העי שוואגער טייערער! פרייוועט פראפערטי!!

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2838
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:49 pm

Re: העי שוואגער טייערער! פרייוועט פראפערטי!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחום וואהלינער »

אקטיווע מעמבער האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 18, 2024 12:08 pm
אנטלאפן האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 18, 2024 11:11 am
אקטיווע מעמבער האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 18, 2024 10:22 am
נישטאמת האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 18, 2024 9:08 am
דוד הכהן האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 18, 2024 8:31 am

מיין ווייב איז אויפגעוואקסן אזוי און זי האלט אז עס האט א נישט גוטע אפעקט אויף די קינדער, פארשטייט זיך אז די טיר האט א שלאס בזמן וואס די עלטערן דארפן פרייוועסי
איך קוק עס אן ענדלעך צו זאגן טאטי מאמי אנשטאט רעדן צו די עלטערן מיט "דו".
יעע בעיסיקלי פון 1945 ענד דאון….
איך קען איינעם פון די נאנט (און איך בין זיכער אז עס איז דא נאך אזעלכע) וואס ער איז נאכנישט קיין פערציג, און איך האלט מיט ווי זיינע קינדער רעדן צו אים, און זיי רעדן קיינמאל נישט בלשון נוכח
א רחמנות,

וועגן דעם איז דא די קשר נפשי ארגענעזאציע…..
איך קען ב"ה אסאך אזעלכע משפחות [ביי מיר איז גראדע נישט אזוי ליידער - דהיינו איך צו מיינע עלטערען], און זיי דארפען נישט קיין מוסד קשר נפשי, זיי האבן א קשר נפשי.
רחמים שאלי! איך ברעך אינטער, וואס טוט מען?
אקטיווע מעמבער
שר מאה
תגובות: 105
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 16, 2024 3:14 pm

Re: העי שוואגער טייערער! פרייוועט פראפערטי!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אקטיווע מעמבער »

נחום וואהלינער האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 18, 2024 12:14 pm
אקטיווע מעמבער האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 18, 2024 12:08 pm
אנטלאפן האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 18, 2024 11:11 am
אקטיווע מעמבער האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 18, 2024 10:22 am
נישטאמת האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 18, 2024 9:08 am

איך קוק עס אן ענדלעך צו זאגן טאטי מאמי אנשטאט רעדן צו די עלטערן מיט "דו".
יעע בעיסיקלי פון 1945 ענד דאון….
איך קען איינעם פון די נאנט (און איך בין זיכער אז עס איז דא נאך אזעלכע) וואס ער איז נאכנישט קיין פערציג, און איך האלט מיט ווי זיינע קינדער רעדן צו אים, און זיי רעדן קיינמאל נישט בלשון נוכח
א רחמנות,

וועגן דעם איז דא די קשר נפשי ארגענעזאציע…..
איך קען ב"ה אסאך אזעלכע משפחות [ביי מיר איז גראדע נישט אזוי ליידער - דהיינו איך צו מיינע עלטערען], און זיי דארפען נישט קיין מוסד קשר נפשי, זיי האבן א קשר נפשי.
זיי האבן א אהבה מוסתרת…
נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2838
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:49 pm

Re: העי שוואגער טייערער! פרייוועט פראפערטי!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחום וואהלינער »

איך זאג נישט אז פארקערט איז א פראבלעם ס'האט מיט די ברייטע מענטעליטעט פון די מדינה ווי רוב שרייבער דא שטאמען פון... וואס קומט ב"ה מיט אסאך מעלות אויך.

אינדרויסען פון וומסב"ג וסניפיה זענען אויך דא אידן און דארט איז די דרך ארץ אנדרעש [שריי נישט! כ'האב נישט געזאגט בעסער, נאר אנדרעש].

