רבי שלום איז געבוירן צו זיין פאטער הגאון רבי נחום מרדכי זצ"ל אב"ד כרישפקיפקא -רוסלאנד, יונגערהייט האט ער זיך נאך מסתופף געווען בצ"ק פון הרה"ק רבי איציק'ל סקווירא'ער זצ"ל, אזויך אויך האט ער זיך מסתופף געווען בצ"ק פון צדיקי בית רוזין הרה"ק רבי יצחק מבוהש זצ"ל, הרה"ק רבי ישראל מהוסיאטין זצ"ל, און ביי פול נאך צדיקים פון מדינת אוקריינא.
רבי שלום איז עלה ונתעלה געווארן בתורה, און ער איז מפורסם געווארן אלס גאון מובהק, בקי בנגלה ובנסתר, בהמשך הזמן איז ער אויפגענומען געווארן אלס רב אין שטאט פרוליקי און דערנאך אלס רב אין שטאט אומאן. די שטאט אומאן איז אין יענע יארן געווען א צענטער פונקט פאר ברעסלב'ער חסידים, און דער אומאנער רב וועלכער האט זיך געציילט צווישען די חסידים פון די טשערנאבלער חדר וואס זענען געווען גרויסע מתנגדם קעגן די ברעסלבע חסידים, און צוליב דעם האט ער זיך מונע געווען אפילו דורך צו גיין די 'ברעסלבע קלויז' אין שטאט. ווען די ברעסלבע חסידים האבן געבויט א מקוה אין אומאן, זיי האבן דאן גערפון דעם אומאנער רב דאס מכשיר צו זיין, האט דער אומאנער רב נישט געוואלט אריבער גיין די אריינגאנג פון קלויז, האט מען איהם געברויכ ט עפענען די שער החצר וואס איז געווענ טליך געווען פארמאכט.
דאס איז געווען פון אנהייב אבער מיט די צייט ווען עס האט זיך אנגעהויבן די קאמיניסטישע רדיפות, האט ער געטוישט זיין מהלך און ער האט אנגעהויבן יא צו דאוונען אינאיינעם מיט די ברעסלבע חסידים, ער איז אפילו אמאל געקומען בליל ב' דראש השנה דאוונען אינאיינעם מיט די ברעסלב'ע חסידים וואס זיך צוזאם גענומען ביים יערליכן קוביץ אין אומאן. ער האט אפילו געוואלט פארלערנען ספה"ק ' ליקוטי מוהר"ן', אבער ער האט מורא געהא ט פון בני קהליתו, האט ער פארבעטן פון איינע פון די חסידים ער זאל לערנען און ער הא ט צוגעהערט ווי יענער לערנט.
ווען מען האט אים געפרעגט פארוואס ער האט געטוישט זיין בליק אויף די ברעסלבע חסידים, האט ער גענטפערט " ווי אזוי קען איך חולקזיין אויף די ברעסלב'ע, ווען א כשר שטיקל פלייש קען מען נאר ביי זיי געפונען, א כוס מילך חלב ישראל געפונט זיך נאר ביי זיי, מצה אין פסח, מקוה טהרה, איז נאר דא ביי זיי, ווי קען איך קריגן מיט זיי".
ווען זיינע חברים, די סקווירא'ע חסידים האבן אים פארגעהאלטן, 'אונזערע רבי'ס האבן דאך אונזער מזהיר געווען, זיך צו דערוואטערן פון זיי?' פלעגט ער זיי ענטפערן " איך בין רב אין שטאט, ואין לדיין אלא מה שעיניו רואות! ווער קומט פרעגן אויף בשר וחלב? די ברעסלב'ע!, שחיטה? די ברעסלב'ע!, עניני טהרה? די ברעסלב'ע!, ווער איז זיך מוסר נפש צו דינגען מלמדים פאר זייערע קינדער? די ברעסלב'ע!.
ווען די שלטון פון די קאמעניסטן האבן זיך געשטארקט האט ער פארלאסט אומאן , און איז ארויף געפארן קיין ארץ ישראל און זיך באזעצט אין ירושלים עיה"ק ת"ו. אין ירושלים איז ער געווען פון די גדולי הרבנים און זיך אסאך מצרף געווען צו די ביד"ץ החסידים פון די עדה החרדית , ער איז געווען פון די רבני פון די חסידשע ישיבה 'חיי עולם' , צוושען זיינע תלמידים אין ירושלים ציילט זיך כ"ק אדמו"ר רבי יוחנ'טשע זצ"ל מראכמיסטריווקא ירושלים. ביום שבעה עשר בתמוז שנת תש"ג איז דער אומאנער רב רבי שלום נסתלק געווארן.
כ"ק מרן אדמו"ר מראחמיסטריווקא זצ״ל סיפר באחת משיחותיו, כי זקה"ק רבי יוחנן מראחמיסטריווקא זי"ע היה נוהג ללמוד בחברותא עם הגאון האדיר רבי שלום מלמד זצ"ל אב"ד אומאן, שהיה אדם גדול מאוד וגאון עולם בנגלה ובנסתר, ויחד למדו שו"ע אבן העזר בענין היתר עגונות, שהיתה סוגיא קשה מאוד. וכשהגיע לט"ו באב, אמר לזקה"ק זי"ע: "מעכשיו אינני יכול ללמוד זאת, מפחד יום הדין איני יכול להתעמק בהסוגיא", ולמדו אז בענינים אחרים.
@Black and yellow די האסט "קראנטע" מקורות אויף די האסט געשריבען אדער שרייבסט דו נאך פון פראפעגאנדע כדרכם?
