פארטריבן דער גביר מיט הארטע בושות. וואס זענען די קאנסעקווענצן? (פרשן הפרשה)

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
בוטשער
שר האלף
תגובות: 1147
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 16, 2023 2:48 pm

פארטריבן דער גביר מיט הארטע בושות. וואס זענען די קאנסעקווענצן? (פרשן הפרשה)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוטשער »

פרשן הפרשה



איבער פיפציג טויזענט דאלער האט מען אינוועסטירט אין די מסיבה פלאנירונג פון די געלט אויפטרייבער אווענט.

מען האט אומפארטירט בלומען פון אלדזשעריע און טייערע געשיר פון כינע. די ארגאניזירער זענען געווען אנטשלאסן צו מאכן דעם אווענט א קנאק פון א סוקסעס. וויסנדיג אין דעם ווענד זיך די צוקונפט פון די ארגענעזאציע.

ישכר בעריש, איינער פון די אקטיווער שוויצער אינערהאלב דעם ארגעניזאציע איז ארומגעלאפן פארסאפעטערהייט פון איין עק זאל צום צווייטן און אנגעפירט מיט די פארציע פארטיילונג. זיין רויטן בארד האט נאר צוגעגעבן צום דראמע, מען האט געקענט שמעקן די ערנסקייט אין די לופט (פארשטייט זיך נאר לעבן זיין מויל)

'פוט דאון היער טאא' האט ער ארויסגעקראצט פון צווישן זיינע אויסגענוצטע ציין צום מעקסיקאנער סערווירער דערביי צייגנדיג מיט די פינגער אויף שאול'ס זיץ פלאץ. שאול האט א רעפוטאציע אלס א הינגעריגע איד וועלכע ס'איז שווער צו זעטיגן.

פון אונטער די קוליסן האט מען געוויסט אז די סיבה פארוואס ס'פעלט זיך אויס צו אינוועסטירן אזוי פיל געלט כוח און מוח פאר דעם אווענט איז צוליב דעם וואס עס איז אין פלאן אז די בארימטע פילאנטראפ און מחבר ספרים (דאפעלטער לשון) גייט קומען צום מסיבה, און עס איז באקאנט אז אויב גיבט מען אים די ריכטיגע צאל כבוד, ליין: אטענשאן, (פארשטייט זיך נאך אלס כבוד התורה , טא, ער אליין איז דאך א בורח מן הכבוד, ער לויפט אוועק פון כבוד ווי פון פייער, נישט געזארגט, די פייער לויפט שנעלער פון אים) דאן לאזט ער זיך קאסטן ריזיגע און אסטראנאמיע סומעס פאר דעם צוועק, אפגעזען וואס דאס איז.

ס'איז בכלל נישט קיין גרינגע זאך צו לעקן דעם נארישן גביר אבער ווי גייט די שפריכווארט ''געלט איז פאר הנאה'' (מאני ביפאאר פלעזשער) כדאי אים צו צופרידן שטעלן ברויך מען צושטעלן גאר אסאך, סיי אין די שיינקייט פונעם אווענט, עס מוז זיין הערליך דעקארירט. און סיי מיט די כבוד געטיילעריי, מען מוז אים מכבד זיין מיט א דרשה וועלכע ער האט זיך אויסדרוקליך נישט צוגעגרייט און אזא דרשה קען זיך פארציען פאר לאנגע שטונדן, אבער ס'איז נישט דא קיין אויסוועג.


די צייט איז אנגעקומען, די מאסן שטרוימען צום רייכן באנקעט און מ'גרייט זיך צום רייכן טעימה. מענטשן פון אלע שיכטן און קרייזן פון אלע מאסן און קאלירן האבן זיך געיאוועט צום פארטי.

אויך שאול איז אנגעקומען. ווי א פארצוקנדע בער וועלכע האט זיך אקוראשט ערוועקט פון זיין לאנגן הייבערנאציע האט ער זיך ארויפגעווארפן אויף זיין פארציע און דאס טאטאל פארניכטעט, עס האט אויסגעזען ווי א בייזע פאגראם וועלכע די ווילדע פויערן פלעגן דורכפירן אויף די נעבכדיגע אידן. די אומשילדיגע שטיקל פיש וועלכע האט אמאל געדינט אלס 'אפעטייזער' האט געליטן א פארשעמנדע ענדע. עס איז פארדייט געווארן אין שאול'ס ברייטן געדערים, 'כאבן ביד המזלג'.

די סעודה האט פארגעזעצט און די סערווירער האבן זיך גערוקט צו די מעין קורס וועלכע איז באשטאנען פון א זאפטיגע שטיקל בשר.

שאול איז געווען גרייט דערויף. מיט זיין דיקע אגודל פינגער האט ער אנגעהאלטן די גאפל און מעסער און מיט זיינע צוויי שארפע אויגן געשיקט סטראשע מעסעדזשעס צום מעקסיקאנער סערווירער אז ער זאל ווי שנעלער אהינדערלאנגען דאס פארציע. די סערווירער האבן גאר שטארק געפארכט פון שאול'ן און האבן אים טאקע גראד געגעבן זיין אויסגעבעטענע טעלער.

