מיין אפענעם טאגבוך, באזוך אין די "רויטע שטאטן" **חלק ה-ענדע** ארויף. פלעגסטעף\סקאטסדעיל

אטראקציעס, פארקס, און פלעצער צו פארברענגען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
יחזקאל סגל לנדא
שר חמש מאות
תגובות: 879
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אפריל 13, 2024 9:43 pm

מיין אפענעם טאגבוך, באזוך אין די "רויטע שטאטן" **חלק ה-ענדע** ארויף. פלעגסטעף\סקאטסדעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחזקאל סגל לנדא »

א טאגבוך פון מיין רב הכמות'דיגן נסיעה צו די "רויטע שטאטן" - אריזאנע און יוטא חלק א'.

אנהייב זוממער קומט אריין א טעקסט -פון גדליה- אויף אונזער "טריפ טשעט", פרעגנדיג: ווער איז אין פאר א נסיעה קיין אריזאנע/יוטא? ביז עטליכע שעה האבן מיר שוין געהאט 3 סובסקרייבד אנטיילנעמער, גדליה - די אראנדזשירער, אלי - דער ידען, און איך - דער וואס רוקט זיך אן ווי אן אורח און מוז אייביג זיצן אין פראנט...

פרי פארטאגס אויף א הייסע זומערדיגן מיטוואך האמער זיך (גדליה אלי און מיך יחזקאל) צוזאמגעטראפן אין נוארק לופטפעלד, פאר די געיט האבן מיר זיך געטראפן מיט א איבריגע שעה ביז באורדיג, (שולדיג איז פארשטייטצעך געווען אלי וואס האט אונז געפייניקט פון זונטאג אז מ'מוז זיין אין עירפארט צוויי גאנצע שעה פאר די פלייט און איך האב אים געפאלגט ווי א נער... אונז אידן קומען אן אין עירפארט נישט מער ווי א שעה און 15 מינוט פארן פלייט... און נאכדעם יאגט מען זעך...).

די ערשטע פייט אויף די טריפ איז געווען צו עס לוינט צו כאפן א -געכיפערטע- ותיקין יעצט ביים אנגעלייגטן געיט, אדער א רואיגע זיצעדיגע שחרית אויפן צוקוועטשטן פליגער זיץ... געוואנען האט קיינער, און יעדער האט מילא געטון ווי זיין הארץ באגערט.

זיך מאכנדיג באקוועם אויפן פליגער סיט, האבן מיר אנערקענט אז פה תהא... די נעקסטע 5 אהאלב שעה, אלי האט געדאוונט שחרית און איך האב פראבירט כאפן קורצע דרימלען , ווערנדיג אפגעהאקט דורך אומפארשטענדליכע אויסרופן פונעם פילאטס צימערקע...

האלב אריין אינעם פלייט האט גדליה אויפגעגעבן אויפן שלאף, און זיך ארויסגעלאזט מקיים זיין די הייליגע מנהג ארומצוגיין אויפן פליגער אויפזוכן א אידישן פנים, און צו אונזער שיינעדיגן מזל האט ער זיך אנגעשטויסן אין א גאנצע היימישע משפחה, רעדנדיג מיטן ראש בית אב ווערן מיר געוואר אז ער איז גאר די רב מטעם חב"ד אין Presscot א קליינטשיק שטעטעלע אין צענטער אריזאנע מיט א פיצלע אידישע קהילה... קען זיין אז דרעזנער איז גוט מיט אים... ווער ווייסט.

אינטרעסאנט איז געווען די שמועס מיטן שליח'ס אינגעלע, פרעגנדיג אים צו ער איז שטאלץ צו זיין א זון פונעם רבי'נס שליח, האט ער מוחה געווען, טענה'דיג אז ער אליינס איז אויך א שליח! וואס זאל איך אייך זאגן, מ'קעמער זיך אלע אפלערנען פון די ליובאוויטשע שטאלץ...

