעזענטיר זיך אלץ א רעפובליקאנער, אבער דאך האב איך עפעס א אינסטינקט צו פארטיידיגן די דעמאקראטן.
אײנער קען מיר געהעריג עטאבלירן?!

איינער איז בכלל פאראינטערעסירט אין מיינע נארישע פראבלעמען....?
בושות!
מיט וואס רעכנסטו זיך אלץ א רעפאבליקאנער?

דאס פארטיידיגן דעמאקראטן קען מעגליך קומען פון זייער מכלומרשטע זיך אננעמען פאר באקריוודעטע און העלפן די ארימע.
קוק וואס כ'האב געענטפערט פאר @פון אמעריקע

מיין תוכן ווערט געשריבן אונטער מיין ניק. עס רעפרעזענטירט לאו דוקא מיין
אמת'ע מהות און כאראקטער.
ברוקלינער יונגערמאן
שר האלף
תגובות: 1887
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 08, 2015 1:04 am

Re: אנטי טראמפ? וועלקאם...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוקלינער יונגערמאן »

סענס אף יומער האט געשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 10:44 am
קען טאקע זיין ווי @פאראיעריגער שניי זאגט אז ס'קומט פון מיין שנאה צו טראמפ
100%
אוועטאר
פון אמעריקע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4778
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 17, 2021 1:42 pm

Re: אנטי טראמפ? וועלקאם...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פון אמעריקע »

סענס אף יומער האט געשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 10:44 am
פון אמעריקע האט געשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 10:06 am
סענס אף יומער האט געשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 2:07 am
אממממ.... א שווערע דילעמע.... טראמפ איז בײ מיר קיין אפציע.
אבער העריס אויך נישט.
בכלל קען איך מיך עפעס נישט געהעריג דעפינירן. איך רעפרעזענטיר זיך אלץ א רעפובליקאנער, אבער דאך האב איך עפעס א אינסטינקט צו פארטיידיגן די דעמאקראטן.
אײנער קען מיר געהעריג עטאבלירן?!

איינער איז בכלל פאראינטערעסירט אין מיינע נארישע פראבלעמען....?
בושות!
ווילסט אפשר אויסשמועסן? לאמיר פראבירן אויסצוקלארן.

האסט ליב דעמעקראטישע פאלעסיס, דעמעקראטישע פאלעטישאנס, אדער דעמעקראטישע ניקס?

דו רופסט זיך ריפאבליקאנער אלס וואס?
כ'פאררוף מיך אלץ רעפובליקאנער ווייל איך האלט אז דאס איז די ריכטיגע אידיאלאגיע, סיי אידישלעך און סיי שכל'דיג, אבער פאָר סאָם ריזען האב איך עפעס א טיף באהאלטענע נגיעה פאר דעמאקראטן. קען טאקע זיין ווי @פאראיעריגער שניי זאגט אז ס'קומט פון מיין שנאה צו טראמפ
וואלסטו געווען גרייט צו איבערגיין אפאר דעמעקראטישע פאלעסיס און נאכדעם דן זיין צו דו קענסט זיך ברענגען צו שטימען מיט א צוגעשטאפטע נאז ענדערש ווי ערלויבן די דעמעקראטן אויסצופירען דאס זייעריגע?
אויב פארמאגסטו נישט קיין סענס אוו הומער בעט איך דיר שוין איבער!

האבן ספיקות וועגן די אויפריכטיקייט פון די 2020 עלעקשינס = קאנספיראטער
זיין איבערצייגט אז טראמפ האט אנגעפירט אן אינסערעקשאן = אנשטענדיג און שכל'דיג
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”