אנטי טראמפ? וועלקאם...

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 33234
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע:צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

אנטי טראמפ? וועלקאם...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

ס'טוצעך אויף טישן און בענק, ביידן בלייבט? ער פליהט? סיז לעבעדיג אין וואשינגטאן הבירה... יעדער ווייסט קראנט עפעס אנדערש, יעדער זאגט וואס ער מיינט אז יענער וויל ער זאל זאגן... בקיצור ס'איז דא כאאס! מעגליך גאר אז סיז ארגענעזירטע כאאס... אבער כאאס איז דא...

צווישן די פאלאוטס - ווי מ'רופטעס - איז דא עטליכע ריפאבליקען אדער סתם אנטי טראמפער וואס האבן פיינט טראמפ, און לכבוד דעם האבן זיי מסכים געווען צו גיין מיט ביידן, מאנכע האבן נישט געהאט קיין פראבלעם מיט גארניש, עטליכע האבן יא געהאט רעזערוועישענס... אבער זיי זענען ווייטער געפארן מיטן וואגן... העי, ווילאנג טראמפ איז נישט פרעזידענט איז אלעס אקעי...

סאו קודם ווילעך קלארשטעלן... אויב ביסטו א טראמפ סופארטער, פליז גיב אביסל ספעיס... סיז נישט יושר צו טרעטן אויף יענעם... אויב ביסטו א דיי הארד ליבעראל, איך פארשטיי אז דו ביסט אויך אביסל אין פעין, אבער ביטע, נישט יעצט... איך קען דיר נישט עכט העלפן...

די אשכול וויל איך ווידמען צו גיבן אביסל ספעיס פאר די אנטי טראמפיסטן, בעיקר ריפאבליקענס וואס וואלטן געוואוט פאר עני ריפאבליקען חוץ טראמפ... אבער יעצט טרעפן זיי זיך אין א דילעמא...

ביטע קומט אריין...

שלום עליכם... וואס מאכסטע? היות סיז דא א מעגליכקייט אז בעת דו גייסט ליינען די שורות וועט ביידן מער נישט זיין די נאמעני, ווילעך דיך בעטן, ליין עס כאילו מ'האלט נאך אינמיטן... מ'ווייסט נאכניש...

וואס וויל איך? זייער פשוט... איך וויל דיר זאגן אז איך קום פון דארט, און סיז אקעי... קוק אביסל צוריק, איך האב פיינט טראמפ'ס עגא, כאב בכלל נישט ליב זיינע שוואכקייטן, זיין חוצפה איז אן עכטע ניו יארקע ליבעראלע חוצפה וכד'... מיין ניגון "אין פאליטיק קעמען גארניש פרעדיקטן, אויב אבער קעמען עפעס פרעדיקטן איזעס אז טראמפ גייט נישט זיין די נאמעני" האבעך געזינגען הונדערטער מאל...

אבער סיז געקומען צו א פוינט וואס כאב געמאכט א חשבון ער איז די נאמעני פון די ריפאבליקענס און זיין אפאונענט איז קלינטאן... פאר איך גיי רעדן פון די קלינטאן פאמיליע, איז פשוט, אויב קלינטאן קומט אריין, גייט זיין א ליבעראלע סופרים קאורט, דאס לאנד גייט צעמענטירט ווערן לינקס לעולם וועד... סאו בעת "מיין עגא" לאזט מיך נישט יעצט פארן מיטן טראמפ וואגן... איז דא עפעס וויכטיגער פון דעם...

וואנס איך האב שלום געמאכט מיטן מצב אז מיין פרעדיקשן מעג זיין ראנג, האבעך אנגעפאנגן צו זעהן זאכן מיט אביסל א ניכטערן בליק... ס'האט מיר טאקע געציפט די חוצפה פון טראמפ פארן אנרופן מקקעין א לוזער... און ביידעוועי, כ'פארנעם עס נאכאלץ נישט... כאב אבער געזעהן די זאך אביסל אנדערש... סה"כ העט מען האבן אין ווייסן הויז א מחוצף! סעצעך גרינגער זאגן דעם שלא עשני גו בשעת מ'האט אינזין דעם פרעזידענט... למעשה אבער זוכעך נישט יעצט קיין ראול מאדעל נאר א דיירעקציע פארן לאנד... אדער האבעך די איידעלע - פאליטיק קארעקט - ליבעראלע פאלעסיס... אדער האבעך דעם חוצפה'דיגן טראמפ...

