וויאזוי האב איך נאך פיאות?!?!
זיצנדיג איבערן גמרא פארטיפט אין א תוס'... זיצנדיג איבער א חסידיש ספר'ל… לויפן די פינגערלעך גלייך צום פאות… מען דרייט און מען קרייזלט… נאכאמאל און נאכאמאל… און מען גיבט א בלאז אראפ פונעם ספר די ארויסגעפאלענע הארעלעך… (האפנטליך לאזטו עס נישט אין ספר…).
לאמיר מאכן א חשבון, בערך פינף האר פאלן ארויס פער טאג פער פאה… מאל 365 = בערך 1700 פער יאר…
וויאזוי קען זיין אז עפעס בלייבט איבער פון מיינע פאות???