לשיטתך פארוואס אין ירושלים איז ער צוריק געגאנגען צו די טשערנאבלער צדיקים אויב ער האט איינגעזעהן אז אין ברעסלאוו איז מען ערליכער?
אזוי פלעגט פארציילן הגה"צ רבי לוי יצחק בענדער זצ"ל וואס איז כיודע געווען א גרויסע דייקין און ער פלעגט זאגן אז רבי שלום האט איהם דאס אליין געזאגט. דעס וואס די פרעגסט פארוואס אין ירושלים איז ער צוריק געגאנגען צו די טשערנאבלער צדיקים אויב ער האט איינגעזעהן אז אין ברעסלב איז מען ערליכער? איך האב נישט געשרובן אז ער איז געווארן א ברסעלבער סך בכל און אנהייב האט ער אלס שטאט רב אפילו נישט געוואלט גורס זיין די ברסלבע, צום סוף האט ער יא, ווען מען האט אים געפרעגט פארוואס האט ער גענטפערט אז די ברסלבע זענען נישט קיין שקצים און מען מעג גיין צו זיי. אבער אפילו אין אומאן איז ער פארבליבן א טשערנאבליער און רוזשנער חסיד.

◄ ווייז ספוילער
ווען מען האט אים געפרעגט פארוואס ער האט געטוישט זיין בליק אויף די ברעסלבע חסידים, האט ער גענטפערט " ווי אזוי קען איך חולקזיין אויף די ברעסלב'ע, ווען א כשר שטיקל פלייש קען מען נאר ביי זיי געפונען, א כוס מילך חלב ישראל געפונט זיך נאר ביי זיי, מצה אין פסח, מקוה טהרה, איז נאר דא ביי זיי, ווי קען איך קריגן מיט זיי".
די איין שטיקל האט ר' לוי יצחק בענדער פארציילט, נישט די גאנצע הערכה וואס די שרייבסט. ס'דא וואס גיבן אן אומאנער רב'ס משפחה נאמען איז געווען פרוקלר. למען הדיוק אומאנער רב'ס טאטע איז געפארן צו ר' איציקל סקווירא, אומאנער רב האט אויך געהאט שייכות קיין הוסיאטין. ער האט אן אייניקל וואס פירט א ישיבה אין בית א-ל.
די שטאט אומאן איז געגרינדעט געווארן פאר הונדערט'ער יארן צוריק, די ערשטע פארשריבענע דאקומענט איז פון יאר ה' אלפים שס"ט לפ"ג למספ' 1609. ווען דער שטאט איז אריבער אונטער די שליטה פון פולישען שר כלינוסזכי. אין יענע יארן האט אומאן באלאגנט אינעם קרייז פון די שטאט ברסלב. אין יאר שע"ו לפ"ק למספ' 1616 האט אומאן באקומען אן אפציעלער מעמד פון א 'שטאט'. דרייצין יאר שפעטער בשנת שפ"ט למספ' 1629 האט שוין אומאן פראמאגט פיר טויזנט אנוואוינער. די שטאט אומאן איז געווען איינס פון די שטארק באפעסטיגטע שטעט פון די פודליא געגנט, וועגן דעם איז עס געווען אסאך אריינגעמישט אין מלחמות, אין יאר שכ"ט למס' 1596, האט די פוילישע מלוכה, געפיירט אין דעם שטאט א גרויסע נצחון קעגן די טאטרים, אזוי אויך ווען חמעלנצקי שר"י האט מורד געווען אקעגן די פוילשע איז דאס געווען א חלק פונעם שלאכט פעלד. נאך חמעלנסקי נצחון, בשנת ת"ח למספ' 1648 איז אומאן געווען א חלק פון די אוקריינשע מדינה. ביז שנת תכ"ז 1667 ווען אומאן איז צוריק געגאנען אינטער די פוילשע מלוכה. בשנת תפ"ג למס' 1723 איז אומאן אריבער אונטערן בעלת פון די באקאנטע פרצישע משפחה 'פאטאצקי'. די פאטצקי'ס האבן איבערגעבויט די שטאט, און געבויט דארט א גרויסע מארק פלאץ וואס האט צו זיך צוגעצויגן אסאך סחורים פון די גאנצע געגנט. במשך פון די יארן תצ"ד למס' 1734, תק"ט 1749, און תקכ"ח 1786, איז אומאן געווען א מקום מוכן לפרעניות ווען די צעווילדעוויטע אוקריינשע פויערן האבן זיך צופריט די הענד, און געהארגט אסאך אידין, הי"ד. די מערסט בקאנטע איז בשנת תקכ"ח ווען דער גרויסער רצח און מאסען מערדער גונטא שר"י האט אנגעפירט א רוואליציע אקעגן די פוילשע וועלכער האבן דעמלטס געהערשט איבער אוקריינע, און אין יעדע שטעטל ווי זיי זענען אנגעקומען, האבן זיי גע'הרג'ט די אידישע קינדער מיט מיתות משונות רח"ל, און דערנאך זיי בארויבט דאס געלט. [בעצם איז גונטא געשיקט געווארן דורך די פוילשע צו מלחמה האלטן אקעגן די רוואליצינער, אבער ער האט זיך שפעטער צום געשטעלט מיט די אוקריינער און לוחם געווען אקעגן די פוילישע מלוכה.] ווען די אידן פון דער געגנט ארום אומאן האבן געהערט אז גונטא מיט זיינע פויערין דערנענטערן זיך, זענען זיי אלע אנטלאפן פון