אינטערסטעיט הייוועי סיסטעם

פארשידענע רייכע ידיעות און וויסנשאפטליכע טעאריעס

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
אלטע שרייבער
שר האלף
תגובות: 1183
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 05, 2022 11:13 am
לאקאציע:פה אשב

Re: אינטערסטעיט הייוועי סיסטעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטע שרייבער »

תגובה דורך אלטע שרייבער

ספרי ודברי תורות רביה"ק זי"ע דא (ויואל משה, עה"ג ועה"ת, וישלח תורה, בנש"ק תורה)





אוועטאר
אלטע שרייבער
שר האלף
תגובות: 1183
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 05, 2022 11:13 am
לאקאציע:פה אשב

Re: אינטערסטעיט הייוועי סיסטעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטע שרייבער »

גערעכט, אבער זעהט זיך אויס אז די מאפע איז נישט פונקטלעך...

איך האב געלייגט די מאפע מ'זאל פארשטיין פון וואס מ'רעדט, אבער די מציאות איז אז ס'איז נישטא קיין I-50 און 60
ספרי ודברי תורות רביה"ק זי"ע דא (ויואל משה, עה"ג ועה"ת, וישלח תורה, בנש"ק תורה)





שאול ידידיה
שר חמש מאות
תגובות: 970
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 16, 2023 3:18 pm

Re: אינטערסטעיט הייוועי סיסטעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאול ידידיה »

יישר כח, זייער אינטערעסאנט

איין קליינע הערה, 1956 איז תשט''ז נישט ווי געשריבן תשכ''ו.
אוועטאר
אלטע שרייבער
שר האלף
תגובות: 1183
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 05, 2022 11:13 am
לאקאציע:פה אשב

Re: אינטערסטעיט הייוועי סיסטעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטע שרייבער »

שאול ידידיה האט געשריבן: מיטוואך יולי 17, 2024 7:21 pm
יישר כח, זייער אינטערעסאנט

איין קליינע הערה, 1956 איז תשט''ז נישט ווי געשריבן תשכ''ו.
שכח! גערעכט!
ספרי ודברי תורות רביה"ק זי"ע דא (ויואל משה, עה"ג ועה"ת, וישלח תורה, בנש"ק תורה)





אוועטאר
אלטע שרייבער
שר האלף
תגובות: 1183
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 05, 2022 11:13 am
לאקאציע:פה אשב

Re: אינטערסטעיט הייוועי סיסטעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטע שרייבער »

חלק ד'


א יישר כח פאר די אלע וואס האבן זיך אנגערופן ווארעם און געלייקט אדער געגעבן הערות, ס'גיבט כוחות ווייטער צי שרייבן.

נאך א וויכטיגע פאקטאר וואס מ'האט אריינגעלייגט קאפ און מח איז געווען אין די עקזיטס אדער בעסער ווי מ'רופט עס די 'Interchange' דאס מיינט ווי ס'קומט זיך צוזאם צוויי הייוועיס וויאזוי מ'קומט פון איין הייוועי צום צווייטן געשמירט.

די אלטע וועג פון ווען ס'קומט זיך צוזאם צוויי ראודס אדער הייוועיס איז געווען א 'ראונדאבאוט' ד.מ. אז ביידע הייוועיס ווערן דירעקטירט אין א גרויסע סורקל און פון דארט קען יעדער פארן ווי ער וויל ווייטער. (דא רעדט מען נישט פון א פשוטע 'EXIT' נאר פון ווי דאס וועט מען אי"ה שפעטער אויסשמועסן נאר פון ווען צוויי הייוועיס טרעפן זיך)

דאס ברענגט אבער מיט זיך אסאך חסרונות, קודם אז יעדער וואס פארט נאר אויף די ראוד אפ' ער וויל זיך נישט אוועקדרייען דארף דאס אדורך פארן און פארשטייטער'ן די ספיד, און פארשטייט זיך ס'איז זייער נישט פראקטיש, און אזוי אויך איז עס נישט סעיף, מיט נאך אסאך חסרונות.

איז מען צום ערשט אויפגעקומען מיט א מהלך וואס הייסט א 'Cloverleaf' אדער ווי אנדערע רופן עס א 'באטערפליי' ווייל פון אויבן זעהט עס אויס ווי א באטערפליי.

ס'באשטייט פון 8 רעמפס וואס יעדע זייט האט צוויי רעמפס ארויס און צוויי רעמפס אריין, למשל די מערב ריכטונג לעין (וואס קומט פון מזרח צי מערב) האט א רעמפ קודם צי די צפון ריכטונג (פון דרום) און נאכדעם א רעמפ וואס קומט 'פון' די צפון לעין און נאכדעם א רעמפ צי די דרום ריכטונג און נאכדעם פון די דרום ריכטונג, און די זעלבע זאך ביי אלע אנדערע ריכטונגען. (זעה בילד)
Untitled.png
Untitled.png (199.89 KiB) געזען 1639 מאל
די מעלה דערפון איז פילפאכיג, קודם אז יעדער וואס וויל בלייבן אין זיין הייוועי און פארן ווייטער דארף זיך נישט אדורך דרייען א סורקל, אזוי אויך אפ' די וואס ווילן יא נוצן די אנדערע הייוועי און טוישן ריכטונגען קענען גאר גרינג אנקומען און מ'דארף אפי' (כמעט) נישט נידערען די ספיד, אזוי אויך דארף מען נישט בויען קיין עקסטערע בריקן איבער די הייוועיס (ווי אלע אנדערע האבן יא, ווי מיר וועלן שפעטער אויסשמועסן) קומט עס אויס נישט קיין גאר טייערע זאך צי בויען.

