אינטערסטעיט הייוועי סיסטעם

פארשידענע רייכע ידיעות און וויסנשאפטליכע טעאריעס

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
אלטע שרייבער
שר חמש מאות
תגובות: 953
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 05, 2022 11:13 am
לאקאציע:פה אשב

אינטערסטעיט הייוועי סיסטעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטע שרייבער »

בעזהשי"ת

יעצט אין די זוממער טעג ווען יודישע קינדער זיצן אויף די וועגן און שטעגן קומט אויס מער ווי א גאנץ יאר צי פארן אויף די הייוועיס, ווילן מיר דא אביסל אויסשמועסן און באשרייבן די היסטאריע פון די הייוועיס, בפרט די 'אינטערסטעיט' הייוועי סיסטעם וואס האט בשעתו ממש געטוישט די וועג פון טרעוולען און אמעריקא און שפעטער אין די גאנצע וועלט.

אמאל ווען איינער האט ביז אין די 1960'ער יארן געוואלט פארן איז געווען נאר 2 וועי ראודס, וואס זענען עפ"י רוב געבויעט געווארן צווישן די יארן פון 1916 און 1921, נעמט א משל די 'אלד רוט 17' וואס פארט היינט ביינזאם מיטן גרויסן 17 הייוועי וואס דאס איז אמאל געווען די וועג אנצוקומען פון איין פלאץ צום צווייטן, (דערמאנט אייך נאר וויאזוי די ראודס אין אוקריינא קוקט אויס) חוץ די באנען וואס זענען נאך דאן געווען שטארק אין באנוץ.

און די יארן נאך די צווייטע וועלט מלחמה האט זיך שטארק אנגעהויבן און געהעכערט די באנוץ פון קארס, אזש צווישן די יארן פון 1946 ביז 1955 (תש"ו ביז תשט"ו) האט זיך געדאפלט די קארס און אמעריקא פון בערך 25 מיליאן צי איבער 50 מיליאן, און אזוי אויך האט זיך אנגעהויבן די באנוץ פון טראקס שטארק און ס'האט זיך שטארק אנגעהויבן די געברויך פאר א מאסיווע סיסטעם די קענען טראגן די אלע קארס.

ביז דאן איז געווען אויך א סיסטעם וויאזוי ס'איז געלאפן די נומערן פון די הייוועיס און ראודס, רוב פון די ראודס זענען נאך אין באנוץ ביז היינט, למשל די רוט 6 אין אפסטעיט וואס מיר נוצן אסאך איז א US רוט, אסאך פון די ראודס ציען זיך פאר גאר לאנגע שטרעקעס למשל די רוט 1 וואס לויפט פון די West key אין פלארידא ביז מעין ביים גרעניץ מיט קאנאדא א ס"ה פון 2,370 מייל און לויפט פאראלעל מיט אונזער I-95 וואס מיר וועלן שפעטער רעדן אי"ה.

די לענגסטע US רוט איז די US 20 וואס לויפט פון באסטאן מעסעטשאסעס ביז ניופארט ארעגען ס'ציעט זיך 3,365 מייל, און לויפט פאראלעל מיטן I-90.

די אלע הייוועיס זענען געווען בלויז גוט ווילאנג ס'איז נישט געווען קיין קארס אויפן ראוד אבער איינמאל די טרעפיק איז געווארן שווערער איז די אלע רוטס גארנישט ווערד געווען און מ'האט אין וואשינגטאן אנגעהויבן צוזאמנעמן קאמיטעאן צי זעהן וואס מ'קען טון צי דראסטיש טוישן איינמאל פאר אלעמאל.

אין יארע 1956 (תשכ"ו) האט פרעזידענט אייזענהאוער אונטערגעשריבן די היסטארישע National system of interstate highway וואס האט אטארעזירט די אנהייב פון בויען 41,000 מייל פון א פארצווייגטע הייוועי סיסטעם.

די הייוועיס האבן געהאט א 'יוניפארם' וויאזוי ס'האט געדארפט אויסקוקן, מינימום 4 לעינס צוויי פאר יעדע זייט, יעדע לעין 12 פיס ברייט, מיט שאולדערס פון 10 פיס ברייט אדער מער, און נאך אז ס'זאל זיין גענוג פארזיכערט צי פארן אויף 70 מייל פער שעה.

די פרעזידענט האט אנגעגעבן אפאר סיבות פארוואס ס'איז אזוי וויכטיג די נייע הייוועי סיסטעם
1. די ביז יעצטיגע הייוועיס זענען נישט סעיף
2. צופיל טרעפיק אויף די ביז יעצטיגע ראודס
3. די טראקס קענען נישט געהעריג פארן אויף די ראודס
4. און פאל פון א מלחמה

המשך יבוא אי"ה
ספרי ודברי תורות רביה"ק זי"ע דא (ויואל משה, עה"ג ועה"ת, וישלח תורה, בנש"ק תורה)

ממה נפשך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5058
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

Re: אינטערסטעיט הייוועי סיסטעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

אן אינטערעסאנטע שטיק היסטאריע און וויאזוי מ'האט אמאל געארבעט אויף פראיעקטן מיט א לאנג טערמיניגע וויזיע. גיי ווייטער.
אוועטאר
כינור
שר חמש מאות
תגובות: 866
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יולי 13, 2019 10:46 pm

Re: אינטערסטעיט הייוועי סיסטעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כינור »

זייער זייער אינטערסאנט! ווי וואנט מאר
מילדי העברים
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 12, 2024 11:26 am

Re: אינטערסטעיט הייוועי סיסטעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מילדי העברים »

