א אפענעם בריוו, צו "מר. פאשקעס":
שוין פראבירט מקיים זיין דעם ש'ינון ב'שבת ת'ענוג אבער די טשולנט שטעלט זיך קעגן...
גיימער פראבירן מקיים זיין דעם ש'פאצירן ב'שבת ת'ענוג... גראדע דא האב איך געווען גאנץ סוקסעספול... ברוך השם מ'קען מיט עפעס מענג זיין דעם שבת...
צוריק אינדערהיים... דער זייגער זאגט אז עס איז שוין צייט פארן (נאסטאלגישן... מיטאלאגישן...) 'שאבעס פאדי'... איך נעם ארויס פון די העכסטע קעבינעט די בעג 'ספעשל נאש'... (ס'דארף נישט עכט זיין ספעשל... אבי ס'קומט פון יענע קעבינעט...) און רוף צוזאם די קינדערלעך פון זייער ש'פילן ב'שבת ת'ענוג... און מען זעצט זיך צום טיש... אהה... לכבוד שבת קודש...
טאאטטי... קענסט אויפמאכן מיין סיפי'ס?! איך נעם די סיפי'ס פעקל אין מיין האנט און הייב אן רייסן, און דאן באמערק איך - צו מיין ערשטוינונג - די גאנצע אויבערשטע חלק פונעם פעקעדזשינג איז פול מיט אותיות פון ביידע זייטן... און איך האב שוין האלבוועגס אריינגעריסן... שומי שמים... חילול שבת... געוואלד...
טייערע מר. פאשקעס און אלע אייערע קאמפעטישאנ"ס: יישר כח פאר צושטעלן א ריזיגן אויסוואל פון נאשעריי מיט היימישע הכשרים (און אזויפיל ביזנעס פאר מיין קינדער'ס דענטיסט...) אבער - פארוואס דארף רוב אידישע נאש, האבן אותיות וואו מען מאכט/רייסט אויף די פעקעדזשינג?! וואס איז מיט שבת קודש?!
און פאר דיר, ציווילע בירגער וואס וויל קענען זיין נזהר בשמירת שבת: נעם א שערל (יא א מוקצה'דיגע שערל... פון די מוקצה לעדל... ס'איז לצורך גופו...) און שנייד רואיג אויף די פעקל... שנייד ארום די אותיות... און האב א לעכטיגן שבת!
(קום מיר נישט זאגן מתעסק און דבר שאין מתכוין... זיי נישט א למדן אויף מיין חשבון...)