עט דעט פוינט האבעך נאך מורא געהאט, ווער ווייסט צו טראמפ איז נישט א פרישע סקעממער, ער גייט געוואונען און זיין מער ליבעראל פון אבאמא... אריינשטעלן לינקע דזשאדזשעס וכד'...

למעשה קוק איך יעצט צוריק, קודם כל אין זאכן וואס זענען מיר נוגע, איזער געווען גענוי ווי כאב געוואלט, מיט געציילטע אויסנאמען... טעקס, רעגולעישענס וכד, איזער געווען קאנסערוועטיוו, פריזן ריפארם איזער געגאנגן מיט די לינקע...

און איך זאג כסדר פאר מענטשן, לייג אוועק טוויטער, ליין נישט קיין נייעס... לאמעך זעהן דיין לעבן, וויזוי איזעס בעסער? די ליבעראלן זענען די וואס שטופן לאק-דאונס, זיי רעיזן דיין טעקס צו גיבן פאר איליגלס וואס גנב'ן דיין ווייב'ס קייטל... קוק פאר דיך אליין... איז ני"ס געווען סעיפער אונטער דזשוליאני - ריפאבליקענס אדער עדעמס - ליבעראלן? איי טראמפ האצעך געטראפן מיט נארט קאריע? ס'האט דיך עפעקטירט ערגעץ? קוק נישט קיין נייעס און פארטיג...

טראמפ'ס אנפרעדיקטעבילעטי האט למעשה געברענגט רואיגקייט אין די וועלט, האסט געקענט פארן קיין אוקריינע צו קברי אבות, קיין טייוואן פאר ביזנעס, קיין מירון צו ר' שמעון... סאם האו, סיז מסתם נישט אינגאנצן ביידן'ס שולד, אבער היבש אביסל... איז די וועלט אין כאאס!

אין קעיס דו מיינסט אז דו מוזט עגריען דערויף? עבסעלוטלי ניין! ס'גייט נעמען צייט... איך האב קודם שלום געמאכט מיטן מצב, און צוביסלעך אנגעפאנגן קוקן אלטע קליפס... דא געדענקעך אז טראמפ האט געטוהן דאס... די מידיע האט מיר געזאגט... (א יעצטיגע משל... גוטע מענטשן אויף ביידע זייטן) נאכן איבערקוקן פון א צווייטע קוק ווינקל... הממממ, ער האטעס נישט ממש געזאגט... כאמעך געטראפן צוביסלעך זעהן זאכן וואס איך וואלט קיינמאל נישט געזעהן פון מיין האס_צו_טראמפ קוק ווינקל...

נאכאמאל... כאב נאכאלץ אישוס מיט טראמפ... אבער נישט אלעס דארף איך זעהן און וויסן...

עכ"פ צו מיין פוינט... יעצט ווען ביידן איז אזוי וואקעלדיג, האבן זיך מאנכע אויפגעוועקט צו געוויסע נייע מציאות'ער וואס זיי זענען נישט געוואוינט... ביי מיר איז גארניש קיין נייעס, ביי אנדערע איזעס ממש א חידוש...

די מידיע זאל פאברעצירן געשיכטעס, פארדעקן זאכן אדער פאוקעסן אויף נארישקייטן צוליב זייער אייגענע אגענדעס... ביי טראמפ האבעכעס געזעהן... די אנטי טראמפיסטן האבן דאס נישט געוואלט אדער געקענט זעהן... יעצט פלוצלינג כאפן זיי אז סיז יא דא אזא זאך ווי די מידיע האט אן אגענדע און זיי מעניפילעיטן...

פאולס זאלן זיין אףף אדער מיט אגענדעס איז גראדע נישט קיין נייע זאך, אבער מער בולט יעצט ווי סיי ווען...

