פארוואס שרייבט מען ט"ז?

די אחראים: יאנאש , אור המקיף , אחראי , געלעגער

אוועטאר
אונטערגעשריבענערהייט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5066
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יוני 10, 2023 11:04 pm

פארוואס שרייבט מען ט"ז?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונטערגעשריבענערהייט »

שאלה: איך פארשטיי פארוואס אין לשון הקודש שרייבט מען ט"ו פאר פופצן ווייל מען וויל נישט שרייבן דעם אויבערשטנ'ס נאמען, אבער פארוואס ביי זעכצן שרייבט מען ט"ז?

תשובה: דער שאלה איז זייער א גוטע, דער שרייבער פון די שורות האט זיך לאנג געמוטשעט צו טרעפן א תשובה, און באמת אחרי ככלות הכל האב איך נישט קיין קלארע תשובה דערויף.

באמת איז די שאלה נאך שטארקער, ווייל מען זעט אין פילע פריערדיגע ספרים וואס שרייבן ט"ו און י"ו, אריינגערעכעט אין ליקוטי הלכות, און פון די אנדערע זייט קען מען ממש נישט טרעפן היינט איינער וואס זאל נישט שרייבן ט"ו און ט"ז.

זוכענדיג פאר א תשובה האט אונז איין תלמוד חכם געזאגט אז עס זעט אים אויס אז דאס איז פשוט א פראקטישע זאך, עס זאגט זיך בעסער ט"ז נאך ט"ו, והא ראי' מען זעט פארשידענע פריערידגע האבן אמאל געשריבן אזוי און אמאל אזוי, אבער ט"ו האבן אלע געשריבן.

אנדערע האבן געוואלט זאגן אז עס איז דא עפעס א קפידה דערויף וויבאלד ביידע אותיות פון י' און ו' ווערט גענוצט ביים אויבערשטענ'ס נאמען, און צוליב דעם שרייבט מען עס אזוי. אבער למען האמת האב איך נישט געטראפן קיין קלארע תשובה דערין. און אדרבה מיר בעטן די חשובע ליינער זאלן אונז ארויסהעלפן און אויסקלארן דער ענין דורך שיקן א טעקסט צו [email protected] .

וואס עס איז אונז נוגע למעשה איז די חשיבות פון אפילו נאר שרייבן דעם אויבערשטנעס נאמען אפילו ברמז. פון דעם קענען מיר עפעס פארשטיין די חשיבות ווען א איז זאגט ארויס אפילו נאר איין ווארט צום אויבערשטן. א מענטש וואס שפירט זיך ווייט, ער שפירט זיין הארץ איז אים פארשטאפט, ער האט נישט וואס צו רעדן צום אויבערשטן, ער איז פארמאכט, זאלסטו זאגן אפילו נאר איין ווארט "באשעפער", אדער וויאזוי דו שפירסט באקוועם, "טאטע", "גאט", "אייבישטער", "הקדוש ברוך הוא". דו ווייסט וואס פארא חשיבות עס פארמאגט? דאס וועט עפענען פאר דיר אלע טויערן, דער אויבערשטער איז זיך משתשע מיט דיר. פאר א משל קענסטו זיך פארשטעלן ווי דיין קליין קינד וואס האט קוים אנגעהויבן צו רעדן זאגט צום ערשטן מאל "טאטא", אפילו עס איז אומקלאר און שטומפיג, קיינער פארשטייט נישט וואס ער זאגט, אבער דו, זיין טאטע, וואס פארא תענוג איז עס, דו קענסט קוים ווארטן אז דער קליינער זאל "נאך איינמאל" זאגן "טאטי".

אונזער טאטע ווארט מיר זאלן אים רופן. גיי צו אים, ער האלט זיין הענט אויסגעשטרעקט צו דיר מיט ליבשאפט. גיי צוריק צו אים.

גענומען פון דא:
https://app.breslevcenter.com/W2HfDMFPaVa2TWrM7
שפילקעס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3227
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 09, 2023 7:17 pm

Re: פארוואס שרייבט מען ט"ז?

