בזיונות ביי שלש סעודות/ פארוואס גייסטו אין כולל/ מיין באגעגעניש מיטן באס פונעם ראוד

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
יש משהו
שר האלפיים
תגובות: 2197
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 13, 2023 10:47 am

בזיונות ביי שלש סעודות/ פארוואס גייסטו אין כולל/ מיין באגעגעניש מיטן באס פונעם ראוד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש משהו »

1/ לא תבושי
בזיונות איז גאר אן אומבא'טעמ'טער ארטיקל, קיינער וואונטשט זיך עס נישט, און זיכער נישט ווען עס קומט פון דיין בעסטע חבר, און אוודאי נישט ווען ס'איז פאר אפאר גוטע אנדערע חברים וואס זיצן צוזאמען מיט דיר ביי שלש סעודות (אנדערע וואלטן געשריבן 'שאלעשידעס'.... נאר איך בין נישט אזוי קאמפטיבעל מיט דעם). אבער אז ס'איז באשערט....

שלש סעודות, ביי אונז אין ביהמ"ד, מער פון אנהייב (נאך פאר מ'זינגט, נאך אינמיטן שמועסן.) עפעס האט מען אזוי ארומגערעדט וועגן איינער פון די יונגעלייט ביי אונז וואס גייט עפענען עפעס א ביזנעס, איך האב וועגן טעכנאלאגישע סיבות (שוין באשריבן דא viewtopic.php?t=70030 וועגן די ווארט טעכנעלאגישע) נישט געוואוסט דערפון, האב איך מיר דערוואגט צו פרעגן איינע פון די חברה, 'וואס גייט פאר? וואס וויל ער עפענען? איך ווייס גארנישט דערפון!?', כ'מיין אז ס'איז נאך גאנץ א נארמאלע שאלה צו פרעגן, ווען ס'דא א קופקע איבער עפעס א געוויסע נושא און די ווייסט נישט דערפון. און בין נישט יעצט באגאנגען עפעס א ברוטאלע עוולה פון אנפרעגן יענעם, וואס גייט פאר. אבער, ביני לביני האט זיך מיין חבר נעבן מיר געגעבן א רוף אן 'קומסט נישט אין כולל, ווייסטו גארנישט!'

לאמיר איין מינוט מקדים זיין. די אלע חברים מיינער פון יענער טיש וואס מ’האט דורכגערעדט די נושא, לערנען אין כולל, די כולל פון אונזער קהילה. איך גראדע האב אויך געלערנט דארט (איך ווייס נישט ממש צו איך האב 'געלערנט' דארט, אבער זיך געדרייט דארט, און געטרינקען קאווע און גערייכערט צוגארעטלעך האב איך זיכער יא), און איך האב אפילו געלערנט מיט מיין גוטע חבר וואס ער האט מיר טאקע פארגעהאלטן אז בזכות איך קום נישט - ווייס איך נישט די נייעס. נאר וואס, וויבאלד איך האב געזען אז די כולל ברענגט מיר נישט גוטע ניצן, בין איך ארויס באצייטנס און איך האב אנגעהויבן ארבעטן. אנפאנג נאר 2-3 שעה א טאג. און היינט ארבעט איך שוין ב"ה 8 שעה א טאג. אבער מיינע חברים זענען א חלק יא געבליבן, און ווי געשמועסט די אויבנדערמאנטע קופקע איז געווען דארט 3 חברים מיינע וואס זענען נאך יא אין כולל.

איז לאמיר צוריקגיין. איך בין געווארן אביסל פארלוירן, און איך האב נישט עכט געהאט וואס צו ענטפערן, היות די שמועס איז א נושא וואס א גאנצע וואך קאכט זיך שוין אויף קעסל און כלים אין כולל, סאו, די, וואס די ארבעטסט נעבעך א גאנצע וואך, ווייסט נישט די נייעס, און פרעג נישט יעצט וואס גייט פאר - דאס האט ער בעצם געמיינט צו זאגן. יו אר בעק טא דעיט. ער האט בכלל נישט געמיינט קיין שלעכטס, ער האט עס בעצם געמיינט מער פאר א ווערטל, אבער די מציאות איז געווען אז אלע זענען געווארן שטיל, ובתוכם אני, און די מצב איז געווען גאר אומאנגענעם. איינער האט מיר נאך שנעל געבעטן א ברכה - היות איך בין געווארן פארשעמט - און איך האב אינזין געהאט א חבר מיינע, וואס האט נאכנישט קיין קינדער. איך האב אים גארנישט געענטפערט, ערשטנס וועגן ס'שטייט אז מ'זאל זיין פון די נעלבים ואינם עולבים (ס'ליגט מיר נאך ביז היינט אין די ביינער פון מיין ראש ישיבה אין ישיבה קטנה ווי ער פלעגט זאגן, "א מענטש דארף שטענדיג מיטנעמען מיט זיך א חומש'ל!חומש איז ראשי תיבות, ש'ומעים ח'רפתם ו'אינם מ'שיבים!" ער האט עס אזוי אריינגעבאקן אין מיר, און ב"ה איך האב שוין אפאר מאל געהאט די זכיה עס צו מקיים זיין). און צווייטנס וועגן איך האב נישט געהאט עכטיג וואס אים צו ענטפערן....