די פון וואס איך האב געשריבען פריער זענען אבער יא חסידישע משפחות, נהרא ונהרא פשטיה.
רחמים שאלי! איך ברעך אינטער, וואס טוט מען?
אוועטאר
גראַדע
שר האלף
תגובות: 1505
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 08, 2022 4:54 pm
לאקאציע:משה זוכמעך

Re: העי שוואגער טייערער! פרייוועט פראפערטי!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראַדע »

עטרת חיים האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 18, 2024 11:57 am
גראַדע האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 18, 2024 10:58 am
יעדע משפחה האט זיינע באנדעריס, וואס ביי איינעם איז נארמאל איז ביי איינעם משוגע, און יעדער דארף אינפארסן זיינע, און און זיכער מאכן אז קיינער גייט נישט אריבער זיינע גבולים.

ס'איז זייער א שווערע נושא, און בכלל נישט גרינג עס צו זאגן, נאכדערצו ווען א שוואגער קומט פון אויסלאנד, אבער אויב די גייסט עס נישט אינפארסן גייסטו דיך סתם עסן דאס געזונט, און אונעם שענסטן'ס פאל זיך אויסגעבן אויף אייוועלט.

מ'דארף ווארטן אויף די ריכטיגע צייט, און זאגן שטיל און פריוואט מיט דרך ארץ, אז דאס און דאס באדערט דיר ווען ער טוט דאס, יענער מוז נישט פארשטיין פ"וו עס באדערט דיר, אבער בעזר השם און נארמאלע אומשטענדן גייט זיך דאס אויפהערן.
יא, כלל האט א יוצא מן הכלל, יעדער האט באוינדרי'ס, אבער דא איז דאך די נושא עפעס אנדערש, איז דא באוינדריס אריינצושפאצירן אין דיין אייגענע הויז? ניין, דאך זאגט די גמרא אל תכנס פתאום לביתך, קיין חילוק ווי נאנט און היימיש, דלמא עבדא מלתא דצניעותא, מ'גייט נישט אריין און די אייגענע הויז אן קלאפן אויפן טיר און מעלדן בעפאר, כ"ש נישט ביי יענעם! מאכט נישט אויס וואס יענעס באוינדריס זענען.
און דיין אייגענע הויז ווייסט מען אייביג בערך ווען די גייסט אנקומען, און מיט דעם אלעם ברויך מען קלאפן. יענעם'ס הויז?? ווען יענער ווייסט נישט אפילו אז די קומסט??? איז דא א תירוץ דערויף??
רעדן מיטן קרוב, יא, ס'איז געווען גענוג אומאנגענעם (און פאר זיי אויכעט..) פעסט פארווארד. איך האב נאר געוואלט ברענגען א אויפוואכונג דערויף. ווייל געוויסע מענטשן ווייסן נישט פון קיין סימפל נימוס ודרך ארץ, מ'מיינט נישט קיין שלעכטס, פשוט מ'פילט זיך היימיש.
איך גלייב ס'איז דא וואס קלאפן נישט אינדערהיים אויך נישט אויפן טיר, דזשאסט אווערנעס.

ייש"כ
עס באדערט דיר אלץ הלכה, אדער אלץ באונדרי?!? זיי קלאר.

אלץ באנדרי: דארפסטו זיכער מאכן צו אינפארסן.

אלץ הלכה: ביסט גערעכט, מ'ברויך קלאפן.
מ'קען זיך טענה'ן, ביזילאנג מ'פארדרייט נישט די פאקטן..
אוועטאר
שיינער חלום
שר האלפיים
תגובות: 2011
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 02, 2019 11:29 am
לאקאציע:אין בעט

Re: העי שוואגער טייערער! פרייוועט פראפערטי!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיינער חלום »