אבער די חסרונות דערפון זענען אויך פיל, צום ערשט אז דאס נעמט אויף גאר אסאך שטח און נישט איבעראל קען מען אויסנוצן אזוי סאך פלאץ ספעציעל אין די גרויסע שטעט.

אזוי אויך זענען די אינוויינגסטע רעמפס גאר נאנט פון ווען די עקזיט קומט אריין אין די הייוועי ביז די אנדערע פארט שוין ארויס, אזוי אויך איז די אינעווייניגסטע פיר רעמפס גאר געדרייט און רונדעכיג און פאר יעדעם בפרט פאר טראקס איז אביסל שווער זיך צי דרייען. און נאך חסרונות.

אבער דאך האט עס גאר אסאך געהאלפן פאר די טרעפיק אבער מ'האט דאך געזוכט א נייע וועג עס צי מאכן.

המשך יבוא אי"ה
ספרי ודברי תורות רביה"ק זי"ע דא (ויואל משה, עה"ג ועה"ת, וישלח תורה, בנש"ק תורה)





אוועטאר
אין די וועלט אריין
שר האלף
תגובות: 1504
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 02, 2024 7:56 pm
לאקאציע:אין די טרוקענע

Re: אינטערסטעיט הייוועי סיסטעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אין די וועלט אריין »

שכח פארן עס באשרייבן. קיינמאל געליינט דערוועגן בעפאר.
ווייסעכמיין... יא?

אויב איר פילט ווי איר ווילט העלפן אנדערע. ארבעט אויס א מידה, ס'וועט ארויסהעלפן אסאך מענטשן אין דיין גאנצע לייף-טיים.
אוועטאר
איל_משולש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5455
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 12, 2022 8:29 pm
לאקאציע:אמעריטשקע.
פארבינד זיך:

Re: אינטערסטעיט הייוועי סיסטעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איל_משולש »



שוין אמאל געליינט אין קורצן די בעיסיקס וויאזוי די אינטערסטעיט ארבעט, אבער פון דאן איז שוין אריבער מסתם אזא צען יאר... אבער דא איז שיין באריכות מיט דיאגראמען און דוגמאות, און א גוטן שריפט, א מחי'!

א דאנק פארן שרייבן, אונז קוקן ארויס אויף ווייטער!
as of my info.
מפתח
הנקודה והקו והשטח אינם במציאות, אבל הם מחוברים אל המציאות. כי השטח הוא קצה הגשם והקו הוא קצה השטח והנקודה הוא קצה הקו...
(איל משולש להגר''א מווילנא)
אוועטאר
אלטע שרייבער
שר האלף
תגובות: 1183
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 05, 2022 11:13 am
לאקאציע:פה אשב

Re: אינטערסטעיט הייוועי סיסטעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטע שרייבער »

חלק ה'
למעשה די 'באטערפליי' מהלך פון 'אינטערטשענזשעס' איז טאקע גוט געווען אבער ווי געשריבן אויבן קומט עס מיט אסאך חסרונות, איז מען ארויס אויפן יאכט פאר נאך מהלכים וויאזוי צי מאכן בעסערע רעמפס, גרויסע אינזשענירן זענען געווארן איינגעשפאנט צי טרעפן א לעזונג.

היינט צוטאגס איז דא אפאר ערליי רעמפס, דער וואס פארט דעראויף וועט געווענדליך אפ' נישט כאפן די חילוק ער וויל נאר אנקומען צי זיין דעסטינאציע, אבער ווען מ'קוקט פון אויבן אנפלעקט זיך ביי יעדע 'אינטערטשענזש' א עולם מלא.

העמיר דא פרובירן אין קורצן אויסצושמוסן די אפאר עיקר, און ווייזן די בילדער, פארשטייט זיך אז אסאך מאל פארשטייט זיך אין די גרויסע שטעט זענען די רעמפס לויט וויפיל שטח ס'איז געווען…

איינס פון די עיקר 'אינטערטשענזשעס' וואס זיי נוצן היינט איז איינס וואס הייסט 'Stack' דאס צי בויען איז 4 שטאק הויעך, די מעלות דערפון זענען פיל פאכיג, איינס אז ס'נעמט אויף פיל ווייניגע פלאץ ווי די באטערפליי אזוי אויך האט עס בלויז איין עקזיט ארויס פוןו די הייוועי און איין עקזיט צוריק אריין אין די הייוועי, איינמאל די ביסט אין די עקזיט צוטיילט זיך די רעמפ אין צוויי דירעקציעס, און אזוי אויך ביים צוריק אריין קומען טרעפן זיך ביידע רעמפס צוריק אריין איין לעין און אזוי גייט עס צוריק אריין אין די הייוועי, וואס דאס מאכט עס פיל מער פארזיכערט און גרינגער צי דרייוון, נאך א מעלה האט עס אז די רעמפס זענען נישט אזוי שטארק געדרייט ווי די באטערפליי און ס'מאכט אז מ'קען פיל שנעלער פארן דעראויף.
Untitled11.png
Untitled11.png (394.61 KiB) געזען 1419 מאל
דא ביינונז לאקאל איז דא איינס אזאנס

איין חסרון האט עס אז צי בויען רעמפס אזוי הויעך קאסט א ים מיט געלט, צי גיסן קאנקריט איבער 60 פיס הויעך אדער מער, איז נישט ביליג.

אבער דאך איז דאס איינס פון די בעסטע אפציעס.

נאך איין ענדליכע דערצו איז די'Turbine' ס'קוקט אויס אזוי
Untitled2.png
Untitled2.png (388.93 KiB) געזען 1419 מאל
(ס'הייסט 'Turbine' ווייל ס'קוקט אויס ווי די אינעווייניגסטע רעדל פון א מאשין.)