זייער אינטערסאנט

ווי ביסטו געוועהן ביז היינט ???
ותחמול עליו ותאמר ''מילדי העברים'' זה
את פתח לו האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 04, 2024 12:40 pm

אין א סייד נאוט, אויב דו קענסט נישט פארנעמען די היץ, גיי ארויס פון קאך!
קשורה בנפשו
שר האלף
תגובות: 1093
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 24, 2022 11:45 am

Re: אינטערסטעיט הייוועי סיסטעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קשורה בנפשו »

אלטע שרייבער האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 4:26 pm
בעזהשי"ת

יעצט אין די זוממער טעג ווען יודישע קינדער זיצן אויף די וועגן און שטעגן קומט אויס מער ווי א גאנץ יאר צי פארן אויף די הייוועיס, ווילן מיר דא אביסל אויסשמועסן און באשרייבן די היסטאריע פון די הייוועיס, בפרט די 'אינטערסטעיט' הייוועי סיסטעם וואס האט בשעתו ממש געטוישט די וועג פון טרעוולען און אמעריקא און שפעטער אין די גאנצע וועלט.

אמאל ווען איינער האט ביז אין די 1960'ער יארן געוואלט פארן איז געווען נאר 2 וועי ראודס, וואס זענען עפ"י רוב געבויעט געווארן צווישן די יארן פון 1916 און 1921, נעמט א משל די 'אלד רוט 17' וואס פארט היינט ביינזאם מיטן גרויסן 17 הייוועי וואס דאס איז אמאל געווען די וועג אנצוקומען פון איין פלאץ צום צווייטן, (דערמאנט אייך נאר וויאזוי די ראודס אין אוקריינא קוקט אויס) חוץ די באנען וואס זענען נאך דאן געווען שטארק אין באנוץ.

און די יארן נאך די צווייטע וועלט מלחמה האט זיך שטארק אנגעהויבן און געהעכערט די באנוץ פון קארס, אזש צווישן די יארן פון 1946 ביז 1955 (תש"ו ביז תשט"ו) האט זיך געדאפלט די קארס און אמעריקא פון בערך 25 מיליאן צי איבער 50 מיליאן, און אזוי אויך האט זיך אנגעהויבן די באנוץ פון טראקס שטארק און ס'האט זיך שטארק אנגעהויבן די געברויך פאר א מאסיווע סיסטעם די קענען טראגן די אלע קארס.

ביז דאן איז געווען אויך א סיסטעם וויאזוי ס'איז געלאפן די נומערן פון די הייוועיס און ראודס, רוב פון די ראודס זענען נאך אין באנוץ ביז היינט, למשל די רוט 6 אין אפסטעיט וואס מיר נוצן אסאך איז א US רוט, אסאך פון די ראודס ציען זיך פאר גאר לאנגע שטרעקעס למשל די רוט 1 וואס לויפט פון די West key אין פלארידא ביז מעין ביים גרעניץ מיט קאנאדא א ס"ה פון 2,370 מייל און לויפט פאראלעל מיט אונזער I-95 וואס מיר וועלן שפעטער רעדן אי"ה.

די לענגסטע US רוט איז די US 20 וואס לויפט פון באסטאן מעסעטשאסעס ביז ניופארט ארעגען ס'ציעט זיך 3,365 מייל, און לויפט פאראלעל מיטן I-90.

די אלע הייוועיס זענען געווען בלויז גוט ווילאנג ס'איז נישט געווען קיין קארס אויפן ראוד אבער איינמאל די טרעפיק איז געווארן שווערער איז די אלע רוטס גארנישט ווערד געווען און מ'האט אין וואשינגטאן אנגעהויבן צוזאמנעמן קאמיטעאן צי זעהן וואס מ'קען טון צי דראסטיש טוישן איינמאל פאר אלעמאל.

אין יארע 1956 (תשכ"ו) האט פרעזידענט אייזענהאוער אונטערגעשריבן די היסטארישע National system of interstate highway וואס האט אטארעזירט די אנהייב פון בויען 41,000 מייל פון א פארצווייגטע הייוועי סיסטעם.

די הייוועיס האבן געהאט א 'יוניפארם' וויאזוי ס'האט געדארפט אויסקוקן, מינימום 4 לעינס צוויי פאר יעדע זייט, יעדע לעין 12 פיס ברייט, מיט שאולדערס פון 10 פיס ברייט אדער מער, און נאך אז ס'זאל זיין גענוג פארזיכערט צי פארן אויף 70 מייל פער שעה.

די פרעזידענט האט אנגעגעבן אפאר סיבות פארוואס ס'איז אזוי וויכטיג די נייע הייוועי סיסטעם
1. די ביז יעצטיגע הייוועיס זענען נישט סעיף
2. צופיל טרעפיק אויף די ביז יעצטיגע ראודס
3. די טראקס קענען נישט געהעריג פארן אויף די ראודס
4. און פאל פון א מלחמה

המשך יבוא אי"ה
זייער אינטערעסאנט.