זייערע הייזער און איבערגעלאזט זייער פארמעגן. און אזוי ווי אין אומאן האט דעמאלט געוועלטיגט א גראף וואס האט ליב געהַאט אידן, האבן די אידן געמיינט אז ער וועט זיי מציל זיין. אבער דער גראף האט אויך מורא געהאט, און דעריבער נישט געוואלט מלחמה הַאלטן מיט גונטא. האט ער זיך איינגעשפארט אין זיין הויז וואס איז געווען ארומגענומען מיט א שטארקער מויער און קיינעם נישט צוגעלאזט צו זיך. די אידן האבן נישט געוואוסט וואס צו טון, הָאבן זיך אלע אידן פון דער גאנצער ארומיגער געגנט פארזאמלט אין גרויסן בית המדרש פון שטאט, די בית המדרש שטייט נאך עד היום, זיך צו באהאלטן פון גונטא. עס האבן זיך געציילט די נפשות וואס זענען דארט געווען איבער דרייסיג טויזענט. ווען דער רשע גונטא איז אנגעקומען צום בית המדרש, האט ער געשטעלט א חופה. אינווייג פון דער חופה איז געווען א שתי וערב. ער האט אויסגערופן הויך צו די אידן, ווער עס וועט דורכגיין אונטער דער חופה און זיך בוקן צום שתי וערב וועט בלייבן לעבן! אבער פון די אלע אידן האט זיך נישט געפונען אפילו איין נפש וואס איז אריבער די חופה אלע זענען געבליבן שטיין שטייף אין בית המדרש. די פויערין אין שפיץ פון זייער פריער גונטא שר"י האבן דאן אנגעהויבן צו הרג'ענן די אידין מיט ביטערע מיתות משונות, זיי האבן נישט געשוינט קיינעם. מענער, פרויען און אפילו ּפיצעלע קינדער זענען אויס גע'שחט'ן געווָארן ווי בהמות. די הריגות הָאבן גענומען דריי טעג און דריי נעכט. איו אומאן האט דעמלאס געוואוינט א גרויסער צדיק מיטן נאמען רבי דוד חזן ער איז דאן געווען בהאלטן אין א הייל צוזאמען מיט נאך עטילכע אידן, ווען די שחיטת האבן זיך גענדיקט זענען זיי ארויס געקומען פון הייל און זיי האבן געגראבן צוויי טיפע גריבער קבר אחים, און דארט באערדיגט אלע גופים, פון דעם אלעם איז געווארן צוויי בערג, און צווישען די צוויי בערג האט הרה"ק רבי נחמן מברסלב זצ"ל בוחר געווען צו ליגן. דער צדיק רבי דוד האט אפגעשריבן די גאנצע מעשה, "מגילת אומאן", און מען פלעגט דאס פארצולייענען אינעם גרויסן בית הכנסת אין אומאן, אין די טעג וואס דער אומגליק האט ּפאסירט ביום ו. ז. ח. תמוז. אין יאר תקנ"ג, ביי די צווייטע ציטלונג פון די פוילשע מלוכה, איז אומאן געפאלן אונטער די רוסישע אומפעריע. אומאן איז געבלובין אונטער די רויסישע ביזן אויפשטייג פונעם אוקריינער לאנד, נאכן צוזאם פאלן פונעם סאוויטישע באנד.
מיר וועלן נאך אי"ה מאריך זיין איבער די הירגות בשנות תר"ע – ת"ש ביז די דייטשן האבן אויסגעקוילט אומאן. און אויך איבער די רבנים און שטאט פון איר גירנדוג בין היינטיגן טאג.
רבי שלום איז געבוירן צו זיין פאטער הגאון רבי נחום מרדכי זצ"ל אב"ד כרישפקיפקא -רוסלאנד, יונגערהייט האט ער זיך נאך מסתופף געווען בצ"ק פון הרה"ק רבי איציק'ל סקווירא'ער זצ"ל, אזויך אויך האט ער זיך מסתופף געווען בצ"ק פון צדיקי בית רוזין הרה"ק רבי יצחק מבוהש זצ"ל, הרה"ק רבי ישראל מהוסיאטין זצ"ל, און ביי פול נאך צדיקים פון מדינת אוקריינא.
רבי שלום איז עלה ונתעלה געווארן בתורה, און ער איז מפורסם געווארן אלס גאון מובהק, בקי בנגלה ובנסתר, בהמשך הזמן איז ער אויפגענומען געווארן אלס רב אין שטאט פרוליקי און דערנאך אלס רב אין שטאט אומאן. די שטאט אומאן איז אין יענע יארן געווען א צענטער פונקט פאר ברעסלב'ער חסידים, און דער אומאנער רב וועלכער האט זיך געציילט צווישען די חסידים פון די טשערנאבלער חדר וואס זענען געווען גרויסע מתנגדם קעגן די ברעסלבע חסידים, און צוליב דעם האט ער זיך מונע געווען אפילו דורך צו גיין די 'ברעסלבע קלויז' אין שטאט. ווען די ברעסלבע חסידים האבן געבויט א מקוה אין אומאן, זיי האבן דאן גערפון דעם אומאנער רב דאס מכשיר צו זיין, האט דער אומאנער רב נישט געוואלט אריבער גיין די אריינגאנג פון קלויז, האט מען איהם געברויכ ט עפענען די שער החצר וואס איז געווענ טליך געווען פארמאכט.