תגובה דורך שפילקעס »

שפילקעס האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 3:37 pm
די שטערקסטע וואס ער ברענגט איז די סימן לשבתות הפסקות זט"ו ב"ו ד"ד ובי"ו, וואס רש''י און אנדערע ראשונים שרייבן קלאר יו און נישט טז.
אוועטאר
ביבליאגראף
שר חמש מאות
תגובות: 716
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 7:16 pm

תגובה דורך ביבליאגראף »

אונטערגעשריבענערהייט האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 3:30 pm
זאלסטו זאגן אפילו נאר איין ווארט "באשעפער", אדער וויאזוי דו שפירסט באקוועם, "טאטע", "גאט", "אייבישטער", "הקדוש ברוך הוא".
סתם דרך אגב:
"ג-ט" איז נישט געאייגנט צו נוצן ביים רעדן. ביים רעדן נוצט מען א כינוי, "באשעפער", "טאטע", "אייבישטער", "הקדוש ברוך הוא", וכו'.
הרה"ק בעל בני יששכר שרייבט עטליכע מאל זייער שארף קעגן דעם, ער שרייבט אז מ'קען מעסטן א איד'ס יראת שמים לויט ווי נזהר ער איז נישט ארויסצוזאגן דעם אויבערשטנס נאמען ווען מ'קען ניצן א כינוי, אפילו בלשון אשכנז.
ליבי ובשרי
שר האלפיים
תגובות: 2820
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 15, 2019 1:41 pm

תגובה דורך ליבי ובשרי »

עס איז פשוט פראקטישער, טראכט אריין י”ד ט’’ו י’’ו י”ז, ס’צומישט.
אוועטאר
ירוחם פישל
שר חמש מאות
תגובות: 744
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 16, 2023 3:17 pm
לאקאציע:מאנטריאל

Re: פארוואס שרייבט מען ט"ז?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירוחם פישל »

אונזער גרשון?
Illegitimi non carborundum
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 18071
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: פארוואס שרייבט מען ט"ז?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

ליבי ובשרי האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 5:02 pm
עס איז פשוט פראקטישער, טראכט אריין י”ד ט’’ו י’’ו י”ז, ס’צומישט.
פארוואס איז ט"ז י"ז י"ח בעסער?
חוח בין השושנים האט געשריבן:
עס איז איבערמארגן אין אמעריקע
אוועטאר
אונטערגעשריבענערהייט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5066
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יוני 10, 2023 11:04 pm

Re: פארוואס שרייבט מען ט"ז?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונטערגעשריבענערהייט »

ירוחם פישל האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 5:10 pm
אונזער גרשון?
עיי”ש..
loyodea
שר האלפיים
תגובות: 2305
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 20, 2020 8:00 pm

Re: פארוואס שרייבט מען ט"ז?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך loyodea »

שפילקעס האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 3:44 pm
שפילקעס האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 3:37 pm
די שטערקסטע וואס ער ברענגט איז די סימן לשבתות הפסקות זט"ו ב"ו ד"ד ובי"ו, וואס רש''י און אנדערע ראשונים שרייבן קלאר יו און נישט טז.
נישט די שטארקסטע, נאר בכלל נישט א ראי', ווייל עס שטייט נישט די אותיות פאר זיך.
ליבי ובשרי
שר האלפיים
תגובות: 2820
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 15, 2019 1:41 pm

Re: פארוואס שרייבט מען ט"ז?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליבי ובשרי »

אוראייניקל האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 6:00 pm
ליבי ובשרי האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 5:02 pm
עס איז פשוט פראקטישער, טראכט אריין י”ד ט’’ו י’’ו י”ז, ס’צומישט.
פארוואס איז ט"ז י"ז י"ח בעסער?
גוטעקאשע
שפילקעס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3227
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 09, 2023 7:17 pm

Re: פארוואס שרייבט מען ט"ז?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפילקעס »

loyodea האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 6:10 pm
שפילקעס האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 3:44 pm
שפילקעס האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 3:37 pm
די שטערקסטע וואס ער ברענגט איז די סימן לשבתות הפסקות זט"ו ב"ו ד"ד ובי"ו, וואס רש''י און אנדערע ראשונים שרייבן קלאר יו און נישט טז.
נישט די שטארקסטע, נאר בכלל נישט א ראי', ווייל עס שטייט נישט די אותיות פאר זיך.
זט''ו שטייט אויך נישט די אותיות פאר זיך, ואעפ''כ שטייט ט''ו. משא''כ ביי יו.
loyodea
שר האלפיים
תגובות: 2305
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 20, 2020 8:00 pm

Re: פארוואס שרייבט מען ט"ז?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך loyodea »

