Re: היסטאריע פון שטאט אומאן און אירע רבנים ואנשי שם
https://drive.google.com/file/d/1uOBSyf ... drive_linkBlack and yellow האט געשריבן: ↑ זונטאג יולי 28, 2024 4:15 pmאשפאציער איבער די גאסען פון אומאן
פון גליון דעם רבני'ס ליכט פסח תשפ"ד
ר' זלמן שמואל נפתלי'ס וועלכער וועט אונז פירן איבער די גאסן פון אומאן, אין דעם אלטן אידישן געגנט ארום דעם רבינ'ס ציון, דארט וואו אונזערע לייט האבן געוואוינט .ווילט איר זיך מיטכאפן? איר וועט בעז"ה געוואויר ווערן שטיקלעך היסטאריע פון די צייטן פונעם רבי'ן און נאך אסאך פריער, וואס ר' זלמן שמואל האט געהערט ערשט-האנטיג פון ר' לוי יצחק ז"ל, ר' יואל שטראקס ז"ל און ר 'מעכל דארפמאן ז"ל .
ר' יואל איז געווען א געבוירענער אין דער שטאט אומאן .שפעטערע יארן האט ער געוואוינט אין כארקאוו. נאכן ארויפקומען קיין ארץ ישראל אין די תש"נ יארן פלעגט ער אין זיינע לעצטע זיבן יאר ווען ער האט שוין געוואוינט אין ארץ ישראל, קומען קיין אומאן אויף ראש השנה.
ר' זלמן שמואל פלעגט הנאה האבן צו שפאצירן מיט ר 'יואל איבער די געסלעך און הערן פון אים איבער דאס לעבן פון דער שטאט אומאן. זיי פלעגן אריינגיין אין ר 'נתנ'ס קלויז. וויבאלד ר' יואל האט געקענט די רוסישע שפראך האט מען זיי ערלויבט אריינצוגיין. ר' יואל פלעגט צייגן מיט נאסטאלאגיע וואו ער פלעגט זיצן אלס אינגל אין קלויז, די פלאץ פון זיין טאטן ר' נחום שטראקס און נאך פיל פון זיינע קינדערישע זכרונות.
האבן די געלעגנהייט צו כאפן א שפאציר מיט געהערט אין א פערזענליכע שמועס פירט אונז ר' זלמן שמואל איבער די גאסן פון אומאן און דערציילט אונז וואס ער האט פון זקני אנ"ש.
מיט הייבן אן דא ביים הייליגן ציון אויפן בארג און מיר דרייען זיך איין לינקס בארג אראפ .
אויף דעם בערגל האט ר' אייזיקל פון אומאן געבויט טרעפ. פאר ער איז געקומען קיין אומאן איז נישט געווען קיין טרעפ, נאר א פשוט'ע בערגל וואס מען איז אראפ און ארויף. פאר די חסידים איז זייער שווער אנגעקומען ארויפצוקלעטערן צום ציון.
ווער איז געווען דער ר' אייזיקל?
פאר הונדערט צוואנציג יאר צוריק איז געווען א גרויסער עושר ,א איד וואס האט אסאך אויפגעטון, א ברסלב'ער חסיד מיטן נאמען ר' אייזיקל אייזנשטיין וועלכער איז מקורב געווארן דורך ר' לייבל קאנסטאנטינער. ר' לייבל האט געוואוינט מיט ר' אייזיק אין קאנסטאנטין און אים מקרב געווען צום רבי'נס וועג .
ר' אייזיק איז געבוירן געווארן יאר תקצ"ה - ער איז אלט געווען צען יאר ווען רבי נתן איז נסתלק געווארן. ביים נתקרב ווערן איז ער אלט געווען זעכצן יאר.
און ווער איז געווען דער ר' לייבל?
ר' לייבל איז געווען דער בעל תפלה אין אומאן ראש השנה אין איינע פון די ראש השנה טעג. ווען ר' נחמן טולטשינער איז נפטר געווארן האט ער איבערגענומען דאס חזנות און געדאוונט ביידע טעג ביזן יאר פון זיין פטירה תרמ"ט. ר' לוי יצחק דערציילט אז ר' לייבל האט מקרב געווען הונדערטער מענטשן צום הייליגן רבי'נס וועג .
