געדאנק: צוצושטעלן עלעקטריק אויטאס פאר די הצלה אינגעלייט אין אפסטעיט

דיונים ועיונים בדבר ה' זו הלכה

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20200
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע:למטה מעשרה

געדאנק: צוצושטעלן עלעקטריק אויטאס פאר די הצלה אינגעלייט אין אפסטעיט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

עס איז א מחלוקת הפוסקים איבער די היתר פון מחלל שבת זיין "ווען מען קומט צוריק" פון א חולה. לויט'ן רמב"ם איז די היתר "סופן משום תחילתן" און די היתר איז אויך ביי דאורייתא. אבער לויט'ן מגן אברהם איז די היתר נאר פאר דרבנן.

אן אריינגיין אין די גאנצע פלפול להלכה, איז אין די ערשטע יארן פון די "חברה הצלה" געווען א דיון איבער די זאך צווישן די רבנים. דרייוון א קאר איז א שטארקע דאורייתא, עס זענען דא פונקען פייער ממש מיט וואס א "אינטערנאל קאמבאסטשן" ענדזשין ארבעטן. דאן איז דא די שאלה איבער תחום שבת, אבער דאס איז אין די שטאט נישט קיין גרויסע פראבלעם, זינט אין שטאט קומט נישט אויס צו פארן ארויס פון א מקום ישוב.

האבן די רבנים דן געווען איבער די אויטאס און געבליבן איז - אזוי ווי מען טוט היינט - אז א גוי דרייווד די וועג צוריק. סיי דעם אמבולאנס, און סיי די פריוואטע הצלה אויטאס. עכ"פ ווען עס איז דא די מעגליכקייט.

אין אפסטעיט - ספעציעל אזוי אין די קאנטריס - איז דאס אבער נישט אזוי. עס זענען נישטא קיין גוים אדער נישט גענוג גוים און די הצלה יונגעלייט דרייוון צוריק די אויטאס און אויך דעם אמבולאנס. און אין אפסטעיט איז אויסער די אויטא, אויך דא א ערנסטע פראבלעם פון תחום שבת.

איבער דעם תחום, איז דא א שטיקל היתר פון עגלה, אז פארן אין א אויטא איז עכ"פ לויט טייל פוסקים א דרבנן. אבער ווען עס קומט צו די קארס און די אמבולאנס, איז עס א ערנסטע דאורייתא שאלה. די פוסקים נעמען אן להיתר, זינט מען דארף האבן דעם אמבולאנס און אויטאס פאר שפעטער. לויט טייל פוסקים מעג מען אויך מחלל שבת זיין אויב עס וועט זיך מאכן א סכנה שפעטער - דאס הייסט נישט נאר ווען עס איז שוין דא א חולה - און דעריבער, דארף מען די אמבולאנס און אויטאס גרייט. דאס הייסט די היתר איז נישט אינגאנצן אויף "בחזרתן" נאר אויך בצירוף אז מען דארף זיין גרייט.

קען זיין עס זענען דא נאך היתירים, אבער דאס איז גאנץ קלאר אז די פוסקים - עכ"פ די וואס פסק'ען פאר הצלה - זענען דא מתיר. ואין לפקפק כמובן.

--

איך טראכט נאר אזוי. די עיקר שאלה איז די אויטאס וואס האבן א "אינטערנאל קאמבאסטשן" ענדזשין. די עלעקטריק אויטאס זענען גאנץ ווארשיינליך נישט קיין דאורייתא. טראץ דעם וואס דער חזון איש האלט אז עלעקטריק איז א דאורייתא, איז עס נישט אזוי אנגענומען ביי אנדערע פוסקים, עכ"פ במקום חולה איז זיכער גרינגער.

אין כמעט יעדע קאלאניע מאכט זיך איינער וואס האט אן עלעקטריק אויטא. און אויב נישט, קען מען דאך דינגען איינס פאר די צוויי מאנאטן פון זומער. וואלט לכאורה געווען א גוטע זאך, אז דער הצלה מאן זאל קענען נוצן דעם עלעקטריק אויטא אום שבת פאר פיקוח נפש, און דאס צוריק ברענגען דעם אויטא זאל זיין גרינגער להלכה.

אן אמבולאנס ווייסעך נישט צו מען קען האבן עלעקטריק, און צו עס וואלט געווען אזוי גוט ווי א געזאלין מאטאר. אבער אויטאס זענען היינט דא אין עלעקטריק וואס זענען פונקט אזוי גוט און נאך בעסער ווי געזאלין אויטאס, איז פארוואס זאלן די הצלה יונגעלייט נישט נוצן די סארט אויטאס?

--

איך זאג נישט להלכה, איך בין נישט קיין פוסק, און איך זאג נישט ח"ו אז וואס די הצלה טוט יעצט איז פראבלעמאטיש. כ'טראכט נאר צו דאס קען נישט זיין א שטארקע אויפטו במקום וואו עס איז שייך.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
פאראיעריגער שניי
שר האלף
תגובות: 1809
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 17, 2020 10:10 pm

Re: געדאנק: צוצושטעלן עלעקטריק אויטאס פאר די הצלה אינגעלייט אין אפסטעיט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראיעריגער שניי »

בכלל אז מ'דארף נישט טוהן קיין דאורייתא פארוואס זאל מען טוהן אפילו ביים ריספאנדען צו א קאל...