עעענדליך האבן מיר שוין געזען די באוואוסטע זאמדיגע רויטע מדבר בערג וואס נעמען ארום דעם שטעטל פיניקס... געלאנדעוועט אין Pheonix בערך אכטע צופרי...
בילד

ווי לאנג אונז האמער זיך געגרייט צו אנטפאנגען די טרוקענע ברענעדיגע היץ איז אלץ געווען א דמיון, ביז אונז האבן מיר גענומען די ערשטע טריט אונטערן פרייען הימל אינעם מדבר המכונה פיניקס... אוי איז דאס געווען הייס... א עכטע 'טרוקענעם שוויץ'...
געכאפט אן suv און ויסעו, א סטאפ אין Walmart קויפן א קעיס פלעשלעך וואסער, מ'זאל ח"ו נישט ווערן פארטריקנט... דייעט קאוק פאר גדליה... און אלי האטצעך פארגליסט צו קויפן א פאלא שעירט ששש... מיט א תירוץ אז זיין בראכסאני העמד קען פשוט נישט פארנעמען די היץ...

אונז האמיר געוואונטשן גוד-ביי צו די שמאלציגע היצן, ווארום אונז פארן ארויף צו, און ווי מער צפון מען פארט אלץ העכער איז די elevation, און נידריגער די היץ (פיניקס איז בערך טויזנט פוס איבערן ים פלאך, און Grand Canyon איז בערך אכט א'האלב טויזנט פוס איבערן ים פלאך, א דראסטישן גאר מערקבארן טויש, און פארנדיג ארויף צו צפון פארט מען ממש רוב צייט בארג ארויף... שוין גענוג גערעדט, די איבריגע וועלמער לאזן פאר @עזרא...).

ארויס פון שטאט אנטפלעקן זיך שיינע מדבר'ישע בערג, אנגעלייגט מיט קאקטוס ביימער מיט אויסגעשטעקטע ארעמעס צום הימל... (אינטרעסאנט צו אנמערקן:אז א קאקטוס דארף זיין לכל הפחות 60 יאר אלט צו קענען אנהייבן פראדאצירן די ארעמס/ צווייגלעך), ווי מער מען פארט אלץ מער קאקטוסן זען זיך אן אויף די בערג...
בערך א שעה צפון פון פיניקס טוישט זיך די וויא, און פון קקטתא'ן ווערט בלויזע זאמדיגע בערג און טאלן אויף ווי ווייט די אויג קען זען...

נאך עטליכע מינוט שרייט די Waze אז ס'איז געקומען די צייט זיך אפצושטעלן ביי די ערשטע אפיציעלע סטאפ, א טויזנט יעריגע פאלאץ אויסגעשניצט הויעך אין בארג, געבויעט דורך די אינדיאנער-נאטיוו אמעריקאנער מיט גאונישע מהלכים פאר זייער פרימיטיווקייט... ניצנדיג גדליה'ס National Park pass האבן מיר זיך געשפארט א גאנצע צענער... נאך עטליכע מינוט באטראכטן דעם פאלאץ/געביידע זענען מיר געווארן באורד... און אנגעהויבן באטראכטן מיט וואונדער ווי די גוים זענען אזוי אינטרעסירט אין די נער'ישע היסטאריע פון די נעיטיוו'ס, און שלינגען מיט דארשט אלע דמיונ'דיגע השערות פון די טור גייד איבער די לעבנסשטייגער 700 יאר צוריק, ווי צום ביישפיל: אז יענע בארג איז געווען א טייך און דא איז געווען 100 פיסיגע לייטערס ארויפצוקריכן צום פאלאץ... נאך בערך 15 מינוט האבן מיר איינגעזען אז די פלאץ איז נישט מיוחד פאר אידישע קינדער מחוסר אינטערעסאנטקייט...
בילד

בילד

אריין אין קאר ויסעו צו דעם "וואונדערליכן שטאט - Sedona"! די חידוש פון סעדאונע איז אז פלוצלינג טוישט זיך די sceneries, פון גרינליכע בערגלעך און קליינע קעניאנס, צו ריזיגע מייעסטעטישע פלאקערדיג רויטע בערג, אויסגעשטעלט אין וואונדערליכע פארמען און אויף א הערליכן סדר... איך בין געווען ספעציעל אינטרעסירט אין סעדאונע, האבנדיג געליינט און געקוקט פילע בילדער איבער איר... אבער איך קען ענק זאגן מיט אלע באקן, אז וואס מען מיינט מען האט א השגה איבער די פלאץ, איז אלץ א משל קעגן ריאליטעט...