(ביטע לייג צו מאפעס אויב מעגליך, ס'היינטיגע דור ווייסט נאר צו מאכן א רעכטס ווען וועיז הייסט אנע וויסנשאפט פונעם נאמען פון שטראז אויף וואס זיי גאלאפירן)
לעצט פארראכטן דורך קשורה בנפשו אום מאנטאג יולי 15, 2024 10:59 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אליעזר ווייס
שר האלף
תגובות: 1999
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 20, 2022 3:00 pm

Re: אינטערסטעיט הייוועי סיסטעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר ווייס »

נא !
ווי איז די המשך ??
אוועטאר
אלטע שרייבער
שר חמש מאות
תגובות: 953
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 05, 2022 11:13 am
לאקאציע:פה אשב

Re: אינטערסטעיט הייוועי סיסטעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטע שרייבער »

קשורה בנפשו האט געשריבן: זונטאג יולי 14, 2024 10:06 pm
אלטע שרייבער האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 4:26 pm
בעזהשי"ת

יעצט אין די זוממער טעג ווען יודישע קינדער זיצן אויף די וועגן און שטעגן קומט אויס מער ווי א גאנץ יאר צי פארן אויף די הייוועיס, ווילן מיר דא אביסל אויסשמועסן און באשרייבן די היסטאריע פון די הייוועיס, בפרט די 'אינטערסטעיט' הייוועי סיסטעם וואס האט בשעתו ממש געטוישט די וועג פון טרעוולען און אמעריקא און שפעטער אין די גאנצע וועלט.

אמאל ווען איינער האט ביז אין די 1960'ער יארן געוואלט פארן איז געווען נאר 2 וועי ראודס, וואס זענען עפ"י רוב געבויעט געווארן צווישן די יארן פון 1916 און 1921, נעמט א משל די 'אלד רוט 17' וואס פארט היינט ביינזאם מיטן גרויסן 17 הייוועי וואס דאס איז אמאל געווען די וועג אנצוקומען פון איין פלאץ צום צווייטן, (דערמאנט אייך נאר וויאזוי די ראודס אין אוקריינא קוקט אויס) חוץ די באנען וואס זענען נאך דאן געווען שטארק אין באנוץ.

און די יארן נאך די צווייטע וועלט מלחמה האט זיך שטארק אנגעהויבן און געהעכערט די באנוץ פון קארס, אזש צווישן די יארן פון 1946 ביז 1955 (תש"ו ביז תשט"ו) האט זיך געדאפלט די קארס און אמעריקא פון בערך 25 מיליאן צי איבער 50 מיליאן, און אזוי אויך האט זיך אנגעהויבן די באנוץ פון טראקס שטארק און ס'האט זיך שטארק אנגעהויבן די געברויך פאר א מאסיווע סיסטעם די קענען טראגן די אלע קארס.

ביז דאן איז געווען אויך א סיסטעם וויאזוי ס'איז געלאפן די נומערן פון די הייוועיס און ראודס, רוב פון די ראודס זענען נאך אין באנוץ ביז היינט, למשל די רוט 6 אין אפסטעיט וואס מיר נוצן אסאך איז א US רוט, אסאך פון די ראודס ציען זיך פאר גאר לאנגע שטרעקעס למשל די רוט 1 וואס לויפט פון די West key אין פלארידא ביז מעין ביים גרעניץ מיט קאנאדא א ס"ה פון 2,370 מייל און לויפט פאראלעל מיט אונזער I-95 וואס מיר וועלן שפעטער רעדן אי"ה.

די לענגסטע US רוט איז די US 20 וואס לויפט פון באסטאן מעסעטשאסעס ביז ניופארט ארעגען ס'ציעט זיך 3,365 מייל, און לויפט פאראלעל מיטן I-90.

די אלע הייוועיס זענען געווען בלויז גוט ווילאנג ס'איז נישט געווען קיין קארס אויפן ראוד אבער איינמאל די טרעפיק איז געווארן שווערער איז די אלע רוטס גארנישט ווערד געווען און מ'האט אין וואשינגטאן אנגעהויבן צוזאמנעמן קאמיטעאן צי זעהן וואס מ'קען טון צי דראסטיש טוישן איינמאל פאר אלעמאל.

אין יארע 1956 (תשכ"ו) האט פרעזידענט אייזענהאוער אונטערגעשריבן די היסטארישע National system of interstate highway וואס האט אטארעזירט די אנהייב פון בויען 41,000 מייל פון א פארצווייגטע הייוועי סיסטעם.

די הייוועיס האבן געהאט א 'יוניפארם' וויאזוי ס'האט געדארפט אויסקוקן, מינימום 4 לעינס צוויי פאר יעדע זייט, יעדע לעין 12 פיס ברייט, מיט שאולדערס פון 10 פיס ברייט אדער מער, און נאך אז ס'זאל זיין גענוג פארזיכערט צי פארן אויף 70 מייל פער שעה.

די פרעזידענט האט אנגעגעבן אפאר סיבות פארוואס ס'איז אזוי וויכטיג די נייע הייוועי סיסטעם
1. די ביז יעצטיגע הייוועיס זענען נישט סעיף
2. צופיל טרעפיק אויף די ביז יעצטיגע ראודס
3. די טראקס קענען נישט געהעריג פארן אויף די ראודס
4. און פאל פון א מלחמה

המשך יבוא אי"ה
זייער אינטערעסאנט.

(ביטע לייג צו מאפעס אויב מעגליך, ס'היינטיגע דור ווייסט נאר צו מאכט א רעכטס ווען וועיז הייסט אנע וויסנשאפט פונעם נאמען פון שטראז אויף וואס זיי שפאנען)
אי"ה ביי די קומעדיגע

עכט וואלט געווען בעסער ווען מ'קען ווען יא די וועגן, ס'איז סאך גרינגער צי דרייוון אזוי...
ספרי ודברי תורות רביה"ק זי"ע דא (ויואל משה, עה"ג ועה"ת, וישלח תורה, בנש"ק תורה)

אוועטאר
איך הייק
שר האלף
תגובות: 1904
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 22, 2023 7:21 pm
לאקאציע:הויעך אויף די בערג צווישן די ביימער

Re: אינטערסטעיט הייוועי סיסטעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך הייק »

זייער אינטערעסאנט

די 209 לויפט אויך פון נו יארק ביז אינמיטן פענסעלוועיניע
טייערע אידן אין אמעריקע גייטס הייקן וועט אייך גיט זיין....

