זאל מען מבטל זיין וואכעדיגע שבע ברכות?

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

זאל מען מבטל זיין וואכעדיגע שבע ברכות יעדע נאכט?

די וואלן האבן זיך געשלאסן דינסטאג אוגוסט 13, 2024 5:44 pm

יא!
248
73%
ניין
39
11%
עפעס אינצווישן, שרייב אריין
55
16%
סך הכל שטימען: 342

אוועטאר
געמבלער
שר האלף
תגובות: 1672
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 02, 2020 12:02 pm

זאל מען מבטל זיין וואכעדיגע שבע ברכות?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געמבלער »

טוט זיך אן אווערנעס איבער די שבע ברכות'עסער, מה אמרו הבריות?
אוועטאר
mmm
שר מאה
תגובות: 203
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 21, 2014 8:57 pm

Re: זאל מען מבטל זיין וואכעדיגע שבע ברכות?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך mmm »

יא מען דארף צי עס גייט געשען? ווער ווייסט
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4171
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

Re: זאל מען מבטל זיין וואכעדיגע שבע ברכות?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

יא. פינטל.
yoel2124441100
שר חמש מאות
תגובות: 973
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 30, 2015 2:54 pm

Re: זאל מען מבטל זיין וואכעדיגע שבע ברכות?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yoel2124441100 »

יעדע קהילה/שטאט זאל צושטעלן א פלאטץ װי אלע חתנים/כלות זאלן עסן צוזאמען,בדחנים װעלן רעדן פאר די גאנצע עולם צוזאמען
װעט קאסטען 100$ פאר יעדע קאפל אײנטריט געלט
אוועטאר
משה צימערינג
שר האלפיים
תגובות: 2196
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 28, 2015 9:48 am
לאקאציע:אונטער דעם אייזערנעם פירהאנג

Re: זאל מען מבטל זיין וואכעדיגע שבע ברכות?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה צימערינג »

מאכן 1 שבע ברכות יעדע זייט אזוי אל זיין א געלעגנהיייט פאר די צדדים צו פארברענגען
אבער אין א תקנה זאל

די איבריגע נעכט זאל מען גיין צו די עלטערן וכדו'

לאמיר נישט פארגעסן, די חתן כלה דארפן זיך אביסל אויסליפטערען
ווי פלעגט די טאטע זאגן?: אלס בעסער ווי געלערנט
אוועטאר
בעריש'ל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4118
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 19, 2017 3:36 pm

Re: זאל מען מבטל זיין וואכעדיגע שבע ברכות?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעריש'ל »

יא און יא בטל ומבוטל, מיין מהלך מיט אלע חתונה תקנות, אויב די רעבעס הייבן עס אן ביי זיך, וועלן די חסידים עס נאכטוען 1 2 3. גאראנטירט.
אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה. שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְ' יוֹדֵעַ כָּל מַעֲשֵׂה בְנֵי אָדָם וְכָל מַחְשְׁבוֹתָם
אוועטאר
גריק יאגורט
שר חמישים
תגובות: 54
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 15, 2021 4:50 pm

Re: זאל מען מבטל זיין וואכעדיגע שבע ברכות?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גריק יאגורט »

איינס אדער צוויי זאל בלייבן
לאנטש טיים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5374
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 02, 2022 1:46 pm

Re: זאל מען מבטל זיין וואכעדיגע שבע ברכות?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאנטש טיים »

פארוואס אין די וועלט דארף איך לויפן אויף זיבן שעבעבראכעסער ווייל מיין שווער מאכט חתונה און די אנדערע זייט איז 'נייס' און רופט די חשובע שוואגערס?
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17794
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: זאל מען מבטל זיין וואכעדיגע שבע ברכות?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

בעריש'ל האט געשריבן: מיטוואך יולי 24, 2024 6:14 pm
יא און יא בטל ומבוטל, מיין מהלך מיט אלע חתונה תקנות, אויב די רעבעס הייבן עס אן ביי זיך, וועלן די חסידים עס נאכטוען 1 2 3. גאראנטירט.
ביים המון עם איז עס אפשר נישט געווען איינגעפירט.. קען זיין א שמועס עס צוריק שטעלן כמקדם.. אבער ביי די רבי'ס איז עס געווען נהוג מאז ומקדם, און אין געוויסע מקומות אפילו צוויי מאל א טאג.. ווי נעמט זיך די פשטות צו זאגן אז מ'זאל מבטל זיין א מנהג ישראל?
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
בעריש'ל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4118
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 19, 2017 3:36 pm