אינמיטן דרייוון, פלוצלינג פונעם האריזאנט ארויס גיבט זיך א אנטפלעק די בערג מיט איר מעכטיגקייט!!! פון זיך אליינס האט זיך אויסגעשריגן פון אונזער מיילער די ברכה "עושה מעשה בראשית" ( לייען שפעטער איבער די עושה מעשה בראשית סאמעטוכע... ) מיט עקסטאז, נאך עטליכע מינוט פארן - מיט די אויגן אויף די בערג - אנשטאט אויפן ראוד, האבן מיר זיך אפגעשטעלט ביים וויזיטינג צענטער.

ארויס פון קאר, קודם האבן מיר זיך ארומגעקוקט מיט אפענע מיילער אויף די 360 וויא פון די פארטייבנדע הערליכע בערג... אינעם צענטער האט מען געקענט זען א 3d מאדעל פונען אומגעגנט, מיט אלע מערסט באוואוסטע בערג מיט זייערע ניק'ס ווי 'די בעל' 'די העט' וכדומה, אנגערופן על שם זייער פארעם, און אויך א פארשטעלונג פון וויילדלייף וואס דרייען זיך אינעם אומגעגנט, (מיט דוגמאות פון זייערע אפפאל... אויב טרעפט מען זיך אן מיט אזאנס, קען מען ערווארטן צו זען יענעם חיה...)
אויך האט זיך דארט ארומגעפלויגן פיצעלע humming birds מיט א רואיגקייט... די פייגל שוועבט אין די לופט אויף איין פלאץ און נאגט אויס א בלומעלע, בשעתן פאכען מיט אירע פליגעלעך אומצאליגע מאל...) וואס איז מיר פערזענליך געווען גאר איטרעסאנט.

איינע פון די הויפט אטראקציעס אין סעדאונע איז דזשיפינג אויף און ארום די בערג (מיט די באוואוסטע פינקע דזשיפס...) וואס מאנכע זאגן אז זיין אין סעדאונע און נישט גיין דזשיפינג איז כאילו ביזט בכלל נישט געווען דארט... ( בנוסח הרה"ק ר' נחמן זיין אין אומען און נישט זיין אין גן סופיה?!?!) אבער מחוסר זמן האבן מיר זיך געדארפט איינהאלטן די תאוות...
נאכער זעמער צוגעפארן צום בארג הנקרא "די בעלל", לשם ארויפקריכן, אנקומענדיג אין פארקינג לאט טרעפן מיר א ליובאוויטשן אינגערמאן פארטיפט אין א דביקות'דיגן שחרית... אויפוועקנדיג אים פון זיין מוחין האט ער גע'טענה'ט אז וואו קען זיין א בעסערע פלאץ זיך צו פארטיפן אין א פסוקי דזמרה, ווי אזא מקום ארומגענומען מיט די פלאי הבריאה פון אלע זייטן, אונז זענען אוודאי מסכים... כסהאב נישט קיין צייט זיך צו טענה'ען מיט א משיח'יסט... דאס וועט מען לאזן אויף ניטל... אדער חול המועד סוכות...
אנהייבנדיג ארויפקריכן זעען מיר אז מיט אונזערע הייליגע עקאו שוך וועלן מיר מער גליטשען אויף אראפ ווי גיין אויף ארויף... איך האב אפילו באקומען א קאמפלימענט פון א גוי 'ווי שיין אז איך גיי מיט דרעס שוס' אויף א הייק...(גיי לערן א גוי די חומר פון טןישן א הייליגע אידישע ברענד...) האמער מחליט געווען אז מ'בלייבט דא למרגלות ההר ויהיה נחשב כאילו הייקנו...