מיין באזיך אויפן עיר פארס 1

אוועטאר
אלטע שרייבער
שר חמש מאות
תגובות: 953
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 05, 2022 11:13 am
לאקאציע:פה אשב

Re: אינטערסטעיט הייוועי סיסטעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטע שרייבער »

תיכף ומיד האט מען זיך גענומען צי די מלאכה פון אויסצוען לאנגע שטרעקעס פון הייוועיס איבער'ן לאנד.

איינס פון די וויכטיגסטע פאקטארן פאר די הצלחה פון די פריעקט איז געווען אוועק שטעלן א סיסטעם פון נומערן וואס זאל לויפן אויף אלע וועגן און שטעגן אזוי אז א מענטש וואס פארט זאל וויסן ווי ער האט צי פארן און אז מ'האט די ריכטיגע כללים איז שוין סאך גרינגער אנצוקומען פון איין פלאץ צום צווייטן (פארשטייט זיך אן א GPS)

האט מען איינגעשטעלט א מהלך פון נומערן אזוי:

מ'האט עס איינגעטיילט און אפאר סארט נומערן:
1. די עיקר הייוועיס וואס לויפן אדורך גאנץ אמעריקא, דאס באשטייט פון די נומערן 5 10 15 אא"וו
2. אלע אנדערע 2 דיזשיט נומערן למשל 76 78 79 אא"וו
3. די 3 דיזשיט נומערן וואס דאס איז נאר א טפל צי די גרויסע הייוועיס

אלע major הייוועיס וואס לויפן דורך גאנץ אמעריקא איז איינגעטיילט אין צוויי, די 5, 15, 25 אא"וו וואס דאס לויפט פון דרום צי צפון (פון קאנאדא צי מעקסיקא), און די גלייכע נומערן ווי 10 20 30 אא"וו לויפן פון מזרח צי מערב (פון אטלאנטיק ים ביזן פאסיפיק ים)

נאך א כלל האבן זיי איינגעשטעט אז די נומערן לויפן אנגעהויבן פון איין זייט אמעריקא און נאכדעם ווערן די נומערן העכער און העכער ביז ס'קומט אן צום אנדערן עק לאנד ווי פאלגענד:
די 5'ער נומערן הייבן זיך אן ביי מערב זייט ביי קאליפארניע וואס דארט איז דא נומער 5 ביז ס'קומט אן צי מזרח זייט ווי דארט איז דא נומער 95
ביי די 10'ער נומערן איז די זעלבע כלל די נומערן הייבן זיך אן אויף דרום זייט (ביים מעקסיקאנער גרעניץ) וואס דארט איז דא נומער 10 ביז צפון זייט אמעריקא (ביים קאנאדישן גרעניץ) ווי דארט איז דא נומער 90
jft1ezakcyz81.jpg
jft1ezakcyz81.jpg (147.56 KiB) געזען 1237 מאל
נאך א אינטערסאנטע זאך איז אז מ'האט דירעקט געמאכט די נומערן פון די אינטערסטעיט הייוועיס פארקערט פון די אלטע US ROUTS כדי מ'זאל זיך נישט פארמישן, ווען מ'קוקט אויף די מאפעס פון די צוויי זעהט עס אויס ווי א 'שפיגל' די נומערן ווייל ביי יענע רוטס לויפט די נומערן די פון מזרח צי מערב קודם פון צפון אראפ צי דרום העכער און העכער, און די זעלבע פארקערט פון דרום צי צפון איז קודם פון מזרח העכער און העכער ביז ס'קומט אן צי מערב (קומט אויס אז ביי די US ROUTS האבן מיר תושבי ניו יארק בלויז די נידעריגע ציפערן)
פארדעם ווען איר וועט קוקן אויף די מאפע איז נישט דא קיין I-50 און קיין I-60 ווייל מ'זאל נישט פארמישן מיט די צוויי רוטס ווייל ביידע קומט אויס אימיטן פון לאנד איינס נעבן צווייטן.

(דאס איז די סיבה פ"וו ביי אונז אין ניו יארק וועט איר נאר טרעפן די הויעכע נומערן ווייל מיר שטייען ביי מזרחית צפונית איז ביי אונז נאר דא די הויכע נומערן, אבער אין קאליפארניע איז נאר דא די נידעריגע נומערן)
פאלגענד איז א ליסטע פון אלע די גרויסע הייוועיס:

I-5
לויפט ביים פאסיפישען ים און לויפט אדורך 3 סטעיטס California, Oregon, Washington,
ס'הייבט זיך אן ביים גרעניץ אין San Ysidro, California און פארט ביזן די אנדערע גרעניץ אין Blaine, Washington,
ס'פארט 1,381 מייל

I-15
לויפט אדורך 6 סטעיטס California, Nevada, Arizona, Utah, Idaho, Montana
ס'הייבט זיך אן אין סאן דיאגא קאליפארניע און ענדיגט זיך אין Montana ביים גרעניץ מיט קאנאדא,
ס'פארט 1,433 מייל

I-25
לויפט אדורך 3 סטעיטס New Mexico, Colorado, Wyoming
ס'הייבט זיך אן אין Las Cruces, New Mexico און ס'ענדיגט זיך אין Buffalo, Wyoming
ס'פארט 1,381 מייל