שפילקעס האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 7:11 pm
loyodea האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 6:10 pm
שפילקעס האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 3:44 pm
שפילקעס האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 3:37 pm
די שטערקסטע וואס ער ברענגט איז די סימן לשבתות הפסקות זט"ו ב"ו ד"ד ובי"ו, וואס רש''י און אנדערע ראשונים שרייבן קלאר יו און נישט טז.
נישט די שטארקסטע, נאר בכלל נישט א ראי', ווייל עס שטייט נישט די אותיות פאר זיך.
זט''ו שטייט אויך נישט די אותיות פאר זיך, ואעפ''כ שטייט ט''ו. משא''כ ביי יו.
דאס איז אמאל פשוט אז יק און וק איז צוויי אנדערע מסכתות, יק איז א שם ממש איז מען מער מרחיק אפי' מיט שימושים, משא"כ ביי דברים הדומים לשם קודש, משום הרחקה האט מען מחמיר געווען, אבער כולי האי לא.

מען קען זעהן פון דעם וויאזוי מען האט אמאל מחמיר געווען אויף קדושת השם, עס האט נישט עקזיסטירט אזא זאך ביז אפאר הונדערט יאר צוריק מען זאל שרייבן אדער דרוקן דעם שם ה', קוקט אלע אלטע ספרים, ווען מ'האט געשריבן שם ה' איז עס געווען, ד' אדער ה' וכדומה, אלע שמות האט מען אריינגעלייקט א קו"ף במקום ה"א. ביי סידורים כדומה איז געווען צוויי יודין מיט א ליין, שפעטער אן די ליין.

אז יך האב שוין יא די מייק אין די האנט..
ליידער הערשט אין דעם הינזיכט היינט א שרעקליכע בזיון און חילול השם, איך רעד שוין נישט פון די אפענע שמות וואס ווערט גענוצט, נאר אפילו דאס וואס היינט איז געווארן די נארמע צו שרייבן א - אינמיטן שמות, איז א מורא'דיגע פרישע זלזול בקדושת השם, דער אבני נזר שרייבט אז דער - איז אדרבה, ס'איז א מחבר נישט קיין מפסיק, דער ציור איז אלץ געוען א סימן אז זאכן גייען צוזאמען במקף, ווי מ'זעהט אין שריפט. קומט אויס אז מען איז מחבר די אותיות און מען שרייבט ארויס שמות כצורתם. ואלמלא רק משום זה כבר נתקיים כל הכתוב בעון הנורא של חילול השם, וה' ילמד תועים בינה.
אוועטאר
אונטערגעשריבענערהייט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5066
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יוני 10, 2023 11:04 pm

Re: פארוואס שרייבט מען ט"ז?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונטערגעשריבענערהייט »

ביבליאגראף האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 4:24 pm
אונטערגעשריבענערהייט האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 3:30 pm
זאלסטו זאגן אפילו נאר איין ווארט "באשעפער", אדער וויאזוי דו שפירסט באקוועם, "טאטע", "גאט", "אייבישטער", "הקדוש ברוך הוא".
סתם דרך אגב:
"ג-ט" איז נישט געאייגנט צו נוצן ביים רעדן. ביים רעדן נוצט מען א כינוי, "באשעפער", "טאטע", "אייבישטער", "הקדוש ברוך הוא", וכו'.
הרה"ק בעל בני יששכר שרייבט עטליכע מאל זייער שארף קעגן דעם, ער שרייבט אז מ'קען מעסטן א איד'ס יראת שמים לויט ווי נזהר ער איז נישט ארויסצוזאגן דעם אויבערשטנס נאמען ווען מ'קען ניצן א כינוי, אפילו בלשון אשכנז.
סאו מוצאי שבת זינגסטו ”אייבערשטער פון אברהם” ?
אוועטאר
ביבליאגראף
שר חמש מאות
תגובות: 716
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 7:16 pm

Re: פארוואס שרייבט מען ט"ז?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביבליאגראף »

אונטערגעשריבענערהייט האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 8:45 pm

ליבי ובשרי האט געשריבן:
גוטעקאשע
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 36791
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: פארוואס שרייבט מען ט"ז?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

