מיין לעצטיגע באזוך קיין גואטאמאלא חלק א'

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
ווייטאג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 449
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 15, 2021 4:48 pm

מיין לעצטיגע באזוך קיין גואטאמאלא חלק א'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייטאג »

אנגעהויבן האט זיך עס, מיט א מיסעד קאל פון הרה''צ ר' עזרא משה כאירה שליט''א.
ביי מיר איז א רוף פונעם דיין שליט''א גאר א גרויסע זכי'. מיטהאלטענדיג פון די נאנט, שוין פאר אזויפיל יארן, כולן שוין לטובה די עבודת הקודש וואס דער דיין שליט''א, לייגט אריין למען טובת הגירי צדק אין גואטעמאלא.

הרה''צ ר' עזרא משה כאירה שליט''א

איינע פון די הייליגקייטן וואס דער דיין ספעציאלזירט זיך, איז די ענין פון השתדלות און תוצאות. ער טוט השתדלות אפי' ער האט נישט קיין הו''א, צו קענען מסביר זיין וויאזוי דאס גייט קענען ברענגען תוצאות. לדוגמה די דיין רופט מיר אן דריי טעג פאר פסח, אז פינף טויזנט דאלער ווערד פון פלייש, וואס מען האט באשטעלט צו ברענגען פון מעקסיקא קיין גוואטעמאלע צו די גירים, האט געהאט א דילעי, און איז אנגעקומען שבת אנשטאט דאנערשטאג. ביז ס'איז אנגעקומען פון אירפארט צו די גירים איז שוין געווען זונטאג צופרי, און שטעלט זיך אליינס פאר וואס געשעט מיט פלײש וואס ליגט דריי עקסטערע טעג אינדרויסן פון פריזער.

רופט מיר די דיין און פרעגט מיר בזה הלשון: הרב ווייטאג דו האסט אפשר אן עצה איך האב נישט קיין פלייש פאר מיין גאנצע קהילה לכבוד יו''ט, האסט אפשר א המצאה וואס מ'קען טוהן?

אויב איך קען אים ווען נישט, וואלט איך זיך גענומען לאכן אויפן פלאץ הויעך אויפן קול. כ'מיין אהאם וואס קען איך טוהן? לעסט טיים איי טשעקעד קען איך נישט מחי' מתים זיין קיין פארדארבענע פלייש, און אפי' איך זאל שוין יא קענען גענוג גוט שחיטה, גיי איך מיר נאכאלץ נישט אויפהייבן דריי טעג פאר יו''ט צו גיין אהין שחט'ן טשיקענס. (פשוט ווייל אויב גיי איך יא האב איך נישט קיין סיבה אהיים צו קומען חוץ פאר א שחיטת הבית).

אבער קענענדיג דעם דיין מיט זיין השתדלות מהלך, האב איך אים אויסגעהערט און אנאלאזירט מיט אים די אפשר'דיגע המצאות וואס מ'קען טוהן. און גלייבטס מיר נאך יענע נאכט איז שוין די פלייש אויף יו''ט געליגן ביי די גירי הצדק אינדערהיים. אזוי ארבעט עס ביי הרב כאירה ער טוט זיין השתדלות און זאכן געשען.

ממילא ווען איך האב א מיסעד קאל, פונעם דיין שליט''א ווייס איך אז עפעס וויכטיג איז אויף די אגענדע.

רוף מיר שנעל צוריק דעם דיין, אן קיין הקדמות זאגט מיר די דיין, אז ער שפירט אז די קהילת הגרים קענען נוצן אביסל חיזוק, אפשר וואלט איך מסכים געווען זיך צו אריבער כאפן פאר א שבת זיי מחזק זיין, ער וויל דווקא אני הקטן זאל גיין ווייל למעשה בין איך גוט מיט די גאנצע קהילה נאך פון מיינע פריערדיגע נסיעות, און א פיינעם ספאניש האב איך שוין אויך קונה געווען מיט די יארן (איך קען שוין מן הסתם צוועלף ווערטער).

