תיכף ומיד האט מען זיך גענומען צי די מלאכה פון אויסצוען לאנגע שטרעקעס פון הייוועיס איבער'ן לאנד.איינס פון די וויכטיגסטע פאקטארן פאר די הצלחה פון די פריעקט איז געווען אוועק שטעלן א סיסטעם פון נומערן וואס זאל לויפן אויף אלע וועגן און שטעגן אזוי אז א מענטש וואס פארט זאל וויסן ווי ער האט צי פארן און אז מ'האט די ריכטיגע כללים איז שוין סאך גרינגער אנצוקומען פון איין פלאץ צום צווייטן (פארשטייט זיך אן א GPS)האט מען איינגעשטעלט א מהלך פון נומערן אזוי:מ'האט עס איינגעטיילט און אפאר סארט נומערן:1. די עיקר הייוועיס וואס לויפן אדורך גאנץ אמעריקא, דאס באשטייט פון די נומערן 5 10 15 אא"וו2. אלע אנדערע 2 דיזשיט נומערן למשל 76 78 79 אא"וו3. די 3 דיזשיט נומערן וואס דאס איז נאר א טפל צי די גרויסע הייוועיסאלע major הייוועיס וואס לויפן דורך גאנץ אמעריקא איז איינגעטיילט אין צוויי, די 5, 15, 25 אא"וו וואס דאס לויפט פון דרום צי צפון (פון קאנאדא צי מעקסיקא), און די גלייכע נומערן ווי 10 20 30 אא"וו לויפן פון מזרח צי מערב (פון אטלאנטיק ים ביזן פאסיפיק ים)נאך א כלל האבן זיי איינגעשטעט אז די נומערן לויפן אנגעהויבן פון איין זייט אמעריקא און נאכדעם ווערן די נומערן העכער און העכער ביז ס'קומט אן צום אנדערן עק לאנד ווי פאלגענד:די 5'ער נומערן הייבן זיך אן ביי מערב זייט ביי קאליפארניע וואס דארט איז דא נומער 5 ביז ס'קומט אן צי מזרח זייט ווי דארט איז דא נומער 95ביי די 10'ער נומערן איז די זעלבע כלל די נומערן הייבן זיך אן אויף דרום זייט (ביים מעקסיקאנער גרעניץ) וואס דארט איז דא נומער 10 ביז צפון זייט אמעריקא (ביים קאנאדישן גרעניץ) ווי דארט איז דא נומער 90
- jft1ezakcyz81.jpg (147.56 KiB) געזען 1853 מאל
נאך א אינטערסאנטע זאך איז אז מ'האט דירעקט געמאכט די נומערן פון די אינטערסטעיט הייוועיס פארקערט פון די אלטע US ROUTS כדי מ'זאל זיך נישט פארמישן, ווען מ'קוקט אויף די מאפעס פון די צוויי זעהט עס אויס ווי א 'שפיגל' די נומערן ווייל ביי יענע רוטס לויפט די נומערן די פון מזרח צי מערב קודם פון צפון אראפ צי דרום העכער און העכער, און די זעלבע פארקערט פון דרום צי צפון איז קודם פון מזרח העכער און העכער ביז ס'קומט אן צי מערב (קומט אויס אז ביי די US ROUTS האבן מיר תושבי ניו יארק בלויז די נידעריגע ציפערן)פארדעם ווען איר וועט קוקן אויף די מאפע איז נישט דא קיין I-50 און קיין I-60 ווייל מ'זאל נישט פארמישן מיט די צוויי רוטס ווייל ביידע קומט אויס אימיטן פון לאנד איינס נעבן צווייטן.(דאס איז די סיבה פ"וו ביי אונז אין ניו יארק וועט איר נאר טרעפן די הויעכע נומערן ווייל מיר שטייען ביי מזרחית צפונית איז ביי אונז נאר דא די הויכע נומערן, אבער אין קאליפארניע איז נאר דא די נידעריגע נומערן) פאלגענד איז א ליסטע פון אלע די גרויסע הייוועיס:
I-5
לויפט ביים פאסיפישען ים און לויפט אדורך 3 סטעיטס California, Oregon, Washington,
ס'הייבט זיך אן ביים גרעניץ אין San Ysidro, California און פארט ביזן די אנדערע גרעניץ אין Blaine, Washington,
ס'פארט 1,381 מייל
I-15
לויפט אדורך 6 סטעיטס California, Nevada, Arizona, Utah, Idaho, Montana
ס'הייבט זיך אן אין סאן דיאגא קאליפארניע און ענדיגט זיך אין Montana ביים גרעניץ מיט קאנאדא,
ס'פארט 1,433 מייל
I-25
לויפט אדורך 3 סטעיטס New Mexico, Colorado, Wyoming
ס'הייבט זיך אן אין Las Cruces, New Mexico און ס'ענדיגט זיך אין Buffalo, Wyoming
ס'פארט 1,381 מייל
I-35
לויפט אדורך 6 סטעיטס Texas, Oklahoma, Kansas, Missouri, Iowa, Minnesota,
ס'הייבט זיך אן אין Laredo, Texas ביים מעקסיקאנער גרעניץ, און ס'ענדיגט זיך אין Duluth, Minnesota,
ס'פארט 1,569 מייל