אונטערגעשריבענערהייט האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 8:45 pm
ביבליאגראף האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 4:24 pm
אונטערגעשריבענערהייט האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 3:30 pm
זאלסטו זאגן אפילו נאר איין ווארט "באשעפער", אדער וויאזוי דו שפירסט באקוועם, "טאטע", "גאט", "אייבישטער", "הקדוש ברוך הוא".
סתם דרך אגב:
"ג-ט" איז נישט געאייגנט צו נוצן ביים רעדן. ביים רעדן נוצט מען א כינוי, "באשעפער", "טאטע", "אייבישטער", "הקדוש ברוך הוא", וכו'.
הרה"ק בעל בני יששכר שרייבט עטליכע מאל זייער שארף קעגן דעם, ער שרייבט אז מ'קען מעסטן א איד'ס יראת שמים לויט ווי נזהר ער איז נישט ארויסצוזאגן דעם אויבערשטנס נאמען ווען מ'קען ניצן א כינוי, אפילו בלשון אשכנז.
סאו מוצאי שבת זינגסטו ”אייבערשטער פון אברהם” ?
א תפילה איז דאך אן אויסנאם.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5407
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: פארוואס שרייבט מען ט"ז?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

לכאורה איז עס א שילוב. וויבאלד מ'שרייבט טו, האט מען שוין אויך צוגעלייגט טז, ווייל ס'איז אויך דומה צו א שם. אבער אמאל פלעגט מען טאקע נישט מקפיד זיין דערויף.

@loyodea איך בין נישט קיין פוסק, נאר איך וויל פארשטיין. אויב שרייבט מען דעם שם אין ספר תורה מיט א מקף איז עס כשר? בכלל, אויב די כוונה איז נישט צו שרייבן דאס ווארט אין איין צי, וואס מאכט אויס צי ס'איז אזא סימן ' אדער אזא - ?
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
להודות
שר האלפיים
תגובות: 2752
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

Re: פארוואס שרייבט מען ט"ז?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודות »

@farshlufen
האסט באמערקט אז אין ספרי בעל היכל הברכה זענען שמות געדרוקט במילואם אן קיין הפסק?
loyodea
שר האלפיים
תגובות: 2305
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 20, 2020 8:00 pm

Re: פארוואס שרייבט מען ט"ז?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך loyodea »

גרשון האט געשריבן: זונטאג יולי 14, 2024 11:28 am
לכאורה איז עס א שילוב. וויבאלד מ'שרייבט טו, האט מען שוין אויך צוגעלייגט טז, ווייל ס'איז אויך דומה צו א שם. אבער אמאל פלעגט מען טאקע נישט מקפיד זיין דערויף.

@loyodea איך בין נישט קיין פוסק, נאר איך וויל פארשטיין. אויב שרייבט מען דעם שם אין ספר תורה מיט א מקף איז עס כשר? בכלל, אויב די כוונה איז נישט צו שרייבן דאס ווארט אין איין צי, וואס מאכט אויס צי ס'איז אזא סימן ' אדער אזא - ?
אטעטשמענטס
אבני נזר קדושת השם.png
אבני נזר קדושת השם.png (337.79 KiB) געזען 763 מאל
loyodea
שר האלפיים
תגובות: 2305
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 20, 2020 8:00 pm

Re: פארוואס שרייבט מען ט"ז?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך loyodea »

ס'דא נאך א זאך לכאורה וואס מ' קען צולייגן. אז א וק. וויבאלד א יוד און א ויו איז זייער ענליך איינס צום צווייטן, אסאך מאל ממש אן קיין חילוק האט מען מחמת זה גופא געדארפט מאכן א סימן.
אוועטאר
יחליצך
שר האלף
תגובות: 1622
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2022 8:29 pm
לאקאציע:מאחורי הפרגוד

Re: פארוואס שרייבט מען ט"ז?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחליצך »

גרשון האט געשריבן: זונטאג יולי 14, 2024 11:28 am
לכאורה איז עס א שילוב. וויבאלד מ'שרייבט טו, האט מען שוין אויך צוגעלייגט טז, ווייל ס'איז אויך דומה צו א שם. אבער אמאל פלעגט מען טאקע נישט מקפיד זיין דערויף.

@loyodea איך בין נישט קיין פוסק, נאר איך וויל פארשטיין. אויב שרייבט מען דעם שם אין ספר תורה מיט א מקף איז עס כשר? בכלל, אויב די כוונה איז נישט צו שרייבן דאס ווארט אין איין צי, וואס מאכט אויס צי ס'איז אזא סימן ' אדער אזא - ?
מה ענין שמיטה אצל ס"ת שניתנה מסיני?
ס'האט דאך ספעציעלע הלכות!