דא בין איך תיכף אריינגעפאלן אין א פארלעגנהייט, ווייל בעצם האט שוין מיין אידענע פארבאטן מיינע אפטע נשיאות, כ'מיין ס'דא א שיעור ווי אפט זי קען זיין א לעבעדיגע עגונה פארלאזט אין ניו יארק. (איך פארשטיי איר גראדע ווייל ווען איך פאר אוועק עסט זי סאפיר ביי איר מאמע, און איך קען אייך זאגן אז לויט מיין עקספיריענס איז עס גאנץ אומ'באטעמ'ט),

מען האט שוין געהאט באשלאסן אז איך פאר נאר איינס צוויי דריי מאל א יאר (אדער א האלבע יאר איך געדענק שוין נישט פונקטליך),
און ס'מעג אויך זיין נאר אין א נישט אנגעשטרענגטע צייט (וואס דאס מיינט, ווייס איך נאכנישט פונקטליך),אדער ווען זי איז א קימפעטארין אין אשת חיל (וויינען קען מען דאך אויפן טעלעפאון אויך, סאו וואס א חילוק ווי איך בין בשעת מעשה?). בקיצור כ'האב גלייך אפגעשאצט אז אויבנאויף איז יעצט א אנגעשטרענגטע צייט, ממילא איז נישט דא פון וואס צו רעדן.

האב איך געזאגט פארן דיין מ'וועל מיר עס איבערטראכטן.

גראדע פאר מיר האט פיין געשמעקט צו פארן מחמת כמה טעמים, די עיקר ווייל למעשה בין איך שוין נישט געווען דארט פאר באלד א האלבע יאר, און איך בענק זיך צו די חברה און די מצב דארט.

ב''ה דער אייבערשטער האט מיר חונן דעת געווען מיט א געניאלער איינפאל, האב איך געפרעגט אין שטוב וואס זי האלט צו אפשר איז צייט אונז זאלן גיין אויף א שטיקל וואקאציע (ס'דאך אנגעשטרענגט ניין?) און פארגעלייגט מיין המצאה, אפשר גיי מיר צוזאמען פאר א שבת קיין גוואטעמאלע?

למעשה איך פאר שוין אהין פאר יארן, אפשר איז שוין צייט זי זאל זעהן וואס איך טוה דארטן, און וואס טוט זיך דארטן?

נאך פארשידענע קווענקלענישן (איבער די הינט, און די בעיבי, און בערג קריכן, וכהנה רבות כמו שיבואר להלן) איז געבליבן אז מ'גייט מיר עס געבן א טריי.

קיין גליקליכער ווי מיר, און קיין אנגעצוינער ווי זי, איז נישט געווען אויף דער וועלט.

איך מיין אז איך וועל איבערהיפן רוב הכנות, ווייל דאס קענט עטס אלע אליינס מיטהאלטן ביי ענק אין שטוב, ווען מ'גרייט זיך אויף א נסיעה (הגם אז דא איז עס געקומען אין באגלייטונג פון א מיליאן ספיקות מצדה, פונקטליך וויאזוי גייט מען פארן פון עירפארט צו די קהילה? און וואס מ'טוט אויב א הונט לויפט נאך? און פון ווי מ'גייט האבן א גאפל צו צוקוועטשען די אייער? און ווער גייט זיין איר קאמפעני? ועוד ועוד)
עכ''פ האט מען איינגעפאקט רוב עסן פאר שבת חוץ פון עסן וואס מ'קען דארטן באקומען ווי לדוגמא אייער און צוויבל, רויע פלייש און באנדלעך פאר טשולענט האב מיר אויך איינגעפאקט, אבער גוט גוט שטארק באהאלטן ווייל די חברה דארטן ביים גרעניץ פירן א געפערליכע מערכה מיט רויע עסן, אסאך ר' ישיע'לעס האב איך שוין אינזין געהאט בשעת די הונגעריגע אנטעסעמיטן ביים גרעניץ שמייסן אויף מיינע אונטערוועש זיכענדיג פאר מיינע פצעי פיסלעך.

אקעי חברה לאז מיר יעצט דא, אז איך באקום שיינע פידבעק גיי מיר ווייטער בקרוב אז נישט האטס מיר א גוטן טאג.

חלק ב' עי' דא
לעצט פארראכטן דורך ווייטאג אום מאנטאג יולי 15, 2024 12:28 pm, פארראכטן געווארן 8 מאל.
פיאקער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 359
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 07, 2022 12:26 pm

Re: מיין לעצטיגע באזוך קיין גואטאמאלא חלק א'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיאקער »

האסט לעצטנס אסאך מיסד קאלס.
בעסער הייב אויף, וועסטו נישט מיסן אזוי סאך קאלס...
נעווער סעי: נעווער סעי נעווער...
גראבע ליגנער
שר מאה
תגובות: 180
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יאנואר 06, 2024 9:19 pm

Re: מיין לעצטיגע באזוך קיין גואטאמאלא חלק א'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראבע ליגנער »

ביטע נישט סטראשענען....