די מעלה פון דעם איז פארשטייט זיך פיל פאכיג, ערשטענס איז עס נישט מער ווי צוויי שטאק, צווייטנס עס איז פארזיכערט די בעסטע, און פארשטייט זיך ס'איז נישט שטארק געדרייט, און נאך מעלות.

אבער דאך נעמט עס אויף מער פלאץ ווי די 'Stack'

פון דעם איז דא צוויי סארט אדער ווי די אויבן דערמאנטע וואס האט איין עקזיט ארויס און איינס אריין, און די רעמפס צווישן זיך צוטיילן זיך און מאכן א MERGE און אזוי פארט עס אריין אין די הייוועי ווי מ'וויל אנקומען.

אדער איז דא א ענדליכע וואס ארויס טאקע איז נאר דא איינס און ס'צוטיילט זיך אבער אריין איז יא דא צוויי באזונדערע רעמפס ווי דאס
Untitled33.png
Untitled33.png (377.86 KiB) געזען 1419 מאל
זעהט די רויטע באליס זענען די ארויס און די גרינע זענען אריין, רויטע איז דא 4 און גרינע איז דא אכט, ווייל אלע רעמפס צוטיילן זיך אבער נישט ווי פריער וואס זיי טרעפן זיך צוריק צוזאם נאר זיי גייען אליינס אריין אינעם נייע הייוועי.

דא קענט איר זעהן איינס אזאנס

דאס דארף מער רעמפס אבער ווייניגער בריקן און ס'איז נישט אזוי הויעך.

עפ"י רוב וועט איר זעהן אין אמעריקא די ערשטע 'באטערפליי רעמפ און נישט די אלע נייע, ווייל קודם האט מען דאס געבויעט און נאכדעם איז מען 'קלוגער' געווארן און אנגעהויבן נוצן אנדערע.

פיל מאל קען מען אויך טרעפן א געמיש פון צוויי סארטן א באטערפליי און א 'Stack' אלעס לפי המצב…

אזוי אויך איז דא פארשידענע אנדערע אלעס געוואנדן און די מצב און פלאץ בפרט אין די גרויסע שטעט ווי יעדע שטיקל שטח איז ווערד.

המשך יבא אי"ה
ספרי ודברי תורות רביה"ק זי"ע דא (ויואל משה, עה"ג ועה"ת, וישלח תורה, בנש"ק תורה)





אוועטאר
אלטע שרייבער
שר האלף
תגובות: 1183
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 05, 2022 11:13 am
לאקאציע:פה אשב

Re: אינטערסטעיט הייוועי סיסטעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטע שרייבער »

חלק ו'


די אלע אינטערטשענזשעס וואס מיר האבן גערעדט ביז יעצט איז געווענדליכע וואס די עקזיט ארויס און אריין זענען אויף די רעכטע זייט, אבער פארהאן פלעצער, פארשטייט איבעראל מיט זיין סיבה וואס די עקזיט ארויס איז אויף די לינקע זייט

נאר א דוגמה…
Screenshot 2024-07-24 132838.png
Screenshot 2024-07-24 132838.png (182.86 KiB) געזען 1359 מאל
דא

דאס איז אלעס ווי צוויי הייוועיס טרעפן זיך און א מענטש וואס וויל טוישן הייוועי אבער די צוויי הייוועיס בלייבן פארן אין זייער וועג.

ס'איז אבער דא ווי איין הייוועי ענדיגט זיך אריין אין די אנדערע (אדער זיי פארן צוזאמען ווייטער אונטער די זעלבע נומער) דאס ווערט אנגערופן 'three-legged interchanges'

(פאר די יודן וואס פארן אין קאנטרי קענען זעהן דריי אזעלעכע דוגמאות אויפן טראוועי אליין די ערשטע ווי אונזער 17 פארט אריין אינעם טראוועי די צווייטע איז ווי די ניו זשירסי 17 פארט אריין אינעם טראוועי ואון די דריטע איז ווי די גארדן סטעיט פארקוועי ענדיגט זיך אריין אינעם טראוועי נעבן מאנסי)

דא איז דא פארבלעם אזוי
33.png
33.png (20.75 KiB) געזען 1359 מאל
ווי איר זעהט אויפן בילד איז אויב לאזט מען אזוי קומט אויס צוויי פראבלעמן איינס אז ס'קומט קודם ארויסצוגיין און נאכדעם אריינצוגיין און דא (אויף די אויבערשטע) איז פארקערט (די סיבה פ"וו ס'איז אלץ אזוי וועלן מיר בעז"ה נאך אויסשמועסן) און נאך פראבלעמען, מוז מען איינשטעלן אז בעפאר זיי קומען אריין אין די נייע הייוועי (פארשטייט זיך נאר די ווייטערע) מוזן זיך די קומענדיגי און גייעדיגע לעין טוישן

דא איז דא איין וואס איז ענדליך צי אונזער 'באטערפליי' און נאך צוויי נייערע
11.png
11.png (63.94 KiB) געזען 1359 מאל

די ערשטע איז ווי פארשטענדליך די ביליגסטע צי בויען ווייל מ'ברויך נאר איין בריק (אדער אונטערפעסן) און נאכן דורכגיין צוטיילט זיך עס.

אבער ס'איז זייער געדרייט, אבער דאך עפ"י רוב וועט איר דאס טרעפן אויף אלע הייוועיס.