ייחוס זוכער האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 18, 2024 11:10 am
ייחוס זוכער האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 18, 2024 10:33 am
ס'ווענדט זיך ווי גרויס די דירה איז, אויב ס'דא גענוג רום'ס ווי זיך צו דרייען וכו',
און וואלטעך טאקע געוואלט וויסן וואס איז די ריכטיגע וועג לגבי רעדן צו עלטערן, טאטי אדער די? [פאר א שווער דארף מען זיכער זאגן 'די שווער' און נישט 'די'].
נאך א זאך, ווען א טאטע רעדט צו א קינד, ווי אזוי זאל ער זאגן, צום ביישפיל 'טאטי קומט באלד אהיים', אדער 'איך קים באלד אהיים', 'איך האב דיר עפעס געזאגט' אדער 'טאטי האט דיר עפעס געזאגט'?
א קליין קינד טאטי, א גרויסע, איך.
אבזערווירער האט געשריבן:
שטארקע מענטשן ברענגן גוטע צייטן, גוטע צייטן ברענגן שוואכע מענטשן, שוואכע מענטשן ברענגן שווערע צייטן, שווערע צייטן בויט שטארקע מענטשן...
אברך משי
שר מאה
תגובות: 138
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 07, 2020 12:33 am

Re: העי שוואגער טייערער! פרייוועט פראפערטי!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברך משי »

איך מיין עס הערשט דא א שטיקל צומישעניש. דער פותח האשכול עטרת חייםהאט געווייטאגט איבער א נושא פון (עלטערע) ברודער און שוועסטער וואס שפירן אז יענעמ'ס הויז איז א אפענע הויז און קומען אריין ווען זיי ווילן. וואס הגם ער האט דאס פרובירט אראפצומאל מיט א שיינע שפראך האביך נישט פינקטליך פארשטאנען די מציאות הדברים. אדרבא, ביטע אויסקלארן מער פונקטליך פון וואס די רעדע איז.

פון דא איז די שמועס אריבערגעפארן צו אנדערע רעלסן אויב מ'מעג אריינגיין אין טאטע-מאמע'ס בעדרום.

דער עולם ווערט געבעטן אויסצוקלארן אויב ס'איז איין נושא אדער נישט. איז דא נאך מענטשן וואס ליידן פון געשוויסטער וואס קומען אריין צו זיי אינדערהיים אהן רשות?

למשל איך האב טאקע א שוועגערין (ווייבס שוועסטער) וואס פילט זיך איבערגעטריבן-היימיש ביי מיר אין שטוב, קומט און גייט ווען זי וויל, און מאכט מיך געפערליך נערוועז? איז דאס די נושא? איז דא אנדערע וואס האבן דעם פראבלעם?
לב טוב
שר חמש מאות
תגובות: 625
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 07, 2008 2:37 pm
לאקאציע:בסתר ובגלוי

Re: העי שוואגער טייערער! פרייוועט פראפערטי!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לב טוב »

איך ווייס נישט וואו אין אויסלאנד יענער שוואגער וואוינט, אבער אין אייראפע איז מער אנגענומען דאס קומען אויף אומגעמאלדענע באזוכן (נישט אריינשפאצירן).
נישט אלעס וואס ווערט געשריבן אויף וואטסעפפ קען ווערן געשריבן אויף אייוועלט.

מיר זינגען זיך דאך ביידע אונטער שפאצירנדיג אויפן גאס, טא פארוואס זאלמער ביידע דארפן pause'ן בשעת מיר גייען זיך אדורך ?
עטרת חיים
שר שלשת אלפים
תגובות: 3745
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 28, 2023 12:59 pm
לאקאציע:קרית יואל יצ"ו

Re: העי שוואגער טייערער! פרייוועט פראפערטי!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עטרת חיים »

אברך משי האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 18, 2024 5:43 pm
איך מיין עס הערשט דא א שטיקל צומישעניש. דער פותח האשכול עטרת חייםהאט געווייטאגט איבער א נושא פון (עלטערע) ברודער און שוועסטער וואס שפירן אז יענעמ'ס הויז איז א אפענע הויז און קומען אריין ווען זיי ווילן. וואס הגם ער האט דאס פרובירט אראפצומאל מיט א שיינע שפראך האביך נישט פינקטליך פארשטאנען די מציאות הדברים. אדרבא, ביטע אויסקלארן מער פונקטליך פון וואס די רעדע איז.

פון דא איז די שמועס אריבערגעפארן צו אנדערע רעלסן אויב מ'מעג אריינגיין אין טאטע-מאמע'ס בעדרום.