ס'קען וויי טוהן...
מדבר שקר תרחק!
אוועטאר
יקל פעדער
שר האלף
תגובות: 1924
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 05, 2024 1:42 pm
לאקאציע:צווייטע שטיבל פון די לינקע זייט

Re: מיין לעצטיגע באזוך קיין גואטאמאלא חלק א'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקל פעדער »

איך וויל דיר געבן פידבעק, אבער כ׳דארף אויך א גוטע טאג…

הרב @ווייטאג לאקינג פארווערד.
יאנאש האט געשריבן: זונטאג מארטש 31, 2024 8:59 am
יקל, דו שרייבסט זעהר פיין!
וואו איז מאניש חיריק?
אוועטאר
ווייטאג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 449
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 15, 2021 4:48 pm

Re: מיין לעצטיגע באזוך קיין גואטאמאלא חלק א'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייטאג »

יקל פעדער האט געשריבן: זונטאג יולי 14, 2024 4:36 pm
איך וויל דיר געבן פידבעק, אבער כ׳דארף אויך א גוטע טאג…

הרב @ווייטאג לאקינג פארווערד.
נא זאלסטו האבן א גוטן טאג
אוועטאר
גדל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3129
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 27, 2019 9:39 pm

Re: מיין לעצטיגע באזוך קיין גואטאמאלא חלק א'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גדל »

זייער אינטרסענט בפרט די לעקצעיס און שלום בית ....
וויכטיג מאכער האט געשריבן: מיטוואך יולי 24, 2024 2:13 pm
ברענג מיר טשארטס אז עכט איז די עקאנעמי געוואקסן... הו קעירס טשארטס??!! טשעיס נעמט עס נישט אן...
אוועטאר
ווייטאג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 449
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 15, 2021 4:48 pm

Re: מיין לעצטיגע באזוך קיין גואטאמאלא חלק א'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייטאג »

גדל האט געשריבן: זונטאג יולי 14, 2024 5:02 pm
זייער אינטרסענט בפרט די לעקצעיס און שלום בית ....
איך האב שוין געשריבן אויף שלום בית דירעקט עי' בהמפתח ותמצא נחת
אוועטאר
ערד_עפל
שר חמש מאות
תגובות: 921
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 19, 2022 2:24 pm

Re: מיין לעצטיגע באזוך קיין גואטאמאלא חלק א'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערד_עפל »

@ווייטאג דו ביסט פיינע נייעס, האמיר נישט געוואוסט וואסערע אוצר אונז האמיר דא. פארוואס רופט מיך קיינער נישט קיין גוואטעמאלא?

נ.ב. מאך זיכער אז די דיין שליט"א געפינט נישט אויס אז די גוואטעמאלא משפיע שרייבט אויף אייוועלט...
אוועטאר
גדל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3129
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 27, 2019 9:39 pm

Re: מיין לעצטיגע באזוך קיין גואטאמאלא חלק א'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גדל »

ווייטאג האט געשריבן: זונטאג יולי 14, 2024 5:03 pm
גדל האט געשריבן: זונטאג יולי 14, 2024 5:02 pm
זייער אינטרסענט בפרט די לעקצעיס און שלום בית ....
איך האב שוין געשריבן אויף שלום בית דירעקט עי' בהמפתח ותמצא נחת
אימדערקעט ליינט זיך באטמטער פון דירעקט
וויכטיג מאכער האט געשריבן: מיטוואך יולי 24, 2024 2:13 pm
ברענג מיר טשארטס אז עכט איז די עקאנעמי געוואקסן... הו קעירס טשארטס??!! טשעיס נעמט עס נישט אן...
אוועטאר
ואחד בלב
שר העשר
תגובות: 22
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 09, 2024 11:13 pm

Re: מיין לעצטיגע באזוך קיין גואטאמאלא חלק א'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ואחד בלב »

די גואטמאלא אידן זענען ספרדים ?
אחד בפה ואחד בלב ובלבד שיכוון לבו לשמים
אוועטאר
בריטיש עירוועיס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4372
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 12, 2023 7:42 pm
לאקאציע:פליגער

Re: מיין לעצטיגע באזוך קיין גואטאמאלא חלק א'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בריטיש עירוועיס »

ואחד בלב האט געשריבן: זונטאג יולי 14, 2024 5:26 pm
די גואטמאלא אידן זענען ספרדים ?
גרים

היספאנישע
אוועטאר
ואחד בלב
שר העשר
תגובות: 22
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 09, 2024 11:13 pm

Re: מיין לעצטיגע באזוך קיין גואטאמאלא חלק א'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ואחד בלב »

בריטיש עירוועיס האט געשריבן: זונטאג יולי 14, 2024 5:29 pm
ואחד בלב האט געשריבן: זונטאג יולי 14, 2024 5:26 pm
די גואטמאלא אידן זענען ספרדים ?
גרים
די כאירא איז א גר ???