די צווייטע איז א נייערע אבער דאס איז שוין אביסל מער קאמפלעצירט צי בויען ווייל ס'פארלאנגט זיך מערער מאל בריקן און אנדערפעסן, אבער ס'איז ווייניגער געדרייט און פארלאנגט זיך ווייניגער שטח, (ס'איז דא נאך וועגן וויאזוי דאס צי בויען, ווי למשל מ'קען מאכן אז ס'זאל זיך הערשט צוטיילן נאכדעם וואס ס'קומט אן די אנדערע זייט פון די הייוועי וואס דאן איז נאר איין גרויסע רעמפ אבער דארט איז נעמט עס מער פלאץ)

די דריטע איז ווי אויבן געשמועסט אז ס'קומט אריין פון די לינקע זייט וואס דאס טוט מען נישט געווענדליך

ובזה סיימתי סוגיא של 'אינטערטשענזש' בס"ד, אי"ה וועלן מיר ממשיך זיין נאך חלקים פון די סוגיא פון אינטערסטעיט
ספרי ודברי תורות רביה"ק זי"ע דא (ויואל משה, עה"ג ועה"ת, וישלח תורה, בנש"ק תורה)





אוועטאר
יש הנאה
שר האלף
תגובות: 1831
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 17, 2021 1:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש הנאה »

זייער אינטערעסאנט! און גוט קלאר מסביר געווען, קיפ גאואינג!
אוועטאר
הרב יואל קליין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5379
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 13, 2017 6:01 pm

Re: אינטערסטעיט הייוועי סיסטעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב יואל קליין »

Wow!
יישר כח!!

ווען דו פארסט, נעמסטו טאקע נישט א GPS?

איך ברויך א סעילמאן פאר אונזער ביזנעס אין סקייטעק טעלעקאם.
ביטע מיר קאנטאקטן: [email protected] . לאמיר ביידע מאכן געלט בעזר השם!
אוועטאר
אלטע שרייבער
שר האלף
תגובות: 1183
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 05, 2022 11:13 am
לאקאציע:פה אשב

Re: אינטערסטעיט הייוועי סיסטעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטע שרייבער »

הרב יואל קליין האט געשריבן: מיטוואך יולי 24, 2024 10:11 pm
Wow!
יישר כח!!

ווען דו פארסט, נעמסטו טאקע נישט א GPS?
אוואדי נעם איך, קודם כל פאר טרעפיק און כ'ווייס דאך נישט פונקטלעך ווי יעדע ראוד איז

אבער כ'וואלט נישט געהאט קיין פראבלעם מיטן ארויספארן בלויז מיט א מאפע, ווי אין די נישט ווייטע פארגאנגענהייט...

אז מ'רעדט שוין יא כ'זעה אז @הרב יואל קליין האט מיך אסאך געלייקט היינט... יישר כח!
ספרי ודברי תורות רביה"ק זי"ע דא (ויואל משה, עה"ג ועה"ת, וישלח תורה, בנש"ק תורה)





אוועטאר
הרב יואל קליין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5379
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 13, 2017 6:01 pm

Re: אינטערסטעיט הייוועי סיסטעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב יואל קליין »

אלטע שרייבער האט געשריבן: מיטוואך יולי 24, 2024 10:22 pm
הרב יואל קליין האט געשריבן: מיטוואך יולי 24, 2024 10:11 pm
Wow!
יישר כח!!

ווען דו פארסט, נעמסטו טאקע נישט א GPS?
אוואדי נעם איך, קודם כל פאר טרעפיק און כ'ווייס דאך נישט פונקטלעך ווי יעדע ראוד איז

אבער כ'וואלט נישט געהאט קיין פראבלעם מיטן ארויספארן בלויז מיט א מאפע, ווי אין די נישט ווייטע פארגאנגענהייט...

אז מ'רעדט שוין יא כ'זעה אז @הרב יואל קליין האט מיך אסאך געלייקט היינט... יישר כח!
היינט אלעס אפגעליינט צוזאמען.
דו ביסט פיינע נייעס.
ס׳ליגט אסאך ארבייט דערין.
דאס מערסטע האבעך געקענט קאנעקטן צו די 3 מאל ווי אונז פארן צו אפסטעיט.

גייט ארום א אלטע ווערטל:
בערל: זאג, וואס איז די גרינגסטע וועג פון שטאט קיין קרית יואל?
שמערל: זייער פשוט, פאר אריין אינעם BQE, און האלט דיך אויף די לינקע לעין א גאנצע צייט ביז עקסיט 16…

איך ברויך א סעילמאן פאר אונזער ביזנעס אין סקייטעק טעלעקאם.
ביטע מיר קאנטאקטן: [email protected] . לאמיר ביידע מאכן געלט בעזר השם!
אוועטאר
עירמאנט'ער
שר האלפיים
תגובות: 2533
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 16, 2014 11:51 pm

Re: אינטערסטעיט הייוועי סיסטעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירמאנט'ער »

א גרויסן ישר כח הרב אלטע - פיינע פרישע - שרייבער!

שטארק הנאה געהאט. א פליסיקייט אין דיין פעדער א מחי!!

ווי וואָנט מאָור!
ימים ידברו - די טעג וועלן רעדן
מה נענה אנן אבתרייהו
אוועטאר
אלטע שרייבער
שר האלף
תגובות: 1183
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 05, 2022 11:13 am
לאקאציע:פה אשב

Re: אינטערסטעיט הייוועי סיסטעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטע שרייבער »

הרב יואל קליין האט געשריבן: מיטוואך יולי 24, 2024 10:55 pm
אלטע שרייבער האט געשריבן: מיטוואך יולי 24, 2024 10:22 pm
הרב יואל קליין האט געשריבן: מיטוואך יולי 24, 2024 10:11 pm
Wow!
יישר כח!!

ווען דו פארסט, נעמסטו טאקע נישט א GPS?
אוואדי נעם איך, קודם כל פאר טרעפיק און כ'ווייס דאך נישט פונקטלעך ווי יעדע ראוד איז

אבער כ'וואלט נישט געהאט קיין פראבלעם מיטן ארויספארן בלויז מיט א מאפע, ווי אין די נישט ווייטע פארגאנגענהייט...