Re: זאל מען מבטל זיין וואכעדיגע שבע ברכות?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעריש'ל »

אוראייניקל האט געשריבן: מיטוואך יולי 24, 2024 6:17 pm
בעריש'ל האט געשריבן: מיטוואך יולי 24, 2024 6:14 pm
יא און יא בטל ומבוטל, מיין מהלך מיט אלע חתונה תקנות, אויב די רעבעס הייבן עס אן ביי זיך, וועלן די חסידים עס נאכטוען 1 2 3. גאראנטירט.
ביים המון עם איז עס אפשר נישט געווען איינגעפירט.. קען זיין א שמועס עס צוריק שטעלן כמקדם.. אבער ביי די רבי'ס איז עס געווען נהוג מאז ומקדם, און אין געוויסע מקומות אפילו צוויי מאל א טאג.. ווי נעמט זיך די פשטות צו זאגן אז מ'זאל מבטל זיין א מנהג ישראל?
קען זיין אבער…
שווער צו זאגן פאר אן ערליכער איד זאל מקיל זיין אין א סאך וואס זיין רבי טוט
אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה. שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְ' יוֹדֵעַ כָּל מַעֲשֵׂה בְנֵי אָדָם וְכָל מַחְשְׁבוֹתָם
אוועטאר
גראז
שר חמשת אלפים
תגובות: 5334
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 24, 2023 10:52 am

Re: זאל מען מבטל זיין וואכעדיגע שבע ברכות?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראז »

וואסעפעס מבטל זיין?!

מ'דארף אפשר מבטל זיין די "מוז" שבו. אבער קאמפליטלי מבטל?! סעפעס?!

ווער ס'וויל זאל מאכן און ווער נישט - נישט.
אוועטאר
Pinchus
שר חמש מאות
תגובות: 866
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2020 4:46 pm
לאקאציע:אין מיין שיך

Re: זאל מען מבטל זיין וואכעדיגע שבע ברכות?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Pinchus »

יא. באט האסט די זעלבע פראבלעם ווי אלע אנדערע סטענדערדס וואס מען טוט פאר יענעם.

כמיין, ווי האלטסו און לעבען?

האסט שוין חתנה געמאכט א קינד צוויי? דיין בערזעל פאטש דיר און פנים, די חלושסט צי טרעפן ערגעץ ווי צי קאטן? פארוואס זאל דיין קינד קענען באשטיין אזא דאוין גרעיט?
האסט אים געפיטערט א לייפסטייל.

האלטס פאר דיין ערשטע קינד? ווי אזוי ספענדסטו פאר דיינע קדישים/ וואכט נאכט ר'ישעלע.. וכו

האסט דיך אוועק געשטעלט ווי איינער וואס וויל נישט ארויס קאלערן פין די סטענדערט ליין.

אוואדע ווען מען זעיט די קרעדיט קארד סטעיטמענט אנערקענט מען ווי אנ נעסעסערי די אלע שבע ברכות'ער זענען...

דעמאלץ איז זייער זייער שווער צי קאטן. שפירסט דיך ווי א נצרך, די שפירט ווי יענער שפירט עס אויף דיר...


איך מיין אז די אנלי Wעי איז צי ספענדן וואס די שפירסט פאר וויכיטג. באט, מאסט אומפארטענט איז אנציהייבען א טאג פאר מארגען!