דאס אז סיז דא אן עסטעבלישמענט, וואס מאנכע טראמפיסטן רופן עס דיעפ סטעיט, אנדערע רופן עס אינטעלידזשענט קאמיוניטי וואס ארבייט ביהיינד די סיענס... המממממ, עפעס מאכט שוין סענס... איינער ארבייט דאך ארויסצוזעהן ביידן קעגן זיין ווילן... ווער איז דאס? די מידיע זינגט היינט אז דאס איז אבאמא... זענען די וואס זינגן אז ביידן איז האלוועבגס א דריטע טוירם פון אבאמא... פארדעם זיצט דארט סאליווען... עפעס עפעס... סיז נאכאלץ א קאנספירעסי, אבער עפעס... כ'מיין...

איז שייך אז די פארטיי זאל זיך צוזאמנעמען אונטערן טיש קעגן די ווילן פון די וויילער? כ'מיין, דאס איז טיפיקל טראמפ רעטאריק, אבער אסאך מאל... אפשר... הממממ...

סאו מיין טייערע חבר, איך בין אויך אריבערגעגאנגן דאס... סיז אקעי... איך גיי דיך נישט טשעלענדזשן אויב בלייבסטו אנטי טראמפ, און איך גיי דיך נישט אראפרייסן פארן "טוישן דיין מיינד", טוישן די מיינד ווייזט לגמרי נישט אויף שוואכקייטן, פארקערט, קלוגע מענטשן טוישן פאזיציעס בעיסד אויף נייע אינפארמאציע...

פיהל פרי אריינצוקומען דא און אויסשמיעסן דיינע ספיקות, לאמער דיסקאססן דיינע פוינטס...

נאכאמאל, אויב ביסטו אן אלטע טראמפ סופארטער, קענסט דא שרייבן, סיז א פובליק פארום, אבער נוץ נישט די אשכול נאכאמאל צו פראוון דיין פוינט! און די זעלבע איז אויב ביסטו א דיי הארד ליבעראל... לאז די אשכול פאר די סאבדזשעקט... מענטשן וואס וועקן זיך אויף צו נייע מציאות'ער... נישט אלעס איז א קאנספירעסי... סיז דא זאכן וואס זענען עכט...

לחיים, און וועלקאם טו דע קלאב...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 12314
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע:אונטערן זעקל

Re: אנטי טראמפ? וועלקאם...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

וויכי!!!!!!!! וועלקאם בעק טו פאליטיקס....
אוועטאר
ריעל ניוז
שר האלף
תגובות: 1653
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 16, 2021 10:50 pm

Re: אנטי טראמפ? וועלקאם...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ריעל ניוז »

WOW
אוועטאר
אפגעגאלט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3439
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 05, 2020 9:25 pm

Re: אנטי טראמפ? וועלקאם...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפגעגאלט »

וויכטיג מאכער האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 12:09 pm
קלוגע מענטשן טוישן פאזיציעס בעיסד אויף נייע אינפארמאציע...

כ'בין טאקע א טראמפיסט שוין יארן אבער כ'האב אנגעהויבן היבש קעגן אים

כ'האב געשטימט ביידע מאל פאר אבאמא

דער ציטירטער זאץ איז וואס איז נוגע

יישר כח וויכי פארן צוריקקומען צום פאליטישאן ווינקל

כאטש ס'איז מיט א שטיקל נייע צורה
אוועטאר
שכולו טוב
שר האלפיים
תגובות: 2205
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 12, 2022 6:10 pm

Re: אנטי טראמפ? וועלקאם...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שכולו טוב »

איך האב געהאט א פארקערטע מעשה...
"Conspiracy theory" now means "prematurely correct"​
אוועטאר
בעסער אזוי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4875
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm
לאקאציע:אין מיין באקס

Re: אנטי טראמפ? וועלקאם...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעסער אזוי »

Wow!

