מיין מחותן וויל נישט נעמען מיין טאכטער‎

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

וויליאמסבורגער דירות
שר חמש מאות
תגובות: 708
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 25, 2021 7:47 pm

מיין מחותן וויל נישט נעמען מיין טאכטער‎

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויליאמסבורגער דירות »

מאנטאג אינדערפרי ברוך קומט אריין צום ארבעט ווי יעדן טאג, ער האלט יעצט אביסל נאך שנה ראשונה, ער ארבעט שוין דא זעקס חדשים אלס קאנסטראקשן מענעדזשער און האט שוין אנגעפירט אפאר גרויסע פראיעקטן, ער איז זייער צופרידן מיט זיין ארבעט און אזוי אויך זיין בעל הבית איז אויך צופרידן מיט די טיכטיגער אינגערמאן וואס האט ארויפגעברענגט זיין ביזנעס און טוט וואס דריי אנדערע וואלטן נישט געקענט טוהן, ברוך ווארט זיין בעל הבית זאל אים זאגן צו וועלכע דזשאב סייט ער זאל היינט גיין און אויך אדורכשמועסן די סקעדזשול פון די קומענדיגע וואך, אבער ווען זיין בעל הבית איז אריינגעקומען און אים געהייסן זיך אראפזעצן האט ער נישט געחלומט וואס ער גייט אים יעצט זאגן.

5 יאר פריער, ברוך אין ישיבה איז פון די טיכטיגע בחורים וואס הענגען די סיינס פורים, בויט פאכמאניש די חופה שבועות, בויט קלאזעטס אין קעמפ וכדומה, יעדער איינער ווייסט אז ברוך האט גאלדענע הענט, ביים לערנען האט ער נישט צופיל געהאלטן , ביים פארהער איז ער אייביג געווען מיט די מויל פארמאכט, זיינע מגידי שיעורים האבן שוין אויפגעגעבן אויף אים און אים געזאגט אז העכסטענס וועט ער ווערן א קאנסטראקשן מענעדזשער מיט א שיעור ביינאכט..

צוריק צום בעל הבית, ער זאגט פאר ברוך, איך בין מורהדיג צופרידן פון דיין ארבעט דא לעצטע שטיק צייט אבער וועסט מיר דארפן מוחל זיין און איך דארף דיר אפזאגן פון די ארבעט ווייל איך בין היינט געוואר געווארן אז די פלעגסט נישט קענען די פארהער אין ישיבה, אויך אין חדר האסטו קיינמאל נישט באקומען מער ווי 60 אויף די בחינות.

שרה האט חתונה געהאט 5 יאר צוריק, זי האט שוין 2 קינדער, זי איז די פרנסה ברענגער אין שטוב און איר מאן זיצט און שטייגט, זי איז מורהדיג טיכטיג און געשיקט און פירט אן די קאך אין עטרת רחל זאל ווי עס קומען פאר טייערע חתונות און פארטיס, זומער פירט זי די קאך פון די קעמפ און משפחות פון די זעלבע מוסד וואס סערווירט טויזענטער פארציעס טעגליך, דער עולם איז מורהדיג צופרידן מיט איר.
די יאר ערב די קעמפ סעזאן ווען זי האט זיך אראפגעזעצט מיט איר מענעדזשער צו אויסשמועסן די זומער פלענער און וועלכע באנגעלוי זי גייט באקומען האט זי נישט געחלומט וואס עס ווארט איר אפ.

8 יאר פריער, שרה איז אייביג געווען א איידלקייט פון א מיידל, אלע טיטשערס זענען געווען צופרידן מיט איר, ערליך געמאכט ברכות, אייביג מקרב געווען יעדעם און אייביג געפאלגט וכו, קומענדיג אין היי סקול האט זי עפעס נישט געקליקט מיט ווען דזשארדזש וואשינגטאן איז געווען פרעזידענט, אויך וויפיל 80 צוטיילט אין 56 קומט אויס, אדער ווען מען נעמט אראפ 18 פון 9 וויפיל עס בלייבט איבער, אויך האט זי נישט פונקטליך פארשטאנען די סייענס וויאזוי די זון דרייט זיך ארום די ערד אדער פארקערט, זי האט אבער זיך יא אויסגעצייכענט אין דעקארירן שיינע קעיקס און שיינע פרוכט פלעטערס, אויך ווען מען האט געלערנט און פראבירט צו קאכן איז זי אייביג ארויס די געווינער.

צוריק צוריק צום מענעדזשער, ער זאגט פאר שרה, איך בין מורהדיג צופרידן פון דיין ארבעט דא לעצטע שטיק צייט אבער וועסט מיר דארפן מוחל זיין און איך דארף דיר אפזאגן פון די ארבעט ווייל איך בין היינט געוואר געווארן אז די פלעגסט נישט קענען די פיינעלס, די האסט קיינמאל נישט באקומען מער ווי 50 אויף היסטערי, סייענס, רעכענען וכדומה

רבקה איז א אויסגעצייכענטע מיידל, א איידלקייק מיט אלע מעלות, זי איז א ערשטע קלאס לערערין און די עלטערן גייען ארויס פון התפעלות ווי זי איז צוגעלאזן צו די קינדער און וויפיל זי לייגט אריין תורה ויראת שמים.