אבער כטראכט אז ס'קען ברענגען גרויסע מכשולות ווייל דער ציבור וועט אנהייבן אליינס אריינפארן אין שפיטאל מיט די עלעקטעריק קארס וכו' ס'וועט ברענגען א ריזיגע זילותא פאר גאנץ עלעקטריק קארס
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8912
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע:אין מאה שערים

Re: געדאנק: צוצושטעלן עלעקטריק אויטאס פאר די הצלה אינגעלייט אין אפסטעיט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

פאראיעריגער שניי האט געשריבן: מאנטאג יולי 29, 2024 1:59 pm
בכלל אז מ'דארף נישט טוהן קיין דאורייתא פארוואס זאל מען טוהן אפילו ביים ריספאנדען צו א קאל...

אבער כטראכט אז ס'קען ברענגען גרויסע מכשולות ווייל דער ציבור וועט אנהייבן אליינס אריינפארן אין שפיטאל מיט די עלעקטעריק קארס וכו' ס'וועט ברענגען א ריזיגע זילותא פאר גאנץ עלעקטריק קארס

אט אזוי זאגט אויך מיין סברא, אבער פארשטייט זיך אז דאס באלאנגט פאר גדולי הרבנים שליט"א


והיינו טעמא בדרך אפשר פארוואס קיינער האט נאכנישט דערגרייכט די מורא'דיגע הישג פון יענע ארגענאזאציע פון לעקוואוד צו פארשאפן סייבער טראקס
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
פאראיעריגער שניי
שר האלף
תגובות: 1809
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 17, 2020 10:10 pm

Re: געדאנק: צוצושטעלן עלעקטריק אויטאס פאר די הצלה אינגעלייט אין אפסטעיט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראיעריגער שניי »

קלארשטעלונג: כ'האב בלויז געזאגט מיין חשש

נישט וואס די רבנים זאלן טוהן נישט אויב די חשש איז ווערט גורם צו זיין אזאנע דאורייתא'ס בהיתר וכו' אלעס בלויז עניית דעתי הקלושה
אותות ומופתים
שר האלף
תגובות: 1565
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 28, 2023 4:24 pm

Re: געדאנק: צוצושטעלן עלעקטריק אויטאס פאר די הצלה אינגעלייט אין אפסטעיט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אותות ומופתים »

זייער א וויכטיגער און ריכטיגער געדאנק

אז מען רעדט שוין וועגן טוישן הצלה'ס קארס, איך כאפ נישט פארוואס עס דויערט אזוי לאנג צו אדאפטירן דא אין אמעריקע די מאטאר ביציקלעך פאר הצלה וואלונטירן צו פליען צו א קאל און נישט ווערן געשטערט פון טרעפיק
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20200
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע:למטה מעשרה

Re: געדאנק: צוצושטעלן עלעקטריק אויטאס פאר די הצלה אינגעלייט אין אפסטעיט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

פאראיעריגער שניי האט געשריבן: מאנטאג יולי 29, 2024 1:59 pm
בכלל אז מ'דארף נישט טוהן קיין דאורייתא פארוואס זאל מען טוהן אפילו ביים ריספאנדען צו א קאל...

אבער כטראכט אז ס'קען ברענגען גרויסע מכשולות ווייל דער ציבור וועט אנהייבן אליינס אריינפארן אין שפיטאל מיט די עלעקטעריק קארס וכו' ס'וועט ברענגען א ריזיגע זילותא פאר גאנץ עלעקטריק קארס
דאס ווייס איך נישט צו עס איז טאקע א חשש, ווען אין לדבר סוף.

עפעס אנדערש קען זיין, עפעס וואס מען טרעפט אמאל, אז מען וויל נישט מאכן א חומרא ווייל עס קען ארויסקומען א מכשול, א ביישפיל אז א הצלה מאן וועט זיך צוריקהאלטן פון פארן אויב האט ער נישט קיין עלעקטריק אויטא.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
פאראיעריגער שניי
שר האלף
תגובות: 1809
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 17, 2020 10:10 pm

Re: געדאנק: צוצושטעלן עלעקטריק אויטאס פאר די הצלה אינגעלייט אין אפסטעיט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראיעריגער שניי »

לאמיר געבן א דוגמא, אלץ ווען הצלה הייסט אריינפארן מיט א גוי וועט מען יעצט זיך לכתחילה מורה היתר זיין אליינס אריינצופארן, אפשר גאר וועט זיין מער מהודר אליינס אריינצופארן ווי רופן הצלה ווען מ'איז גורם אז אידן זאלן דרייווען געז קארס פאר דיר..

צוביסלעך וועט ווערן א נייע מציאות ווען יעדע חולי וואס דרבנן'ס זענען מותר וועט יעדער יחיד פארן מיט'ן עלעקטעריק קאר, האסטו נישט מורא אז סוועט מאכן בכלל פארן מיט'ן עלעקטריק קאר

ווער רעדט נאך פינעם עתיד מיט סעלףדרייווינג?
שרייב תגובה

צוריק צו “הלכה למעשה”