איך קען מיך אביסל אינדענציפיטירן מיט וויכי

זעמיר געווען א בוש/רוביא/קרוז/עניבאדי באט טראמפ רעפאבליקען אין 2016 ביז די קאנווענשאן, געווען שטארק אויפגעברויזט אויף טראמפ נאך די 2022 אנזעץ (איך בין נאכאלץ..), געווען א פייערדיגע דיסענטעס שטיצער ווען סהאט נאך אויסגעקוקט אז עפעס קען ווערן פון אים

אבער אקעגן סיי וואספארא דעמאקראט בין איך מיט טראמפ
(--ווערטערלאז--)
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 12314
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע:אונטערן זעקל

Re: אנטי טראמפ? וועלקאם...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

בעסער אזוי האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 12:50 pm
Wow!

איך קען מיך אביסל אינדענציפיטירן מיט וויכי

זעמיר געווען א בוש/רוביא/קרוז/עניבאדי באט טראמפ רעפאבליקען אין 2016 ביז די קאנווענשאן, געווען שטארק אויפגעברויזט אויף טראמפ נאך די 2022 אנזעץ (איך בין נאכאלץ..), געווען א פייערדיגע דיסענטעס שטיצער ווען סהאט נאך אויסגעקוקט אז עפעס קען ווערן פון אים

אבער אקעגן סיי וואספארא דעמאקראט בין איך מיט טראמפ
יא יא, סעים היער.

זאג נישט קיינעם אויס אז איך בין געווען פאר אבאמע אין 08' פיר יאר שפעטער בין איך שוין געווען א שטיקל רעפאבליקאנער אבער פארט געהאלטן אז אסאמא גייט עס מאכן, און געלאכט פון די וואס זענען געווען פארברענט אז ראמני מאכט עס.

אין 16' גראד נאך פאטאקי... בין איך געגאנגן צו רוביא, ערשט נאך טראמפ'ס געווינס בין איך אריבער צו טראמפ, אבער קיינמאל געווען קיין פארברענטע שטיצער, ביז ווען טראמפ האט געווינען אייאווע האב איך געהאפט אז מ'גייט אים קענען ארויסשטופן, איינמאל איך האב געזעהן אז ער גייט עס מאכן האב איך געמאלדן דא אויף אייוועלט אז איך בין פולי צוריק צו טראמפ.
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 29119
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: אנטי טראמפ? וועלקאם...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

סארי וויכי, איך בין נישט אנטי-טראמפ, נאר נעווער-טראמפ

און די לעצטע מאל כ'האב געטשעקט ביי מרים וועבסטער, האט זיך דער דעפיניציע פון נעווער נישט געביטן
אוועטאר
דער עסקן
שר מאה
תגובות: 243
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 9:44 pm

Re: אנטי טראמפ? וועלקאם...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער עסקן »

לכאורה האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 12:58 pm
סארי וויכי, איך בין נישט אנטי-טראמפ, נאר נעווער-טראמפ

און די לעצטע מאל כ'האב געטשעקט ביי מרים וועבסטער, האט זיך דער דעפיניציע פון נעווער נישט געביטן
לכאורה די ביסט @never
אוועטאר
מיליטערישע עקספערט
שר האלף
תגובות: 1554
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 29, 2023 7:51 am
לאקאציע:The Pentagon

Re: אנטי טראמפ? וועלקאם...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיליטערישע עקספערט »

קוקט אויס ווי לכבוד די קאנווענשין האט די RNC מכבד געווען וויכי מיט א דרשה אויף אייוועלט צו פאראייניגען די רעפאבליקאנער פארטיי אינטער דאנעלד דשעי טראמפ...
America’s success is that you can talk about its failures, Russians failure is that you can only talk about its success
אוועטאר
שכולו טוב
שר האלפיים
תגובות: 2205
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 12, 2022 6:10 pm

Re: אנטי טראמפ? וועלקאם...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שכולו טוב »

🤣
"Conspiracy theory" now means "prematurely correct"​
אוועטאר
לעב און שטרעב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 277
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 01, 2018 9:12 pm

Re: אנטי טראמפ? וועלקאם...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעב און שטרעב »

זאגטס מיר נישט א @מיליטערישע עקספערט איז אויך געווען אן אבאמא שטיצער

איך קען עס נישט דערהייבן (פאליטיש גערעדט שטייצעך)
איינער וואס האלט אז די יעצטיגע עקאנאמי איז שלעכט ווייל אסאך מענטשן האלטן אזוי, אבער האלט אויך אז טראמפ איז פיינע נייעס כאטש רוב מענטשן האלטן אז ער איז א חורבן, איז אביסל...
אוועטאר
מיליטערישע עקספערט
שר האלף
תגובות: 1554
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 29, 2023 7:51 am
לאקאציע:The Pentagon

