רופא חולים ארץ ישראל

צדקה צוועקן און חסד ארגאניזאציעס

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

הרב_שלום
שר עשרת אלפים
תגובות: 15645
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג דעצעמבער 12, 2014 9:44 am

רופא חולים ארץ ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב_שלום »

זייער מעשה גייט שוין היינט אנדערש…

״אינגאנצן פארמאטערט און אויסגעמוטשעט שלעפט ער זיך ארום שוין לאנגע חדשים. זעלטן וואס ער האט די געלעגנהייט אריינצונעמען א ווארעם שטיקל עסנווארג אין מויל. די בענקעניש צו זיינע קינדערלעך זענען אויסטערליש, און די געגועים צו זיצן אין זיין אייגן ווארעמער היים אויפן קאנאפע און געניסן פון דעם נארמע וואס ווערט אנגערופן זארגפעלטיגער פאמיליע לעבן זענען העכער זיינע כוחות…״

אט אזוי פלעגט אמאל גיין די מעשה…

און אזוי איז די מעשה אנגעגאנגען פאר לאנגע יארן, די אלע יארן האבן אין זיך איינגעזאפט דאס פיין און ווייטאג פון ירושלימ׳ער אידן, וועלכע זענען נעבעך געצווינגען געווען צו מוסיף זיין צום צער, וואס נאכן הערן די שרעקליכע בשורה חלילה, אז עמיצער פון די קרובי המשפחה איז ליידער דיאגנאזירט געווארן מיט די ביטערע מעשה ה״י, האבן זיי געוואוסט אז דאס איז נאר דער אנהויב פון די לאנגע ביטערע מעשה…

רופא חולים ירושלים האט זיך גענומען א מיסיע דאס צו טוישן אויף שטענדיג. אויב ביז יעצט האבן מיר געוואוסט אז די ירושלימ׳ער אידן זענען געצווינגען צו קומען קיין ניו יארק אויף טריטמענטס, יעוץ והדרכה, און סיי וועלכע סערוויסעס, איז דאס היינט געטוישט געווארן אויף אייביג.

רופא חולים האט געבראכן אלע גרעניצן, און געברענגט דערצו אז אחב״י אין ארצינו הקדושה זאלן אויך קענען געניסן פון די סערוויסעס, הויכקוואליטעטיגע יעוץ והדרכה, קריטישע פאנדינג, ריסיורטש, און אלס וואס מען שטעלט צו פאר די אמעריקאנער חולי ישראל, מיטן אויבערשטנס הילף. און דאס אלעס צווישן די חומות ירושלים, אנדעם וואס די באטראפענע זאלן דארפן נעמען דעם וואנדער שטעקן אין האנט אריין.

די מעשה האט שוין היינט א לעכטיגער ענדע! טויזענטער אידן האבן זיך שוין געהיילט, און האבן נישט געדארפט צוקומען צו אפשטעלן דאס לעבן האסטיג, און זיך אפשיידן פון זייערע באליבטע אין זייערע קריטישסטע מאמענטן! דאס איז בכלל נישט קיין פשוט׳ע מעשה!

אצינד ווען רופא חולים ירושלים קומט צו אונז פארציילן ׳זייער מעשה׳, קענען מיר נישט ווייניגער ווי ביישטייערן ברוח נדיבה, אזוי ווי עס פאסט פאר אזוינע העלדישע עוסקים ועושים!

מיר וועלן פארזיכערן אז ׳זייער מעשה׳ ווערט ׳אונזער מעשה׳! יא! כלל ישראל אין אמעריקע וועט פארזיכערן צו ברענגען א זיסער סוף צו די ביטערע מעשה ה״י! אין דעם זכות וועלן מיר אוודאי אפגעהיטן ווערן מכל צרה וצוקה נגע ומחלה, און מיר וועלן זוכה זיין צו געזונט, נחת, און חסדים והשפעות וכוט״ס.
איר קויפט ביי עמעזאן ביטע גייט דורך מיין לינק
https://amzn.to/3XWkbTZ

https://www.referyourchasecard.com/21q/3BAHBAHZE2

You can find jobs at www.macherusa.com/all www.jobsgemach.com
As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases
הרב_שלום
שר עשרת אלפים
תגובות: 15645
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג דעצעמבער 12, 2014 9:44 am

Re: רופא חולים ארץ ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב_שלום »

איר קויפט ביי עמעזאן ביטע גייט דורך מיין לינק
https://amzn.to/3XWkbTZ

https://www.referyourchasecard.com/21q/3BAHBAHZE2

You can find jobs at www.macherusa.com/all www.jobsgemach.com
As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases
הרב_שלום
שר עשרת אלפים
תגובות: 15645
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג דעצעמבער 12, 2014 9:44 am

Re: רופא חולים ארץ ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב_שלום »

.
אטעטשמענטס
unnamed (5).jpg
unnamed (5).jpg (363.64 KiB) געזען 107 מאל
איר קויפט ביי עמעזאן ביטע גייט דורך מיין לינק
https://amzn.to/3XWkbTZ

https://www.referyourchasecard.com/21q/3BAHBAHZE2

You can find jobs at www.macherusa.com/all www.jobsgemach.com
As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases
שרייב תגובה

צוריק צו “צדקה וחסד”