אמעריקע'ס באשעפער
אין אלט-אמעריקע און היינט בעיקר ביי די קאנסערוואטיוון וועט מען ענטפערן אז 'גאד' האט באשאפן אלעס. גאד בלעס אמעריקע. אין גאד ווי טראסט.
וואס שטערט מיר איז אז ביים היימישן עולם פאלט מען פאר דעם. ווען דער אמעריקאנער רעדט פון גאד, קען זיך דאכטן אז פשיהא, ער איז א היימישער... ווען אין פאקט האבן זיי מיט'ן בוכ"ע קיין שייכות, זיי זענען עובדי ע"ז ווי אלע קריסטן-קאטאליקן אין אלע דורות, און אז דער אויבערשטער וועט זיי אליינס הייסן צו לייגן א פילטער אויף די אינטערנעט, אדער נישט צו טון כמה עבירות, וועלן זיי עם זאגן טראג אפ פון דא, אזויווי זיי האבן געזאגט פארן סעילס מלאך פאר קבלת התורה.
כלפי די אראבער ווערט יא גע'פסק'ענט דאכצעך אז זייער גלויבן איז נישט עבודה זרה - הגם נישט קיין אמת'ע אמונה, ווייל אמת'ע אמונה איז נאר שייך אויב מ'געהערט צום אויבערשטענ'ס פאלק, און נאר מיט די תורה.
אוודאי איז בעסער אזוי, ווי די פראגרעסיוון וואס רייסן אויס יעדע טראפ אמונה, אבער ביטע נישט ווערן פרייליך ווען א ערל רעדט פונ'עם אויבערשטען, דיין באשעפער האט ער פיינט. און דו האסט פיינט זיינע גלויבעכצער.
לאו דוקא השם אדער גא-ט.