ר' לייבל פלעגט מקרב זיין מענטשן צום רבי'ן און זיי שיקן אויף ראש השנה קיין אומאן, אבער ער אליין איז געבליבן אין קאנסטאנטין דינען אלס חזן אין שטאט. פלעגט מען אויף אים זאגן א ווערטל: "דער שמש וועקט צו סליחות, און ער אליין לייגט זיך שלאפן"...
ווען ער האט מקרב געווען ר' אייזיקל אין יאר תרי"א האט ר 'אייזיק געזאגט: "אז איר פארט ניט, פאר איך אויך ניט!" האט ער זיך געשעמט פאר ר' אייזיקל, ער האט געזען ווער דער ר' אייזיקל איז, צוליב אזא מין טייערער נפש האט ער אוועקגעווארפן זיין פרנסה פון חזנות און געקומען קיין אומאן, צו קומען אינאיינעם מיט ר' אייזיק.
ר' אייזיק'ל האט געזען ווי מען מוטשעט זיך שטארק מיט דעם בערגל נעבן ציון ,האט ער געמאכט טרעפ מען זאל קענען אראפגיין און ארויפקומען גרינג צום ציון .יענע יארן איז עס געווען א גרויסע אויפטו.
מיר וועלן ממשיך זיין צו שפאצירן אראפ דעם בארג, דא וואו עס איז געווען אמאל די טרעפ. דא אינטן קומען מיר אן צום טאל. דא אונטערן בארג פונעם רבי'נס ציון פליסט א טייכל וואס מען קען נישט זען ווייל עס דא פארבויט געווארן מיט די אלע בנינים ארום.
ביי דעם טייכל פלעגן די שטאטישע מענטשן זאגן תשליך. ווען מיר זענען געווען דא דעם ערשטן ראש השנה תש"נ האט מען נאך געזאגט דא תשליך, ווייל די וואסער האט נאך געפליסט דא, מער ווי היינט.
נאך אביסל נידריגער, נענטער צום געסל איז געווען א בריקל העכערן וואסער וואס מען האט גערופן 'דער טויטער בריקל 'וואו מען פלעגט דארט אריבערפירן די נפטרים צום בית החיים .זעט אויס עס האט געדינט סיי פארן בית החיים דא נעבן ציון און אויך פארן בית החיים וואו עס ליגט ר' אברהם בר"נ חזן..פון נאכן הסתלקות פונעם הייליגן רבי'ן האט מען נישט באערדיגט קיין נפטרים נאר אינעם נייעם בית החיים
איידער מיר גייען ווייטער ארויף דא אויפן בארג, די טרעפ וואס פירט ארויף צום פאלאס האטעל וואו עס זענען געווען אמאל פול מיט הייזער וואו עס האבן געוואוינט אידן און אסאך ברסלב'ע חסידים, וועלן מיר כאפן א בליק דא אונטן ביים טאל אביסל רעכטס אריין צו די ביימער, וואו עס האט געוואוינט א איד מיטן נאמען, ר' משה צדוק. דער ר' משה איז נעבעך געווען אן אפגעפארענער איד, א שותף מיט די באלשאוויקן וועלכע האבן ליידער גע'הרג'ט אידן ר"ל. זיי האבן גע'הרג'ט אלע גבירים און צוגענומען ביי זיי דאס געלט, איז משה צדוק געווען א חלק פון די באנדעס.