ראובן דער שדכן האט אנגעטראגן משה בער פון ישיבת המצוינים וואס איז אויסגערימט מיט גאר חשובע בחורים, עס איז ממש ענבי הגפן און ביידע זייטן האבן זיך נאכגעפרעגט און באקומען גאר גוטע גריסן, מען האט שוין געטראפן די בחור און די מיידל און מען גרייט זיך צום בעשוי.

פלוצלינג באקומט די שדכן א קאל פון די בחורס טאטע אז די שידוך איז אויף האלד, זיי האבן יעצט געהערט אז די מיידל איז נישט אקאדעמיקלי פערפעקט און האט געהאט שוואכע מארקס אויף אירע טעסטס אין שולע, די שדכן איז שאקירט און פרעגט איך פארשטיי נישט, זי איז איידל? געלונגען? באליבט? די טאטע זאגט מיר האבן באמת באקומען די בעסטע אינפארמעישן אבער למעשה קען איך איר נישט געבן פאר מיין געלונגענע בחור ווייל זי איז נישט אקאדעמיקלי פערפעקט און נישט באקומען 100 אויף אירע טעסטס און פיינעלס.

האלט איר אז איינער פון די אויבענדערמאנטע זענען גערעכט??

איך שרייב דאס מיט בלוט נאכן מיטהאלטן ווי א פראמינענטע שדכן וואס קען פערזענדליך א מיידל האט אנגערופן אנטראגן א בחור א בעל מום פאר א געלונגענע מיידל, ווען די טאטע האט געעפענט א פאר אויגן ווי קומט הודו צו כוש האט די שדכן מסביר געווען אז דער בחור דארף אוועקקוקן ווייל ער איז א בעל מום און די מיידל דארף אויך אוועקקוקן ווייל זי איז נישט אקאדעמיקלי פערפעקט.

מיין מעסעדזש איז…

הייבטס אן צו קוקן אויף די פנימיות פון דער מענטש און נישט אויף טעקניקעלס.

אגב אינטרעסאנט וואס איך האב אמאל געהערט בשם איינער פון די טויבערס אז ווען די מיידל איז אהיימגעקומען מיט די רעפארט קארד האט די מאמע איינגעקנייטשט און נאר געקוקט אויף די זייט ווי עס שטייט מידות טובות און אויפפירונג וכדומה און געזאגט אז דאס איז וויכטיג וואס די מיידל האט געארבעט אויף זיך, די אנדערע זייט איז די כשרונות וואס דער אייבישטער האט געגעבן וואס איינער האט עס בעסער און איינער שוואכער.

בעסיידס די פוינט אז אסאך גדולי ישראל זענען אויסגעוואקסן נישט זייענדיג אין ישיבה וואס זייער מעגליך וואלטן זיי אויך נישט געהאט קיין 100 אויף זייער טעסטס, און להבדיל א ריזיגע צאל פון גרויסע גוישע ביזנעסלייט זענען געווען סקול דראפאוטס און האבן נישט געהאט 100 אויף זייער טעסטס.

גלייבטס מיר נישט נאר פרעגטס אייער טאכטער ווער עס איז די ארויפגעקוקטע און געלונגענע מיידל אין איר קלאס.

אל תסתכל בקנקן אלא במה שיש בו

נ.ב. איך בין שוין חתונה געהאט אסאך יארן און נאך נישט עספיעט צו זעהן וועכע מארקס און דיפלאמאס מיין ב״ב האט באקומען אלץ מיידל.
עונג החיים
שר מאה
תגובות: 118
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 28, 2022 12:57 pm

Re: מיין מחותן וויל נישט נעמען מיין טאכטער‎

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עונג החיים »

👍
Letshelpothers האט געשריבן: מיטוואך יולי 31, 2024 8:26 pm
שלות הנפש איז נישט קיין דעיסטינעשין עס איז דא יעצט.
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 29579
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: מיין מחותן וויל נישט נעמען מיין טאכטער‎

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

אז ער וויל נישט נעמען דיין טאכטער, איז ער נישט דיין מחותן
כאניש וואס צו טוּן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4726
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 05, 2020 12:17 pm

Re: מיין מחותן וויל נישט נעמען מיין טאכטער‎

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טוּן »

וואס מיינט אקאדאמיקלי פערפעקט?
הנם ימים המבורכים!
די געבענטשטע טעג זענען שוין אט דא!