שאול האט זיך געפרייעט ביז גאר… אבער דאן האט די אומגליק פאסירט.

ווען שאול האט שוין געהאלטן די גאפל אין האנט האט די טיר מיטאמאל אויפגעמאכט און די גביר האט אריינגעשפרייזט מיט א שמייכל אויפן פנים, ער איז געקומען אפנעמען די כבוד התורה.

זיינע געלע ציין האבן געפינקלט ווי דיימאנטן . אלע אנטיילנעמער זענען גראד שטיל געווארן און יעדער האט זיך געמוזט אויפשטעלן מיט ערע. פאר שאול האט דאס גאר שטארק פארדראסן, היתכן מען שטערט אים עסן צוליב עפעס א נארישע גביר. פון ווייטאג ארויס האט ער אויסגעשריגן הויעך און ברייט; ''פגר''...

די גביר איז שטיל געווארן, זיין שמייכל איז פארשוואונדן געווארן פון זיין פרצוף און שרעקווארפנדע גרומאסן האבן אצינד באצירט זיין רינדיכדיגע פנים, זיינע באקן האבן געשיקט שאק כוואליעס ביז קאנארסי און זיין דאבל טשין האט זיך ווילד געוואקלט, ער האט זיך אויסגעדרייעט און שנעל ארויס פון זאל, אזא דערנידערונג האט ער שוין לאנג נישט טועם געווען…

די חלום צו מאכן מיליאנען איז צורינען ווי א זייפן בלאז, און אלס אדאנק שאול.

די ארגעניזירער זענען צוגעלאפן צו שאול און אים אריינגעגעבן מכות רצח, ''טיפוש איינער וואס דו ביסט, פארוואס האסטו אלעס רואינירט? דו ווייסט אז מיט דיין נארישע שריט האסטו אונז קליא געלייגט שווערע געלטער? גיי דיר ארויס פון דא דו פרעסער!!! קיינער בריך דיר נישט''

שאול האט זיך אויפגעשטעלט א פארשעמטער און ארויס פון זאל, איך האב נאר געזאגט איין ווארט, וואס איז די גאנצע טראסק?

***



די וואך אין די סדרה שטייט די מעשה פון בלק מיט בלעם די צוויי בייזע הינט. בלעם די כבוד שמעקער מיט די איין פארדעקטער אויג האט געגליסט צו כבוד און פארמעגן און איז געווען גרייט צו אסאסינירן דאס אידיש פאלק.

די גמרא פארציילט אונז זייער קלאר וואס איז געווען דא בלעם'ס סטראטעגיע. ווי אזוי האט בלעם פלאנירט צו אינטערברענגען די אידן?

זאגט די גמרא אז ער האט געווילט מכוון זיין אין די רגע אין וועלכע די באשעפער כביכול בייזערט זיך (מיר האבן נישט קיין השגה דערין)

פרעגט די גמרא, וואס קען ער דען טון אין איין רגע? ענטפערט די גמרא אז בלעם האט געווילט אינזין האבן איין ווארט; ''כלם''. פארלענד זיי, דעטס איט…

איין ווארט? מ'קען שוין מיינען וואס איז דאס שוין איין ווארט?

נאר וואס? אלה מאי, זעה מיר פון דעם ווי געפארפול איין נעגעטיווער ווארט קען זיין, יא, אפי' עס איז בלויז איין ווארט.

פארוואס טאקע?

דאס צו פארשטיין דארפן מיר צו ערשט ארויסהאבן די חשיבות פון יעדער מינוט, פון יעדער רגע, פון יעדער אקט און פון יעדער ווארט, דאן וועט אלעס קלאר ווערן.. יעדער מינוט קען אונז ברענגען אוצרות און די זעלבע איז מיט דאס פארקערטע, א גוט ווארט קען בויען א וועלט און א שלעכט ווארט קען הרג'נען אלס. און יא, מיט איין ווארט.

אזוי ווי ביי אונזער משל. איין ווארט האט קלי' געלייגט, די זעלבע איז מיט יעדער ווארט אונזערע, עס איז מאכטפול און טוט אויף גאר אסאך…


א גוט שבת




פאר הערות און קאמענטארן אדער זיך ארויפצוסיינען צו באקומען דעם גליון אויף אימעיל קען מען אריינשיקן צו [email protected]
ביידען בימי זקנתו
|
אוועטאר
בוטשער
שר האלף
תגובות: 1147
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 16, 2023 2:48 pm

Re: פארטריבן דער גביר מיט הארטע בושות. וואס זענען די קאנסעקווענצן? (פרשן הפרשה)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוטשער »

Untitled document.pdf
(62.32 KiB) געווארן דאונלאודעד 13 מאל
ביידען בימי זקנתו
|
אוועטאר
אן אייניקל
שר האלפיים
תגובות: 2121
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 26, 2022 9:28 am
לאקאציע:ביי זיידי'ן אינדערהיים

Re: פארטריבן דער גביר מיט הארטע בושות. וואס זענען די קאנסעקווענצן? (פרשן הפרשה)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אן אייניקל »

הערליך שיין און קלאר אראפגעלייגט.