I-35
לויפט אדורך 6 סטעיטס Texas, Oklahoma, Kansas, Missouri, Iowa, Minnesota,
ס'הייבט זיך אן אין Laredo, Texas ביים מעקסיקאנער גרעניץ, און ס'ענדיגט זיך אין Duluth, Minnesota,
ס'פארט 1,569 מייל

I-45
פארט נאר אין Texas ס'פארט צווישן די צוויי שטעט Dallas און Houston,
ס'פארט 284 מייל

I-55
לויפט אדורך 6 סטעיטס Louisiana, Mississippi, Tennessee, Arkansas, Missouri, Illinois
ס'הייבט זיך אן אין LaPlace, Louisiana (נעבן די שטאט New Orleans) און ס'ענדיגט זיך אין Chicago, Illinois
ס'פארט 964 מייל

I-65
לויפט אדורך 4 סטעיטס Alabama, Tennessee, Kentucky, Indiana
ס'הייבט זיך אן אין Mobile, Alabama און ס'ענדיגט זיך אויך אין Chicago, Illinois
ס'פארט 887 מייל

I-75
לויפט אדורך 6 סטעיטס Florida, Georgia, Tennessee, Kentucky, Ohio, Michigan
ס'הייבט זיך אן נעבן Miami, Florida און ס'ענדיגט זיך אין Sault St. Marie, Michigan ביים גרעניץ מיט קאנאדא,
ס'פארט 1,786 מייל

I-85
לויפט אדורך 5 סטעיטס Alabama, Georgia, South Carolina, North Carolina, Virginia ס'הייבט זיך אן אין Montgomery, Alabama און ס'ענדיגט זיך אין Petersburg, Virginia (עכט לויפט די הייוועי אביסל שיעף מ'וואלט עס געקענט רופן אויך מיט א 10'ער נומער) ס'פארט 666 מייל

I-95
לויפט אדורך אונזערע געגנטער ווי אויך אויף אונזער באקאנטע George Washington Bridge,
ס'פארט דורך די מערסטע סטעיטס ס"ה 15 סטעיטס
Florida, Georgia, South Carolina, North Carolina, Virginia,, Maryland, Delaware, Pennsylvania, New Jersey, New York, Connecticut, Rhode Island, Massachusetts, New Hampshire, Maine און אזוי אויך Washington, D.C.
ס'הייבט זיך אן אין Miami, Florida און ס'ענדיגט זיך אין Houlton, Maine ביים גרעניץ מיט קאנאדא,
ס'פארט 1,923 מייל

יעצט די הייוועיס פון מזרח צי מערב (די 10'ער נומערן)
די אלע הייוועיס פון מזרח צי מערב זענען לענגער ווייל אמעריקא איז ברייטער די וועג ווי פון דרום צי צפון

I-10
לויפט אדורך 8 סטעיטס California, Arizona, New Mexico, Texas, Louisiana, Mississippi, Alabama, Florida
ס'הייבט זיך אן אין los angeles, california און ס'ענדיגט זיך אין Jacksonville, Florida
ס'פארט 2,460 מייל

I-20
לויפט אדורך 6 סטעיטס Texas, Louisiana, Mississippi, Alabama, Georgia, South Carolina
ס'הייבט זיך אן אין Reeves County, Texas און ס'ענדיגט זיך אין Florence, South Carolina
סלויפט 1,539 מייל

I-30
לויפט אדורך 2 סטעיטס Texas, Arkansas
ס'הייבט זיך אן אין Fort Worth, Texas און ס'ענדיגט זיך אין Little Rock, Arkansas
ס'לויפט 366 מייל

I-40
לויפט אדורך 8 סטעיטס California, Arizona, New Mexico, Texas, Oklahoma, Arkansas, Tennessee, North Carolina
ס'הייבט זיך אן אין Barstow, California און ס'ענדיגט זיך אין Wilmington, North Carolina
ס'לויפט 2,556 מייל

I-50און I-60
ווי געשריבן אויבן איז נישט דא

I-70
לויפט אדורך 10 סטעיטס Utah, Colorado, Kansas, Missouri, Illinois, Indiana, Ohio, West Virginia, Pennsylvania, Maryland
ס'הייבט זיך אן אין Cove Fort, Utah און ס'ענדיגט זיך אין Baltimore, Maryland
ס'לויפט 2,171 מייל

I-80
לויפט אדורך 11 סטעיטס California, Nevada, Utah, Wyoming, Nebraska, Iowa, Illinois, Indiana, Ohio, Pennsylvania, New Jersey
ס'הייבט זיך אן אין San Francisco, California און ס'ענדיגט זיך אין Fort Lee, New Jersey ביי אונזער George Washington Bridge
ס'לויפט 2,900 מייל

I-90
לויפט אדורך 13 סטעיטס Washington, Idaho, Montana, Wyoming, South Dakota, Minnesota, Wisconsin, Illinois, Indiana, Ohio, Pennsylvania, New York, Massachusetts
ס'הייבט זיך אן אין Seattle, Washington און ס'ענדיגט זיך אין Boston, Massachusetts
ס'איז די לענגסטע אינטערסטעיט לויפענדיג 3,021 מייל
המשך יבוא אי"ה
ספרי ודברי תורות רביה"ק זי"ע דא (ויואל משה, עה"ג ועה"ת, וישלח תורה, בנש"ק תורה)

אוועטאר
איך הייק
שר האלף
תגובות: 1904
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 22, 2023 7:21 pm
לאקאציע:הויעך אויף די בערג צווישן די ביימער

Re: אינטערסטעיט הייוועי סיסטעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך הייק »

זייער אינטערעסאנט קיפ איט קאמינג
טייערע אידן אין אמעריקע גייטס הייקן וועט אייך גיט זיין....