Re: אנטי טראמפ? וועלקאם...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיליטערישע עקספערט »

לעב און שטרעב האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 2:02 pm
זאגטס מיר נישט א @מיליטערישע עקספערט איז אויך געווען אן אבאמא שטיצער

איך קען עס נישט דערהייבן (פאליטיש גערעדט שטייצעך)
נויפ קיינמאל געווען א שטיצער פאר אבאמא...
America’s success is that you can talk about its failures, Russians failure is that you can only talk about its success
אוועטאר
דאני
שר האלף
תגובות: 1991
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 17, 2023 10:03 pm
לאקאציע:אינטער די ביידען רעזשים

Re: אנטי טראמפ? וועלקאם...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאני »

וועירד הא הא! וועירד הא הא! וועירד הא הא הא!!
אפילו סאיז א שווערע קאמף זיי די א שווערע קעמפער (מיכא-ל ע"ה)
זיי מחנך דיינע קינדער וועסטו קענען ספוילען דיינע אייניקלעך. ספויעלסט דיינע קינדער וועסטו דארפן מחנך זיין דיינע אייניקלעך
אוועטאר
שמן ששון
שר האלפיים
תגובות: 2122
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 14, 2023 9:16 pm

Re: אנטי טראמפ? וועלקאם...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמן ששון »

געווען א פארברענטע רוביא שטיצער נאכער גענויגט אביסל פאר קרוזענען, ביז דער רויטער בולי האצעך אריינגעריקט און איבערגעדרייט אלע קארטן....
נעה, כ'נעם נישט אייוועלט אזוי סיריעס, דאונט ווארי!
כ'בין סך הכל דא זיך צו אויסליפטערן, באטטאם ליין האב איך ליב יעדעם איינעם דא אפי' זיי האלטן פונקט פארקערט פון מיר יעדעס איינציגסטע מאל, איט'ס אאל אקעי!!!
קרעדיט: @פוןאמעריקע
אוועטאר
אלטמאדיש
שר מאה
תגובות: 247
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 12, 2022 8:33 am
לאקאציע:וואו אלטמאדיש איז ארויפגעקוקט

Re: אנטי טראמפ? וועלקאם...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטמאדיש »

איינער ווייסט וואסערע פאליטישע אגענדע @וויכטיג מאכער האט מיטן פינטלען דאס מאל פער דריי..?
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5459
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: אנטי טראמפ? וועלקאם...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

לכאורה האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 12:58 pm
סארי וויכי, איך בין נישט אנטי-טראמפ, נאר נעווער-טראמפ

און די לעצטע מאל כ'האב געטשעקט ביי מרים וועבסטער, האט זיך דער דעפיניציע פון נעווער נישט געביטן
יעפ, נעווער איז נעווער. קען נישט ליידן דעם פארשוין נאך פון פאר ער איז געלאפן אלס פרעזידענט און קיינמאל נישט געווען גענוג פארטייאיש צו שטיין מיט א פארטיי ווען דער קאנדידאט איז א בעיבי מיט שוידערליכע מדות און רעגירט דורך אינסטינקט אנשטאט שכל. איך זע נישט קיין שום מצב וואס זאל טוישן מיין מיינונג.
דאס מיינט נישט אז איך וועל זיך קענען ברענגן צו שטימען פאר העריס אדער ענליכס, אבער פרא טראמפ? נעווער עווער!
שויתי ה' לנגדי תמיד
אוועטאר
קאנטרי
שר חמש מאות
תגובות: 594
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 02, 2019 9:45 pm

Re: אנטי טראמפ? וועלקאם...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנטרי »

....
https://capital.one/3Ly0pb9
פארדין 200 טאלער פארן עפענען קעפעטל וואן קרעדיט קארט
אוועטאר
עפעס אנדערש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4120
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: אנטי טראמפ? וועלקאם...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס אנדערש »