פון די בעסטע שרייבער אויף אייוועלט. גיי אן ווייטער. ביסט מיר מחי'
אוועטאר
פונקט פארקערט
שר האלף
תגובות: 1475
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 09, 2021 5:41 pm

Re: פארטריבן דער גביר מיט הארטע בושות. וואס זענען די קאנסעקווענצן? (פרשן הפרשה)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פונקט פארקערט »

זייער שיין!

די רעדסט פון אונזער @שאול ?
פונקט פארקערט האט געשריבן: דינסטאג מאי 30, 2023 10:16 pm
Flexcar.com מהו?

אויב נעמט איר א פלעקס קאר לייגט אריין די קאוד MJMPTG ביי טשעקאויט אין איר וועט באקומען 100 מייל בחינם
אוועטאר
גראדע שכל
שר האלף
תגובות: 1859
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 12, 2022 2:26 pm

Re: פארטריבן דער גביר מיט הארטע בושות. וואס זענען די קאנסעקווענצן? (פרשן הפרשה)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראדע שכל »

👍👍👍👍👍
שכל הישר איז א טייערע ארטיקל...
אוועטאר
קיצוני
שר מאה
תגובות: 148
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 30, 2024 10:43 am
לאקאציע:אייוועלט

Re: פארטריבן דער גביר מיט הארטע בושות. וואס זענען די קאנסעקווענצן? (פרשן הפרשה)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיצוני »

זייער שיין שכח
אוועטאר
בוטשער
שר האלף
תגובות: 1147
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 16, 2023 2:48 pm

Re: פארטריבן דער גביר מיט הארטע בושות. וואס זענען די קאנסעקווענצן? (פרשן הפרשה)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוטשער »

פונקט פארקערט האט געשריבן: פרייטאג יולי 19, 2024 4:17 pm
זייער שיין!

די רעדסט פון אונזער @שאול?
חלילה...
ביידען בימי זקנתו
|
אוועטאר
בוטשער
שר האלף
תגובות: 1147
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 16, 2023 2:48 pm

Re: פארטריבן דער גביר מיט הארטע בושות. וואס זענען די קאנסעקווענצן? (פרשן הפרשה)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוטשער »

קאמענטארן קען מען אויך איבערגעבן דא אויפן וועלטל
ביידען בימי זקנתו
|
אוועטאר
פראפעסאר
שר האלף
תגובות: 1079
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג דעצעמבער 22, 2023 1:01 am

Re: פארטריבן דער גביר מיט הארטע בושות. וואס זענען די קאנסעקווענצן? (פרשן הפרשה)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראפעסאר »

בוטשער האט געשריבן: זונטאג יולי 21, 2024 2:18 am
קאמענטארן קען מען אויך איבערגעבן דא אויפן וועלטל
ווי נאך?
Letshelpothers האט געשריבן: מיטוואך יולי 31, 2024 8:26 pm
שלות הנפש איז נישט קיין דעיסטינעישן - עס איז דא יעצט.
אוועטאר
בוטשער
שר האלף
תגובות: 1147
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 16, 2023 2:48 pm

Re: פארטריבן דער גביר מיט הארטע בושות. וואס זענען די קאנסעקווענצן? (פרשן הפרשה)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוטשער »

פראפעסאר האט געשריבן: זונטאג יולי 21, 2024 2:21 am
בוטשער האט געשריבן: זונטאג יולי 21, 2024 2:18 am
קאמענטארן קען מען אויך איבערגעבן דא אויפן וועלטל
ווי נאך?
אימעיל
ביידען בימי זקנתו
|
אוועטאר
פרייליכער מענטש
שר מאה
תגובות: 160
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 12, 2023 3:45 pm

Re: פארטריבן דער גביר מיט הארטע בושות. וואס זענען די קאנסעקווענצן? (פרשן הפרשה)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרייליכער מענטש »

ש'כח, איך האב איבערגעגעבן דעם משל שבת ביי די סעודה.
404
אוועטאר
בוטשער
שר האלף
תגובות: 1147
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 16, 2023 2:48 pm

Re: פארטריבן דער גביר מיט הארטע בושות. וואס זענען די קאנסעקווענצן? (פרשן הפרשה)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוטשער »

פרייליכער מענטש האט געשריבן: זונטאג יולי 21, 2024 4:43 pm
ש'כח, איך האב איבערגעגעבן דעם משל שבת ביי די סעודה.
דאס איז א ריכטיגע קאמלימענט!
ביידען בימי זקנתו
|
soda water
שר מאה
תגובות: 140
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 24, 2021 11:39 am

Re: פארטריבן דער גביר מיט הארטע בושות. וואס זענען די קאנסעקווענצן? (פרשן הפרשה)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך soda water »

איך האב געשיקט א אי-מעיל צו סובסקרייבן
עס קומט צוריק א אוטומאטישע ריפליי אז עס איז נישט א ריכטיגע אדרעסס
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”