דאס איז געווען פון אנהייב אבער מיט די צייט ווען עס האט זיך אנגעהויבן די קאמיניסטישע רדיפות, האט ער געטוישט זיין מהלך און ער האט אנגעהויבן יא צו דאוונען אינאיינעם מיט די ברעסלבע חסידים, ער איז אפילו אמאל געקומען בליל ב' דראש השנה דאוונען אינאיינעם מיט די ברעסלב'ע חסידים וואס זיך צוזאם גענומען ביים יערליכן קוביץ אין אומאן. ער האט אפילו געוואלט פארלערנען ספה"ק ' ליקוטי מוהר"ן', אבער ער האט מורא געהא ט פון בני קהליתו, האט ער פארבעטן פון איינע פון די חסידים ער זאל לערנען און ער הא ט צוגעהערט ווי יענער לערנט.
ווען מען האט אים געפרעגט פארוואס ער האט געטוישט זיין בליק אויף די ברעסלבע חסידים, האט ער גענטפערט " ווי אזוי קען איך חולקזיין אויף די ברעסלב'ע, ווען א כשר שטיקל פלייש קען מען נאר ביי זיי געפונען, א כוס מילך חלב ישראל געפונט זיך נאר ביי זיי, מצה אין פסח, מקוה טהרה, איז נאר דא ביי זיי, ווי קען איך קריגן מיט זיי".
ווען זיינע חברים, די סקווירא'ע חסידים האבן אים פארגעהאלטן, 'אונזערע רבי'ס האבן דאך אונזער מזהיר געווען, זיך צו דערוואטערן פון זיי?' פלעגט ער זיי ענטפערן " איך בין רב אין שטאט, ואין לדיין אלא מה שעיניו רואות! ווער קומט פרעגן אויף בשר וחלב? די ברעסלב'ע!, שחיטה? די ברעסלב'ע!, עניני טהרה? די ברעסלב'ע!, ווער איז זיך מוסר נפש צו דינגען מלמדים פאר זייערע קינדער? די ברעסלב'ע!.
ווען די שלטון פון די קאמעניסטן האבן זיך געשטארקט האט ער פארלאסט אומאן , און איז ארויף געפארן קיין ארץ ישראל און זיך באזעצט אין ירושלים עיה"ק ת"ו. אין ירושלים איז ער געווען פון די גדולי הרבנים און זיך אסאך מצרף געווען צו די ביד"ץ החסידים פון די עדה החרדית , ער איז געווען פון די רבני פון די חסידשע ישיבה 'חיי עולם' , צוושען זיינע תלמידים אין ירושלים ציילט זיך כ"ק אדמו"ר רבי יוחנ'טשע זצ"ל מראכמיסטריווקא ירושלים. ביום שבעה עשר בתמוז שנת תש"ג איז דער אומאנער רב רבי שלום נסתלק געווארן.
ווען כ'האב געזעהן אז מ'עפנט אן אשכול אויף אומאן, און מ'הייבט אהן מיטן אומאנער רב ר' שלום מלמד, איז מיר געווען א חידוש, אבער ליינענדיג די המשך , גלייך פארשטאנען די כוונה, וכמובן ס'איז איינזייטיג[און מ'ברויך זיי נאך גלייבן].
הרה"ק רבי גדלי-הו אהרן ראבינאוויטש זצ"ל הי"ד אדמו"ר ממאנסטירטש קיעוו נהרג בעיר אומאן ג' אב שנת תרפ"ט
רבי גדלי' אהרן איז געבוירן שנת תר"מ אלס בן הבכור צו זיין פאטער הרה"ק רבי יהושע זצ"ל ממאנסטריטש אומאן, און צו מוטער הרבנית הצ' מרת מרגלא רחל ע"ה בת הרה"ק רבי פנחס מסאקאליבקא זצ"ל. זיין פאטער הרה"ק רבי יהושע זצ"ל וועמען מען פלעגט רופן רבי יהושע'לע זצ"ל איז געווען א זון פון הרה"ק רבי יצחק יואל מסאקאליבקא זצ"ל ער איז געווען א איינקייל פון הרה"ק רבי פנחס מקאריץ זצ"ל און פון הרה"ק רבי גדלי' מליניץ זצ"ל. רבי יושע'לע מוטער איז געווען הרבנית הצ' חיה שרה ע"ה טאכטער פון הרה"ק משלום זושע העשיל מזינקוב זצ"ל בו הרה"ק רבי יצחק מאיר מזינקוב זצ"ל בן הרה"ק רבי אברהם יהושע העשיל זצ"ל דער אפטא'ער רב בעל אוהב ישראל. רבי יהושע'לע שווער איז געווען זיין פעטער זון פון זיין זיידע [אבי אביו] הרה"ק רבי יצחק יואל מקנטיקוזבא זצ"ל. רבי יהושע'לע האט בשנת תרמ"ה נאכן הסתלקות פון זיין טאטע'ן אנגעהויבן זיך צו פירן באדמור"ת קודם האט ער געהאט זיין הויף אין מאנסטריטש, שפעטער בשנת תרע"א האט ער דאס איבעגעפלאנצט אין שטאט אומאן. צוליב די רידפות האט רבי יהושע'לע בשנת תרפ"ג זיך באזעצט אין אמעריקא ווי ער האט מייסד געווען זיין בית המדרש אין שטאט בראנזוויל ברוקלין ניו יארק וואס איז געווען א וויניקל פאר תורה און חסידות און א לייכט טורעם וואס האט באשיינט אין דעם פונצטרן עמ"א ריק"א, טויזנטער יוצאי אוקריינא האבן משכים געווען לפתחו, ביז זיין הסתלקות ביום כ"ו ניסן שנת תרצ"ח. ומנו"כ אין קווינס מח"ס דברי יהושע עה"ת, תורת אבות על מסכת אבות, ילקוט יהושע, תורת יהושע, ערכי יהושע, נחלת יהושע. [מער איבער רבי יהושע'לע, און איבער זיין הויף אין שטאט אומאן, וועלן מיר מארך זיין אי"ה אין אן