מיין באזיך אויפן עיר פארס 1

גאלדגרוב
שר האלפיים
תגובות: 2028
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 08, 2013 2:56 pm

Re: אינטערסטעיט הייוועי סיסטעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדגרוב »

איך לאוו דעי שמועס. אייביג ליב געהאט דעי טעמע נאך פון אלס קינד ווען איך האב ליב געהאט מאפעס און נעמען פון הייעוועיס.
איך האב געליינט אמאל אז פרעזידענט אייזנהאוער אלס געוועזענער גענעראל ביים צווייטן וועלט מלחמה האט וויסנדיג ווי שווער איז צו פארן פון איין פלאץ צום צווייטן, האט ער אנאנסירט די אינטערסטעיט הייעוועי סיסטעם און עס אונטערגעשריבן.
viewtopic.php?t=69291
מיין טאג נסיעה קיין וואשינגטאן די סי
אוועטאר
אלטע שרייבער
שר חמש מאות
תגובות: 953
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 05, 2022 11:13 am
לאקאציע:פה אשב

Re: אינטערסטעיט הייוועי סיסטעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטע שרייבער »

גאלדגרוב האט געשריבן: מאנטאג יולי 15, 2024 1:08 pm

יעצט ביים שרייבן די ארטיקל האב איך געזען שרייבן אז ער האט אמאל געדארפט פארן אלץ מיליטער מאן פון פילידעלפיע ביז סאן פראנסיסקא מיט מילטערישע עקוויפמענט אויף איינס פון די אלטע US רוטס און ס'האט אים גענומען "56" טעג!!!
ספרי ודברי תורות רביה"ק זי"ע דא (ויואל משה, עה"ג ועה"ת, וישלח תורה, בנש"ק תורה)

שעטנז
שר האלף
תגובות: 1218
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 11, 2022 11:50 am

Re: אינטערסטעיט הייוועי סיסטעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שעטנז »

גאלדגרוב האט געשריבן: מאנטאג יולי 15, 2024 1:08 pm
איך לאוו דעי שמועס. אייביג ליב געהאט דעי טעמע נאך פון אלס קינד ווען איך האב ליב געהאט מאפעס און נעמען פון הייעוועיס.
איך האב געליינט אמאל אז פרעזידענט אייזנהאוער אלס געוועזענער גענעראל ביים צווייטן וועלט מלחמה האט וויסנדיג ווי שווער איז צו פארן פון איין פלאץ צום צווייטן, האט ער אנאנסירט די אינטערסטעיט הייעוועי סיסטעם און עס אונטערגעשריבן.
אמאל געליינט אז ער האט מורא געהאט פון א נוקלעארע קריג זאל מען קענען שנעל אנטלויפן
מיין פלאמבער האט אויך זייער שלעכטע מידות... אבער ער טויגט אויף פלאמבינג
טראמפ האט טאקע מידות מושחתות אבער פארפאלן ער טויגט...
מאנסיער
שר מאה
תגובות: 102
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 26, 2017 1:57 am

Re: אינטערסטעיט הייוועי סיסטעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנסיער »

זעהט אויס אז נאר אלעסקא האוואאי ווערמאנט און נארט דעקאטא האבן נישט קיין אינטערסטעיט וואס לויפט דורך
לשנה הבאה בירושלים
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7208
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע:חשש גילוי

Re: אינטערסטעיט הייוועי סיסטעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

ממה נפשך האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 4:29 pm
אן אינטערעסאנטע שטיק היסטאריע און וויאזוי מ'האט אמאל געארבעט אויף פראיעקטן מיט א לאנג טערמיניגע וויזיע. גיי ווייטער.
היינט צוטאג די זעלבע זאך. א לאנג טערמיניגע וויזיע פאר די הייוועי קאנסטראקשאן קאמפאניס.
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
אוועטאר
פליגל
שר ששת אלפים
תגובות: 6225
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע:ביים פענסטער

Re: אינטערסטעיט הייוועי סיסטעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליגל »

צו געזונט האט געשריבן: מאנטאג יולי 15, 2024 8:52 pm
ממה נפשך האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 4:29 pm
אן אינטערעסאנטע שטיק היסטאריע און וויאזוי מ'האט אמאל געארבעט אויף פראיעקטן מיט א לאנג טערמיניגע וויזיע. גיי ווייטער.
היינט צוטאג די זעלבע זאך. א לאנג טערמיניגע וויזיע פאר די הייוועי קאנסטראקשאן קאמפאניס.
לדוגמא די בק"א. א לאנג טערמיניגע וויזיע, אז אזוי ווי עס איז נישט צוזאמגעפאלן 5 יאר צוריק וועט מען אפשטיפן עמערדזשענסי ריפעיר פאר נאך 5 יאר...
גאלדגרוב
שר האלפיים
תגובות: 2028
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 08, 2013 2:56 pm

Re: אינטערסטעיט הייוועי סיסטעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדגרוב »

מאנסיער האט געשריבן: מאנטאג יולי 15, 2024 8:47 pm
זעהט אויס אז נאר אלעסקא האוואאי ווערמאנט און נארט דעקאטא האבן נישט קיין אינטערסטעיט וואס לויפט דורך
ווערמאנט יא. די I-91
viewtopic.php?t=69291
מיין טאג נסיעה קיין וואשינגטאן די סי
קשורה בנפשו
שר האלף
תגובות: 1093
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 24, 2022 11:45 am

Re: אינטערסטעיט הייוועי סיסטעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קשורה בנפשו »

אלטע שרייבער האט געשריבן: מאנטאג יולי 15, 2024 11:54 am
המשך יבוא אי"ה
קעמער קוים ווארטן.