דער עולם ווערט געבעטן אויסצוקלארן אויב ס'איז איין נושא אדער נישט. איז דא נאך מענטשן וואס ליידן פון געשוויסטער וואס קומען אריין צו זיי אינדערהיים אהן רשות?

למשל איך האב טאקע א שוועגערין (ווייבס שוועסטער) וואס פילט זיך איבערגעטריבן-היימיש ביי מיר אין שטוב, קומט און גייט ווען זי וויל, און מאכט מיך געפערליך נערוועז? איז דאס די נושא? איז דא אנדערע וואס האבן דעם פראבלעם?
ייש"כ פארן פרעגן, זייער פשוט, איך האב ארויסגעברענגט אז ביי געשוויסטער/משפחה איז צומאל דא א געוויסע נאנטשאפט וואס מאכט פארגעסן פון פשוטע מענטשליכע/הלכה'דיגע באוינדריס.
איך האב בעיקר ארויסגעברענגט די נקודה פון ברודער שוועסטער וואס צוליב וואס מ'וואקסט אויף צוזאמען איז עס א רשות הרבים, האבן געוויסע אויך אויפגעברענגט די נושא פון באוינדריס ביי עלטערן וואס קען צומאל ווערן ווייאלעיטעד צוליב נאנטשאפט און חסרון ידיעה.
זיופים אויפדעקער
שר מאה
תגובות: 246
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 15, 2023 9:51 pm

Re: העי שוואגער טייערער! פרייוועט פראפערטי!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיופים אויפדעקער »

מיין שוויגער זז"ג האט מיר לעצטנס געטון א גרויסע טובה און "געהאלפן" מיט עפעס און שטוב...
שוויגער לעבן, ס'וואלט מיר געווען א גרויסע טובה אויב איר בלייבט אידרויסן לאזט מיר עס טון אליין.
ס'וואלט געווען א טובה פאר אייער טאכטער אויך, זי זאל נישט זען ווי איר מאמעס מעשים גייען מיר אויף די געהירן.
אוועטאר
קוגל מאכער
שר חמש מאות
תגובות: 521
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 02, 2015 11:49 am

Re: העי שוואגער טייערער! פרייוועט פראפערטי!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוגל מאכער »

אברך משי האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 18, 2024 5:43 pm
איך מיין עס הערשט דא א שטיקל צומישעניש. דער פותח האשכול עטרת חייםהאט געווייטאגט איבער א נושא פון (עלטערע) ברודער און שוועסטער וואס שפירן אז יענעמ'ס הויז איז א אפענע הויז און קומען אריין ווען זיי ווילן. וואס הגם ער האט דאס פרובירט אראפצומאל מיט א שיינע שפראך האביך נישט פינקטליך פארשטאנען די מציאות הדברים. אדרבא, ביטע אויסקלארן מער פונקטליך פון וואס די רעדע איז.

פון דא איז די שמועס אריבערגעפארן צו אנדערע רעלסן אויב מ'מעג אריינגיין אין טאטע-מאמע'ס בעדרום.

דער עולם ווערט געבעטן אויסצוקלארן אויב ס'איז איין נושא אדער נישט. איז דא נאך מענטשן וואס ליידן פון געשוויסטער וואס קומען אריין צו זיי אינדערהיים אהן רשות?

למשל איך האב טאקע א שוועגערין (ווייבס שוועסטער) וואס פילט זיך איבערגעטריבן-היימיש ביי מיר אין שטוב, קומט און גייט ווען זי וויל, און מאכט מיך געפערליך נערוועז? איז דאס די נושא? איז דא אנדערע וואס האבן דעם פראבלעם?
לגבי ברודער און שוועסטער, איז געווענטליך אנגענומען אז מען רופט/קלאפט פארן אריינגיין.