אז מ'רעדט שוין יא כ'זעה אז @הרב יואל קליין האט מיך אסאך געלייקט היינט... יישר כח!
היינט אלעס אפגעליינט צוזאמען.
דו ביסט פיינע נייעס.
ס׳ליגט אסאך ארבייט דערין.
דאס מערסטע האבעך געקענט קאנעקטן צו די 3 מאל ווי אונז פארן צו אפסטעיט.

גייט ארום א אלטע ווערטל:
בערל: זאג, וואס איז די גרינגסטע וועג פון שטאט קיין קרית יואל?
שמערל: זייער פשוט, פאר אריין אינעם BQE, און האלט דיך אויף די לינקע לעין א גאנצע צייט ביז עקסיט 16…
כ'האף נאך עקסטער צי באשרייבן די היסטאריע פון אינטערסטעיטס אין ניו יארק

כ'מיין יענץ גייט נאך זיין די אינטערסאנטסטע, סיי ווייל מ'גייט זיך פילן היימיש ווי די זאגסט, און סיי ווייל כ'האב פיינע ווארע דעראויף מער וואס ס'איז למעשה נישט געבויעט געווארן ווי וואס ס'איז געבויעט געווארן...
ספרי ודברי תורות רביה"ק זי"ע דא (ויואל משה, עה"ג ועה"ת, וישלח תורה, בנש"ק תורה)





אוועטאר
TechNote
שר חמישים ומאתים
תגובות: 319
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יוני 22, 2024 10:53 pm

Re: אינטערסטעיט הייוועי סיסטעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך TechNote »

@אלטע שרייבער כ'האב זייער הנאה! זיך צו באלעקן!

דוכצעך מיר אז די ניו יארקער הייעוועיס זענען גערעיטעד פון די 5 ערגסטע אין לאנד, מאידך גיסא די ניו ג'ערסי הייוועיס זענען גערעיטעד פון די 5 בעסטע, אויך לכאורה ווערד צו באשרייבן און פארוואס.
TechNote האט געשריבן: זונטאג יולי 21, 2024 3:49 pm
דער אייבישטער כביכול פירט א שאך שפיל, און די אמעריקע באדן איז די שאך ברעטל...
אוועטאר
בעסטע חבר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 253
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יאנואר 14, 2023 9:06 pm

Re: אינטערסטעיט הייוועי סיסטעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעסטע חבר »

אזעלכע ניקס ווי דיר האב איך ליב. אנגעכאפט א נושא, אפגעלערענט קלאר, קורץ, און שארף. ממש א מחי' געווען, אנגעפילט מיט אינטערעסאנטע ידיעות.
גיי אן!
אויב איך דו און דו ביסט איך, דעמאלסט בין איך נישט איך און דו ביסט נישט דו
(קרעדיט: אברהם פריעד)
אוועטאר
אלטע שרייבער
שר האלף
תגובות: 1183
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 05, 2022 11:13 am
לאקאציע:פה אשב

Re: אינטערסטעיט הייוועי סיסטעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטע שרייבער »

TechNote האט געשריבן: פרייטאג יולי 26, 2024 12:17 am
@אלטע שרייבער כ'האב זייער הנאה! זיך צו באלעקן!

דוכצעך מיר אז די ניו יארקער הייעוועיס זענען גערעיטעד פון די 5 ערגסטע אין לאנד, מאידך גיסא די ניו ג'ערסי הייוועיס זענען גערעיטעד פון די 5 בעסטע, אויך לכאורה ווערד צו באשרייבן און פארוואס.
שכח פאר די חיזוק!!!

די ניו יארקע הייוועיס זענען קיין הייוועיס נישט... אפשר די אפסטעיט הייוועיס זענען עפעס ווערד.

אגב ניו זשירסי איז אויך נישט עפעס מוירעדיג, ספעציעל אין די סיין'ס ווי זיי קענען זיך קומען לערנען פון אונזערע ניו יארקע נארישע הייוועיס
ספרי ודברי תורות רביה"ק זי"ע דא (ויואל משה, עה"ג ועה"ת, וישלח תורה, בנש"ק תורה)





אוועטאר
פליגל
שר ששת אלפים
תגובות: 6366
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע:ביים פענסטער

Re: אינטערסטעיט הייוועי סיסטעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליגל »

די ניו דזשוירזי הייוועיס' עקזיטס און ענטרענסעס קוקט נישט אויס ווי זיי האבן א ספעציעלע מהלך (pattern) וויזוי עס ארבייט.. כמעט וואס זיי האבן 2 די זעלבע סארט.. איעדע פאר זיך איז יוניק..
אוועטאר
אלטע שרייבער
שר האלף
תגובות: 1183
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 05, 2022 11:13 am
לאקאציע:פה אשב

Re: אינטערסטעיט הייוועי סיסטעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטע שרייבער »

פליגל האט געשריבן: פרייטאג יולי 26, 2024 1:30 am
די ניו דזשוירזי הייוועיס' עקזיטס און ענטרענסעס קוקט נישט אויס ווי זיי האבן א ספעציעלע מהלך (pattern) וויזוי עס ארבייט.. כמעט וואס זיי האבן 2 די זעלבע סארט.. איעדע פאר זיך איז יוניק..
איר רעדט פון די 4 אדער די 17 אדער פון די געהעריגע גרויסע הייוועיס ווי די אינטערסטעיט?
ספרי ודברי תורות רביה"ק זי"ע דא (ויואל משה, עה"ג ועה"ת, וישלח תורה, בנש"ק תורה)





אוועטאר
TechNote
שר חמישים ומאתים
תגובות: 319
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יוני 22, 2024 10:53 pm

Re: אינטערסטעיט הייוועי סיסטעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך TechNote »

אלטע שרייבער האט געשריבן: פרייטאג יולי 26, 2024 1:07 am
TechNote האט געשריבן: פרייטאג יולי 26, 2024 12:17 am
@אלטע שרייבער כ'האב זייער הנאה! זיך צו באלעקן!

