אטענטאט פארזוך?

די אחראים: יאנאש , אור המקיף , אחראי , געלעגער

אוועטאר
ביבליאגראף
שר חמישים ומאתים
תגובות: 345
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 7:16 pm

Re: אטענטאט פארזוך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביבליאגראף »

יחליצך האט געשריבן: מיטוואך יולי 17, 2024 5:11 pm
וויינרייכ'ס אידיש-ענגליש ווערטערבוך: "אטנטאט" - Attempted assassination.

הגם א. ראטה'ס ווערטער אוצר שטעלט עס יא צאם מיט הינריכטונג און מארד.

מ'וואלט אבער באמת פונקט אזוי געקענט שרייבן: מארד פרואוו.
אבער "מארד" איז ווייט נישט אזוי דראמאטיש ווי "אטענטאט".
ארגאן
שר מאה
תגובות: 129
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2019 10:06 pm

Re: טראמפ אטענטאט פארזוך - שבת חקת תשפ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארגאן »

אמתער האט געשריבן: מיטוואך יולי 17, 2024 2:05 pm
יעצט באמערקט אז דער איד האט זיך שוין נעכטן באווארנט פון @נעכטן ...

פאלגענד איז דער הסבר איבער די ווארט אנהויב פון א רייכע היסטאריע ארטיקעל וואס ציעט זיך אויף אכט זייטן אין היינטיגן איד.
מען האט דארטן געשריבן די דעפיניציע פון דעם "גרויסער יידישער ווערטערבוך".
אטעטשמענטס
groys.png
groys.png (193.01 KiB) געזען 826 מאל
לעצט פארראכטן דורך ארגאן אום דאנערשטאג יולי 18, 2024 5:09 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
דאס היימישע אידישע ווערטערבוך — https://www.heimishyiddish.com
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5366
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: טראמפ אטענטאט פארזוך - שבת חקת תשפ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

צל עובר האט געשריבן: מיטוואך יולי 17, 2024 4:51 pm
און גוגל שרייבט אנדערשט
גוגל טרענסלעיט איז דער שוואכסטער מקור פאר אידיש. פראביר צו שרייבן עפעס א נארישער טייטש אויף סיי וועלכע ווארט, וועסטו זען אז ס'וועט דורכגיין לאנגע וואכן ביז עמיצער וועט עס טוישן.

אטענטאט מיינט אריגינעל א פארזוך פאר א געצילטן מארד, ווי @שלמה הילדעסהיימער שרייבט. איך וואלט געזאגט אז היינט מיינט עס אויך א דורכגעפירטער געצילטער מארד. אבער "אטענטאט פארזוך" איז דאפלט גערעדט.

@ריעל ניוז וועלכער ווערטערבוך שרייבט אזוי?
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
ריעל ניוז
שר האלף
תגובות: 1653
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 16, 2021 10:50 pm

Re: טראמפ אטענטאט פארזוך - שבת חקת תשפ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ריעל ניוז »

גרשון האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 18, 2024 4:31 pm

וויינרייך

גוגל טרענסלעיט פון ענגליש צו דייטש שרייבט אויך 'ערמארדונג' אדער 'מארד'.
אוועטאר
יחליצך
שר האלף
תגובות: 1500
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2022 8:29 pm
לאקאציע:מאחורי הפרגוד

Re: טראמפ אטענטאט פארזוך - שבת חקת תשפ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחליצך »

ריעל ניוז האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 18, 2024 4:34 pm
גרשון האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 18, 2024 4:31 pm
ריעל ניוז האט געשריבן: מיטוואך יולי 17, 2024 12:19 pm
אין ווערטערביכער פון די לעצטע צענדליגער יארן זעט מען אטענטאט אלס א ווארט פאר א מארד.
@ריעל ניוז וועלכער ווערטערבוך שרייבט אזוי?
וויינרייך
נישט ריכטיג.
viewtopic.php?p=5251955#p5251955
אז דו ווערסט פארלוירן, שפיר דיך נישט געטראפן...
קרעדיט: @הודונאנאש
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5366
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אטענטאט פארזוך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

טעות. וויינרייך שרייבט attempted assassination. יחליצך האקט.