#פאסט נישט פאר דיר
אז דו ווערסט פארלוירן, שפיר דיך נישט געטראפן...
קרעדיט: @הודונאנאש
אוועטאר
נישטאמת
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4595
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm
לאקאציע:איך האף צו וויסן בקרוב

Re: פארוואס שרייבט מען ט"ז?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישטאמת »

אונטערגעשריבענערהייט האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 3:30 pm
שאלה: איך פארשטיי פארוואס אין לשון הקודש שרייבט מען ט"ו פאר פופצן ווייל מען וויל נישט שרייבן דעם אויבערשטנ'ס נאמען, אבער פארוואס ביי זעכצן שרייבט מען ט"ז?

תשובה: דער שאלה איז זייער א גוטע, דער שרייבער פון די שורות האט זיך לאנג געמוטשעט צו טרעפן א תשובה, און באמת אחרי ככלות הכל האב איך נישט קיין קלארע תשובה דערויף.

באמת איז די שאלה נאך שטארקער, ווייל מען זעט אין פילע פריערדיגע ספרים וואס שרייבן ט"ו און י"ו, אריינגערעכעט אין ליקוטי הלכות, און פון די אנדערע זייט קען מען ממש נישט טרעפן היינט איינער וואס זאל נישט שרייבן ט"ו און ט"ז.

זוכענדיג פאר א תשובה האט אונז איין תלמוד חכם געזאגט אז עס זעט אים אויס אז דאס איז פשוט א פראקטישע זאך, עס זאגט זיך בעסער ט"ז נאך ט"ו, והא ראי' מען זעט פארשידענע פריערידגע האבן אמאל געשריבן אזוי און אמאל אזוי, אבער ט"ו האבן אלע געשריבן.

אנדערע האבן געוואלט זאגן אז עס איז דא עפעס א קפידה דערויף וויבאלד ביידע אותיות פון י' און ו' ווערט גענוצט ביים אויבערשטענ'ס נאמען, און צוליב דעם שרייבט מען עס אזוי. אבער למען האמת האב איך נישט געטראפן קיין קלארע תשובה דערין. און אדרבה מיר בעטן די חשובע ליינער זאלן אונז ארויסהעלפן און אויסקלארן דער ענין דורך שיקן א טעקסט צו [email protected] .

וואס עס איז אונז נוגע למעשה איז די חשיבות פון אפילו נאר שרייבן דעם אויבערשטנעס נאמען אפילו ברמז. פון דעם קענען מיר עפעס פארשטיין די חשיבות ווען א איז זאגט ארויס אפילו נאר איין ווארט צום אויבערשטן. א מענטש וואס שפירט זיך ווייט, ער שפירט זיין הארץ איז אים פארשטאפט, ער האט נישט וואס צו רעדן צום אויבערשטן, ער איז פארמאכט, זאלסטו זאגן אפילו נאר איין ווארט "באשעפער", אדער וויאזוי דו שפירסט באקוועם, "טאטע", "גאט", "אייבישטער", "הקדוש ברוך הוא". דו ווייסט וואס פארא חשיבות עס פארמאגט? דאס וועט עפענען פאר דיר אלע טויערן, דער אויבערשטער איז זיך משתשע מיט דיר. פאר א משל קענסטו זיך פארשטעלן ווי דיין קליין קינד וואס האט קוים אנגעהויבן צו רעדן זאגט צום ערשטן מאל "טאטא", אפילו עס איז אומקלאר און שטומפיג, קיינער פארשטייט נישט וואס ער זאגט, אבער דו, זיין טאטע, וואס פארא תענוג איז עס, דו קענסט קוים ווארטן אז דער קליינער זאל "נאך איינמאל" זאגן "טאטי".

אונזער טאטע ווארט מיר זאלן אים רופן. גיי צו אים, ער האלט זיין הענט אויסגעשטרעקט צו דיר מיט ליבשאפט. גיי צוריק צו אים.

גענומען פון דא:
https://app.breslevcenter.com/W2HfDMFPaVa2TWrM7
פאר די פרעגסט אויף ט"ז, בין איך נייגעריג פארוואס ניצט מען ט"ו און נישט ט"ה?
אוועטאר
יחליצך
שר האלף
תגובות: 1622
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2022 8:29 pm
לאקאציע:מאחורי הפרגוד

Re: פארוואס שרייבט מען ט"ז?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחליצך »

נישטאמת האט געשריבן: זונטאג יולי 14, 2024 4:29 pm

פאר די פרעגסט אויף ט"ז, בין איך נייגעריג פארוואס ניצט מען ט"ו און נישט ט"ה?
ווייל ס'נישט בגימטריא 15...
אז דו ווערסט פארלוירן, שפיר דיך נישט געטראפן...
קרעדיט: @הודונאנאש
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5407
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: פארוואס שרייבט מען ט"ז?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

יחליצך האט געשריבן: זונטאג יולי 14, 2024 4:23 pm
גרשון האט געשריבן: זונטאג יולי 14, 2024 11:28 am
לכאורה איז עס א שילוב. וויבאלד מ'שרייבט טו, האט מען שוין אויך צוגעלייגט טז, ווייל ס'איז אויך דומה צו א שם. אבער אמאל פלעגט מען טאקע נישט מקפיד זיין דערויף.

@loyodea איך בין נישט קיין פוסק, נאר איך וויל פארשטיין. אויב שרייבט מען דעם שם אין ספר תורה מיט א מקף איז עס כשר? בכלל, אויב די כוונה איז נישט צו שרייבן דאס ווארט אין איין צי, וואס מאכט אויס צי ס'איז אזא סימן ' אדער אזא - ?
מה ענין שמיטה אצל ס"ת שניתנה מסיני?
ס'האט דאך ספעציעלע הלכות!

#פאסט נישט פאר דיר
אדרבה, שמועס אויס. אויב מאכט מען אן אומזיסט, באדייטלאז פינטל אין דער ספר תורה ווערט עס פסול?
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
משזר עריכה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 361
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 9:45 pm

Re: פארוואס שרייבט מען ט"ז?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משזר עריכה »

ביבליאגראף האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 4:24 pm
אונטערגעשריבענערהייט האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 3:30 pm
זאלסטו זאגן אפילו נאר איין ווארט "באשעפער", אדער וויאזוי דו שפירסט באקוועם, "טאטע", "גאט", "אייבישטער", "הקדוש ברוך הוא".
סתם דרך אגב:
"ג-ט" איז נישט געאייגנט צו נוצן ביים רעדן. ביים רעדן נוצט מען א כינוי, "באשעפער", "טאטע", "אייבישטער", "הקדוש ברוך הוא", וכו'.
הרה"ק בעל בני יששכר שרייבט עטליכע מאל זייער שארף קעגן דעם, ער שרייבט אז מ'קען מעסטן א איד'ס יראת שמים לויט ווי נזהר ער איז נישט ארויסצוזאגן דעם אויבערשטנס נאמען ווען מ'קען ניצן א כינוי, אפילו בלשון אשכנז.
ווי שרייבט די בני יששכר דאס אז מען קען מעסטן דערמיט א איד'ס יראת שמים?
זוכט איר א מגיה?
מיר האבן א שטאב פון פראפעסיאנאלע עורכים און מגיהים פאר צוגענגליכע פרייזן.
מאמרים, שיעורים, גליונות, קונטרסים, ספרים.
שרייבן, הגהה, שיפור הלשון א.ד.ג.
שנעל און צייטליך!

929-373-1139(call only)
אימעיל: [email protected]
אוועטאר
ביבליאגראף
שר חמש מאות
תגובות: 716
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 7:16 pm

Re: פארוואס שרייבט מען ט"ז?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביבליאגראף »

משזר עריכה האט געשריבן: מאנטאג יולי 15, 2024 10:34 pm
ביבליאגראף האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 4:24 pm
אונטערגעשריבענערהייט האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 3:30 pm
זאלסטו זאגן אפילו נאר איין ווארט "באשעפער", אדער וויאזוי דו שפירסט באקוועם, "טאטע", "גאט", "אייבישטער", "הקדוש ברוך הוא".
סתם דרך אגב:
"ג-ט" איז נישט געאייגנט צו נוצן ביים רעדן. ביים רעדן נוצט מען א כינוי, "באשעפער", "טאטע", "אייבישטער", "הקדוש ברוך הוא", וכו'.
הרה"ק בעל בני יששכר שרייבט עטליכע מאל זייער שארף קעגן דעם, ער שרייבט אז מ'קען מעסטן א איד'ס יראת שמים לויט ווי נזהר ער איז נישט ארויסצוזאגן דעם אויבערשטנס נאמען ווען מ'קען ניצן א כינוי, אפילו בלשון אשכנז.
ווי שרייבט די בני יששכר דאס אז מען קען מעסטן דערמיט א איד'ס יראת שמים?
אין אגרא דכלה. כ'געדענק נישט פינקטליך וואו.
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”