אנדערע געלגנהייט]. רבי גדלי' אהרן האט חתונה געהאט מיט הרבנית הצ' מרת פערל ע"ה טאכטער פון הרה"ק רבי ברוך מאיר טווערסקי מאזארינץ זצ"ל בן הרה"ק רבי מנחם נחום מלויעוו זצ"ל בן הרה"ק רבי אהרן מטעשרנאביל זצ"ל. רבי גדלי' אהרן איז געווען א קדוש מבטן אמו, זיין גאנצע לעבן איז געווען א לאנגע קייט פון תורה, תפילה, עבודת השי"ת, און דביקות הבורא יתברך. מען האט אין איהם געקענעט זעהן א פארצייטישע דמות פון די צדיקים הקודמים. רבי גדלי' אהרן איז אויך געווען גרויס אין חכמת הקבלה, ער פלעגט דאווענען ע"פ כוונות האר"י ז"ל. רבי גדלי' אהרן האט בחיי אביו זיך געפירט באדמורו"ת און געפראוועט רבי'סטעווע, ער האט געהאט זיין הויף אין שטאט קייב, זיין פאטער רבי יהושע'לע האט אים זייער מחשיב געווען און ער האט אסאך פון די וואס האבן זיך מסתופף געווען בצילו געשיקט צו זיין זון. נאך דעם וואס די קאמענסיטן זענען געקומען צו די מאכט, האט אויסגעבראכן אסאך פראגרמים איבער אלע אידישע שטעט אין אוקריינא, גאנצטע קהילות זענען דאן אויסגעריסן געווארן ווען די רוצחים האבן זיך א לאז געטון אויף די אידישע הייזער און געהרגעט און באראבעוועט כל הבא לידם. אין די זומער טעג פון שנת תרפ"ט האבן די אידן אין שטאט אומאן געליטן פון א פראגראם, ביום ג' אב האט זיך א רוצח ארים געדרייט מיט א רעוואלווער אויף די אומאנ'ער גאסן און גע'הרג'עט וועם ער האט געטראפן, ער איז דאן אריינגעגאנגען אין שטוב פון רבי יהושע'לע, זיין זון רבי גדלי' אהרן האט זיך אויך דאן דארט געפונען, דער רוצח האט געצילט מיט שיסער אויף רבי גדלי' אהרן אבער עס האט מער נישט פארמאגט קיין קוילן, האט דער רוצח ארויסגענועמן זיין שווערד, די בני הבית האבן זיך געבעטן ביי אים, די האסט שוין גענוג בלוט פארגאסן היינט, די האסט דאך אפילו נישט קיין קוילן, פארוואס זאלסט נישט אביסל רחמנות האבן?, דער בלוט דארשטיגער רוצח, האט זיך אנגערופן, אמת איך האב שוין גע'הרג'עט אסאך אידן, אבער עס פעלט מיר נאך א בלוט פון א רב! און ברוב רשעותו האט ער דאן אריינגעשטאכן אין רבי גדלי' אהרן. זיין טאטע רבי יהושע'לע האט דאן אנגעהויבן צו זאגן אין איינעם מיט זיין זון וידוי בקדושה ובטהרה כשדמו שותת ונפשו יוצאת רח"ל. זיין מוטער הרבנית מרגלא רחל ע"ה און זיין רעבעצין הרבנית פערל ע"ה זענען אויך דעמאלט געשעדיקט געווארן, און בדרך נס זענען זיי געבליבן לעבן. במשך פון די ימי האבלות האט מען גארנישט דערקענט אויף רבי יהושע'לע נאר אדרבה ער האט מחזק געווען די בני המשפחה און די בני העיר, און די לעצטע טאג פון די שבעה האט רבי יהושע'לע אנגעהויבן שטארק צו וויינען און קלוגען אויף זיין זון, וואס ווען ער בלאבט ווען לעבן וואלט ער ווען אויסגעוואקסן פאר איינע פון די גדולי הצדיקים שבדור. אין ספר יחס לבית טשערנאביל (דף 114) פארציילט ער אז רבי גדלי' אהרן איז געווען די לעצטע קרבן פון שטאט, און די בני העיר האבן דעמאלטס געזאגט אז ער האט מכפר געווען אויף די גאנצע שטאט. וז"ל הרה"ק רבי גדלי' נהרג על קידוש השם בעת שהיה הפאגראמן בעיר אומאן, ונשחטו אז באכזריות נוראות שבע מאות אנשים וגם עוללים ויונקים נשפך דמם, שתמסד שערות ראש משמוע זאת, והוא היה קרבן האחרון, ושגור בפי כל אנשי העיר יען כי היה צדיק גדול כיפר אדמתו את כל העיר, ונצלו כולם בזכותו, ופתאום נשבר זרוע עוזם ונכפפה קומתם, כאילו ה' משמים אמר למלאכי חבלה אלו הרף, וכמו נפל עליהם פחד ולא העיזו עוד לבא בקרב מחנה ישראל, ותשקט העיר. זיין פאטער האט שפעטער געדריקט א קונטרס זכר אהרן וואס האט אנטהאלט און זיך דברי תורה פון זיין זון רבי גדלי' אהרן ער שרייבט אויף שער בלאט. זכר אהרן לזכרון עולם לנשמת בני הקדוש הרב הצדיק החסיד תם וישר וגדול בתורה ובחסידות והכמה ודעת כש"ת מוהר"ר גדליהו אהרן זצ"ל הי"ד שנרצח ביום ג' לירח אב שנת תרפ"ט בעיר אומאן. רבי גדלי' אהרן האט איבער געלאזט נאך זון צווי קינדער 1) הרה"צ רבי יצחק יואל ממאנסטיריטש זצ"ל וועכער האט ע"פ צוואתו פון רבי יהושע'לע געווארן ממלא מקומו. 2) הרה"צ רבי ברוך מאיר זצ"ל רב דקהל חובבי תורה אין קראנהייטס.