שוין, מ'איז אריבער א נושא, ער האט מיר איבערגעבעטן איך האב אים גלייך מוחל געווען, ושלום על ישראל. מזל טוב.

2// פארוואס גייסטו אין כולל?

און דא וויל איך צוקומען צום מעין נושא. מילא בושות, שוין מ'האט שוין געהערט/געהאט אזאנס. מ'שלינגט אראפ און מ'מאכט א נאך ברכה. אבער דא קום איך מיט א קליינע טענה'לע. אפשר נישט ריכטיג, אבער דאך באדערט מיר עס.
פארוואס ביסטו אין כולל?? צו לערנען אדער שמועסן? כ'מיין, כ'פארשטיי אז מ'לערנט און מ'שמועסט אביסל, נאו פראבלעם, געזונטערהייט. אבער פאר דעם האב איך געדארפט בלייבן אין כולל?! כדאי אז ווען מיין חבר עפענט א ביזנעס, וואס גראדע וויל ער נישט אז מ'זאל וויסן און רעדן דערפון, זאל איך עס יא וויסן? און דורכטון און אויספארשן יענעמס פריוואטע ענינים?! פארדעם האב איך געדארפט בלייבן?! אלע קופקעס, אלע לשון הרע'ס און בארעדאכטצן אויף א צווייטע וואס קומט אלס פאר - פארדעם האב איך געדארפט בלייבן?! מילא מ'טוט דורך עפעס א הלכה אין הלכות בורר און איך ווייס נישט דערפון, קען איך פארשטיין אז די ביסט הבא בטענה, קום אין כולל. אבער ווייל איך ווייס נישט די נייעס, וועגן דעם האב איך געדארפט קומען אין כולל?

נישט ווייל איך קום נישט אין כולל מיינט נישט אז איך בין שוואכער ווי דיר, זיכער נישט אויב ס'איז וועגן ס'פעלט מיר אפאר וויכטיגע לשון הרע'לעך וואס איך ווייס נישט.

איך האב ח"ו אויף קיינעם א טענה, ס'נאר א נקודה למחשבה פאר די כולל יונגעלייט.

3/// מיין שרעקעדיגע בליץ-סעקונדע באגעגעניש מיטן 'באס פון די ראוד'

היות מארגן מאך איך אי"ה א ברית פאר מיין צדיק'ל, האב איך היינט געוואלט מאכן א קרי"ש ליינען. האב איך גערופן עפעס א כיתה, און איך אליין האב געדארפט צופארן און אויך מיטנעמען אפאר קינדער אין מיין קאר. די כיתה איז 20 יונגלעך קע"ה, און די רבי'ס האבן נאר א 7-8 סיעטער, האב איך געדארפט קומען און נעמען 4 יונגלעך אין מיין קאר. איך האב זיי אלע 4 אריינגעלייגט אין קאר אין סיעטבעלטעט, אבער דאך בין איך געווען אביסל נערוועז, וויבאלד עכט טאר איך נאר נעמען 3 אין די בעק און נישט 4.

וועג אהין, איז ב"ה אריבער בשלום, מ'האט געליינט קרי"ש מיט המלאך, מ'האט געטיילט פעקעלעך, און מ'איז צוריק אריין אין קאר, צוגעבינדען און געפארן! א מינוט נאכן ארויספארן שטיי איך ביי א רויטלייט, פארזינקען אין מיינע פחדים, ווען פלוצלינג קלאפט איינער שטארק אויפן פענסטער, איך געב א בליק ארויס און איך זע א גוי מיט א געלע וועסט. רבונו של עולם. מיינע ציינער האבן זיך געגעבן שלום עליכם, און מיין הארץ האט אנגעהויבן זעצן שטערקער ווי האמער, ווען ביז וואס-ווען-ווי באמערק איך אז די גוי האט מיין הוט אין זיין האנט. רבש"ע! ווי קומט ער אן מיט מיין הוט?? וואס טוט א יידיש הוט און א גויאיש האנט? קודם האב איך שנעל געעפנט די פענסטער און ער האט עס אריינגעלייגט, און איך האב מיר באדאנקט. ווען גלייך נאכדעם האב איך געכאפט, אז בשעת איך בין געווען ביזי צוצובינדן די צאן קדשים, האב איך ארויפגעלייגט מיין הוט אויפן דאך פונעם קאר, און ווי עס שיינט, האב איך עס דארט פארגעסן. די גוי, קען זיין אז ער איז פון די חסידי אומות העולם - נאכנישט זיכער, וואס איז געווען אין א טראק ביהיינד מי, האט עס באמערקט איז ער מיר געקומען טון א חסד של אמת, און מיר געגעבן דאס הוט בשעת ס'געווען רויט. ווען נישט דעם, קען זיין איך וואלט שוין ארומשפאצירט מיט א שפאגל-נייע 340 דאללער'דיגע הוט. (זעט אויס ס'נישט געווען באשערט....)