לגבי עלטערן, ביי מיינע עלטערן, האבן אונז אלס קינדער זיך געדרייט אין בעדרום ווען אימער, ביי מיר אין שטוב האב איך אויסגעלערנט די קינדער, אז מען גייט נישט אריין אליין, בפרט אויב די טיהר איז פארמאכט (אפילו נישט פארשפארט).
לגבי אייער שוועגערין הערט זיך עס ממש נישט נארמאל, און זייער איבערגעטריבן, כדאי צו מאכן א ברעיק.
טייערער קאסטומער'ס, אויב די קוגל איז נישט ארויס גוט, לאזט "מיר"וויסן. אויב יא לאזט "יעדן"וויסן. ביטע נישט פארקערט. א דאנק.
עטרת חיים
שר שלשת אלפים
תגובות: 3745
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 28, 2023 12:59 pm
לאקאציע:קרית יואל יצ"ו

Re: העי שוואגער טייערער! פרייוועט פראפערטי!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עטרת חיים »

לב טוב האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 18, 2024 5:47 pm
איך ווייס נישט וואו אין אויסלאנד יענער שוואגער וואוינט, אבער אין אייראפע איז מער אנגענומען דאס קומען אויף אומגעמאלדענע באזוכן (נישט אריינשפאצירן).
די גמרא איז געזאגט געווארן פאר אלע מדינות און די וועלט.. נימוס ודרך ארץ גייט אן און די גאנצע וועלט.

און אדרבה, מיין פוינט דא איז געזאגט געווארן פאר משפחות מיט א עקסטערע נאנטע קשר.
עטרת חיים
שר שלשת אלפים
תגובות: 3745
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 28, 2023 12:59 pm
לאקאציע:קרית יואל יצ"ו

Re: העי שוואגער טייערער! פרייוועט פראפערטי!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עטרת חיים »

moishy56 האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 18, 2024 8:27 am
העי שוואגער טייערער! פרייוועט פראפערטי!!

העי שכן טייערער! פרייוועט פראפערטי!!
קומט אויך אויס טאקע ווען שכינים שפאצירן אריין ביים שכן און בעקיארד... נאר צו טאנצן אויף דיין טרעמפאלין...
אוועטאר
ראטשילד
שר האלף
תגובות: 1597
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 02, 2023 8:02 pm

Re: העי שוואגער טייערער! פרייוועט פראפערטי!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראטשילד »

איין שלאס וואלט געשפארט אסאך עגמ''נ.
פאר לענגערע אנאליזן און אינטרעסאנטע באמערקונגען - סיינט אייך אויף צו אונזער אשכול
עטרת חיים
שר שלשת אלפים
תגובות: 3745
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 28, 2023 12:59 pm
לאקאציע:קרית יואל יצ"ו

Re: העי שוואגער טייערער! פרייוועט פראפערטי!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עטרת חיים »

ראטשילד האט געשריבן: דינסטאג יולי 23, 2024 5:18 pm
איין שלאס וואלט געשפארט אסאך עגמ''נ.
קען מען עפענען א נייע אשכול... צו מ'דארף האלטן די טיר פינעם היים פארשפארט א גאנצן טאג... פארשטייט זיך מ'רעדט פון אפסטעיט.

עטרת חיים האט געשריבן: דינסטאג יולי 23, 2024 5:22 pm
ראטשילד האט געשריבן: דינסטאג יולי 23, 2024 5:18 pm
איין שלאס וואלט געשפארט אסאך עגמ''נ.
קען מען עפענען א נייע אשכול... צו מ'דארף האלטן די טיר פינעם היים פארשפארט א גאנצן טאג... פארשטייט זיך מ'רעדט פון אפסטעיט.
קומט אריין, געבט אפ אייער שטימע איז די טיר ביי דיר אינדערהיים פארשפארט דורכאויס די טאג?
אוועטאר
ואחד בלב
שר העשר
תגובות: 22
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 09, 2024 11:13 pm

Re: העי שוואגער טייערער! פרייוועט פראפערטי!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ואחד בלב »

און ווען עלטערן ריקען זיך אריין ?

מיין שוווער וואוינט אין א אנדערע שטאט ווי מיך און ווען ער קומט אריין אין מיטן וואך קען אריין פאפן ביי מיך אינדערהיים זיך אפריען אזוי פאר שעה צוויי...

