א אפענעם בריוו, צו הרב יחזקאל סגל לנדא
יחזקאל איז א בחור אזוי ווי אלע בחורים, איך מיין נישט ממש ווי אלע, ער איז דאך א מציון וואס הארעוועט על המחיה ועל הכתבים.
נאך גרויס מיה פון באמוטשענען זיין טאטע אז און א אמעריקא קען מען נישט לערנען און ממוז גיין צו דער ארץ אשר אבניה ברזל ומההריה תחצוב נחשת, וואס נאר דארט קען מען קונה זיין תורה צוליב דער אוירה דארעה מחכים, האט ער זיך ענדליך דארט געטראפען לערנען אויף א דיקע גמרא מסכת שבת פרק כל כתבי .
יחזקאל איז א חסידישע בחור וואס לערנט אין בריסק ביי רבי אברהם שׁאעה. יחזקאל גייט מיט א גרויסע וואלענע טלית קטן כשיער חזון איש און רייכערט אינדרויסען בשעתן זיין פארטיפט אין א שטיקל גרי"ז. דארט אין בריסק רופט מען די גרי"ז די רב מיט די ליטווישער הברה, און פון די רבי זי"ע ווערט די סאטמאר רב ז"ל
ווי אלע בחורים וואס מיטשענען זיך מיט ניסיונות איז אין ארץ ישראל נישט אנדערש ווי אויך דארט האט זיך יחזקאל געמוטשעט מיט זיין זיין פריוואטע נסיון פון זעלבסטמארד אבער ברוך השם דער אייבישטער האט געהאלפען מען האט זיך פון דעים אויך ארויסגעדרייט.
זייענדיג קרוב צו 6000 מייל אוועק פון דערהיים זייענדיג אינדרויסען פון דער באקס האט זיך ביינעים אין מח אנגעהויבען באשעווען אזאלכע מחשבות וואו שטייט מען דארף זיין א ווארימע איד?! דאס האט גורם געווען אז ער האט אנגעהויבן פאשענען און פרעמדע פעלדער. זיך אנגעהויבן דרייען צווישן גור און תולדות אהרן
פון דארטן האט נישט גענומען לאנג ביז מען האט אנגעהויבן מאכען נסיעות
א נסיעה קיין ירושלים מיט יחזקאל סגל לנדא - חלק א
א נסיעה קיין ירושלים מיט יחזקאל סגל לנדא - חלק ב
א נסיעה קיין ירושלים מיט יחזקאל סגל לנדא - חלק ג
א נסיעה קיין ירושלים מיט יחזקאל סגל לנדא - חלק ד
א נסיעה קיין ירושלים מיט יחזקאל סגל לנדא - חלק ה
דארט אין בריסק האבן זיך די מעיינות החכמה זיך געפענט צוזאמען מיט די אפענעם בריוו, צו מיין חברותא דוד
די אייבישטער האט אבער געהאלפען הבחור המושלם בכל המעלות איז א חתן געווארן אין חתונה געהאט קיין וויליאמסבורג.
דארט אין וויליאמסבורג האט ער שטארק געהאפט אז זיין נארוואס פרישע רעבעצן וועט מסכים זיין ארויפצוקומען וואוינען אויף ירושלים עיר הקודש. ארץ אשר עיני ה' אלוקיך דורש אותה תמיד. אבער יא, זיין רעבעצען האט גארנישט פארלוירען דארט.
בלית ברירה האט ער זיך אריינגעזעצט און א כולל, אבער סטויגט נישט, מען גייט לערנען דער עולם. מען האט זיך געזעצט שרייבען בריווען. דער ערשטע קרבן איז געווען א אפענעם בריוו, צום אינגערמאן מיט שמאלע הויזן דערנאך איז דער אגענט געפאלן א קרבן א אפענעם בריוו, צום "פרישן" לייף אינשורענס אגענט דערנאך איז דער אמעריקאנער מילך נישט גוט א אפענעם בריוו, צו "גאלדען פלאו" און פארוואס האט נר מצוה נישט געקענט דאס מאכן א אפענעם בריוו, צו "נר מצוה":
בלית ברירה בין איך מיר געגאנגען קויפן ברייטע הויזן ביז דער בריוו איז אנגעקומען. א אפענעם בריוו, צום אינגערמאן מיט "ברייטע הויזן":
עד כאן, די פאסט קעסטל איז שוין פיל. מיר נעמען מער נישט אן ביז א קומענדיגע געלעגענהייט.
רבי יחזקאל, סאיז נאר א ווערטל, איך קען אייך נישט (אפשר יא?) איר זענט אמתדיג א חשובער איד א תלמיד חכם מיט א לשון לימודים, א איד משכמו מלמעלה. ביטע עס אנעמען פאר כפרות עונות; געט א שמייכל און געגאנגען ווייטער!!