דא האב איך שוין געשריבן ענליכס איבער דעם נושא.
וויליאמסבורגער דירות
שר חמש מאות
תגובות: 688
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 25, 2021 7:47 pm

Re: אנטי טראמפ? וועלקאם...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויליאמסבורגער דירות »

לכאורה האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 12:58 pm
סארי וויכי, איך בין נישט אנטי-טראמפ, נאר נעווער-טראמפ

און די לעצטע מאל כ'האב געטשעקט ביי מרים וועבסטער, האט זיך דער דעפיניציע פון נעווער נישט געביטן
ווען איינער געט דיר 100 טויזענט צו וואוטען פאר טראמפ נאכן זיין נעווער טראמפ וואלסטו געוואוט פאר אים?
ווען טראמפ זאגט דיר צו א אויסגעצאלטע הויז צו וואוטען פאר אים נאכן זיין נעווער טראמפ וואלסטו געוואוט פאר אים?

זיכער יא, ווער עס זאגט ניין זאל זיך גיין בודק זיין.

דאס ברענגט וויכי ארויס אז סך הכל פאר דיר און אלע אידן איז די טראמפ קאנדידאטור בעסער פאר יעצט און פאר די לאנג ראן, נישט קיין חילוק וואס דיין מיינונג איז אויף אים פערזענדליך.


204.png
204.png (203.13 KiB) געזען 1593 מאל
אוועטאר
איין
שר חמש מאות
תגובות: 892
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 28, 2024 12:56 am
לאקאציע:פאברענגען
פארבינד זיך:

Re: אנטי טראמפ? וועלקאם...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איין »

Goodmorning האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 3:12 pm
לכאורה האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 12:58 pm
סארי וויכי, איך בין נישט אנטי-טראמפ, נאר נעווער-טראמפ

און די לעצטע מאל כ'האב געטשעקט ביי מרים וועבסטער, האט זיך דער דעפיניציע פון נעווער נישט געביטן
יעפ, נעווער איז נעווער. קען נישט ליידן דעם פארשוין נאך פון פאר ער איז געלאפן אלס פרעזידענט און קיינמאל נישט געווען גענוג פארטייאיש צו שטיין מיט א פארטיי ווען דער קאנדידאט איז א בעיבי מיט שוידערליכע מדות און רעגירט דורך אינסטינקט אנשטאט שכל. איך זע נישט קיין שום מצב וואס זאל טוישן מיין מיינונג.
דאס מיינט נישט אז איך וועל זיך קענען ברענגן צו שטימען פאר העריס אדער ענליכס, אבער פרא טראמפ? נעווער עווער!
סוי ענדערש ליידען אבי נישט דעם ארנדשער

מאדנע נעווער
PROJECT 2025 אידן פאר הער עטיש
וועריד
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 33234
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע:צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

Re: אנטי טראמפ? וועלקאם...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

צו עלעבארעיטן איינע פון די פוינטס וואס כאב געשריבן...

נעם א אידל וואס וואוינט אין ווילי, ער האט נישט קיין טוויטער, ער הערט נישט קיין וועלטליכע נייעס... א פשוטער ביזנעסמאן...

ער זעהט אז זיינע רעגולעישענס גייען ארויף...

טעקס, ארויף...

זיין חינוך וויל מען טוישן...

אמאל זיין מצות מילה...

עפעס קענער נישט האבן קיין פלעסטיק בעג אדער שטרוי...

זיין ווייב האט מורא ארויסצוגיין אויף די גאס, די גאס איז פול מיט פארברעכער וואס קומען ארויס א מינוט נאכן ארעסטירט ווערן...

גאנץ לעצטענס פרישע אימיגראנטן כאפן קייטלעך...

סטאפ קודם דא... וועלעכע פון די פאלעסיס האבן די לינקע געברענגט און וועלכע האט טראמפ געברענגט?