ואחד בלב האט געשריבן: זונטאג יולי 14, 2024 5:31 pm
בריטיש עירוועיס האט געשריבן: זונטאג יולי 14, 2024 5:29 pm
ואחד בלב האט געשריבן: זונטאג יולי 14, 2024 5:26 pm
די גואטמאלא אידן זענען ספרדים ?
גרים
די כאירא איז א גר ???
ניין

מיוצאי ספרד

שטאמט פון ארגענטינא

ער איז א דיין ביי סאטמאר מהר"א אין וויליאמסבורג
לעצט פארראכטן דורך בריטיש עירוועיס אום זונטאג יולי 14, 2024 5:33 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
ואחד בלב
שר העשר
תגובות: 22
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 09, 2024 11:13 pm

Re: מיין לעצטיגע באזוך קיין גואטאמאלא חלק א'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ואחד בלב »

בריטיש עירוועיס האט געשריבן: זונטאג יולי 14, 2024 5:32 pm
ואחד בלב האט געשריבן: זונטאג יולי 14, 2024 5:31 pm
בריטיש עירוועיס האט געשריבן: זונטאג יולי 14, 2024 5:29 pm
ואחד בלב האט געשריבן: זונטאג יולי 14, 2024 5:26 pm
די גואטמאלא אידן זענען ספרדים ?
גרים
די כאירא איז א גר ???
ניין

מיוצאי ספדר

שטאמט פון ארגענטינא

ער איז א דיין ביי סאטמאר מהר"א אין וויליאמסבורג
אה איך האב געמאכט א מיש מאש
אחד בפה ואחד בלב ובלבד שיכוון לבו לשמים
אוועטאר
ווייטאג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 449
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 15, 2021 4:48 pm

Re: מיין לעצטיגע באזוך קיין גואטאמאלא חלק א'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייטאג »

ואחד בלב האט געשריבן: זונטאג יולי 14, 2024 5:33 pm
בריטיש עירוועיס האט געשריבן: זונטאג יולי 14, 2024 5:32 pm
ואחד בלב האט געשריבן: זונטאג יולי 14, 2024 5:31 pm
בריטיש עירוועיס האט געשריבן: זונטאג יולי 14, 2024 5:29 pm
ואחד בלב האט געשריבן: זונטאג יולי 14, 2024 5:26 pm
די גואטמאלא אידן זענען ספרדים ?
גרים
די כאירא איז א גר ???
ניין

מיוצאי ספדר

שטאמט פון ארגענטינא

ער איז א דיין ביי סאטמאר מהר"א אין וויליאמסבורג
אה איך האב געמאכט א מיש מאש
יא דארף מיר נאך איין טאג מאכן אן עקסטערע באשרייבונג איבערן דיין זעלבסט אי''ה יבוא יומו
אוועטאר
ווייטאג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 449
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 15, 2021 4:48 pm

Re: מיין לעצטיגע באזוך קיין גואטאמאלא חלק א'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייטאג »

גדל האט געשריבן: זונטאג יולי 14, 2024 5:24 pm
ווייטאג האט געשריבן: זונטאג יולי 14, 2024 5:03 pm
גדל האט געשריבן: זונטאג יולי 14, 2024 5:02 pm
זייער אינטרסענט בפרט די לעקצעיס און שלום בית ....
איך האב שוין געשריבן אויף שלום בית דירעקט עי' בהמפתח ותמצא נחת
אימדערקעט ליינט זיך באטמטער פון דירעקט
אקעי גוטע איידיע שכח פארן איינמעלדן
גוואטעמאלא
שר חמישים
תגובות: 52
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 13, 2021 6:56 pm

Re: מיין לעצטיגע באזוך קיין גואטאמאלא חלק א'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גוואטעמאלא »

הו הא, שפירט זיך היימיש דא...
@ווייטאג זיי ממשיך ביטע. יעדעס ווארט צום באלעקן.

אינטערסאנט נאך א שבת מיט די בני הקהילה ביסטו נאך פאר'ווייטאג'ט...

איך האב מיר גאר אסאך געלערנט, און פארשטאנען נאכן פארוויילן א שבת דארט.