לעצט פארראכטן דורךBlack and yellowאום דאנערשטאג יולי 25, 2024 9:30 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
ווי איר זעהט פרובירן מיר צו באשרייבן די שטאט אומאן.
מיר האלטן יעצט אינמיטן בייארבטן די פנקס הקהילה, אזוי אויך ארייבטן מיר אויף א מאמר אויף האדמו"ר הרה"ק רבי רבי ברוך בן ציון טברסקי מלויעב אומאן זצ"ל איינער וואס האט אינפארמאציע אויף איהם זאל ביטע קומען אין אישי אדער שיקן אן אימעל צו[email protected] א גרויסן ייש"כ

שפאציער איבער די גאסען פון אומאן פון גליון דעם רבני'ס ליכט פסח תשפ"ד
ר' זלמן שמואל נפתלי'ס וועלכער וועט אונז פירן איבער די גאסן פון אומאן, אין דעם אלטן אידישן געגנט ארום דעם רבינ'ס ציון, דארט וואו אונזערע לייט האבן געוואוינט .ווילט איר זיך מיטכאפן? איר וועט בעז"ה געוואויר ווערן שטיקלעך היסטאריע פון די צייטן פונעם רבי'ן און נאך אסאך פריער, וואס ר' זלמן שמואל האט געהערט ערשט-האנטיג פון ר' לוי יצחק ז"ל, ר' יואל שטראקס ז"ל און ר 'מעכל דארפמאן ז"ל . ר' יואל איז געווען א געבוירענער אין דער שטאט אומאן .שפעטערע יארן האט ער געוואוינט אין כארקאוו. נאכן ארויפקומען קיין ארץ ישראל אין די תש"נ יארן פלעגט ער אין זיינע לעצטע זיבן יאר ווען ער האט שוין געוואוינט אין ארץ ישראל, קומען קיין אומאן אויף ראש השנה. ר' זלמן שמואל פלעגט הנאה האבן צו שפאצירן מיט ר 'יואל איבער די געסלעך און הערן פון אים איבער דאס לעבן פון דער שטאט אומאן. זיי פלעגן אריינגיין אין ר 'נתנ'ס קלויז. וויבאלד ר' יואל האט געקענט די רוסישע שפראך האט מען זיי ערלויבט אריינצוגיין. ר' יואל פלעגט צייגן מיט נאסטאלאגיע וואו ער פלעגט זיצן אלס אינגל אין קלויז, די פלאץ פון זיין טאטן ר' נחום שטראקס און נאך פיל פון זיינע קינדערישע זכרונות. האבן די געלעגנהייט צו כאפן א שפאציר מיט געהערט אין א פערזענליכע שמועס פירט אונז ר' זלמן שמואל איבער די גאסן פון אומאן און דערציילט אונז וואס ער האט פון זקני אנ"ש. מיט הייבן אן דא ביים הייליגן ציון אויפן בארג און מיר דרייען זיך איין לינקס בארג אראפ . אויף דעם בערגל האט ר' אייזיקל פון אומאן געבויט טרעפ. פאר ער איז געקומען קיין אומאן איז נישט געווען קיין טרעפ, נאר א פשוט'ע בערגל וואס מען איז אראפ און ארויף. פאר די חסידים איז זייער שווער אנגעקומען ארויפצוקלעטערן צום ציון.
ווער איז געווען דער ר' אייזיקל?
פאר הונדערט צוואנציג יאר צוריק איז געווען א גרויסער עושר ,א איד וואס האט אסאך אויפגעטון, א ברסלב'ער חסיד מיטן נאמען ר' אייזיקל אייזנשטיין וועלכער איז מקורב געווארן דורך ר' לייבל קאנסטאנטינער. ר' לייבל האט געוואוינט מיט ר' אייזיק אין קאנסטאנטין און אים מקרב געווען צום רבי'נס וועג . ר' אייזיק איז געבוירן געווארן יאר תקצ"ה - ער איז אלט געווען צען יאר ווען רבי נתן איז נסתלק געווארן. ביים נתקרב ווערן איז ער אלט געווען זעכצן יאר.
און ווער איז געווען דער ר' לייבל?
ר' לייבל איז געווען דער בעל תפלה אין אומאן ראש השנה אין איינע פון די ראש השנה טעג. ווען ר' נחמן טולטשינער איז נפטר געווארן האט ער איבערגענומען דאס חזנות און געדאוונט ביידע טעג ביזן יאר פון זיין פטירה תרמ"ט. ר' לוי יצחק דערציילט אז ר' לייבל האט מקרב געווען הונדערטער מענטשן צום הייליגן רבי'נס וועג . ר' לייבל פלעגט מקרב זיין מענטשן צום רבי'ן און זיי שיקן אויף ראש השנה קיין אומאן, אבער ער אליין איז געבליבן אין קאנסטאנטין דינען אלס חזן אין שטאט. פלעגט מען אויף אים זאגן א ווערטל: "דער שמש וועקט צו סליחות, און ער אליין לייגט זיך שלאפן"... ווען ער האט מקרב געווען ר' אייזיקל אין יאר תרי"א האט ר 'אייזיק געזאגט: "אז איר פארט ניט, פאר איך אויך ניט!" האט ער זיך געשעמט פאר ר' אייזיקל, ער האט געזען ווער דער ר' אייזיקל איז, צוליב אזא מין טייערער נפש האט ער אוועקגעווארפן זיין פרנסה פון חזנות און געקומען קיין אומאן, צו קומען אינאיינעם מיט ר' אייזיק. ר' אייזיק'ל האט געזען ווי מען מוטשעט זיך שטארק מיט דעם בערגל נעבן ציון ,האט ער געמאכט טרעפ מען זאל קענען אראפגיין און ארויפקומען גרינג צום ציון .יענע יארן איז עס געווען א גרויסע אויפטו.