גדליה - האטזעך גענומען מקיים זיין די מנהג פון פרעגן יעדע גוי 'פראם וויר אר יא'? און באקומען שטוענענדע תירוצים, גוים פון גאנץ אמעריקא און פיל אייראפעאישע לענדער... און ווען פיל פון זיי פרעגן צוריק פון ווי אונז קומען, ענטפערט גדליה- אידזשיפט (מצרים) מיט א בלעכענעם פנים ...

דא האט מען מחליט געווען אז מדארף געבן א ביינדל פארן גוף אויך, צו אונזער מזל זאגט אונז גוגל מעפס אז ס'איז פארהאן א סטארבאקס דא בגלילות, אונז פלי מער אריבער איך קויף א פיינע אמעריקאנאו און צוויי באנאנעס, אונז גיי מיר ארויס זיך זעצן טרינקען ביי די טישלעך.... ווען פלוצלינג דרייט זיך גדליה ארום און נעמט סיך מאכן יאמערליכע קולות פון עקסטאז... אויל בין זיך מצרף מיט אים און פאר מיינע אויגן אנטפלעקט זיך א סינערי פונעם הייליגן באשעפערס טבע, די ליכטיג גריע גראזלעך און ביימעלעך מערדזשען אריין אין די רויטקייט פון די בערג ... שלא מעלמא הדין.... איך קען זאגן בפה מלא " מיין שענסטע קאווע אין מיין לעבן".
בילד


בילד
פון דא זענען מיר צוגעפארן צו נאך איין לאק-אוט און מיט בענקעניש זיך געזעגנט פון די גן עדן שטאט סעדאונע. ( מיט א פלאן צו זיין צוריק איינמאל, אויף א לענגערן באזוך... ווען? איינמאל!) אויפן וועג צום וואונדערליכן מעכטיגן "גרענד קעניאן"...

המשך יבוא. לפי הנאת הציבור.
לעצט פארראכטן דורך יחזקאל סגל לנדא אום דינסטאג יולי 23, 2024 4:41 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
מאכט איר חתונה? זוכט איר סטעמפס? גוטע פרייזן!
רופט/טעקסט 9176183475 • אימעילט [email protected]

א פארמאכן בריוו, צו אייוועלט.קאם
אוועטאר
בריטיש עירוועיס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4582
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 12, 2023 7:42 pm
לאקאציע:פליגער

Re: מיין אפענעם טאגבוך, באזוך אין די "רויטע שטאטן"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בריטיש עירוועיס »

פיין געשריבן!!
אוועטאר
ווייטאג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 456
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 15, 2021 4:48 pm

Re: מיין אפענעם טאגבוך, באזוך אין די "רויטע שטאטן"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייטאג »

הייליג שיין
אוועטאר
רבא מברניש
שר האלף
תגובות: 1444
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 18, 2024 5:58 pm
לאקאציע:מ'שוועבט

Re: מיין אפענעם טאגבוך, באזוך אין די "רויטע שטאטן"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבא מברניש »

זייער שיין

מיט וואס איז אריזאנע רויט?
א פאזיטיווער מענטש איז אויך פאזיטיוו צו נעגעטיוויטי!
ליבי ובשרי
שר האלפיים
תגובות: 2651
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 15, 2019 1:41 pm

Re: מיין אפענעם טאגבוך, באזוך אין די "רויטע שטאטן"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליבי ובשרי »

Wow wow wow אט קומט די ריכטיגע סחורה....
ליבי ובשרי
שר האלפיים
תגובות: 2651
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 15, 2019 1:41 pm

Re: מיין אפענעם טאגבוך, באזוך אין די "רויטע שטאטן"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליבי ובשרי »