אחכה ל"ו בכל יום שיבא!
אוועטאר
דוד הכהן
שר חמש מאות
תגובות: 663
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 11, 2024 9:00 pm

Re: מיין מחותן וויל נישט נעמען מיין טאכטער‎

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דוד הכהן »

דאס איז א אמת'ע נקודה נישט נאר ביי שידוכים נאר אין ישיבה אויך סאמהאו קוקט מען א ישיבה ווי א קאליטש פאר רבנים גדולי תורה...
lorem ipsum
שר חמישים
תגובות: 95
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 16, 2023 12:57 pm

Re: מיין מחותן וויל נישט נעמען מיין טאכטער‎

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lorem ipsum »

און וואס איז ווען דער בחור איז נישט אקאדעמיקלי פערפעקט?
אותות ומופתים
שר האלף
תגובות: 1111
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 28, 2023 4:24 pm

Re: מיין מחותן וויל נישט נעמען מיין טאכטער‎

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אותות ומופתים »

עס איז דא א צווייטע זייט צו די מטבע. אקאדעמיקס אליין איז נישט וויכטיג בכלל, עס מאכט זייער ווייניג אויס וויפיל היסטארישע דאטומען אדער נעמען פון שטעט זי האט געדענקט, פאר איר צוקונפטיגע פערפארמענס ווי א עקרת הבית.

פארט איז דא עפעס דערצו - אין די זעלבע וועג וואס פעסן א דעגרי מאכט אויס ביים באקומען א זשאב. עס זאגט פארן פאטענציאלן מחותן / ארבעטס געבער ווי נאריש/ קלוג די אנגעטראגענע(ר) איז, בהנחה אז אקאדעמיקס צייגט אויף די איי קיו לעוועל.

(היינט רעדט מען פון א EQ לעוועל אויך, וואס איז העכסט וויכטיג בפרט ווען מען רעדט פון רילעישאנשיפ'ס, אבער אויף דעם איז נישטא קיין גרינגע סטאנדארדייזט טעסטס וויאזוי דאס צו פעסטשטעלן).

יעצט, נישט יעדער ביי אונזער ציבור איז קלוג אין פירסט פלעיס, און אסאך זענען נישט מחשיב קיין חכמה. ביי א גרויסער עולם איז עס גאר פארדעכטיגט... אפגערעדט ביי פרויען, וואס עס איז גאגנבאר ביי מענער די לאזונג אז זי זאל ענדערש זיין א נכנע, א טויגליכע אין שטוב ארבעט, א בעלת צורה, אבער חכמה איז נישט הויך אויף די ליסטע.

ביי אנדערע ווידער, בפרט אין א פאל וואס דער מדובר איז אליינס א קלוגער פארשטענדליכער מענטש, און מען קוקט ארויס ער זאל קענען האבן א געהעריגע רילעישאנשיפ מיט זיין עזר כנגדו, נישט שפירן אז ער וואוינט מיט א שוטה'לע מיט וועמען ער האט גארנישט אין קאממאן, און קען זיך נישט פארשטיין, איז דאס גאר א וויכטיגע זאך צו וויסן.

סאם האו בין איך אבער חושד אז דא רעדט זיך נישט פון ממש אזא מציאות, עס איז מער אז פאר די קנאק און גלאנץ פונעם שידוך, צו שמועסן אז ער האט גענומען א מושלמת, איז וויכטיג זי זאל זיין אויך א 100-סטודענט. און דאס מאכט שוין טאקע נישט קיין סענס. (אויך מעגליך אז מען רעדט פון א מיידל וועלכע האט געווענליך באקומען 60 און 70 אויף איר טעסט און אוודאי נישט מער ווי 80, וואס דאס צייגט אז קלוגשאפט און פארשטאנד איז נישט ממש איר סטראנג סוט)
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3654
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: מיין מחותן וויל נישט נעמען מיין טאכטער‎

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

א מיידל קען זיין זייער קלוג און נישט זיין אקעדעמיש. און די זעלבע פארקערט. איך קען א משפחה מיט מיידלעך וואס באקומען די בעסטע מארקס אין קלאס לויט ווי מ'האט אריינגעפראגרעמט, אבער האבן זייער א שוואכע פארשטאנד ווען ס'קומט צו די פיפטע שו"ע.
ווידעראום זענען דא מיידלעך וואס ביי זיי איז די שולע קאריקולעם נישט קיין פריאריטעט.
נתאי הארבלי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 289
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 16, 2020 5:00 pm

Re: מיין מחותן וויל נישט נעמען מיין טאכטער‎

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נתאי הארבלי »

א גוטע קאפ איז נישט אלעס, אבער ס'איז א געהעריגע לעגיטימע זאך אויף וואס צו קוקן פאר מ'טוט א שידוך, און אסאך מענטשן פארגעסן צו לייגן א דגוש דערויף ווען מ'פרעגט זיך נאך אויף א מיידל. ס'איז א וויכטיגע זאך זיך נאכצופרעגן צי עס לויפט נישט שוואכע קעפ אין די משפחה. א שוואכע קאפ איז א ריזיגע חסרון און געווענליך איז עס א משפחה זאך.

אוודאי נישט יעדע מיידל וואס באקומט נישט קיין גוטע מארקס קומט עס וועגן א שוואכע קאפ, אמאל איז עס סתם ווייל זי האט נישט גענומען די גאנצע סקול אזוי ערנסט ווי ר' יום טוב זאגט, ס'איז אבער וויכטיג מברר צו זיין.
אוועטאר
געגאנגען
שר שלשת אלפים
תגובות: 3906
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 2:43 pm

Re: מיין מחותן וויל נישט נעמען מיין טאכטער‎

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געגאנגען »

איך קען נישט רעכענען. איך קען נישט פיהרן קיין ביכער.