הערליך און פליסיג געשריבן, און א דאנק פאר די צוגעלייגטע מאפעס.
אוועטאר
בריטיש עירוועיס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3802
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 12, 2023 7:42 pm
לאקאציע:פליגער

Re: אינטערסטעיט הייוועי סיסטעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בריטיש עירוועיס »

מוראדיג אינטערסאנט! קיפ איט אפ!
אוועטאר
אלטע שרייבער
שר חמש מאות
תגובות: 953
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 05, 2022 11:13 am
לאקאציע:פה אשב

Re: אינטערסטעיט הייוועי סיסטעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטע שרייבער »

מאנסיער האט געשריבן: מאנטאג יולי 15, 2024 8:47 pm
זעהט אויס אז נאר אלעסקא האוואאי ווערמאנט און נארט דעקאטא האבן נישט קיין אינטערסטעיט וואס לויפט דורך
ווערמאנט און נארט דעקאטא האבן יא, האוויאי און אלאסקא היות זיי זענען נישט פארבינדן מיט די איבעריגע חלקים פון אמעריקא האבן זיי נישט די זעלבע סיסטעם ווי אמעריקא, האוויאי האט יא א אייגענע געהעריגע אויף די איין מעין אינזל, אבער אלאסקא האט דאס נישט אבער זיי האבן עפעס הייוועיס באצאלט דורך אונז שטייער צאלער
ספרי ודברי תורות רביה"ק זי"ע דא (ויואל משה, עה"ג ועה"ת, וישלח תורה, בנש"ק תורה)

אוועטאר
אלטע שרייבער
שר חמש מאות
תגובות: 953
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 05, 2022 11:13 am
לאקאציע:פה אשב

Re: אינטערסטעיט הייוועי סיסטעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטע שרייבער »

נארט דעקאטא
nd.png
nd.png (375.6 KiB) געזען 921 מאל
ווערמאנט
VT.png
VT.png (349.38 KiB) געזען 921 מאל
ספרי ודברי תורות רביה"ק זי"ע דא (ויואל משה, עה"ג ועה"ת, וישלח תורה, בנש"ק תורה)

אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5581
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: אינטערסטעיט הייוועי סיסטעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

גאלדגרוב האט געשריבן: מאנטאג יולי 15, 2024 1:08 pm
איך לאוו דעי שמועס. אייביג ליב געהאט דעי טעמע נאך פון אלס קינד ווען איך האב ליב געהאט מאפעס און נעמען פון הייעוועיס.
איך האב געליינט אמאל אז פרעזידענט אייזנהאוער אלס געוועזענער גענעראל ביים צווייטן וועלט מלחמה האט וויסנדיג ווי שווער איז צו פארן פון איין פלאץ צום צווייטן, האט ער אנאנסירט די אינטערסטעיט הייעוועי סיסטעם און עס אונטערגעשריבן.
ער איז נתפעל געווארן פון די דייטשע אוטאבאן סיסטעם פון הייוועיס, און דאס געוואלט נאכמאכן. אין קריגסצייט איז צייט די וויכטיגסטע זאך, און דער וואס קען שנעלער ברענגען ריאינפארסמענטס און סופלייס, האט א שטארקע אויבערהאנט, און דאס איז געווען איינער פון די סיבות פארוואס אייזענהאוער האט אזוי שטארק געשטיפט די אינטערסטעיט סיסטעם
אוועטאר
חצי נזק
שר האלף
תגובות: 1794
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 27, 2023 1:03 pm

Re: אינטערסטעיט הייוועי סיסטעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חצי נזק »

זייער אינפארמאטיוו, קלאר געשריבן. שוין א לענגערע צייט וואס איך וואלט געוואלט וויסן מער איבער די אינטערסטעיט הייוועי סיסטעם. ישר כח גיי אן!
חבורת נ"ך ליניע: 845-265-0066
בברכת א געזונטן זוממער
אוועטאר
אלטע שרייבער
שר חמש מאות
תגובות: 953
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 05, 2022 11:13 am
לאקאציע:פה אשב

Re: אינטערסטעיט הייוועי סיסטעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטע שרייבער »

חלק ג'
אז איר וועט באטראכטן די מאפע פון אמעריקא מיט אלע הייוועיס וועט איר זעהן אז די אלע הייוועיס וואס שניידן אדורך פון איין זייט צום צווייטן (און נישט די וואס פארן ארום גרויסע שטעט אדער די וואס קאווערן איין ספעציפישע סטעיט) זענען אלע פון די מעי"ן הייוועיס ווי אויבן דערמאנט, ס'ווערט צוטיילט אין 2, די 'urban' הייוועיס וואס פארט אדורך די מער באוואוינטע געגנטער ווי די גרויסע סיטי'ס, און ס'איז דא די 'rural' הייוועיס וואס דאס פארט אדורך די ווייניגער באוואוינטע געגנטער אנצוקומען צי די 'urban' ראודס, וואס עפ"י רוב זענען זיי די הייוועיס וואס מיר האבן גערעדט ביז יעצט, בערך דריי פערטל פון די הייוועיס זענען אין 'rural' געגנטער און נאר א פערטל זענען און די געדעכטע געגנטער.
Interstate_Highway_plan_September_1955.jpg
Interstate_Highway_plan_September_1955.jpg (128.43 KiB) געזען 775 מאל
די אלע הייוועיס זענען געמאכט אז איינער וואס וואוינט נאר סייווי אין אמעריקא זאל נישט זיין ווייט פון א אינטערסטעיט און קענען גרינג און געשמירט דורכשמייסן פון איין פלאץ צום צווייטן.