דוכצעך מיר אז די ניו יארקער הייעוועיס זענען גערעיטעד פון די 5 ערגסטע אין לאנד, מאידך גיסא די ניו ג'ערסי הייוועיס זענען גערעיטעד פון די 5 בעסטע, אויך לכאורה ווערד צו באשרייבן און פארוואס.
שכח פאר די חיזוק!!!

די ניו יארקע הייוועיס זענען קיין הייוועיס נישט... אפשר די אפסטעיט הייוועיס זענען עפעס ווערד.

אגב ניו זשירסי איז אויך נישט עפעס מוירעדיג, ספעציעל אין די סיין'ס ווי זיי קענען זיך קומען לערנען פון אונזערע ניו יארקע נארישע הייוועיס
איך רעד פון די הייוועיס אין צענטראל/סאוט ניו ג'ערסי די גארדען סטעיט און די טורנפייק פארנדיג צו דעלאווער. די ברייטע לעינס, עקספרעס לעינס, ריזיגע שיינע רעסט עריעס. וכו'
TechNote האט געשריבן: זונטאג יולי 21, 2024 3:49 pm
דער אייבישטער כביכול פירט א שאך שפיל, און די אמעריקע באדן איז די שאך ברעטל...
והיא שעמדה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 491
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 08, 2020 5:34 pm

Re: אינטערסטעיט הייוועי סיסטעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והיא שעמדה »

זעהט אויס זייער רייך און אינטערסאנט. איז דא א פי די אף פון די ארטיקעל?
אוועטאר
אלטע שרייבער
שר האלף
תגובות: 1183
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 05, 2022 11:13 am
לאקאציע:פה אשב

Re: אינטערסטעיט הייוועי סיסטעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטע שרייבער »

והיא שעמדה האט געשריבן: פרייטאג יולי 26, 2024 12:51 pm
זעהט אויס זייער רייך און אינטערסאנט. איז דא א פי די אף פון די ארטיקעל?
די ערשטע דריי ארטיקלען האט ער געלייגט דא viewtopic.php?p=5257928#p5257928
ספרי ודברי תורות רביה"ק זי"ע דא (ויואל משה, עה"ג ועה"ת, וישלח תורה, בנש"ק תורה)





אוועטאר
אלטע שרייבער
שר האלף
תגובות: 1183
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 05, 2022 11:13 am
לאקאציע:פה אשב

Re: אינטערסטעיט הייוועי סיסטעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטע שרייבער »

חלק ז'


אינטערסטעיט סימבאל
די אינטערסטעיט האט א סימבאל וואס אויף דעם שטייט אלע זייערע הייוועיס די נומער פון די הייוועי, די סיין איז דיזיינט מיט דריי קאלירן, רויט פון אויבן, בלוי די מיטן און ווייס די ארום די נומערן און די ווערטער, דאס איז ספעציעל די קאלירן ווייל דאס זענען די קאלירן פון די אמעריקאנע פאן!
360_F_297062313_cNtpczy7vzLmv5wQbm0KirDpBpGjSNHu.jpg
360_F_297062313_cNtpczy7vzLmv5wQbm0KirDpBpGjSNHu.jpg (26.06 KiB) געזען 769 מאל
די ביזנעס רוטס (וואס מיר וועלן שפעטער אויסשמועסן) זענען דיזיינט מיט א גרינע און ווייסע קאליר.
images.png
images.png (14.94 KiB) געזען 769 מאל

אלע אינטערסטעיט הייוועיס האבן אויף זיך די סימבאל מיט זייער נומער דעראויף, אזוי אויך אלע ראודס און הייוועי וואס טראגן צי א אינטערסטעיט האט די סימבאל און די נומער פון יענע הייוועי צי דירעקטירן אהין.

עקזיט נומערן


יעדער וואס פארט אויפן הייוועי זעהט די 'עקזיט סיינס' וואס דירעקטירט ווי צי פארן, יעדע עקזיט (עכ"פ רוב) האבן א 'עקזיט נומער' וואס שטייט אויפן עקזיט סיין און איז א גרינגע וועג פאר מענטשען צי געדענקן וועלעכע עקזיט צי נוצן.

יעדע הייוועי האט נומערן פון עקזיט ארויס צו גיין און אזוי אויך אריין צו קומען, ס'לויפט אויף א סיסטעם פון נומערן, אין רוב סטעיטס לויפן די נומערן לויט וויפיל מייל מ'האלט שוין, אנגעהויבן ביים סטעיט ליין פון ווי די הייוועי האט זיך אנגעהויבן, למשל די I-10 אין טעקסעס הייבט אן ביי עקזיט 0 ווען ס'קומט אריין פון ניו מעקסיקא און די נומערן לויפן ס'הייבט זיך אן מיט עקזיט 0, דערנאך עקזיט 1 ביי איין מייל, עקזיט 2 ביי צוויי מייל, עקזיט 5 ביי פינף מייל, אויסלאזנדיג 3 און 4, און אזוי גייט עס ווייטער ביז עקזיט 880 ביים סטעיט ליין פון LOUISIANA וואס דארט איז 880 מייל (די I-10 איז אגב די לענגסטע אינטערסטעיט אין איין סטעיט)

אבער אין געוויסע פעלער לויפט עס יא לויט די נומערן נישט קיין חילוק אין די מייל ס'הייבט אן ביי 1 ביז די עק פון די סטעיט אדער הייוועי.