יעצט דורכגעליינט בעיון, קודם כל בערג פארטייבן נישט..... צווייטנס וויאזוי טרינקט א חסידישע איד שווארצע קאווע מיט א באנאנא? הא?
די בילדער זענען העעעערליך, ממש איך בין עובר אויף לא תחמוד... אבער שיק אריין די בילד פון א איד טרינקט סטארבאקס קאווע מיט באנאנע מיט א טי שירט און עקאו שיך....
אוועטאר
יחזקאל סגל לנדא
שר חמש מאות
תגובות: 879
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אפריל 13, 2024 9:43 pm

Re: מיין אפענעם טאגבוך, באזוך אין די "רויטע שטאטן"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחזקאל סגל לנדא »

בילד
מאכט איר חתונה? זוכט איר סטעמפס? גוטע פרייזן!
רופט/טעקסט 9176183475 • אימעילט [email protected]

א פארמאכן בריוו, צו אייוועלט.קאם
אוועטאר
שדכן גדול
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4309
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 18, 2022 7:56 pm
לאקאציע:אומאן

Re: מיין אפענעם טאגבוך, באזוך אין די "רויטע שטאטן"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שדכן גדול »

וואף!!!

הערליך!
שקר נוטל כסף דובר
אוועטאר
נסעה ונלכה
שר מאה
תגובות: 122
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 21, 2023 1:56 pm

Re: מיין אפענעם טאגבוך, באזוך אין די "רויטע שטאטן"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נסעה ונלכה »

מעכטיג! מען שלינגט מיט דארשט!
אוועטאר
יחזקאל סגל לנדא
שר חמש מאות
תגובות: 879
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אפריל 13, 2024 9:43 pm

Re: מיין אפענעם טאגבוך, באזוך אין די "רויטע שטאטן"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחזקאל סגל לנדא »

ליבי ובשרי האט געשריבן: פרייטאג יולי 19, 2024 1:05 am
יעצט דורכגעליינט בעיון, קודם כל בערג פארטייבן נישט..... צווייטנס וויאזוי טרינקט א חסידישע איד שווארצע קאווע מיט א באנאנא? הא?
די בילדער זענען העעעערליך, ממש איך בין עובר אויף לא תחמוד... אבער שיק אריין די בילד פון א איד טרינקט סטארבאקס קאווע מיט באנאנע מיט א טי שירט און עקאו שיך....
יש בערג ,ויש בערג...

מען רעדט נישט פון די קעטסקילס בערגלעך.... קוקט אויף די בילדער!!!
מאכט איר חתונה? זוכט איר סטעמפס? גוטע פרייזן!
רופט/טעקסט 9176183475 • אימעילט [email protected]

א פארמאכן בריוו, צו אייוועלט.קאם
אוועטאר
געגאנגען
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4297
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 2:43 pm
לאקאציע:איך קום שוין...

Re: מיין אפענעם טאגבוך, באזוך אין די "רויטע שטאטן"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געגאנגען »

זייער שיין @יחזקאל סגל לנדא !!!
אוועטאר
יחזקאל סגל לנדא
שר חמש מאות
תגובות: 879
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אפריל 13, 2024 9:43 pm

Re: מיין אפענעם טאגבוך, באזוך אין די "רויטע שטאטן"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחזקאל סגל לנדא »

רבא מברניש האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 18, 2024 10:15 pm
זייער שיין

מיט וואס איז אריזאנע רויט?
מיט וואס נישט?!?!

רויטע פלאקערדיגע בערג

רויטע פייערדיגע זון

רויטע מענטשן (פארברענט פון די זון)

רויטע רעפאבליקאנער

רויטע מילך.....
מאכט איר חתונה? זוכט איר סטעמפס? גוטע פרייזן!
רופט/טעקסט 9176183475 • אימעילט [email protected]

א פארמאכן בריוו, צו אייוועלט.קאם
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 29633
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: מיין אפענעם טאגבוך, באזוך אין די "רויטע שטאטן"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

פיינע טאגבוך, זייט ממשיך!
אלע צוזאמען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 445
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 2:53 pm
לאקאציע:קאסא גראנדע - אריזאנע
פארבינד זיך:

Re: מיין אפענעם טאגבוך, באזוך אין די "רויטע שטאטן"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלע צוזאמען »

אוהו, פיין געשריבן, מיט די פונקטליכע פרטים און צוקער'דיגע שפראך, זיי ממשיך.