בנוגע אינפלעישן, היות יעדער האט א מיינונג אין פאליטיק, העלן דעמעקראטן באשולדיגן טראמפ און ריפאבליקענס ביידן... סאו אן אריינגיין ווער סיז שולדיג... שיסן געלט בחנם האט זיכער געהאט א שטארקע חלק דערין! סאו די ליבעראלע קאנצעפט פון טיילן סעקשן אכט, הייבט די רענט פרייזן, פוד סטעפס הייבט די גראסערי פרייזן וכו... סאו דאס איז קלאר אז די ליבעראלע מהלך שאדט שטארק פאר רוב מענטשן פערזענליך...

די זעלבע איז מיט אויסערן פאליטיק... היות יעדער האט אן אפגעמאכטע מיינונג, וואס לויט דעם איז די אנדערע פארטיי שולדיג אין אלע פראבלעמען, סאו דארפסט נישט עגריען מיט מיר אויף דעם יעצט...

קוק אויף זאכן וואס יעדער קען עגריען, קוק אויף דיין פערזענליכע לעבן... וויזוי ביסטו בעסער אףף, אונטער טראמפ אדער ביידן! אונטער דעמעקראטן אדער ריפאבליקענס...

דאס אז אמעריקא ווערט אראפגעקוקט אין די וועלט צוליב טראמפ'ס טוויטס...(לאמער נישט זיך טענהן אויף דעם) איז דיר נוגע אויף דיין טאג טעגליכע לעבן? קוק נישט די נייעס העסטו נישט וויסן!

די ליבעראלן ווילן קאנטראלן דיין חינוך, דיין עסן, דיין קוואלעטי אוו לייף!

איך זאג נישט אז סיז גרינג אוועקצוווארפן די אייגענע עגא פון איין מינוט אויפן צווייטן... גיי שטייטעלעך! קוק דיך אן, קוק אן דיין ארומיגע... פארגעסס וואס די מידיע זאגט!

און עגען... וועלקאם בעק...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
ריעל ניוז
שר האלף
תגובות: 1653
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 16, 2021 10:50 pm

Re: אנטי טראמפ? וועלקאם...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ריעל ניוז »

וויכי מאכט א סופער קעיס פאר'ן פשוט'ן בירגער.
שליו ודגים
שר האלפיים
תגובות: 2458
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 29, 2017 11:00 am

Re: אנטי טראמפ? וועלקאם...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שליו ודגים »

לכאורה האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 12:58 pm
סארי וויכי, איך בין נישט אנטי-טראמפ, נאר נעווער-טראמפ

און די לעצטע מאל כ'האב געטשעקט ביי מרים וועבסטער, האט זיך דער דעפיניציע פון נעווער נישט געביטן
אנטי האט א הסבר (וואס דער וויכטיג מאכער האט געמאכט די קעיס אקעגן דעם) אבער 'נעווער' דארף נאך א געהעריגע הסבר ..... (איך מיין ס'האט נישט)
לעצט פארראכטן דורך שליו ודגים אום דאנערשטאג יולי 11, 2024 8:24 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 33234
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע:צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

Re: אנטי טראמפ? וועלקאם...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

Goodmorning האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 3:12 pm
לכאורה האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 12:58 pm
סארי וויכי, איך בין נישט אנטי-טראמפ, נאר נעווער-טראמפ

און די לעצטע מאל כ'האב געטשעקט ביי מרים וועבסטער, האט זיך דער דעפיניציע פון נעווער נישט געביטן
יעפ, נעווער איז נעווער. קען נישט ליידן דעם פארשוין נאך פון פאר ער איז געלאפן אלס פרעזידענט און קיינמאל נישט געווען גענוג פארטייאיש צו שטיין מיט א פארטיי ווען דער קאנדידאט איז א בעיבי מיט שוידערליכע מדות און רעגירט דורך אינסטינקט אנשטאט שכל. איך זע נישט קיין שום מצב וואס זאל טוישן מיין מיינונג.
דאס מיינט נישט אז איך וועל זיך קענען ברענגן צו שטימען פאר העריס אדער ענליכס, אבער פרא טראמפ? נעווער עווער!
אפשר וואוינסטו נישט אין ניו יארק סיטי... אויב יא איז ממש אומפארשטענליך ווי א מענטש וועט ענדערש סאפערן ווי איידער יענער זאל אויספיהרן...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”