עס איז געווען איין טאג ווען משה צדוק, דער בעל עגלה, איז אריינגעקומען אין אונזער קלויז דא אין אומאן. ער האט דאן געהאט יארצייט נאך זיין טאטן און געוואלט זאגן קדיש. פון אלע שולן ארום האט מען אים ארויסגעווארפן און אנגעבראכן די ביינער, היתכן?! א רוצח! ער איז באוואוסט געווען אלס רוצח. אבער דא אין קלויז האט מען אים אריינגעלאזט. ביי אונז האט מען אלעמען אריינגעלאזט. מען האט יעדן איד מקרב געווען אפילו אידן אין שווערע מצבים, ווי ר' לוי יצחק האט זיך אויסגעדריקט: "דא האבן מיר בקבלה אז מען קומט אריין דארף מען אים נישט ארויסטרייבן!"
משה צדוק איז אריינגעקומען און געזאגט קדיש נאך זיין טאטן.
אינדערזייט איז געשטאנען א איד, א גרויסער בעל מסירות נפש, זיין נאמען איז געווען ר' יעקב זיטאמיר – קויפמאן. דער ר' יעקב האט אים געזאגט: "אז דו קומסט שוין אריין פאר א קדיש, אפשר ווילסטו לייגן תפילין?" אזוי איז ער צוביסלעך געווארן נאנט מיט ר' משה צדוק וועלכער האט ביסלעכווייז תשובה געטון און געווארן א גרויסער ערליכער איד. כל ימיו האט ער תשובה געטון אויף זיינע גרויסע זינד וואס ער האט אפגעטון, די אלע שלעכטס און צרות וואס ער האט געטון פאר אידן.
משה צדוק פלעגט ארויפגיין צום רבי'ן אויפ'ן ציון, נישט קיין גוזמא צו זאגן; דער גאנצער ציון איז געווארן אויסגעגאסן מיט טרערן!! ער האט באקומען געשוואלענע אויגן! יעדן טאג איז ער ארויף צום ציון, זיך אויסגעוויינט, זיך אויסגעגאסן דאס הארץ!
אונזערע לייט פלעגן זאגן: "וואס זאלן מיר אריינרעדן דא?! אז דער רבי פָאָרעט זיך מיט אים, וואס האבן מיר צו רעדן, וואס האבן מיר צו רעדן"?
דא וואו עס זענען די בודקעלעך אונטערן בית החיים דא טיפער אריין איז געשטאנען די שטוב פון ר' משה צדוק .
וואס איז געווארן מיט ר' משה צדוק?
אין די יארן פון תרצ"ו ביז תרצ"ט די פאר יאר ביז היטלער ימ"ש איז אריינגעקומען קיין אומאן האט מען פארמאכט די כשר'ע מקוה אין אומאן. ר' לוי יצחק און די חברים האבן אים געזאגט:
"משה, דו ווייסט דאך, דו דארפסט דאך פארעכטן עפעס א זאך ,מאך א מקוה"! וועט זיין פונקט דאס פארקערטע וואס דו האסט אפגעטון"! )תשובת המשקל על רציחת נפשות.(דעמאלטס צו מאכן א מקוה איז געווען מסירת נפש ממש! עס איז דאן געווען די ביטערע יארן ווען די קאמוניסטן האבן אריינגעשטעקט זייערע טיפע נעגל אין יעדע אידישע שטוב .פון קיין מקוה איז נישט געווען קיין רעדע, די מקוה איז געווען פארהאקט מיט קייטן און שלאס. ר' משה צדוק האט אריינגעגראבן ביי זיך אין חצר גאר א טיפע גרוב, מיט גאר אסאך טרעפ אראפצוגיין עס זאל זיין גוט באהאלטן. דארט וואו ער האט געוואוינט האט מען נישט געקענט ווארטן אויף קיין רעגן וואסער נאר מאכן א קוואל ווייל ווי ציעט מען וואסער דורכן רעגן? די קאמוניסטן קענען דאך באמערקן אינדרויסן, זיי קענען דאך זען די רערן.
מען האט געמוזט גראבן אין די שטאל. משה צדוק איז געווען א בעל-עגלה מיט פערד, האט מען דארטן געגראבן, ביז מען האט געטראפן א קוואל, די מקוה איז געווען טיף אפשר פופציג טרעפ אראפצוגיין. אין די זומער טעג איז נישט קיין פראבלעם אז ס'איז קאלט אבער ווינטער האט מען נישט געקענט הייצן צוליב די זעלבע סיבה אז מען וועט הייצן וועט מען גלייך באמערקן פונדרויסן א רויעך, קענען די מוסרים באלד געוואויר ווערן, איז מען געגאנגען מיט מסירת נפש אין די קאלטע מקוה!