I-45
פארט נאר אין Texas ס'פארט צווישן די צוויי שטעט Dallas און Houston,
ס'פארט 284 מייל
I-55
לויפט אדורך 6 סטעיטס Louisiana, Mississippi, Tennessee, Arkansas, Missouri, Illinois
ס'הייבט זיך אן אין LaPlace, Louisiana (נעבן די שטאט New Orleans) און ס'ענדיגט זיך אין Chicago, Illinois
ס'פארט 964 מייל
I-65
לויפט אדורך 4 סטעיטס Alabama, Tennessee, Kentucky, Indiana
ס'הייבט זיך אן אין Mobile, Alabama און ס'ענדיגט זיך אויך אין Chicago, Illinois
ס'פארט 887 מייל
I-75
לויפט אדורך 6 סטעיטס Florida, Georgia, Tennessee, Kentucky, Ohio, Michigan
ס'הייבט זיך אן נעבן Miami, Florida און ס'ענדיגט זיך אין Sault St. Marie, Michigan ביים גרעניץ מיט קאנאדא,
ס'פארט 1,786 מייל
I-85
לויפט אדורך 5 סטעיטס Alabama, Georgia, South Carolina, North Carolina, Virginia ס'הייבט זיך אן אין Montgomery, Alabama און ס'ענדיגט זיך אין Petersburg, Virginia (עכט לויפט די הייוועי אביסל שיעף מ'וואלט עס געקענט רופן אויך מיט א 10'ער נומער) ס'פארט 666 מייל
I-95
לויפט אדורך אונזערע געגנטער ווי אויך אויף אונזער באקאנטע George Washington Bridge,
ס'פארט דורך די מערסטע סטעיטס ס"ה 15 סטעיטס
Florida, Georgia, South Carolina, North Carolina, Virginia,, Maryland, Delaware, Pennsylvania, New Jersey, New York, Connecticut, Rhode Island, Massachusetts, New Hampshire, Maine און אזוי אויך Washington, D.C.
ס'הייבט זיך אן אין Miami, Florida און ס'ענדיגט זיך אין Houlton, Maine ביים גרעניץ מיט קאנאדא,
ס'פארט 1,923 מייל
יעצט די הייוועיס פון מזרח צי מערב (די 10'ער נומערן)
די אלע הייוועיס פון מזרח צי מערב זענען לענגער ווייל אמעריקא איז ברייטער די וועג ווי פון דרום צי צפון
I-10
לויפט אדורך 8 סטעיטס California, Arizona, New Mexico, Texas, Louisiana, Mississippi, Alabama, Florida
ס'הייבט זיך אן אין los angeles, california און ס'ענדיגט זיך אין Jacksonville, Florida
ס'פארט 2,460 מייל
I-20
לויפט אדורך 6 סטעיטס Texas, Louisiana, Mississippi, Alabama, Georgia, South Carolina
ס'הייבט זיך אן אין Reeves County, Texas און ס'ענדיגט זיך אין Florence, South Carolina
סלויפט 1,539 מייל
I-30
לויפט אדורך 2 סטעיטס Texas, Arkansas
ס'הייבט זיך אן אין Fort Worth, Texas און ס'ענדיגט זיך אין Little Rock, Arkansas
ס'לויפט 366 מייל
I-40
לויפט אדורך 8 סטעיטס California, Arizona, New Mexico, Texas, Oklahoma, Arkansas, Tennessee, North Carolina
ס'הייבט זיך אן אין Barstow, California און ס'ענדיגט זיך אין Wilmington, North Carolina
ס'לויפט 2,556 מייל
I-50און I-60
ווי געשריבן אויבן איז נישט דא
I-70
לויפט אדורך 10 סטעיטס Utah, Colorado, Kansas, Missouri, Illinois, Indiana, Ohio, West Virginia, Pennsylvania, Maryland
ס'הייבט זיך אן אין Cove Fort, Utah און ס'ענדיגט זיך אין Baltimore, Maryland
ס'לויפט 2,171 מייל
I-80
לויפט אדורך 11 סטעיטס California, Nevada, Utah, Wyoming, Nebraska, Iowa, Illinois, Indiana, Ohio, Pennsylvania, New Jersey
ס'הייבט זיך אן אין San Francisco, California און ס'ענדיגט זיך אין Fort Lee, New Jersey ביי אונזער George Washington Bridge
ס'לויפט 2,900 מייל
I-90
לויפט אדורך 13 סטעיטס Washington, Idaho, Montana, Wyoming, South Dakota, Minnesota, Wisconsin, Illinois, Indiana, Ohio, Pennsylvania, New York, Massachusetts
ס'הייבט זיך אן אין Seattle, Washington און ס'ענדיגט זיך אין Boston, Massachusetts
ס'איז די לענגסטע אינטערסטעיט לויפענדיג 3,021 מייל
המשך יבוא אי"ה