ווען איך פאר ווייטער, האבן די 3 יעריגע יונגעלעך אנגעהויבן שמועסן בנוגע די פערזאן, און איינער געט זיך א רוף אן, "ס'נישט א פאליס, ס'איז די באס פון די ראוד".... שוין, בין איך היינט ארויף א ראנג אין מיין קאריערע, נאכן באגעגענען די באס פונעם ראוד. וואס ס'טוט מיר וויי, אז איך האב אים געוואלט בעטן אפאר זאכן (בעיקר ער זאל מאכן מער פארקינג אויף מיין גאס ווייל איך פלאג מיר טעגליך מיט דעם) וואס ער זאל פאררעכטן, א שאד איך האב נישט געוואוסט פארדעם....
די עבר איז - זכרונות,
די עתיד איז - דמיונות,
די הווה איז - נסיונות.


א בריוו צו דיר, מיין פריש געבוירן קינד

אניווערסערי? אשת חיל האט יומולדת? שיקט א רינגל פאר'ן כלה?
גראמען גמ"ח
אוועטאר
אינגעלע
שר חמש מאות
תגובות: 595
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 19, 2022 1:33 am

Re: בזיונות ביי שלש סעודות/ פארוואס גייסטו אין כולל/ מיין באגעגעניש מיטן באס פונעם ראוד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינגעלע »

/
לעצט פארראכטן דורך אינגעלע אום מאנטאג יולי 15, 2024 2:56 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
יש משהו
שר האלפיים
תגובות: 2197
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 13, 2023 10:47 am

Re: בזיונות ביי שלש סעודות/ פארוואס גייסטו אין כולל/ מיין באגעגעניש מיטן באס פונעם ראוד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש משהו »

/
לעצט פארראכטן דורך יש משהו אום מאנטאג יולי 15, 2024 2:58 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
די עבר איז - זכרונות,
די עתיד איז - דמיונות,
די הווה איז - נסיונות.


א בריוו צו דיר, מיין פריש געבוירן קינד

אניווערסערי? אשת חיל האט יומולדת? שיקט א רינגל פאר'ן כלה?
גראמען גמ"ח
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17742
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: בזיונות ביי שלש סעודות/ פארוואס גייסטו אין כולל/ מיין באגעגעניש מיטן באס פונעם ראוד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

וואס איז די שייכות צווישן די דריי מאמרים..


מן הסתם עשה"כ שש אנכי על אמרתך כמוצא שלל רב.. וואס חז"ל דרש'נען עס אויף מצות מילה.. און אויפ'ן וועג איז געווען מוצא שלל רב (ס'העט בעסער שטימען ווען א הוט ווען שוין קאסטן 360 כמספר של"ל..)..

וכן ש"ש אנכי על אמרתך איז אויך מרומז די רייד ביי ש'אלע ש'ידעס (וואס דו גלייכסט נישט..).

און אויך די כולל יונגעלייט וואס בין גברא לגברא צווישן שש אנכי על אמרתך.. מאכן זיי ביזנעסער און שלל רב..


און אמר"ש.. מזל טוב!
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
ערד_עפל
שר חמש מאות
תגובות: 907
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 19, 2022 2:24 pm

Re: בזיונות ביי שלש סעודות/ פארוואס גייסטו אין כולל/ מיין באגעגעניש מיטן באס פונעם ראוד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערד_עפל »

@יש משהו דו האסט זייער א נאטירליכע שריפט.

דו פראבירסט נישט צו זיין 'שרייבעריש' אדער 'פראפעשענאל', נאר דו שרייבסט פליסיג און געשמאק און וועגן דעם ליינען זיך דיינע זאכן געשמאק און קלאר.

דערמאנסט מיך אביסל פון @ווייטאג 😥(אקעי איים געטינג עמאושענעל היר, איי דאונסט וואנט טא סטארט קרייאינג אין פאבליק)
חיים שתקן האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 02, 2022 2:30 pm
שרייטס אלע: ערד פערד, עפל קרעפל, ערד פערד, עפל קרעפל...
אוועטאר
בן גלאדעש
שר מאה
תגובות: 132
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 09, 2024 8:45 pm
לאקאציע:אין ווינקל

Re: בזיונות ביי שלש סעודות/ פארוואס גייסטו אין כולל/ מיין באגעגעניש מיטן באס פונעם ראוד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן גלאדעש »

ערד_עפל האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2024 8:43 pm
@יש משהו דו האסט זייער א נאטירליכע שריפט.

דו פראבירסט נישט צו זיין 'שרייבעריש' אדער 'פראפעשענאל', נאר דו שרייבסט פליסיג און געשמאק און וועגן דעם ליינען זיך דיינע זאכן געשמאק און קלאר.

דערמאנסט מיך אביסל פון @ווייטאג😥(אקעי איים געטינג עמאושענעל היר, איי דאונסט וואנט טא סטארט קרייאינג אין פאבליק)
אי"י עגר"י!!!
@ווייטאג ס'בענקט זיך...
@יש משהו נאדיר פאר דער ארטיקל
why drink and drive when you can smoke and fly
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”