גוגל מיינט גארנישט, כנ"ל.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
ריעל ניוז
שר האלף
תגובות: 1653
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 16, 2021 10:50 pm

Re: אטענטאט פארזוך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ריעל ניוז »

איר זענט גערעכט. איך האב געקוקט ביי Assassination. איי געס אז אטענטאט איז סימפלי נישט די אידישע איבערטייטש פון Assassination.
שפילקעס
שר האלפיים
תגובות: 2832
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 09, 2023 7:17 pm

Re: טראמפ אטענטאט פארזוך - שבת חקת תשפ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפילקעס »

גרשון האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 18, 2024 4:31 pm

אטענטאט מיינט אריגינעל א פארזוך פאר א געצילטן מארד, ווי @שלמה הילדעסהיימער שרייבט. איך וואלט געזאגט אז היינט מיינט עס אויך א דורכגעפירטער געצילטער מארד. אבער "אטענטאט פארזוך" איז דאפלט גערעדט.

מ'נישט די זעלבע ווארט אויך אויב ס'איז אויסגעפירט געווארן די מארד?
אוועטאר
ריעל ניוז
שר האלף
תגובות: 1653
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 16, 2021 10:50 pm

Re: אטענטאט פארזוך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ריעל ניוז »

ריעל ניוז האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 18, 2024 4:54 pm
איר זענט גערעכט. איך האב געקוקט ביי Assassination. איי געס אז אטענטאט איז סימפלי נישט די אידישע איבערטייטש פון Assassination.
און לפי זה איז טאקע גוגל יא גערעכט צו טייטשן assassination אין דייטש, ערמארדונג. ווייל assassination מיינט א מארד און אטענטאט מיינט א מארד פרואוו.
דוד חיים
שר העשר
תגובות: 25
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 29, 2018 4:00 pm

Re: אטענטאט פארזוך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דוד חיים »

דער אפטייטש פון attempted assassination אין דייטשע שפראך איז: "אטענטאט" נישט קיין פארזוך אדער פרואוו.

Versuch, eine im öffentlichen Leben stehende Person zu töten
Attempt to kill a public figure
לעצט פארראכטן דורך דוד חיים אום דאנערשטאג יולי 18, 2024 5:22 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
דוד חיים
שר העשר
תגובות: 25
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 29, 2018 4:00 pm

Re: אטענטאט פארזוך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דוד חיים »

אטעטשמענטס
Screenshot 2024-07-18 at 5.06.18 PM.jpg
Screenshot 2024-07-18 at 5.06.18 PM.jpg (238.01 KiB) געזען 655 מאל
אוועטאר
יחליצך
שר האלף
תגובות: 1500
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2022 8:29 pm
לאקאציע:מאחורי הפרגוד

Re: אטענטאט פארזוך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחליצך »

דוד חיים האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 18, 2024 5:12 pm
ייש"כ.
וועלכע ווערטערבוך, שעכטער'ס?
---
שלום עליכם, דיין ניק ווארט שוין איבער 6 יאר צו ווערן אפגעשטויבט...
אז דו ווערסט פארלוירן, שפיר דיך נישט געטראפן...
קרעדיט: @הודונאנאש
דוד חיים
שר העשר
תגובות: 25
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 29, 2018 4:00 pm

Re: אטענטאט פארזוך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דוד חיים »

יחליצך האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 18, 2024 5:52 pm
דוד חיים האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 18, 2024 5:12 pm
ייש"כ.
וועלכע ווערטערבוך, שעכטער'ס?
---
שלום עליכם, דיין ניק ווארט שוין איבער 6 יאר צו ווערן אפגעשטויבט...
יא פאר שעכטער.
עליכם שלום, נישט געוואוסט אז מיין מאשין האט אפילו געדענקט די פעסוואורד...
אוועטאר
ביבליאגראף
שר חמישים ומאתים
תגובות: 345
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 7:16 pm

Re: אטענטאט פארזוך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביבליאגראף »

דער וועטערבוך דא אויבן ברענגט "אטנטאט". זעט אויס אז מ'דארף ליינען דעם ערשטן ט' אן א נקודה, נישט מיט א סגול.
אוועטאר
מיסטעריעז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8858
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