מיר ווארטן אויף המשך...
געלאסענע איילבירט
שר מאה
תגובות: 155
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 23, 2023 8:02 pm

Re: מיין לעצטיגע באזוך קיין גואטאמאלא חלק א'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלאסענע איילבירט »

we wont more @ווייטאג
אוועטאר
ערד_עפל
שר חמש מאות
תגובות: 921
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 19, 2022 2:24 pm

Re: מיין לעצטיגע באזוך קיין גואטאמאלא חלק א'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערד_עפל »

ווייטאג האט געשריבן: זונטאג יולי 14, 2024 6:15 pm
יא דארף מיר נאך איין טאג מאכן אן עקסטערע באשרייבונג איבערן דיין זעלבסט אי''ה יבוא יומו
הייסט עס די גאנצע זאך איז א ווילדע פאבריקאציע פון דיין אמעדשענאציע?

ווי קומסטו אן צו דעם דיין? ביסט א בעל דרשן בכלל אז מ'רופט דיך צו גוואטעמאלא?

כ'וויל נאר זיכער מאכן אז אונז האמיר נישט אברהם מרדכי מלאך דא אויף אייוועלט...
אוועטאר
ווייטאג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 449
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 15, 2021 4:48 pm

Re: מיין לעצטיגע באזוך קיין גואטאמאלא חלק א'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייטאג »

ערד_עפל האט געשריבן: זונטאג יולי 14, 2024 8:32 pm
ווייטאג האט געשריבן: זונטאג יולי 14, 2024 6:15 pm
יא דארף מיר נאך איין טאג מאכן אן עקסטערע באשרייבונג איבערן דיין זעלבסט אי''ה יבוא יומו
הייסט עס די גאנצע זאך איז א ווילדע פאבריקאציע פון דיין אמעדשענאציע?

ווי קומסטו אן צו דעם דיין? ביסט א בעל דרשן בכלל אז מ'רופט דיך צו גוואטעמאלא?

כ'וויל נאר זיכער מאכן אז אונז האמיר נישט אברהם מרדכי מלאך דא אויף אייוועלט...
יעדעס ווארט אמת ויציב
אוועטאר
ווייטאג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 449
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 15, 2021 4:48 pm

Re: מיין לעצטיגע באזוך קיין גואטאמאלא חלק א'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייטאג »

געלאסענע איילבירט האט געשריבן: זונטאג יולי 14, 2024 8:12 pm
we wont more @ווייטאג
דער עולם דארף זיך אנרופן ווארעמער אויב דארף מען א חלק ב'
ישיש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 412
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 6:18 pm

Re: מיין לעצטיגע באזוך קיין גואטאמאלא חלק א'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישיש »

שוין לאנג געחלומ'ט פין מאכן אזא נסיעלה'ע/וואקאציע, קעמער קוים ווארטן צו ליינען
אוועטאר
ווייטאג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 449
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 15, 2021 4:48 pm

Re: מיין לעצטיגע באזוך קיין גואטאמאלא חלק א'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייטאג »

ישיש האט געשריבן: זונטאג יולי 14, 2024 10:10 pm
שוין לאנג געחלומ'ט פין מאכן אזא נסיעלה'ע/וואקאציע, קעמער קוים ווארטן צו ליינען
קודם געב א לייק און ווארט אויף חלק ב' מיט פאטאס
אוועטאר
ווייטאג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 449
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 15, 2021 4:48 pm

Re: מיין לעצטיגע באזוך קיין גואטאמאלא חלק א'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייטאג »

פיאקער האט געשריבן: זונטאג יולי 14, 2024 4:17 pm
האסט לעצטנס אסאך מיסד קאלס.
בעסער הייב אויף, וועסטו נישט מיסן אזוי סאך קאלס...
איך בין א כולל אינגערמאן איך הייב נישט אויף אינמיטן כולל ב''ה
אוועטאר
חברונער
שר האלפיים
תגובות: 2743
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 04, 2022 10:04 pm
לאקאציע:בדרך לצידון

Re: מיין לעצטיגע באזוך קיין גואטאמאלא חלק א'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חברונער »

זייער אינטערסאנט !!!

שכויח @ווייטאג !!!
אידן פאר העריס - טשיקענס פאר ערב יו''כ.
די גלעזל איז ריין, כ'האב נארוואס געזעהן א איד טרינקען פון דעם.
זלמן ווידער, עס איז נישט דא אזא זאך 'חאן יונס מיליטאנטן'.

אקטאובער 7 סורפרייז - דריי קוילן ביים ראלי
מלחמה מיט לבנון - אהבת ישראל
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”