@רבא מברניש סעדאונע ווערט גערופן מיטן ניק נאמען 'די רויטע שטאט' צוליב וואס זי האט שטארק רויטע שטיינער/בערג, דאס איז אבער א זאך וואס אסאך פלעצער אין די ראקי מאונטעין'ס זענען געבענטשט מיט, סעדאונע איז פשוט די שענסטע און מערסט באוואוסט.
א הערליכע 2 בעדרום הויז צו פארדינגן אין קאסא גראנדע אריזאנע - ( אן א פול ), פאר שבתים, פאר א גוטע פרייז, ביטע פארבינדט אייך אין אישי אדער רופט/טעקסט 520-344-3803.

פארבינד אייך פאר סיי וועלכע אינפארמאציע איבער דער היימישער ישוב אין אריזאנע
אוועטאר
זילבער פיצער
שר האלף
תגובות: 1192
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 30, 2021 1:48 am

Re: מיין אפענעם טאגבוך, באזוך אין די "רויטע שטאטן"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זילבער פיצער »

סובסקרייבט!
פול מיט אינטערעסאנטע ידיעות און הומאר.
#קיעפ עיט פלאואינג..
אוועק מיט אלע אינספיראציע'ס,
לאז בלויז דיינע מעשים אינספירירן אנדערע.

קען זיין אז דו קענסט אנגיין מיט ווייניג שעה שלאף א נאכט,
אבער דיינע ארומיגע קענען נישט, אזוי אנגיין מיט דיר...
אוועטאר
יחזקאל סגל לנדא
שר חמש מאות
תגובות: 879
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אפריל 13, 2024 9:43 pm

Re: מיין אפענעם טאגבוך, באזוך אין די "רויטע שטאטן"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחזקאל סגל לנדא »

דאס איז די נאמען פון די פאלאץ
Montezuma Castle National Monument

דאס איז די וויזיטינג צענטער
Red Rock Ranger District Visitor Center
מאכט איר חתונה? זוכט איר סטעמפס? גוטע פרייזן!
רופט/טעקסט 9176183475 • אימעילט [email protected]

א פארמאכן בריוו, צו אייוועלט.קאם
אוועטאר
תרמב
שר תשעת אלפים
תגובות: 9448
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 07, 2019 3:21 pm

Re: מיין אפענעם טאגבוך, באזוך אין די "רויטע שטאטן"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרמב »

ביוטיפול!

שרייב ווייטער, איך לייען מיט דורשט
שחיטה
שר מאה
תגובות: 140
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 20, 2022 12:57 am

Re: מיין אפענעם טאגבוך, באזוך אין די "רויטע שטאטן"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שחיטה »

סובסקרייבט
מקוה בעג
שר חמש מאות
תגובות: 652
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 12, 2021 9:13 pm

Re: מיין אפענעם טאגבוך, באזוך אין די "רויטע שטאטן"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקוה בעג »

שחיטה האט געשריבן: זונטאג יולי 21, 2024 3:13 am
סובסקרייבט
גא"מ
אוועטאר
הרב יואל קליין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4944
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 13, 2017 6:01 pm

Re: מיין אפענעם טאגבוך, באזוך אין די "רויטע שטאטן"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב יואל קליין »

קעמרע זעהט אויס ווי א סאני RX100

איך ברויך א סעילמאן פאר אונזער ביזנעס אין סקייטעק טעלעקאם.
ביטע מיר קאנטאקטן: [email protected] . לאמיר ביידע מאכן געלט בעזר השם!
אוועטאר
nodeJS
שר האלף
תגובות: 1086
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 21, 2021 6:04 pm

Re: מיין אפענעם טאגבוך, באזוך אין די "רויטע שטאטן"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nodeJS »

@יחזקאל סגל לנדא הערליכע באשרייבונג! קיפ איט אפ!
אבער... די בילדער לאודן זיך נישט,
נאר ביי מיר?
Clever code does not necessarily create clever Software
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2956
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

Re: מיין אפענעם טאגבוך, באזוך אין די "רויטע שטאטן"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

שרייב שרייב, שרייבסט זייער גוט!