Re: טראמפ אטענטאט פארזוך - שבת חקת תשפ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיסטעריעז »

fiena nieas האט געשריבן: מיטוואך יולי 17, 2024 3:11 pm
בילד
לויט דער בלאט איז טראמפ שוין טויט....
און אין די אונטער קעפל שטייט יא אטענטאט-פרואוו
אטעטשמענטס
IMG_20240718_232841_391.JPG
IMG_20240718_232841_391.JPG (13.42 KiB) געזען 525 מאל
בטבע ישראל ותורה להיות שלום ואהבה ואחוה וריעות, אך הדיעות הנפסדות של טומאת ארץ העמים מפריד בין הדבקים.
(מרן החת"ס, שבה"ג תקפ"ח)
corn pops
שר חמש מאות
תגובות: 533
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 20, 2020 6:52 pm

Re: טראמפ אטענטאט פארזוך - שבת חקת תשפ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך corn pops »

מיסטעריעז האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 18, 2024 11:29 pm
fiena nieas האט געשריבן: מיטוואך יולי 17, 2024 3:11 pm
בילד
לויט דער בלאט איז טראמפ שוין טויט....
און אין די אונטער קעפל שטייט יא אטענטאט-פרואוו
יוצא צו זיין ביידע שיטות...

----

די מאמענט איז געגאנגען פולי מיט די "אטענטאט-פריוו" מהלך.
אכטונג דעזיינערס:אויב דארפט איר שאטערסטאק בילדער פאר א גוטע פרייז, שיקט מיר אן אישי
אוועטאר
Potus
שר שלשת אלפים
תגובות: 3081
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 11, 2017 11:21 pm

Re: אטענטאט פארזוך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Potus »

ביי אלטע צייטונגען קען מען זען אז טאמער מהאט איבערגעלעבט שטייט אטענטאט און טאמער נישט שטייט א מארד
אז כקען העלפן פארוואס נישט...
אוועטאר
היסטאריש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4298
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: אטענטאט פארזוך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

יצחק אייזיקל האט געשריבן: מיטוואך יולי 17, 2024 12:09 pm
גראז האט געשריבן: מיטוואך יולי 17, 2024 9:44 am
אטענטאט מיינט נישט אומגעברענגט.

פארקערט, דעי וואס שרייבט "אטענטאט פארזוך" מאכן נישט קיין סענץ. ס'איז נישט געווען קיין "פארזוך", ס'איז עקטשולי פארגעקומען.
אטענטאט מיינט בדרך כלל יא אומגעקומען, פארזוך איז טאקע נישט ריכטיג אבער נאכאלץ בעסער ווי אטענטאט וואס מיינט א געצילטע מארד.

אויף ענגליש שרייבן אלע Attempted assassination וואס מיינט אטענטאט פארזוך
Attempted assassination איז אין אידיש, אטענטאט.

קוואל וואסער האט געשריבן: מיטוואך יולי 17, 2024 2:37 pm
שווארמאל האט געשריבן: מיטוואך יולי 17, 2024 2:25 pm
אמתער האט געשריבן: מיטוואך יולי 17, 2024 2:05 pm
גראז האט געשריבן: מיטוואך יולי 17, 2024 9:44 am
נעכטן האט געשריבן: מיטוואך יולי 17, 2024 5:45 am
לויט טייל נייעס קוועלער איז יא געלונגען פאר'ן שיסער צו אומברענגען טראמפ, אבער טראמפ מאכט זיך נישט צוטון און קאמפיינט ווייטער.

בילד

אטענטאט מיינט נישט אומגעברענגט.

פארקערט, דעי וואס שרייבט "אטענטאט פארזוך" מאכן נישט קיין סענץ. ס'איז נישט געווען קיין "פארזוך", ס'איז עקטשולי פארגעקומען.
יעצט באמערקט אז דער איד האט זיך שוין נעכטן באווארנט פון @נעכטן ...