ביי אונז אין ניו יארק לויפט עס יא געווענדליך אויף די נומערן און נישט אויף די מייל אבער אין רוב סטעיטס לויפט עס אויף די מייל, געוויסע סטעיטס פלעגן האבן די נומערן לויט 123 און האבן שפעטער געטוישט צי מייל.

און פילע פעלער וועלן זיין צוויי פון די זעלבע נומער למשל עקזיט 22 וועט זיין 22A און 22B אדער 22W (וואס דאס איז WEST) און 22E (ד.מ. EAST) אדער אפ' מער ווי איינס, דאס מאכט זיך פיל אפטער ביי א אינטערטשענזש ווי יעדע פון די צוויי עקזיטס צי ביידע זייטן פון די הייוועי וועלן האבן באזונדערע נומערן, אזוי אויך מאכט זיך עס ביי די הייוועיס וואס נוצן עקזיטס לויט די מייל אויב ס'דארף זיין צוויי עקזיטס אין איין מייל וועט מען מאכן צוויי מיט די זעלבע נומער.

אויב די הייוועי ווערט ציטיילט, למשל די ניו זשירסי טורנפייק (נעבן די לינקאלן טונעל) ווי איינס לויפט EAST און איינס לויפט WEST (און נאכדעם טרעפן זיי זיך צירוק צוזאם) וועלן די עקזיטס אויפן EAST זייט זיין E16 E17 אא"וו און די WEST וועלן זיין W15 W16.

אין אריזאנא איז דא א הייוועי די I-19 וואס די עקזיטס לויפט אויף קילאמעטער… (די סיבה דערפון איז ווייל ווען מ'האט עס געבויעט האט געהייסן אז קאנגרעס גייט טוישן די וועג וויאזוי מ'רעכנט אפעציעל אין אמעריקא פון מייל צי קילאמעטאר)

ווי געשריבן פריער זענען רוב הייוועיס די נומערן אין די סטעיט און איינמאל ס'גייט אריין אין א נייע סטעיט פאנגט מען אן די נומערן פון פריש, למשל די I-19 וואס מיר האבן פריער גערעדט, איז איינמאל ס'גייט אריין אין די סטעיט פון LOUISIANA הייבט זיך עס אן פון עקזיט 1, אבער ס'איז דאך דא פעלער וואס אין איין סטעיט טוישט זיך נומערן, א משל אונזער טראוועי, אנהייבענדיג ביים MAJOR DEEGEN נאכן טריי בארא בריק ווי דארט הייבט זיך אן פון 1 און איינמאל ס'גייט ארויס פון די סיטי וואס דארט ווערט עס די 'טראוועי' הייבט ער נאכאמאל אן פון 1, און ביי אלבעני ווי די טראוועי צוטיילט זיך און א חלק ווערט די I-90 וואס פארט WEST און די I-87 פארט ווייטער NORTH ביזן גרעניץ, הייבט ער צום דריטן מאל אן פון 1.
33.jpg
33.jpg (186 KiB) געזען 769 מאל
ספרי ודברי תורות רביה"ק זי"ע דא (ויואל משה, עה"ג ועה"ת, וישלח תורה, בנש"ק תורה)





אוועטאר
אלטע שרייבער
שר האלף
תגובות: 1183
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 05, 2022 11:13 am
לאקאציע:פה אשב

Re: אינטערסטעיט הייוועי סיסטעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטע שרייבער »

חלק ח'


הייוועי עקזיט'ס

יעדע הייוועי פארמאגט אומצאליגע 'עקזיטס' צי די לאקאלע גאסן ווי די איינוואינער און באזוכער נוצן די עקזיט אנצוקומען צי זייער דעסטינאציע.

מיר וועלן פרובירן אויסצושמועסן די אלע סארט עקזיטס וואס די אינטערסטעיט הייוועיס נוצן, ווי פארשטענדליך זענען די אלע נאר אין נארמאלע אומשטענדן ווי אין די דערפער אדער ווי ס'איז געווען נארמאל פלאץ, אבער אין די שטעט ווי ביינונז אין די סיטי האט יעדע עקזיט א חידוש אין די בריאה…

פארשטייט זיך ווי שוין דערמאנט אין די פריערדיגע חלק האבן די אלע עקזיטס נומערן ווי די מענטשן ווייסן אזוי גרינגער אנצוקומען צי זייער דעסטונאציע געדענקענדיג אז 'איך דארף נוצן עקזיט 13'

אין רוב פעלער וועט די עקזיט אויסקוקן בערך אזוי ווי די דריי

222.png
222.png (397.62 KiB) געזען 674 מאל

ווי איר קענט זעהן אין די ערשטע איז דא א ראוד וואס לויפט מיט א 'אווערפעס' אריבער די הייוועי ווי פון איין זייט קען מען מען ארויסקומען און אריינגיין פון איין דירעקציע פון די הייוועי, און די אנדערע זייט פון די אווערפעס קען מען ארויסקומען און אריינגיין פון די אנדערע דירעקציע פון די הייוועי. (די רויטע זענען ארויס פון די הייוועי אריין אין די לאקאלע ראוד און די גרינע איז פון די ראוד צי די הייוועי)

אין די צווייטע בילד B איז די זעלבע זאך נאר מ'האט צוגעלייגט א שטיקל צי זיך דארפן ווייניגער דרייען און מ'קען אביסל גרינגער אנקומען פון ביידע זייטן אייניג.

אזוי אויך בויעט מען אסאך מאל בערך אזאנס ווי אין C (דעס איז ביי די 17 עקזיט 130 ביי קרית יואל די ראוד איז די 208)

ווי איר זעהט איז דאס ענדליך צי די 'באטערפליי' רעמפ פון אויבן, דאס ארבעט אז אלע ע'זיטס קומען אן צי די זעלבע זייט פון די רעמפ, און פאר אלע ווועגן איז דא א ספעציעלע וועג, פאר די וואס זענען אויף די גוטע זייט דארפן נישט ווארטן אויפן לייט צי קענען אריינגיין אינעם רעמפ, אדער ארויסגיין נאר זיי קענען גראד פארן אן ווארטן.