מיך באדערט עס זייער און מיין ווייב אויך
אחד בפה ואחד בלב ובלבד שיכוון לבו לשמים
עטרת חיים
שר שלשת אלפים
תגובות: 3745
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 28, 2023 12:59 pm
לאקאציע:קרית יואל יצ"ו

Re: העי שוואגער טייערער! פרייוועט פראפערטי!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עטרת חיים »

ואחד בלב האט געשריבן: דינסטאג יולי 23, 2024 5:53 pm

דאס איז שוין א עקסטערע נושא. נעם אויף דיין שוועראפילו ס'איז שווער
למען יאריכון ימיך!
אוועטאר
פישל דער פישער
שר חמש מאות
תגובות: 650
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 17, 2019 11:10 pm

Re: העי שוואגער טייערער! פרייוועט פראפערטי!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פישל דער פישער »

ואחד בלב האט געשריבן: דינסטאג יולי 23, 2024 5:53 pm
און ווען עלטערן ריקען זיך אריין ?

מיין שוווער וואוינט אין א אנדערע שטאט ווי מיך און ווען ער קומט אריין אין מיטן וואך קען אריין פאפן ביי מיך אינדערהיים זיך אפריען אזוי פאר שעה צוויי...

מיך באדערט עס זייער און מיין ווייב אויך
פארוואס זאל עס באדערן, אדרבה בכל הכבוד,
כבד את אביך ואת אמך למען יאריכון ימיך

טראכט וויאזוי די ווילסט דיינע קינדער זאלן ריספאנדען צו דיר.
אוועטאר
ואחד בלב
שר העשר
תגובות: 22
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 09, 2024 11:13 pm

Re: העי שוואגער טייערער! פרייוועט פראפערטי!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ואחד בלב »

פישל דער פישער האט געשריבן: דינסטאג יולי 23, 2024 6:27 pm
ואחד בלב האט געשריבן: דינסטאג יולי 23, 2024 5:53 pm
און ווען עלטערן ריקען זיך אריין ?

מיין שוווער וואוינט אין א אנדערע שטאט ווי מיך און ווען ער קומט אריין אין מיטן וואך קען אריין פאפן ביי מיך אינדערהיים זיך אפריען אזוי פאר שעה צוויי...

מיך באדערט עס זייער און מיין ווייב אויך
פארוואס זאל עס באדערן, אדרבה בכל הכבוד,
כבד את אביך ואת אמך למען יאריכון ימיך

טראכט וויאזוי די ווילסט דיינע קינדער זאלן ריספאנדען צו דיר.
אריינקומען אין מיין קליינע הויז אינמיטן טאג סתם אזוי אין א גרינע דינסטאג און זיך באזעצן אויפן קאוטש פאר א שעה איז היבש אומבאטעמ'ט

טראכט אריין...
אחד בפה ואחד בלב ובלבד שיכוון לבו לשמים
אוועטאר
פישל דער פישער
שר חמש מאות
תגובות: 650
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 17, 2019 11:10 pm

Re: העי שוואגער טייערער! פרייוועט פראפערטי!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פישל דער פישער »

ואחד בלב האט געשריבן: דינסטאג יולי 23, 2024 7:36 pm
פישל דער פישער האט געשריבן: דינסטאג יולי 23, 2024 6:27 pm
ואחד בלב האט געשריבן: דינסטאג יולי 23, 2024 5:53 pm
און ווען עלטערן ריקען זיך אריין ?

מיין שוווער וואוינט אין א אנדערע שטאט ווי מיך און ווען ער קומט אריין אין מיטן וואך קען אריין פאפן ביי מיך אינדערהיים זיך אפריען אזוי פאר שעה צוויי...