פאלגענד איז דער הסבר איבער די ווארט אנהויב פון א רייכע היסטאריע ארטיקעל וואס ציעט זיך אויף אכט זייטן אין היינטיגן איד.
א פארזיך איז דאס געווען אידער וועי! וואס אויף דעם שטייט 'אטענטאט' פאר.
צו יענער געווען סוקסעספול צו נישט? דאס איז שוין אנאנדערע מעשה.
די ווארט אטענטאט איז אזוי ווי די ווארט מארד, נאר מער "פאליטיש" - שרייבן פלעין אטענטאט אויף טראמפ איז נישט ריכטיג, פונקט ווי סאיז נישט ריכטיג צו שרייבן אז מען האט אים ערמארדעט. עס איז קלאר "אטענטאט פרואוו" - נישט סתם אטענטאט.
ניין, דאס ווארט אטענטאט איז נישט ווי דאס ווארט מארד, נאר ווי די צוויי ווערטער 'מארד פרואוו'.

קוואל וואסער האט געשריבן: מיטוואך יולי 17, 2024 2:43 pm
קענען מחולק זיין ביז מארגן, טוישט נישט מציאות. נעקסט.

אויף ענגליש שרייבט קיינער נישט "אסעסינעישאן" סתם, נאר אסעסינעישאן "אטעמפט," מען האט "געוואלט".
נו, ממילא? אטענטאט מיינט אויך אז מ'האט געוואלט.

(דו קענסט אויך זיין מחולק ביז מארגן, און ס'טוישט אויך נישט דאס מציאות.)

Potus האט געשריבן: זונטאג יולי 21, 2024 10:41 am
ביי אלטע צייטונגען קען מען זען אז טאמער מהאט איבערגעלעבט שטייט אטענטאט און טאמער נישט שטייט א מארד
דאס איז זייער פשוט. איינמאל יענער האט נישט איבערגעלעבט איז עס דאך שוין א געהעריגער מארד (א געלונגענער אטענטאט), און אנשטאט שרייבן אטענטאט, וואס באדייט א מארד פרואוו, קען מען דאך שוין געהעריג שרייבן מארד.
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפּגעשריבן.
קוואל וואסער
שר האלף
תגובות: 1696
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 04, 2018 5:44 pm

Re: אטענטאט פארזוך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוואל וואסער »

זעמיר נאך אלץ מחולק.

אויב אסעסיניעשאן און מארד מיינען די זעלבע אין ענגליש, מיינט לענ"ד אטענטאט און מארד אויך די זעלבע אין אידיש. ממילא אויב עס איז נישט געלונגען שרייבט מען "מארד פרואוו," אדער "אטענטאט פארזוך" - "אסעסינעישאן אטעמפט." אזוי שטימט אלעס גלאטיג.

אטענטאט און אסעסינעישאן איז לענ"ד די זעלבע מין ווארט. שווער צו זאגן אז עס קען מיינען פונקט די פארקערטע איינס פון אנדערן. אויב אטענטעט מיינט בשרשו א "פרואוו," און מ'דארף עס נישט זאגן עקסטער, וואלט "אסעסינעישאן" אויף ענגליש אויך געמיינט א פרואוו, מוז נישט זיין געלונגען, ודוק.

-

און מ'קען נישט זאגן אז די אידישע ווארט "אטענטאט" קומט פון ATTEMPT, ווייל וועט מען דען זאגן אויף סתם "אטעמפטעד מערדער" אז ס'איז געווען אן "אטענטאט"?
אם אסק שמים שם אתה - ואציעה שאול הנך
אוועטאר
ברדלס
שר חמש מאות
תגובות: 849
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 17, 2024 12:27 am

Re: טראמפ אטענטאט פארזוך - שבת חקת תשפ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברדלס »

ריעל ניוז האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 18, 2024 4:34 pm
וויינרייך

גוגל טרענסלעיט פון ענגליש צו דייטש שרייבט אויך 'ערמארדונג' אדער 'מארד'.
#פעיק ניוז
https://translate.google.com/?sl=en&tl= ... =translate
”רבי אלעזר אומר בזמן שהן בני תרבות אינן מועדין“.
אוועטאר
ברדלס
שר חמש מאות
תגובות: 849
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 17, 2024 12:27 am

Re: אטענטאט פארזוך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברדלס »

@קוואל וואסער , וויינרייך איז נישט ריכטיג. גוגל טרענסלעיט קען מען נישט טראסטן. די ווערטערביכער זענען נישט רעלעוואנט.
ווייל דיין לענ"דהאט באשלאסן אז ס'שטימט נישט.