די חסרונות פון די אלע זענען ווי פארשטענדליך אז זיי זענען גוט פאר שטילע לאקאלע גאסן און זיי קענען נישט פארנעמען צופיל טרעפיק ווייל א מענטש קומט פון די אנדערע זייט דארף ער קראסן די ראוד און ווארטן ביז אלע קעגנקומעדיגע קארס פארן (אדער מאכט מען א לייט…)

אזוי אויך וועט מען אין פילע פעלער זיך אנטרעפן אין א 'באטערפליי' עקזיט ד.ה. אז די עקזיט פארמאגט 2 באזונדערע עקזיטס פון ביידע זייטן פאר ביידע דירעקציעס פונעם גאס, גענוי ווי ווען צוויי הייוועיס קומען זיך צוזאם.

אין די לעצטערע יארן איז אויפגעקומען א נייע וועג וויאזוי צי בויען עקזיטס, גענוי ווי מ'האט געבויעט אין קר"י ביים 17 עקזיט 131, וואס הייסט 'דיימאנט' כשמו כן הוא ווייל ס'זעהט אויס ווי א דיימאנט.

44.png
44.png (394.23 KiB) געזען 674 מאל

דאס ארבעט אזוי' לאמיר נעמען די ערשטע לעין וואס פארט פון אויבן אראפ, (די בלויע) קודם טרעפט ער זיך די עקזיט אריין אינעם ערשטן הייוועי צי די צפון ריכטונג, גלייך דעראויף גייט ער ווי א X אריבער די אנדערע זייט און ער טוישט זייטן מיט זיין קעגנקומענדע לעין (ער ווערט פון די אמעריקאנע וועג צי די וועג וויאזוי מ'דרייווט אין ענגלאנד) [פארשטייט זיך מיט א טרעפיק לייט וואס קאנטראלירט די טרעפיק] דארט קומט אריין די עקזיט 'פון' די צפון ריכטונג, דערנאך פארט ער אריבער די 'אווערפעס און דארטן כאפט ער די עקזיט 'אריין' אין די דרום ריכטונג, פון דארט טוישט ער צוריק ריכטונגן צי די נערמאלע רעכטע וועג, און ער באקומט די עקזיט 'פון' די דרום ריכטונג, און אזוי פארט ער ווייטער זיין וועג.
די זעלבע געשעט מיט די אנדערע לעין (די רויטע) פשוט פונקט פארקערט…

די מעלות דערפון זענען פיל פאכיג, איינס אז יעדער האט זיין גראדע וועג אריין און ארויס פון און צי ביידע ריכטונגען, אזוי אויך נעמט ער נישט אויף קיין סאך שטח.

די חסרונות… פרעגט נאר די תושבי קרית יואל, (יא פאר ווער ס'געדענקט די טרעפיק פון בעפאר רעדט אפשר אנדערש אבער למעשה פאר א גאסט איז עס די פערפעקט רעצעפט צי ווערן צומישט…) און אזוי אויך נעמט אסאך צייט ביז די לייטס טוישן זיך, ווייל פארגעסט נישט די צוויי מאל X ברויך א באזונדערע לייט און דאס מיינט פארשטייט זיך צוויי מאל ווארטן פאר א לייט, די פשוטע עקזיט וואס אפי' די וואס ווילן זיך דרייען דארפן ווארטן פאר די 'טורנונג לייט' אבער די וואס ווילן פארן ווייטער אויף די ראוד דארפן נישט אזוי לאנג ווארטן…

אזוי אויך איז דא לעצטענס ווי זיי האבן געמאכט אויפן 17 ביי עקזיט 105 דארט פלעגט זיין א 'באטערפליי' סארט עקזיט און פאר סיי וועלעכע סיבה האבן זיי באשלאסן אז ס'איז נישט גוט און זיי האבן עס געטוישט צי אזאנס

555.png
555.png (390.52 KiB) געזען 674 מאל

דאס איז א געווענדליכע עקזיט, פשוט אנשטאט צי דארפן קראסן די גאס האבן זיי איינגעשטעלט טרעפיק סורקל'ס ביי ביידע עקזיטס און ווען איינער וויל אריינגיין אין די עקזיט פון זיין אנדערע זייט דארף זיך דרייען אויפן סורקל און אזוי נעמען די עקזיט.

די חסרון דערפון איז ווי פארשטענדליך ווי אייביג א ראונדעבאוט אז יעדער וואס וויל נאר דארט דורכפארן דארף פארן אין די סורקל און דורכמאכן די טרעפיק (פאר ווער ס'איז נאר געפארן דארט פארדעם און נאכדעם זעהט אז די טרעפיק דארט איז נאר ערגער געווארן, אבער זיי טעהנע'ן אז אזוי איז מער סעיף… שוין וואס קען מען טוהן אז זיי האבן זיך נישט אדורכגערעדט מיט מיר פאררדעם… וואס פארשטייט א גוי…)

המשך יבא בס"ד
ספרי ודברי תורות רביה"ק זי"ע דא (ויואל משה, עה"ג ועה"ת, וישלח תורה, בנש"ק תורה)





אוועטאר
פרייליכער מענטש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 256
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 12, 2023 3:45 pm

Re: אינטערסטעיט הייוועי סיסטעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרייליכער מענטש »

זייער אינטרעסאנט
יעצט אלעס דורך געליינט.
404
שרייב תגובה

צוריק צו “ידיעות און וויסנשאפט”