מיר וועלן ממשיך זיין צו שפאצירן אראפ דעם בארג, דא וואו עס איז געווען אמאל די טרעפ. דא אינטן קומען מיר אן צום טאל. דא אונטערן בארג פונעם רבי'נס ציון פליסט א טייכל וואס מען קען נישט זען ווייל עס דא פארבויט געווארן מיט די אלע בנינים ארום. ביי דעם טייכל פלעגן די שטאטישע מענטשן זאגן תשליך. ווען מיר זענען געווען דא דעם ערשטן ראש השנה תש"נ האט מען נאך געזאגט דא תשליך, ווייל די וואסער האט נאך געפליסט דא, מער ווי היינט. נאך אביסל נידריגער, נענטער צום געסל איז געווען א בריקל העכערן וואסער וואס מען האט גערופן 'דער טויטער בריקל 'וואו מען פלעגט דארט אריבערפירן די נפטרים צום בית החיים .זעט אויס עס האט געדינט סיי פארן בית החיים דא נעבן ציון און אויך פארן בית החיים וואו עס ליגט ר' אברהם בר"נ חזן..פון נאכן הסתלקות פונעם הייליגן רבי'ן האט מען נישט באערדיגט קיין נפטרים נאר אינעם נייעם בית החיים איידער מיר גייען ווייטער ארויף דא אויפן בארג, די טרעפ וואס פירט ארויף צום פאלאס האטעל וואו עס זענען געווען אמאל פול מיט הייזער וואו עס האבן געוואוינט אידן און אסאך ברסלב'ע חסידים, וועלן מיר כאפן א בליק דא אונטן ביים טאל אביסל רעכטס אריין צו די ביימער, וואו עס האט געוואוינט א איד מיטן נאמען, ר' משה צדוק. דער ר' משה איז נעבעך געווען אן אפגעפארענער איד, א שותף מיט די באלשאוויקן וועלכע האבן ליידער גע'הרג'ט אידן ר"ל. זיי האבן גע'הרג'ט אלע גבירים און צוגענומען ביי זיי דאס געלט, איז משה צדוק געווען א חלק פון די באנדעס. עס איז געווען איין טאג ווען משה צדוק, דער בעל עגלה, איז אריינגעקומען אין אונזער קלויז דא אין אומאן. ער האט דאן געהאט יארצייט נאך זיין טאטן און געוואלט זאגן קדיש. פון אלע שולן ארום האט מען אים ארויסגעווארפן און אנגעבראכן די ביינער, היתכן?! א רוצח! ער איז באוואוסט געווען אלס רוצח. אבער דא אין קלויז האט מען אים אריינגעלאזט. ביי אונז האט מען אלעמען אריינגעלאזט. מען האט יעדן איד מקרב געווען אפילו אידן אין שווערע מצבים, ווי ר' לוי יצחק האט זיך אויסגעדריקט: "דא האבן מיר בקבלה אז מען קומט אריין דארף מען אים נישט ארויסטרייבן!" משה צדוק איז אריינגעקומען און געזאגט קדיש נאך זיין טאטן. אינדערזייט איז געשטאנען א איד, א גרויסער בעל מסירות נפש, זיין נאמען איז געווען ר' יעקב זיטאמיר – קויפמאן. דער ר' יעקב האט אים געזאגט: "אז דו קומסט שוין אריין פאר א קדיש, אפשר ווילסטו לייגן תפילין?" אזוי איז ער צוביסלעך געווארן נאנט מיט ר' משה צדוק וועלכער האט ביסלעכווייז תשובה געטון און געווארן א גרויסער ערליכער איד. כל ימיו האט ער תשובה געטון אויף זיינע גרויסע זינד וואס ער האט אפגעטון, די אלע שלעכטס און צרות וואס ער האט געטון פאר אידן. משה צדוק פלעגט ארויפגיין צום רבי'ן אויפ'ן ציון, נישט קיין גוזמא צו זאגן; דער גאנצער ציון איז געווארן אויסגעגאסן מיט טרערן!! ער האט באקומען געשוואלענע אויגן! יעדן טאג איז ער ארויף צום ציון, זיך אויסגעוויינט, זיך אויסגעגאסן דאס הארץ! אונזערע לייט פלעגן זאגן: "וואס זאלן מיר אריינרעדן דא?! אז דער רבי פָאָרעט זיך מיט אים, וואס האבן מיר צו רעדן, וואס האבן מיר צו רעדן"? דא וואו עס זענען די בודקעלעך אונטערן בית החיים דא טיפער אריין איז געשטאנען די שטוב פון ר' משה צדוק . וואס איז געווארן מיט ר' משה צדוק? אין די יארן פון תרצ"ו ביז תרצ"ט די פאר יאר ביז היטלער ימ"ש איז אריינגעקומען קיין אומאן האט מען פארמאכט די כשר'ע מקוה אין אומאן. ר' לוי יצחק און די חברים האבן אים געזאגט: "משה, דו ווייסט דאך, דו דארפסט דאך פארעכטן עפעס א זאך ,מאך א מקוה"! וועט זיין פונקט דאס פארקערטע וואס דו האסט אפגעטון"! )תשובת המשקל על רציחת נפשות.