ס'איז א נאטור, און ס'ווייזט בכלל נישט אויף מידות אדער אנדערע זאכן.
שאול ידידיה
שר חמש מאות
תגובות: 864
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 16, 2023 3:18 pm

Re: מיין מחותן וויל נישט נעמען מיין טאכטער‎

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאול ידידיה »

אותות ומופתים האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 5:42 pm
עס איז דא א צווייטע זייט צו די מטבע. אקאדעמיקס אליין איז נישט וויכטיג בכלל, עס מאכט זייער ווייניג אויס וויפיל היסטארישע דאטומען אדער נעמען פון שטעט זי האט געדענקט, פאר איר צוקונפטיגע פערפארמענס ווי א עקרת הבית.

פארט איז דא עפעס דערצו - אין די זעלבע וועג וואס פעסן א דעגרי מאכט אויס ביים באקומען א זשאב. עס זאגט פארן פאטענציאלן מחותן / ארבעטס געבער ווי נאריש/ קלוג די אנגעטראגענע(ר) איז, בהנחה אז אקאדעמיקס צייגט אויף די איי קיו לעוועל.

(היינט רעדט מען פון א EQ לעוועל אויך, וואס איז העכסט וויכטיג בפרט ווען מען רעדט פון רילעישאנשיפ'ס, אבער אויף דעם איז נישטא קיין גרינגע סטאנדארדייזט טעסטס וויאזוי דאס צו פעסטשטעלן).

יעצט, נישט יעדער ביי אונזער ציבור איז קלוג אין פירסט פלעיס, און אסאך זענען נישט מחשיב קיין חכמה. ביי א גרויסער עולם איז עס גאר פארדעכטיגט... אפגערעדט ביי פרויען, וואס עס איז גאגנבאר ביי מענער די לאזונג אז זי זאל ענדערש זיין א נכנע, א טויגליכע אין שטוב ארבעט, א בעלת צורה, אבער חכמה איז נישט הויך אויף די ליסטע.

ביי אנדערע ווידער, בפרט אין א פאל וואס דער מדובר איז אליינס א קלוגער פארשטענדליכער מענטש, און מען קוקט ארויס ער זאל קענען האבן א געהעריגע רילעישאנשיפ מיט זיין עזר כנגדו, נישט שפירן אז ער וואוינט מיט א שוטה'לע מיט וועמען ער האט גארנישט אין קאממאן, און קען זיך נישט פארשטיין, איז דאס גאר א וויכטיגע זאך צו וויסן.

סאם האו בין איך אבער חושד אז דא רעדט זיך נישט פון ממש אזא מציאות, עס איז מער אז פאר די קנאק און גלאנץ פונעם שידוך, צו שמועסן אז ער האט גענומען א מושלמת, איז וויכטיג זי זאל זיין אויך א 100-סטודענט. און דאס מאכט שוין טאקע נישט קיין סענס. (אויך מעגליך אז מען רעדט פון א מיידל וועלכע האט געווענליך באקומען 60 און 70 אויף איר טעסט און אוודאי נישט מער ווי 80, וואס דאס צייגט אז קלוגשאפט און פארשטאנד איז נישט ממש איר סטראנג סוט)
מ'קען ממש מיינען אז דו ליינסט ארויס פון די אקאדעמישע ביכער בייגעלייגט מיט הויכגעשפיצטע טשארטס מיט א.ג. דאטא.

אבער מיט קאממאן סענס וואס די פותח האשכול האט אנגעהויבן האט עס נישט קיין שייכות
Zeltzer
שר חמש מאות
תגובות: 607
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 08, 2019 2:29 pm

Re: מיין מחותן וויל נישט נעמען מיין טאכטער‎

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Zeltzer »

נתאי הארבלי האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 7:49 pm
א גוטע קאפ איז נישט אלעס, אבער ס'איז א געהעריגע לעגיטימע זאך אויף וואס צו קוקן פאר מ'טוט א שידוך, און אסאך מענטשן פארגעסן צו לייגן א דגוש דערויף ווען מ'פרעגט זיך נאך אויף א מיידל. ס'איז א וויכטיגע זאך זיך נאכצופרעגן צי עס לויפט נישט שוואכע קעפ אין די משפחה. א שוואכע קאפ איז א ריזיגע חסרון און געווענליך איז עס א משפחה זאך.

