Re: איין יאר פון "בחצרות הקודש - נתחדש תמוז תשפג"
וועלכע שיכון?דעה והשכל האט געשריבן: ↑ דאנערשטאג יולי 25, 2024 12:08 amוויבאלד איך פאוסט קיינמאל נישט און די בחצרות אשכול קען איך נישט אפווענדן די פראזן אז ’יעדער וואס פאוסט דא ווייסט ווייסט וואס ס’איז אנגענומען’, און ’אז ס’איז סימפל עז עי דימפל’, אבער אזויפיל זעה איך אז די ניקס וואס איך קען פון יענעם אשכול אלס די געווענליכע שטעלער’ס האבן טענות.יאנאש האט געשריבן: ↑ מיטוואך יולי 24, 2024 9:53 pmביי וועם הערשט אומקלארקייט? יעדער וואס פאוסט דאהי ווייסט וואס איז אנגענומען, צומאל ’פארגעסט’ מען עס צו שרייבן...דעה והשכל האט געשריבן: ↑ מיטוואך יולי 24, 2024 9:29 pmאון קומט ארגינעל פון די אנליין פלאטפארמעס ווי בחדרי חרדים וכדו’ ווי מ’פלעגט אויך שרייבן כ’’ק מהרמ’’ד מבאבוב פאר ס’איז געווען א אנדערע אנדייטונג פון וועם מ’רעדט.
אזוי צו אזוי איז קלאר אז די ’אויסגעקלארט’ ברויך א געהעריגע אויסקלארונג פון וואס און ווי די קלארקייט דארף/מעג צו קומען .
א נייער לייגער וועט צומאל באקומען א דערמאנונג, אן אפטער לייגער וואס מאכט זעלטן א טעות וועט מען עס צומאל אליין פאררעכטן און איינער וואס ’פארגעסט’ צו אפט מעקט מען מיט א מחישי.
סימפל עז עי פימפל און דער מחיקה רעשיאו איז דער גרעסטער הוכחה.
וועגן קלארקייט, אויב שטייט און די תקנה די פאלגענדע ווערטער:
מער ווייניגער איז אויסגעקלארט וועלכן רב/רבי/ראש ישיבה מ'רופט וויאזוי. .
און מ’מעקט איינעם וואס האט געשריבן מרן אדמו’’ר מ’וויזניץ שליט’’א וואס איז די מאוסט קאמען און פשוט’סטע וועג פון שרייבן איבעראל אויף דעם רבי’ן שליט’’א (אינקלאדינג און אזעלכע פלעצער ווי מ’וועט נישט שרייבן מהר’’א/מהרי’’י) מיינט אז עס הערשט נישט קיין קלארקייט, פינטל.
בד’’וו וויפיל פון די ליינער האבן שוין געכאפט די פראבלעם פון יענע תגובה? האסט טאקע נישט געכאפט, ריכטיג? איך וועל דיך זאגן, עס איז נישט געשטאנען אדמו’’ר מ’ווישניץ שיכוןשליט’’א. האסט געכאפט?