נאך די אלע מעיזשא"ר אינטערסטעיטס קומט די לאקאלע אינטערסטעיטס (ווי למשל די נ.י. סטעיט טראוועי וואס איז I-87) וואס קען צומאל אויך פארן פאר לאנגע מיילן אבער פארט נישט ווי די פריערדיגע.

די נומערן זענען אויך א 2 DIGIT נומער די אלע וואס מ'האט נישט גענוצט ביז יעצט וואס דאס איז ווי למשל 23,24 אדער 78,79 אא"וו

די נומערן לויפן אויך ביינזאם און אויף א ענדליכן סיסטעם מיט די גרויסע נומערן, און אויך מיט די סיסטעם פון מזרח צי מערב מיט א EVEN נומער (למשל ביי די Holland טונעל הייבט זיך אן די I-78 וואס פארט פון ניו זשירסי מערב (west) ביז טיעף אריין אין פענסילוועיניע), און פון דרום צי צפון מיט א ODD נומער (ווי למשל די טראוועי וואס פארט פון נ.י. סיטי ארויף צפון (North) ביזן גרעניץ מיט קאנאדא).

אבער היות ס'איז דאך נישט דא גענוג נומערן קומט אויס אז און געוויסע פעלער איז דא צוויי פון די זעלבע נאמבער, פארשטייט זיך נישט אין די זעלבע סטעיט אבער אין אנדערע סטעיטס איז דא אפאר, למשל די I-87 וואס איז אונזער טראוועי איז דא אויך אין נארט קארליינע, אזוי אויך איז פארהאן נאך אפאר איינצעלע אזוי.

נאכדעם קומט די 3 DIGIT נומערן וואס לויפן נישט פאר צי לאנג און אויך בעיקר פארן זיי ארום די געדעכטע געגענטער ווי די סיטיס אא"וו, זיי דינען בעיקר אז די גרויסע אינטערסטעיט זאל קענען פארן ארום די שטאט און אויסמיידן די טרעפיק פון די סיטי'ס, זיי דינען אלץ די 'משרת' פאר די גרויסע אינטערסטעיטס.

זייערע נומערן זענען אנגעוואנדן אין די הייוועיס פון ווי זיי קומען למשל אויב זיי זיי זענען נעבן די I-80 וועלן זיי גערופן ווערן I-280 אדער I-780 אא"וו.

דאס ווערט אויך צוטיילט אין צוויי, די מיט א EVEN נאמבער למשל 495 וואס ווערט גערופן ווען די אינטערסטעיט ווערט קאנעקטע"ד פון ביידע זייטן מיט די גרויסע אינטערסטעיט, וואס דאס קען זיין 2 מיני וועגן, אדער ווען די אינטערסטעיט פארט ארום און ארום (בילד I-610) למשל ארום א שטאט, אדער ווען ס'פארט און א LOOP ד.ה. ווען ביידע פארן אין די זעלבע צוזאמען נאר ס'צוטיילט זיך און ס'טרעפט זיך שפעטער צוריק צוזאם (בילד I-210 אדער I-810).

און די ODD נאמבער איז ווען ס'קאנעקט זיך נאר פון איין זייט (בילד I-510)
FHWA_Auxiliary_Route_Numbering_Diagram.svg.png
FHWA_Auxiliary_Route_Numbering_Diagram.svg.png (44.14 KiB) געזען 775 מאל
אין די בילד קען מען עס גוט זעהן, דאס איז אין Rochester דא נישט ווייט פון אונז אין ניו יארק, פון אונטון (די געלע) איז די צענטעראלע I-90, די רויטע איז די I-490 וואס פארט ארויף אריין אינעם שטאט און קומט צוריק אראפ צום I-90, די בלויע איז די I-390 וואס האט נאר איין פלאץ ווי ער טרעפט זיך מיטן I-90, (די ברוינע איז די I-590 וואס אפ' ער טרעפט זיך נישט דירעקט מיטן 90 דאך איז ער א חלק פונעם 90)
Capture11.jpg
Capture11.jpg (358.74 KiB) געזען 775 מאל
דאס קען אויסקומען איין נאמבער מער ווי איין מאל און אין געוויסע פעלער דריי אדער אפ' פיר מאל, די כלל איז אז אין איין סטעיט קען נאר זיין א נאמבער איין מאל

פארשטייט זיך אז יעדע כלל האט אויך א יוצא מן הכלל אבער דאס איז עס בכלליות, בפרט אז פון די אריגיניעלע פלענער האבן זיך זאכן געטוישט שוין נאכדעם וואס מ'האט געבויעט, איז עס שוין געבליבן אזוי אפי' ס'שטימט נישט מיט די כללים.

המשך יבוא אי"ה
ספרי ודברי תורות רביה"ק זי"ע דא (ויואל משה, עה"ג ועה"ת, וישלח תורה, בנש"ק תורה)

אוועטאר
בריטיש עירוועיס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3802
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 12, 2023 7:42 pm
לאקאציע:פליגער

Re: אינטערסטעיט הייוועי סיסטעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בריטיש עירוועיס »

זאגסט אז סאיז נישט דא קיין I60 און 70 אבער אויף די מאפע אויבען געברענגט ווייזט עס יא די צוויי. וואס איז פשט?
שרייב תגובה

צוריק צו “ידיעות און וויסנשאפט”