דאס מציאות איז אבער איז שפראך איז נישט געוואנדן אין דיין לענ"ד... ק"ו און גז"ש קען מען מאכן אין פאליטיק, אבער אין שפראך איז ענגליש און אידיש בכלל נישט געבינדן. און דאס איז דו האסט נישט געוואוסט דערפון, וויבאלד קול מבשר האט געזאגט אטענטאט פרואוו, מיינט עס נאכנישט אז אלע אלטע צייטונגען און ווערטערביכער זענען געווען גרייזיג...

גראדע אויף טיילאנדיש שרייבט מען ความพยายามลอบสังหาร פאר assassination attempt, און การลอบสังหา פאר assassination. וואס איז יעצט נוגע?
”רבי אלעזר אומר בזמן שהן בני תרבות אינן מועדין“.
אוועטאר
ריעל ניוז
שר האלף
תגובות: 1653
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 16, 2021 10:50 pm

Re: טראמפ אטענטאט פארזוך - שבת חקת תשפ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ריעל ניוז »

ברדלס האט געשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:19 pm
ריעל ניוז האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 18, 2024 4:34 pm
וויינרייך

גוגל טרענסלעיט פון ענגליש צו דייטש שרייבט אויך 'ערמארדונג' אדער 'מארד'.
#פעיק ניוז
https://translate.google.com/?sl=en&tl= ... =translate
https://translate.google.com/?sl=en&tl= ... =translate
אוועטאר
ברדלס
שר חמש מאות
תגובות: 849
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 17, 2024 12:27 am

Re: טראמפ אטענטאט פארזוך - שבת חקת תשפ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברדלס »

ריעל ניוז האט געשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:32 pm
ברדלס האט געשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:19 pm
ריעל ניוז האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 18, 2024 4:34 pm
וויינרייך

גוגל טרענסלעיט פון ענגליש צו דייטש שרייבט אויך 'ערמארדונג' אדער 'מארד'.
#פעיק ניוז
https://translate.google.com/?sl=en&tl= ... =translate
https://translate.google.com/?sl=en&tl= ... =translate
Screenshot 2024-07-22 133839.png
Screenshot 2024-07-22 133839.png (49.57 KiB) געזען 197 מאל
”רבי אלעזר אומר בזמן שהן בני תרבות אינן מועדין“.
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 35000
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע:וואו ג-ט ב"ה וויל

Re: טראמפ אטענטאט פארזוך - שבת חקת תשפ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

ריעל ניוז האט געשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:32 pm
ברדלס האט געשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:19 pm
ריעל ניוז האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 18, 2024 4:34 pm
וויינרייך

גוגל טרענסלעיט פון ענגליש צו דייטש שרייבט אויך 'ערמארדונג' אדער 'מארד'.
#פעיק ניוז
https://translate.google.com/?sl=en&tl= ... =translate
https://translate.google.com/?sl=en&tl= ... =translate
דאס דארף צו ווייזן דאס?!
ריעל ניוז האט געשריבן: מיטוואך יולי 17, 2024 12:19 pm
יצחק אייזיקל האט געשריבן: מיטוואך יולי 17, 2024 12:17 pm
אריגינעל פאר 400 יאר צוריק האט עס אפשר נישט געמיינט, וויאזוי ס'ווערט באנוצט היינט מיינט עס יא.
ריכטיג. אין ווערטערביכער פון די לעצטע צענדליגער יארן זעט מען אטענטאט אלס א ווארט פאר א מארד.
assassination מיינט מארד, און דערפאר שרייבט מען נישט אויף ענגליש assassination נאר assassination attempt.

אבער assassination attempt מיינט Attentat ווי @ברדלס האט צוגעוויזן. און במילא וואלט נישט געמאכט קיין סענס צו שרייבן "אטענטאט פרואוו".
בילד
מ'זעמיר אויף ברעיק פאר א וויילע (זעט דערוועגן דא ). אי"ה צום ווידערזען!

ביטע מיר נישט קאנטעקטן אויף סיי וואספארא וועג. אן אויסנאם איז טעקניקעל אירע וואס העלפן אנדערע און דארף הילף דערמיט
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 36515
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: אטענטאט פארזוך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

גיט א קוק:

אין ענגליש
The 20 July plot was a failed attemptto assassinate Adolf Hitler
אויף דויטש
Das Attentat vom 20. Juli 1944 war
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”