אפגעגאלטהאט געשריבן:↑מיטוואך יולי 24, 2024 1:16 pm
כרוספדיןהאט געשריבן:↑מיטוואך יולי 24, 2024 10:46 am
בעצם איז דריי בילדער פער מעמד זייער א שטארקע גדר,
אבער למעשה איז דא גענוג מעמדים וואס למשל אויפן וועג צום שמחה / מנחה פארן קבלת פנים / אריבער גיין זיך וואונטשען / קבלת פנים / באדעקן / חופה / מעריב / סעודה /ריקודין / ברכת המזון / מצוה טאנץ, ווערן פארעכנט אלץ עקסטער מעמדים.
אבער דאס אז בשעת די סעודה זענען געקןמען 10 פארשידנע רבנים איז מער א נייעס וואס די עולם גלייכט (לדעתי), איז למעשה נישט ערלויבט, פארלירט עס די וועליו פון זיין געהעריג געדעקטע נייעס.
אידאך די עצה ספוילער
ספוילערהאיז נאר פאר דער וואס האט די ערשטע געמאלדן די תגובה, דער צווייטער וועט גמחישי ווערן
- שיח שרפי קודש - סיפורי צדיקים ממקורות נאמנים דערציילט דורך הגה"צ ראש ישיבת מהרי"ט בני ברק שליט"א(הגרח"צ מייזליש) viewtopic.php?p=5053598#p5053598
מעק אויס די ווארט סאדיגורא... וואס איז די מעקן א גאנצע תגובה וועגן דעם?...Screenshot 2024-07-24 153200.png
געפעלט מיר דיין תמימות.
עס געפעלט מיר אויך די געמאכטע תמימות פון די מעקער'ס וואס מעקן ווען זייער קאווע איז נישט געלונגען...
אין דיין פאל איז די תגובה געמעקט געווארן (גראדע נישט דורך מיר) ווייל אן אדמו"ר איז באטיטלט געווארן מיט א נישט ריכטיגן טיטל, וואס איז א בפירוש'ע פארלעצונג קעגן די תקנות האשכול. דיין סקרינשאט נעמט אינגאנצן ארויס די געשיכטע פון קאנטעקסט, בלויז עס צו קענען נוצן אלס אן אטאקע קעגן די הנהלה.
אודאי זענען דא מעקערייען וואס זענען אין די גרויע עריע און זענען תלוי אין שיקול הדעת, און מ'האט נאך דערווייל נישט ערפינדן קיין טשיפ צו אינסטאלירן אין די אחראים'ס מוחות צו מאכן יעדן טראכטן אייניג, דעריבער איז נישט אינגאנצן מעגליך צו זיין 100% קאנסיסטענט מיט די מעקעריי, כאטש מ'פראבירט יא ווי ווייט מעגליך. און דאס מיינט אויסדרוקליך נישט אז די מעקעריי האט עפעס מיט אגענדעס.
דער עולם פארגעסט, און אנדערע זענען צו יונג צו געדענקען, אז אריגינעל איז רבי'שע נייעס בכלל נישט געווען ערלויבט אויף אייוועלט. די הנהלה האט עס באוויליגט עס צו ערלויבן נאר בתנאי אז מ'קומט נאך די ספעציעל שטרענגע מאסנאמען, און רעזערווירט די רעכטן אליין שוקל צו זיין וואס ס'הייסט עובר געווען, אפילו ווען דער שרייבער פארשטייט אנדערש.
נאך עפעס, איך זע דא אז געוויסע קוקן אן די מחישי'ס [ערשטע מאל איך נוץ דעם ווארט... איך גלייך עס נישט] ווי א ווארענונג, ווען באמת איז עס נישט מער ווי א פראקטישע איינשטעל לטובת די שרייבער.
כרוספדיןהאט געשריבן:↑מיטוואך יולי 24, 2024 3:49 pm
אפגעגאלטהאט געשריבן:↑מיטוואך יולי 24, 2024 1:16 pm
כרוספדיןהאט געשריבן:↑מיטוואך יולי 24, 2024 10:46 am
בעצם איז דריי בילדער פער מעמד זייער א שטארקע גדר,
אבער למעשה איז דא גענוג מעמדים וואס למשל אויפן וועג צום שמחה / מנחה פארן קבלת פנים / אריבער גיין זיך וואונטשען / קבלת פנים / באדעקן / חופה / מעריב / סעודה /ריקודין / ברכת המזון / מצוה טאנץ, ווערן פארעכנט אלץ עקסטער מעמדים.
אבער דאס אז בשעת די סעודה זענען געקןמען 10 פארשידנע רבנים איז מער א נייעס וואס די עולם גלייכט (לדעתי), איז למעשה נישט ערלויבט, פארלירט עס די וועליו פון זיין געהעריג געדעקטע נייעס.
אידאך די עצה ספוילער
ספוילערהאיז נאר פאר דער וואס האט די ערשטע געמאלדן די תגובה, דער צווייטער וועט גמחישי ווערן
האסט שוין פראבירט? איך געדענק נישט אז ס'זאל זיין אזא תקנה לכאורה מעג מען יא,
באציענדיג זיך צו די דוגמא #1 פון@כרוספדין, בין איך נייגעריג צו אויב וואלט די פאלגענדע תגובה געווען און בחצרות אשכול וואלט עס געפלויגן וויבאלד עס שטייט נישט פון וועלכע פארטיי ער איז וויצע קאנדידאט?
דעה והשכלהאט געשריבן:↑מיטוואך יולי 24, 2024 7:45 pm
באציענדיג זיך צו די דוגמא #1 פון @כרוספדין, בין איך נייגעריג צו אויב וואלט די פאלגענדע תגובה געווען און בחצרות אשכול וואלט עס געפלויגן וויבאלד עס שטייט נישט פון וועלכע פארטיי ער איז וויצע קאנדידאט?