אוודאי נישט יעדע מיידל וואס באקומט נישט קיין גוטע מארקס קומט עס וועגן א שוואכע קאפ, אמאל איז עס סתם ווייל זי האט נישט גענומען די גאנצע סקול אזוי ערנסט ווי ר' יום טוב זאגט, ס'איז אבער וויכטיג מברר צו זיין.
פארוואס איז א שוואכע קאפ איז א "ריזיגע" חסרון?
Greeneryid
שר חמישים ומאתים
תגובות: 320
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 09, 2014 6:23 pm

Re: מיין מחותן וויל נישט נעמען מיין טאכטער‎

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Greeneryid »

דו האסט אן ערענסטן פראבלעם אז דו האסט זיך צו קראצט פון שדכן וואס האט דיר אנגעטראגן א זאך וואס דיר שמעקט נישט. בארואיגט אייך. זאג א שכוח פארן שדכן און זאג אים עס איז נישט אינטערעסאנט און געגאנגען ווייטער. עס זעהט אויס ווי דו ברויכסט ארבעטן אביסל אויף דיין סעלף קאנפידענס.
אוועטאר
פראפעסאר
שר האלף
תגובות: 1079
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג דעצעמבער 22, 2023 1:01 am

Re: מיין מחותן וויל נישט נעמען מיין טאכטער‎

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראפעסאר »

אותות ומופתים האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 5:42 pm
עס איז דא א צווייטע זייט צו די מטבע. אקאדעמיקס אליין איז נישט וויכטיג בכלל, עס מאכט זייער ווייניג אויס וויפיל היסטארישע דאטומען אדער נעמען פון שטעט זי האט געדענקט, פאר איר צוקונפטיגע פערפארמענס ווי א עקרת הבית.

פארט איז דא עפעס דערצו - אין די זעלבע וועג וואס פעסן א דעגרי מאכט אויס ביים באקומען א זשאב. עס זאגט פארן פאטענציאלן מחותן / ארבעטס געבער ווי נאריש/ קלוג די אנגעטראגענע(ר) איז, בהנחה אז אקאדעמיקס צייגט אויף די איי קיו לעוועל.

(היינט רעדט מען פון א EQ לעוועל אויך, וואס איז העכסט וויכטיג בפרט ווען מען רעדט פון רילעישאנשיפ'ס, אבער אויף דעם איז נישטא קיין גרינגע סטאנדארדייזט טעסטס וויאזוי דאס צו פעסטשטעלן).

יעצט, נישט יעדער ביי אונזער ציבור איז קלוג אין פירסט פלעיס, און אסאך זענען נישט מחשיב קיין חכמה. ביי א גרויסער עולם איז עס גאר פארדעכטיגט... אפגערעדט ביי פרויען, וואס עס איז גאגנבאר ביי מענער די לאזונג אז זי זאל ענדערש זיין א נכנע, א טויגליכע אין שטוב ארבעט, א בעלת צורה, אבער חכמה איז נישט הויך אויף די ליסטע.

ביי אנדערע ווידער, בפרט אין א פאל וואס דער מדובר איז אליינס א קלוגער פארשטענדליכער מענטש, און מען קוקט ארויס ער זאל קענען האבן א געהעריגע רילעישאנשיפ מיט זיין עזר כנגדו, נישט שפירן אז ער וואוינט מיט א שוטה'לע מיט וועמען ער האט גארנישט אין קאממאן, און קען זיך נישט פארשטיין, איז דאס גאר א וויכטיגע זאך צו וויסן.

סאם האו בין איך אבער חושד אז דא רעדט זיך נישט פון ממש אזא מציאות, עס איז מער אז פאר די קנאק און גלאנץ פונעם שידוך, צו שמועסן אז ער האט גענומען א מושלמת, איז וויכטיג זי זאל זיין אויך א 100-סטודענט. און דאס מאכט שוין טאקע נישט קיין סענס. (אויך מעגליך אז מען רעדט פון א מיידל וועלכע האט געווענליך באקומען 60 און 70 אויף איר טעסט און אוודאי נישט מער ווי 80, וואס דאס צייגט אז קלוגשאפט און פארשטאנד איז נישט ממש איר סטראנג סוט)
וואס האט קלוגשאפט אין טעסטס צוטון מיטן זיין קלוג אין רילעישנשיפ און חכמת החיים?? האסט אמאל געהערט פון בוק סמארט?
Letshelpothers האט געשריבן: מיטוואך יולי 31, 2024 8:26 pm
שלות הנפש איז נישט קיין דעיסטינעישן - עס איז דא יעצט.

Zeltzer האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 10:55 pm
נתאי הארבלי האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 7:49 pm
א גוטע קאפ איז נישט אלעס, אבער ס'איז א געהעריגע לעגיטימע זאך אויף וואס צו קוקן פאר מ'טוט א שידוך, און אסאך מענטשן פארגעסן צו לייגן א דגוש דערויף ווען מ'פרעגט זיך נאך אויף א מיידל. ס'איז א וויכטיגע זאך זיך נאכצופרעגן צי עס לויפט נישט שוואכע קעפ אין די משפחה. א שוואכע קאפ איז א ריזיגע חסרון און געווענליך איז עס א משפחה זאך.