(יא אפילי די אינגערמאן וואס האלט נאך פאר די ערשטע קינד)

copy paste
לגבי
שטריימלעך
קאנטרי
באגעבא
קאר
שאפינג
וכו' ולא וג'ו
בר דעת
שר האלף
תגובות: 1485
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 25, 2011 1:00 pm

Re: זאל מען מבטל זיין וואכעדיגע שבע ברכות?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בר דעת »

מען זאל מבטל זיין די "זאל מען", אלעס אנדערש וועט שוין אליינס פאלן אין פלאץ...
חייםדערבעקער
שר מאה
תגובות: 221
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 05, 2020 12:44 pm

Re: זאל מען מבטל זיין וואכעדיגע שבע ברכות?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חייםדערבעקער »

ווייטער עפעס אן אויסגעגאסענע תגובה. כ'ווייס נישט וואס דו ווילסט, רוב מענטשן לעבן אן איינגעהאלטענעם לעבענס שטייגער.
חייםדערבעקער
שר מאה
תגובות: 221
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 05, 2020 12:44 pm

Re: זאל מען מבטל זיין וואכעדיגע שבע ברכות?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חייםדערבעקער »

דעם וועמען דו זעסט פארן צו ר' ישעי'לע קען זיך דאס געוויס אפארדן, קיינער בארגט זיך נישט געלט צו פארן צו ר' ישעי'לע. און ביי קדישים און וואך נאכטס, ווער עס האט ספענדעט, און ווער נישט נישט, טא וואס איז די אטאקע
אוועטאר
Pinchus
שר חמש מאות
תגובות: 866
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2020 4:46 pm
לאקאציע:אין מיין שיך

Re: זאל מען מבטל זיין וואכעדיגע שבע ברכות?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Pinchus »

חייםדערבעקער האט געשריבן: מיטוואך יולי 24, 2024 6:25 pm
ווייטער עפעס אן אויסגעגאסענע תגובה. כ'ווייס נישט וואס דו ווילסט, רוב מענטשן לעבן אן איינגעהאלטענעם לעבענס שטייגער.
אוי האלוי. זאג נאר דאווענסט שחרית אין ב''מ?

וויפיל הכנסת כלה'ס גייערס צירייסען זיך די פיס? ווייל די פראטאגערפער לויפט אים נאך פאר די 5 אלפים?

סיז עפעס א איינצעלע מענטש וואס ספענד אביסעל איבריג?
להודות
שר האלפיים
תגובות: 2749
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

Re: זאל מען מבטל זיין וואכעדיגע שבע ברכות?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודות »

וואס איז מיט שבת?
חייםדערבעקער
שר מאה
תגובות: 221
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 05, 2020 12:44 pm

Re: זאל מען מבטל זיין וואכעדיגע שבע ברכות?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חייםדערבעקער »

רוב מענטשן שפענדן נישט פאר א פאטאגראפירער. חתונה מאכן קאסט אזוי אויך געלט אן פינף אלפים פאר א פאטאגראפירער.
חתונה מאכן קאסט, חתונה מאל 15,000, דירה 5,000, חתונה נאכט, ווענציך צווישן פינף און צען, ועוד ועוד, אומ-שניידבארע הוצאות. סאו ווען מען גייט פאר עמיצן פאר חתונה מאכן איז דאס פאר די ברויט און פוטער פון חתונה מאכן.
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4607
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

Re: זאל מען מבטל זיין וואכעדיגע שבע ברכות?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

מיין דעת בעל הבית איז אז מען זאל עס אינגאנצן מבטל זיין.
שאל אביך ויגדך אז אין די ערשטע יארן נאכן קריג איז בכלל נישט געווען אזא זאך.
אוועטאר
Pinchus
שר חמש מאות
תגובות: 866
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2020 4:46 pm
לאקאציע:אין מיין שיך

Re: זאל מען מבטל זיין וואכעדיגע שבע ברכות?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Pinchus »

חייםדערבעקער האט געשריבן: מיטוואך יולי 24, 2024 6:36 pm
רוב מענטשן שפענדן נישט פאר א פאטאגראפירער. חתונה מאכן קאסט אזוי אויך געלט אן פינף אלפים פאר א פאטאגראפירער.
חתונה מאכן קאסט, חתונה מאל 15,000, דירה 5,000, חתונה נאכט, ווענציך צווישן פינף און צען, ועוד ועוד, אומ-שניידבארע הוצאות. סאו ווען מען גייט פאר עמיצן פאר חתונה מאכן איז דאס פאר די ברויט און פוטער פון חתונה מאכן.
רוב מענטשן שפענדן נישט פאר א פאטאגראפירער? ווי לעבסטו???

