Re: רבי שאול וואהל - דער קעניג פון פולין אויף איין נאכט
איך האב געווארט אז איינער זאל צייגן דעם טעות.רייכערמאן האט געשריבן: ↑ דינסטאג יולי 23, 2024 7:37 pmגראדע דא דארף איך זיך אננעמען פאר די אנדערע זייט...דאקטאר-ראבינער האט געשריבן: ↑ דינסטאג יולי 23, 2024 7:25 pmפון די מעשה אין גמרא מיט ר׳ אלעזר בן ערך און החרש הי׳ לבם זעהט מען קלאר אזאביונה האט געשריבן: ↑ דינסטאג יולי 23, 2024 6:33 pm
א. מען האט רואיג געקענט גיין צו זיי
ב. זייער מדריגה אין רוחנית.
ג. זייט ווען גיבט מען סקילה אויף אן איסור דרבנן?
ד.זייט ווען האבן זיי אפילו מצוות דרבנן?
ה. וואס טוט זיך מיט עדים און התראה?
ו. וויאזוי ליגט ר׳ מאיר אין טבריה?
ז. פארוואס האט ער עס געמאכט אויף ארמ׳יש?
ח. אין די דור פון די גאונים איז באמת נישט געווען קיינער וואס האט געקענט דעבאטירן דעם גלח?
ט. די עשרת השבטים זענען געווען שקוע אין עבו׳׳ז אויף א שרעקליכער פארנעם.דערפארזענעןזיי געגאנגען אין גלות אזויפיל פאר אונז און דערפאר האלט ר׳ עקיבא אינם עתידין לחזור.
(יא, איך קען די מעשה פון מנשה מיט דוכט זיך רבא, אבער איינער וואס גלייבט נישט אז מנשה העמיד צלם בהיכל איז אן אפיקורס. אין איינער וואס גלייבט נישט אז די עשרת השבטים האבן אלע געדינט עבודה זרה, אזוי ווייט, אז ווען מען האט אוועקגענומען די שומרים איז קיינער נישט געגאנגען עולה רגל זיין, איז אן אפיקורס.)
דאס וואס איז באקאנט פון אונזערע מלמדים אז די אנדערע זייט סמבטיון וואוינען די עשרת השבטים מיינעך איז א פשוטע טעות, מ'מישט אויס מיט די בני משה וואס זיי וואוינען דארטן, און לויט די מעשה פון די אקדמות (דרך אגב איך וויל אויסקלארן איין זאך וואס ווי עס שיינט האבן מאנכע דא נישט ריכטיג פארשטאנען: די שאלה איז נישט איבער ווער עס האט געמאכט די אקדמות און ווען ער האט געלעבט, די שאלה איז אויב די גאנצע דראמאטישע מעשה וואס איז געבויעט ארום איהם האט ווירקליך פאסירט אדער בלויז פאברעצירט געווארן ארום איהם) האט ר' מאיר געבעטן הילף פון די בני משה, נישט די עשרת השבטים, על אף וואס מ'דערציילט עס אזוי מיין איך אז ס'איז פשוט אן עמעראצישע טעות.
דער חילוק צווישן בני משה איו עשרת השבטים קומט פון ספר אלדד הדני. איך האב פשוט פרובירט אויפווייזן אז די מעשה איז פאלש ועדות שבטלה מקצתו בטלה כולו