מיך באדערט עס זייער און מיין ווייב אויך
פארוואס זאל עס באדערן, אדרבה בכל הכבוד,
כבד את אביך ואת אמך למען יאריכון ימיך

טראכט וויאזוי די ווילסט דיינע קינדער זאלן ריספאנדען צו דיר.
אריינקומען אין מיין קליינע הויז אינמיטן טאג סתם אזוי אין א גרינע דינסטאג און זיך באזעצן אויפן קאוטש פאר א שעה איז היבש אומבאטעמ'ט

טראכט אריין...
נאכאמאל, איך בין נישט דא צו זאגן קיין מוסר
נאר ווי געזאגט, טראכט וויאזוי די ווילסט דיינע קינדער זאלן ריספאנדען צו דיר, דאס וועט אסאך צוהעלפן.
עטרת חיים
שר שלשת אלפים
תגובות: 3745
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 28, 2023 12:59 pm
לאקאציע:קרית יואל יצ"ו

Re: העי שוואגער טייערער! פרייוועט פראפערטי!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עטרת חיים »

ואחד בלב האט געשריבן: דינסטאג יולי 23, 2024 5:53 pm
און ווען עלטערן ריקען זיך אריין ?

מיין שוווער וואוינט אין א אנדערע שטאט ווי מיך און ווען ער קומט אריין אין מיטן וואך קען אריין פאפן ביי מיך אינדערהיים זיך אפריען אזוי פאר שעה צוויי...

מיך באדערט עס זייער און מיין ווייב אויך
ס'קומט אויס צומאל ווען אונזערע עלטערן ווילן קומען צו מיר אויף שבת וכדומה, און ס'איז שווער פאר אונז, זאג איך פאר מיין בני בית, שטעל זיך פאר אונז זעמיר און די הויכע זיבעציגער יארן קע"ה און מיר ווילן גיין צו איינער פון אונזערע קינדער אויף שבת און דיין זוהן ענטפערט אז מ'קען נישט דעי וואך.. סאיז צו שווער פאר זיין ווייב.. אזוי שפירן אונזערע עלטערן...

פארשטייט זיך אז יעדע פאל איז אנדערש און יעדע כלל האט א יוצא מן הכלל, אבער טראכט וויאזוי די גייסט פילען.. מדה כנגד מדה.. בדרך שאדם מודד מודדין לו.
די הייליגע זיידע'ס
שר האלף
תגובות: 1337
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 15, 2021 4:58 am

Re: העי שוואגער טייערער! פרייוועט פראפערטי!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די הייליגע זיידע'ס »

כ’האב אסאך צו שרייבן, כ’וועל פרובירן צו עס מאכן קארץ.

1. לגבי די גמ’ פון קלאפן אויפן טיר, געדענק איך די פשט איז נישט מ’זאל ווארטן ביז מ’עפנט, נאר געבן א קלאפ און עפענען דעם טיר.

2. לגבי אריינקומען אין עלטערנ’ס שלאף שטוב, אויב ס’איז אפן מה הפראבלעם?

3. איך האב אפאר שוואגער’ס (ווייב’ס ברודער) וואס וואינען דא אינעם זעלבן שטאט און אלע פון זיי קומען אריין אליין צו מיר אינדערהיים (נאכן געבן א קלאפ אויפן טיר), איך גלייך עס זייער די היימישקייט, און טייל פון זיי - איינער בעיקר - קומען כמעט יעדע שבת ביינאכט נאכן דאווענען זאגן ’גוט שבת’ אויפן וועג אהיים פון שול. (ווען איך וויל נישט, שפארט מען צו די טיר, דעמאלטס קלאפן זיי געהעריג און אדער עפנט מען אדער נישט)

4. כ’וויל טאקע פרעגן, מיין מאמע זז”ג וואוינט זייער ווייט, און וויל קומען איינשטיין ביי מיר פאר 2-3 וואכן, (ס’איז נישט דאס ערשטע מאל) און איך וויל זאל קומען אבער כ’ווייס סוועט שטערן מיין ב”ב, ווייל ס’פעלט איר אביסל גרענעצן (דהיינו זי קען אריינשפאצירן אין שלאף שטוב ווען מ’איז נישט אינדערהיים וכדו’).
וואס טוט מען?
מיט יארן צוריק, זענען מיר געווען
’די הייליגע אייניקלעך’
היינט זענען מיר
די הייליגע זיידע’ס’
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”