רבי, די סטענדער חתונה קאסט נשט אינטער 70-80k
אוועטאר
נברא
שר חמש מאות
תגובות: 857
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 16, 2017 3:02 pm
לאקאציע:קרית יואל

Re: זאל מען מבטל זיין וואכעדיגע שבע ברכות?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נברא »

געמבלער האט געשריבן: מיטוואך יולי 24, 2024 5:44 pm
טוט זיך אן אווערנעס איבער די שבע ברכות'עסער, מה אמרו הבריות?
וואו רעדט מען יעצט דערפון?
אוועטאר
אושר עד
שר מאה
תגובות: 219
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 14, 2019 5:22 pm
לאקאציע:בעיסמענט

Re: זאל מען מבטל זיין וואכעדיגע שבע ברכות?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אושר עד »

ווי קומט אריין רביס דא, זיי גייען מיט שטריימלעך א גאנצע וואך פון אן אייניקעלס חתונה, איך ווייס נישט פון קיינער וואס טוט דאס.
אוועטאר
ניס קראכער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8940
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

Re: זאל מען מבטל זיין וואכעדיגע שבע ברכות?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניס קראכער »

חייםדערבעקער האט געשריבן: מיטוואך יולי 24, 2024 6:26 pm
דעם וועמען דו זעסט פארן צו ר' ישעי'לע קען זיך דאס געוויס אפארדן,

כ'ווייס נישט פארוואס כ'האב אויסגעשאסן ביי דעם ליין...

צ"ק
וואס הייסט מבטל זיין, נישט מאכן קיין שבע ברכות בכלל, אדער די רעדע איז פון מאכן אין א זאל?

--
לאז ארויס די רבי'ס פון בילד, זיי האבן זיך אייגענע אויסגאבעס פאר דעם,
א הארטע ניסל קען מען צוקראכן, א ווייכע ניסל נישט! ער ווערט צוקוועטשט!
אוועטאר
אושר עד
שר מאה
תגובות: 219
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 14, 2019 5:22 pm
לאקאציע:בעיסמענט

Re: זאל מען מבטל זיין וואכעדיגע שבע ברכות?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אושר עד »

צ"ק 100%. מען רעדט כסדר פון זאכען וואס מען זאל מבטל זיין צו שפארעם געלט, אבער אייביג קומט איינער וואס זאגט דאס איז וויכטיג יענץ האב איך ליב וכדומה. א וואכענדיגע שבע ברכות האט קיינער קיין הנאה עס איז סתם ארויסגעווארפען געלט צו פייניגען דאס מענטשהייט.

איך האלו אז מען דארף מאכן אנשטאט, די עלטערע געשוויסטער אדער א פעטער מומע זאל רופן פאר א שיינע נאכאמאל.
TELTECH
שר חמש מאות
תגובות: 513
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 28, 2020 3:05 pm

Re: זאל מען מבטל זיין וואכעדיגע שבע ברכות?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך TELTECH »

yoel2124441100 האט געשריבן: מיטוואך יולי 24, 2024 6:08 pm
יעדע קהילה/שטאט זאל צושטעלן א פלאטץ װי אלע חתנים/כלות זאלן עסן צוזאמען,בדחנים װעלן רעדן פאר די גאנצע עולם צוזאמען
װעט קאסטען 100$ פאר יעדע קאפל אײנטריט געלט
גוטע איידע,

ערנסט גערעדט, מען קען גרינג אראפברענגען די פרייז אויב יעדע קהילה שטעלט צי קליינע זאלן מיט ביליגע עסן (בבחינת תקנות לחתונה).

ס'איז א סאך גרינגערע פעלד פון א חתונה.

למשל, יעדע לאנש ראם קען ווערן א שבע ברכות זאל (ס'דארף נישט זיין שיין וכדומה) און עסן קען קומען אויך פון דארט (אדער היימישע).
open advanced hotline - unlimited channels- over 700 features

low as only ִ$9.99 a month- feel free to contact - Tteltech Advanced Phone Systems

1716-227-2222 - [email protected]
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”