אוודאי נישט יעדע מיידל וואס באקומט נישט קיין גוטע מארקס קומט עס וועגן א שוואכע קאפ, אמאל איז עס סתם ווייל זי האט נישט גענומען די גאנצע סקול אזוי ערנסט ווי ר' יום טוב זאגט, ס'איז אבער וויכטיג מברר צו זיין.
פארוואס איז א שוואכע קאפ איז א "ריזיגע" חסרון?
ווייל עס איז א חסרון אין פארשטאנד.

צום פותח האשכול, איר זענט גערעכט מיט אייער נקודה אבער בתנאי אז קאמאן סענס און די פיפטע שו''ע איז יא דא, אבער אויב איז די שוואכע קאפ אין סקול אויך שוואך אין פארשטאנד, ווי אסאך מאל גייט עס צוזאמען, איז עס זייער א גרויסע חסרון.
Letshelpothers האט געשריבן: מיטוואך יולי 31, 2024 8:26 pm
שלות הנפש איז נישט קיין דעיסטינעישן - עס איז דא יעצט.
נתאי הארבלי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 289
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 16, 2020 5:00 pm

Re: מיין מחותן וויל נישט נעמען מיין טאכטער‎

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נתאי הארבלי »

פראפעסאר האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 11:41 pm
Zeltzer האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 10:55 pm
נתאי הארבלי האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 7:49 pm
א גוטע קאפ איז נישט אלעס, אבער ס'איז א געהעריגע לעגיטימע זאך אויף וואס צו קוקן פאר מ'טוט א שידוך, און אסאך מענטשן פארגעסן צו לייגן א דגוש דערויף ווען מ'פרעגט זיך נאך אויף א מיידל. ס'איז א וויכטיגע זאך זיך נאכצופרעגן צי עס לויפט נישט שוואכע קעפ אין די משפחה. א שוואכע קאפ איז א ריזיגע חסרון און געווענליך איז עס א משפחה זאך.

אוודאי נישט יעדע מיידל וואס באקומט נישט קיין גוטע מארקס קומט עס וועגן א שוואכע קאפ, אמאל איז עס סתם ווייל זי האט נישט גענומען די גאנצע סקול אזוי ערנסט ווי ר' יום טוב זאגט, ס'איז אבער וויכטיג מברר צו זיין.
פארוואס איז א שוואכע קאפ איז א "ריזיגע" חסרון?
ווייל עס איז א חסרון אין פארשטאנד.
און עס גייט אריבער צו די קינדער. וואס אפילו אין פאל דו האלטסט אז ביי א מיידל איז בוק סמארט נישט וויכטיג וועסטו זיכער מודה זיין אז ביי א יונגל איז א שוואכע קאפ ממש א טראגעדיע.
אוועטאר
פראפעסאר
שר האלף
תגובות: 1079
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג דעצעמבער 22, 2023 1:01 am

Re: מיין מחותן וויל נישט נעמען מיין טאכטער‎

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראפעסאר »

נתאי הארבלי האט געשריבן: פרייטאג יולי 12, 2024 12:13 am

ביז זיין חתונה איז עס א טראגעדיע, און רוב מאל האט עס א השפעה פאר לייף
Letshelpothers האט געשריבן: מיטוואך יולי 31, 2024 8:26 pm
שלות הנפש איז נישט קיין דעיסטינעישן - עס איז דא יעצט.
אוועטאר
פרעזידענט
שר האלף
תגובות: 1397
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 22, 2009 11:20 pm

Re: מיין מחותן וויל נישט נעמען מיין טאכטער‎

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרעזידענט »

אונזערע באבעס און עלטער באבעס
פלעגן קנעטן, באקען, נייען אין קער נעמען פון די שטוב ווירטשאפט
זיי זענען געווען קלוגע באבעס!
די שענסטע מעטעמעטיקס זייערע איז געווען וויפיל ווייסע בונדלעך אין וויפיל ברוינע בונדלעך אינעם טשולענט
אין וויאזוי צו פארנייען א גארטעל פארן חתן!
וויפיל קאפיטלעך תהלים זיך צו אויסבעטן!
נו גוט, נו שוין!
לאנטש טיים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5368
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 02, 2022 1:46 pm

Re: מיין מחותן וויל נישט נעמען מיין טאכטער‎

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאנטש טיים »

מאנטאג אינדערפרי ברוך קומט אריין צום ארבעט ווי יעדן טאג, ער האלט יעצט אביסל נאך שנה ראשונה, ער ארבעט שוין דא זעקס חדשים אלס קאנסטראקשן מענעדזשער און האט שוין אנגעפירט אפאר גרויסע פראיעקטן, ער איז זייער צופרידן מיט זיין ארבעט און אזוי אויך זיין בעל הבית איז אויך צופרידן מיט די טיכטיגער אינגערמאן וואס האט ארויפגעברענגט זיין ביזנעס און טוט וואס דריי אנדערע וואלטן נישט געקענט טוהן, ברוך ווארט זיין בעל הבית זאל אים זאגן צו וועלכע דזשאב סייט ער זאל היינט גיין און אויך אדורכשמועסן די סקעדזשול פון די קומענדיגע וואך, אבער ווען זיין בעל הבית איז אריינגעקומען און אים געהייסן זיך אראפזעצן האט ער נישט געחלומט וואס ער גייט אים יעצט זאגן.