ר' ברוך געצע וועלכער האט געהאט צוויי רעכטע הענט האט געמאכט אונטן עפעס א הייצונג אבער דער מקוה איז געווארן פול מיט רויעך וואס האט נישט געקענט ארויסקומען איז מען ממש דערשטיקט געווארן. ס'איז נאך אפשר ערגער געווען ווי די קעלט!
פאקטיש האט ר' משה צדוק געראטעוועט די שטאט אין די קאמוניסטישע יארן. די מקוה איז געווען פאר די גאנצע שטאט! און ער האט נישט געוואלט נעמען קיין געלט דערפאר. אדרבה ,ס'איז געווען א גרויסע זכי' פאר אים.
קיינער האט נישט גע'מסר'ט?
מען האט יא גע'מסר'ט אבער מען האט אים נישט געפאקט ביי די מעשה. בשעת מען האט נישט גענוצט די מקוה איז עס
געווען פארדעקט מיט העלצלעך און שטרוי און די פערד זענען געשטאנען אינעם שטאל. עס האט אויסגעזען ממש עכט, א בעל עגלה מיט פערד און וואגן...
זיין שטוב איז געווארן א שטוב פון כשרות און
קדושה. אזעלכע לאנגע פיאות מיט א ווייסע בארד
האט ער געהאט, דער ר' משה צדוק, אזוי ווי א
רבי האט ער אויסגעזען. פרומע קינדערלעך
מיט פיאות'לעך האט ער געהאט, און ער האט געלערנט. ער האט געפירט א שטוב פון די שענסטע אינגעלייט! נאר בכח רבי'ן, בכח פונעם רבי'ן קען דאס געשען! ווען אנדערע האבן אים ארויסגעווארפן פון שול.
די שטאט האט געלאכט פון אונז ווען משה צדוק האט אנגעהויבן נתקרב ווערן. "די ברסלב'ער נעמען אזא מין מענטש און מען איז מקרב!"
מ'רעדט דאך אבער וואס איז געווען אונזער זאך, ס'איז געווען די רצון השי"ת אז מען זאל דעם מענטשן נישט מרחק זיין! און שפעטער האט די גאצע שטאט נהנה געווען פון זיין מקוה.
ר' משה צדוק פלעגט אויך פארטיילן עסן און צוהעלפן די ברסלב'ע חסידים יענע יארן ווען עס האט געהערשט גאר א גרויסער הונגער. ביי אים האט מען געקענט טרעפן א ווארימע מאלצייט. ער איז געווען א בעל-עגלה און האט פארדינט, האט ער געהאט פרנסה, פלעגט מען אריבערגיין צו אים עסן!
ווען מען איז געגאנגען צום ציון, ער האט געוואוינט אין טאל ,פלעגט מען אריינגיין צו אים און ער האט געגעבן צו עסן א גאנץ יאר. רבי אברהם בר"נ חזן איז געגאנגען אויפ'ן ציון, ער האט נישט געהאט וואו צו עסן, איז ער אריינגעגאנגען צו אים .ווי באוואוסט האט ר' אברהם שטארק געליטן אויפן מאגן, האט דאס עסן אים דערקוויקט. און פארשטייט אז אלע אונזערע לייט האבן געהאט אן אפענער טיר ביי אים.
גיימער יעצט ארויף די טרעפ אנטקעגן דעם רבי'נס ציון.
דא לינקס, די געסל וואס פירט צום קלויז. ממש נעבן דעם קלויז איז געווען די שטאטישע מקוה וואס איז אנגעפירט געווארן דורך ר' אברהם דזשעראגאווסקי, דער איידעם פון ר' געציס. ר 'אברהם האט חתונה געהאט
פון דא