(דעמאלטס צו מאכן א מקוה איז געווען מסירת נפש ממש! עס איז דאן געווען די ביטערע יארן ווען די קאמוניסטן האבן אריינגעשטעקט זייערע טיפע נעגל אין יעדע אידישע שטוב .פון קיין מקוה איז נישט געווען קיין רעדע, די מקוה איז געווען פארהאקט מיט קייטן און שלאס. ר' משה צדוק האט אריינגעגראבן ביי זיך אין חצר גאר א טיפע גרוב, מיט גאר אסאך טרעפ אראפצוגיין עס זאל זיין גוט באהאלטן. דארט וואו ער האט געוואוינט האט מען נישט געקענט ווארטן אויף קיין רעגן וואסער נאר מאכן א קוואל ווייל ווי ציעט מען וואסער דורכן רעגן? די קאמוניסטן קענען דאך באמערקן אינדרויסן, זיי קענען דאך זען די רערן. מען האט געמוזט גראבן אין די שטאל. משה צדוק איז געווען א בעל-עגלה מיט פערד, האט מען דארטן געגראבן, ביז מען האט געטראפן א קוואל, די מקוה איז געווען טיף אפשר פופציג טרעפ אראפצוגיין. אין די זומער טעג איז נישט קיין פראבלעם אז ס'איז קאלט אבער ווינטער האט מען נישט געקענט הייצן צוליב די זעלבע סיבה אז מען וועט הייצן וועט מען גלייך באמערקן פונדרויסן א רויעך, קענען די מוסרים באלד געוואויר ווערן, איז מען געגאנגען מיט מסירת נפש אין די קאלטע מקוה! ר' ברוך געצע וועלכער האט געהאט צוויי רעכטע הענט האט געמאכט אונטן עפעס א הייצונג אבער דער מקוה איז געווארן פול מיט רויעך וואס האט נישט געקענט ארויסקומען איז מען ממש דערשטיקט געווארן. ס'איז נאך אפשר ערגער געווען ווי די קעלט! פאקטיש האט ר' משה צדוק געראטעוועט די שטאט אין די קאמוניסטישע יארן. די מקוה איז געווען פאר די גאנצע שטאט! און ער האט נישט געוואלט נעמען קיין געלט דערפאר. אדרבה ,ס'איז געווען א גרויסע זכי' פאר אים. קיינער האט נישט גע'מסר'ט? מען האט יא גע'מסר'ט אבער מען האט אים נישט געפאקט ביי די מעשה. בשעת מען האט נישט גענוצט די מקוה איז עס געווען פארדעקט מיט העלצלעך און שטרוי און די פערד זענען געשטאנען אינעם שטאל. עס האט אויסגעזען ממש עכט, א בעל עגלה מיט פערד און וואגן... זיין שטוב איז געווארן א שטוב פון כשרות און קדושה. אזעלכע לאנגע פיאות מיט א ווייסע בארד האט ער געהאט, דער ר' משה צדוק, אזוי ווי א רבי האט ער אויסגעזען. פרומע קינדערלעך מיט פיאות'לעך האט ער געהאט, און ער האט געלערנט. ער האט געפירט א שטוב פון די שענסטע אינגעלייט! נאר בכח רבי'ן, בכח פונעם רבי'ן קען דאס געשען! ווען אנדערע האבן אים ארויסגעווארפן פון שול. די שטאט האט געלאכט פון אונז ווען משה צדוק האט אנגעהויבן נתקרב ווערן. "די ברסלב'ער נעמען אזא מין מענטש און מען איז מקרב!" מ'רעדט דאך אבער וואס איז געווען אונזער זאך, ס'איז געווען די רצון השי"ת אז מען זאל דעם מענטשן נישט מרחק זיין! און שפעטער האט די גאצע שטאט נהנה געווען פון זיין מקוה. ר' משה צדוק פלעגט אויך פארטיילן עסן און צוהעלפן די ברסלב'ע חסידים יענע יארן ווען עס האט געהערשט גאר א גרויסער הונגער. ביי אים האט מען געקענט טרעפן א ווארימע מאלצייט. ער איז געווען א בעל-עגלה און האט פארדינט, האט ער געהאט פרנסה, פלעגט מען אריבערגיין צו אים עסן! ווען מען איז געגאנגען צום ציון, ער האט געוואוינט אין טאל ,פלעגט מען אריינגיין צו אים און ער האט געגעבן צו עסן א גאנץ יאר. רבי אברהם בר"נ חזן איז געגאנגען אויפ'ן ציון, ער האט נישט געהאט וואו צו עסן, איז ער אריינגעגאנגען צו אים .ווי באוואוסט האט ר' אברהם שטארק געליטן אויפן מאגן, האט דאס עסן אים דערקוויקט. און פארשטייט אז אלע אונזערע לייט האבן געהאט אן אפענער טיר ביי אים. גיימער יעצט ארויף די טרעפ אנטקעגן דעם רבי'נס ציון. דא לינקס, די געסל וואס פירט צום קלויז. ממש נעבן דעם קלויז איז געווען די שטאטישע מקוה וואס איז אנגעפירט געווארן דורך ר' אברהם דזשעראגאווסקי, דער איידעם פון ר' געציס. ר 'אברהם האט חתונה געהאט