ער זאגט פאר ברוך, איך בין מורהדיג צופרידן פון דיין ארבעט דא לעצטע שטיק צייט אבער וועסט מיר דארפן מוחל זיין און איך דארף דיר אפזאגן פון די ארבעט ווייל איך בין היינט געוואר געווארן אז די נעגל פון דיין פינגער אויפן רעכטע פוס איז שיעף געוואקסן.

האלט איר אז די אויבענדערמאנטע איז גערעכט??

איך שרייב דאס מיט בלוט נאכן מיטהאלטן ווי א פראמינענטע שדכן וואס קען פערזענדליך א מיידל האט אנגערופן אנטראגן א געלונגענעם בחור א קליינע בעל מום פאר א מיידל, ווען די טאטע האט געעפענט א פאר אויגן ווי קומט הודו צו כוש האט די שדכן מסביר געווען אז די מיידל דארף אוועקקוקן ווייל זי איז נישט אקאדעמיקלי פערפעקט, און דער בחור דארף אויך אוועקקוקן, ווייל ער איז א בעל מום

מיין מעסעדזש איז…

הייבטס אן צו קוקן אויף די פנימיות פון דער מענטש און נישט אויף טעקניקעלס.

אוועטאר
פראפעסאר
שר האלף
תגובות: 1079
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג דעצעמבער 22, 2023 1:01 am

Re: מיין מחותן וויל נישט נעמען מיין טאכטער‎

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראפעסאר »

פרעזידענט האט געשריבן: פרייטאג יולי 12, 2024 12:17 am
אונזערע באבעס און עלטער באבעס
פלעגן קנעטן, באקען, נייען אין קער נעמען פון די שטוב ווירטשאפט
זיי זענען געווען קלוגע באבעס! ???????? א פייג פון קלוגשאפט, קוק ווי זייערע קינדער קוקן נעבעך אויס..
די שענסטע מעטעמעטיקס זייערע איז געווען וויפיל ווייסע בונדלעך אין וויפיל ברוינע בונדלעך אינעם טשולענט
אין וויאזוי צו פארנייען א גארטעל פארן חתן!
וויפיל קאפיטלעך תהלים זיך צו אויסבעטן!
Letshelpothers האט געשריבן: מיטוואך יולי 31, 2024 8:26 pm
שלות הנפש איז נישט קיין דעיסטינעישן - עס איז דא יעצט.
יודל קליין
שר האלף
תגובות: 1364
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 07, 2014 11:10 pm

Re: מיין מחותן וויל נישט נעמען מיין טאכטער‎

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודל קליין »

איך האב געהערט פון א פרינציפל פון א גרויסע היי סקול אז זי האט זיך קיין מאל נישט נאך געפרעגט אויף קיין שניר וואס פאר א סטודענט זי איז געווען אין סקול און אפילו ווען זי האט באקומען אינפארמעישאן אויף א מיידל אז זי איז געווען א שוואכע סטודענט אין סקול האט דאס נישט מעלה אדער מוריד געווען אינעם שידוך ווייל זי אלץ היי סקול פרינציפל פארשטייט זייער גוט אז דאס מאכט גארנישט אויס צו זי וועט זיין א גוטע ווייב אדער נישט און צו זי וועט זיין א גוטע מאמע אדער נישט.
זה הקטן גדול יהי'
אוועטאר
סענס אף יומער
שר האלפיים
תגובות: 2019
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 24, 2024 1:16 pm

Re: מיין מחותן וויל נישט נעמען מיין טאכטער‎

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סענס אף יומער »

גראדע האב איך געהערט פון איינע פון די גרעסטע היימישע שלום בית עסקנים, אז די מערסטע שלום בית פראבלעמען מאכן זיך דייקא ביי די הויך קלאסיגע פרויען, ווייל זיי האבן א שטארקע מיינונג אין יעדע ענין אין שטוב און זיי האבן ווייניגער הכנעה צום מאן - אזוי ווי ס'דארף באמת זיין. משא"כ ביי די מער פשוט'ערע מיידלעך הערשט א שלוות הנפש אין שטוב.
און ער האט מיר טאקע אויך געזאגט אז פאר זיינע זוהן נעמט ער ענדערש א פשוט'ע קינדערגארטן טיטשער ווי איידער א הויך שולע טיטשער וואס קען זיין מער א קאנטראלירער אין שטוב, און ער האט באמת קלוגע געלונגענע זוהן, און זיי אלע האבן גאר גוטע שלום בית ב"ה, און ער דאנקט די אייבערשטער אז ער האט דעם ריכטיגן דעת וויאזוי צוצוגיין צו דעם ענין
אותות ומופתים
שר האלף
תגובות: 1111
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 28, 2023 4:24 pm

Re: מיין מחותן וויל נישט נעמען מיין טאכטער‎

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אותות ומופתים »

פראפעסאר האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 11:38 pm
אותות ומופתים האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 5:42 pm
עס איז דא א צווייטע זייט צו די מטבע. אקאדעמיקס אליין איז נישט וויכטיג בכלל, עס מאכט זייער ווייניג אויס וויפיל היסטארישע דאטומען אדער נעמען פון שטעט זי האט געדענקט, פאר איר צוקונפטיגע פערפארמענס ווי א עקרת הבית.