אבער כ'ווייס דאך אז וועסט נאך ווארטן אביסל ביז די נעקסטע שטיקל, איז זאג מיר שנעל איין זאך, אין קורצן: איז גרענד קעניאן איבערגעשטיגן פילפאכיג מער דיין הנאה פון סעדאונע?

כ'פרעג ווייל ס'נוגע.
זקן מלא רחמים.
אוועטאר
יחזקאל סגל לנדא
שר חמש מאות
תגובות: 879
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אפריל 13, 2024 9:43 pm

Re: מיין אפענעם טאגבוך, באזוך אין די "רויטע שטאטן"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחזקאל סגל לנדא »

דערבארומדיג'ער האט געשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 11:36 pm
שרייב שרייב, שרייבסט זייער גוט!

אבער כ'ווייס דאך אז וועסט נאך ווארטן אביסל ביז די נעקסטע שטיקל, איז זאג מיר שנעל איין זאך, אין קורצן: איז גרענד קעניאן איבערגעשטיגן פילפאכיג מער דיין הנאה פון סעדאונע?

כ'פרעג ווייל ס'נוגע.
ס'איז אנדערע ענינים

סעדאונע איז הערליך שיין

ג"ק איז מעכטיג מייעסטעטיש און ריזיג. און אויך שיין
מאכט איר חתונה? זוכט איר סטעמפס? גוטע פרייזן!
רופט/טעקסט 9176183475 • אימעילט [email protected]

א פארמאכן בריוו, צו אייוועלט.קאם
נירעדהאז׳ער
שר מאה
תגובות: 195
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 20, 2024 7:35 am

Re: מיין אפענעם טאגבוך, באזוך אין די "רויטע שטאטן"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נירעדהאז׳ער »

יחזקאל סגל לנדא האט געשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 11:43 pm
דערבארומדיג'ער האט געשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 11:36 pm
שרייב שרייב, שרייבסט זייער גוט!

אבער כ'ווייס דאך אז וועסט נאך ווארטן אביסל ביז די נעקסטע שטיקל, איז זאג מיר שנעל איין זאך, אין קורצן: איז גרענד קעניאן איבערגעשטיגן פילפאכיג מער דיין הנאה פון סעדאונע?

כ'פרעג ווייל ס'נוגע.
ס'איז אנדערע ענינים

סעדאונע איז הערליך שיין

ג"ק איז מעכטיג מייעסטעטיש און ריזיג. און אויך שיין
סעדאנע איז עפעס יוניק, גרענד קעניאן איז באמבאסטיש.

סעדאנע האט מיר מער באwowed ווי גרענד קעניאן
אוועטאר
נישטאמת
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4534
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm
לאקאציע:איך האף צו וויסן בקרוב

Re: מיין אפענעם טאגבוך, באזוך אין די "רויטע שטאטן"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישטאמת »

יחזקאל סגל לנדא האט געשריבן: זונטאג יולי 21, 2024 2:23 am
רבא מברניש האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 18, 2024 10:15 pm
זייער שיין

מיט וואס איז אריזאנע רויט?
מיט וואס נישט?!?!

רויטע פלאקערדיגע בערג

רויטע פייערדיגע זון

רויטע מענטשן (פארברענט פון די זון)

רויטע רעפאבליקאנער

רויטע מילך.....
פרה אדומה פון די וואכעדיגע סדרה...

שרייב ווייטער, מיר ווארטן אויפן המשך.
שרייב תגובה

צוריק צו “אויספלוגן”