פארט איז דא עפעס דערצו - אין די זעלבע וועג וואס פעסן א דעגרי מאכט אויס ביים באקומען א זשאב. עס זאגט פארן פאטענציאלן מחותן / ארבעטס געבער ווי נאריש/ קלוג די אנגעטראגענע(ר) איז, בהנחה אז אקאדעמיקס צייגט אויף די איי קיו לעוועל.

(היינט רעדט מען פון א EQ לעוועל אויך, וואס איז העכסט וויכטיג בפרט ווען מען רעדט פון רילעישאנשיפ'ס, אבער אויף דעם איז נישטא קיין גרינגע סטאנדארדייזט טעסטס וויאזוי דאס צו פעסטשטעלן).

יעצט, נישט יעדער ביי אונזער ציבור איז קלוג אין פירסט פלעיס, און אסאך זענען נישט מחשיב קיין חכמה. ביי א גרויסער עולם איז עס גאר פארדעכטיגט... אפגערעדט ביי פרויען, וואס עס איז גאגנבאר ביי מענער די לאזונג אז זי זאל ענדערש זיין א נכנע, א טויגליכע אין שטוב ארבעט, א בעלת צורה, אבער חכמה איז נישט הויך אויף די ליסטע.

ביי אנדערע ווידער, בפרט אין א פאל וואס דער מדובר איז אליינס א קלוגער פארשטענדליכער מענטש, און מען קוקט ארויס ער זאל קענען האבן א געהעריגע רילעישאנשיפ מיט זיין עזר כנגדו, נישט שפירן אז ער וואוינט מיט א שוטה'לע מיט וועמען ער האט גארנישט אין קאממאן, און קען זיך נישט פארשטיין, איז דאס גאר א וויכטיגע זאך צו וויסן.

סאם האו בין איך אבער חושד אז דא רעדט זיך נישט פון ממש אזא מציאות, עס איז מער אז פאר די קנאק און גלאנץ פונעם שידוך, צו שמועסן אז ער האט גענומען א מושלמת, איז וויכטיג זי זאל זיין אויך א 100-סטודענט. און דאס מאכט שוין טאקע נישט קיין סענס. (אויך מעגליך אז מען רעדט פון א מיידל וועלכע האט געווענליך באקומען 60 און 70 אויף איר טעסט און אוודאי נישט מער ווי 80, וואס דאס צייגט אז קלוגשאפט און פארשטאנד איז נישט ממש איר סטראנג סוט)
וואס האט קלוגשאפט אין טעסטס צוטון מיטן זיין קלוג אין רילעישנשיפ און חכמת החיים?? האסט אמאל געהערט פון בוק סמארט?
ריכטיג - איך שרייב דאך וועגן EQ אויכעט.

פארט איז דא א געוויסע פראצענט פון די באפעלקערונג וואס איז געבוירן קלוגער ווי רוב פון זייערע חברים, עס איז אזוי אין יעדע געזעלשאפט און עס איז אזוי ביי אונז אויך. נאכדעם איז דא די גאר נארישע. בעת די מענטשן אינדערמיט פונעם ספעקטרום קענען זיך מסתמא גרינג אויסקומען צווישן זיך טראץ א מערקבארע חילוק אין זייער חכמה, וויבאלד דאס זיין קלוג און שארף און א בר דעת איז נישט דוקא א העכסט וויכטיגע פריאריטעט פאר זיי, (און קאמאן סענס אזוי צו זאגן, חכמת החיים אקא 'מויל מאכער אין מקוה וואס רעדט מיט א זעלבסט זיכערקייט' איז זייער השגה פון דעם גאר גרויסן 'חכם'), וועלן זיי פארט האבן א פראבלעם מיט די גאר נארישע (און אפשר מיט די גאנץ קלוגע אויך... ששש), אבער פארגלייך דאס מיטן צוזאמען שטעלן א קלוגער בחור - פון די שפיץ 10 פראצענט אויפן חכמה לייטער - מיט א מיידל פון די אונטערשטע 10 פראצענט, און דאס זעלבע פארקערט אויך.
אוועטאר
א ווייסע ארבעטער
שר האלף
תגובות: 1826
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 19, 2021 10:21 am

Re: מיין מחותן וויל נישט נעמען מיין טאכטער‎

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א ווייסע ארבעטער »

סענס אף יומער האט געשריבן: פרייטאג יולי 12, 2024 1:18 am
גראדע האב איך געהערט פון איינע פון די גרעסטע היימישע שלום בית עסקנים, אז די מערסטע שלום בית פראבלעמען מאכן זיך דייקא ביי די הויך קלאסיגע פרויען,
און ביי די (וואס האלטן זיך פון) די הויך קלאסיגע מענער
כ'בין ביזי
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”