די ר' שרגא פליישמאן טשעלענדזש! שליסט אייך אן!!

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , thefact

פראסקוואש
שר חמישים
תגובות: 98
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 17, 2022 6:33 pm

די ר' שרגא פליישמאן טשעלענדזש! שליסט אייך אן!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראסקוואש »

די ר' שרגא פליישמאן טשעלענדזש????????????

ווער איז דאס ר' שרגא פליישמאן?
וואס איז זיין מהלך?
וואס איז מיין שייכות מיט אים?
והעיקר וואס איז די טשעלענדזש?

לאמיר גיין איינס איינס

ווער איז ר' שרגא פליישמאן?

ר' שרגא פליישמאן איז א חסידישער איד, א תלמיד חכם, און א שטארקער בעל מוח, און איז געווען לאנגע יארן א מגי"ש פאר בחורים.
כהיום איז ער באוואוסט אלס איינער וואס העלפט מענטשן מיט עניני הנפש מיט זיין אייגנארטיגע מהלך.

וואס איז זיין מהלך?

ווי איך וועל שפעטער פארברייטערן קען איך נאכנישט קלאר זיין מהלך אבער זיין יסוד איז, אז אלע מוטשענישן פון א מענטש קומט ווייל ער וויל אליינס פירן די וועלט און זיינע מעשים וכו' וכו'.
לויט זיינע תלמידים (אויסגעשמועסט דא און דא און דא ) איז די עיקר צורך און עונג פון א מענטש ווען ער געט אלעס אויף און ער ווארפט זיך אונטער די הנהגה פונעם אייבערשטן.

וואס איז מיין שייכות מיט אים?

פערזענליך גארנישט, חוץ וואס איך האב אים איינמאל געהערט ביי א שמחה.
געהערט פון אים און זיין מהלך, האב איך שוין עטליכע יאר צירוק ווען עס איז מיר אויסגעקומען צו זיין נאנט מיט איינער פון זיינע נאנטע מענטשן. בשעתו האב שטארק הנאה געהאט צו הערן פון אים און ארום אבער אין מיין דעמאלטסדיגע מצב איז עס נישט געווען נוגע.
אבער ווי אונזערע רבי'ס פלעגן זאגן ושניים יסעו - די יארן לויפן - אסאך וואסער זענען שוין אריבער אונטערן בריק פון דעמאלטס, און איך האב אנגעהויבן פילן אז איך דארף עפעס א מהלך צו קענען באהאנדלען מיינע געפילן. איך האב שוין פראבירט עטליכע זאכן און ביזדערווייל האט נאך קיין איינס נישט געשאסן אין פינטל.
נאכן ליינען אביסל דא איבער דעם ר' שרגא פליישמאן מהלך האב איך געשפירט אז זיין מהלך רירט אן א נקודה וואס שפירט דאס מערסטע ענליך צו וואס אונזערע רבי'ס האבן אונז געלערנט, און איך האב עס געוואלט פראבירן.

נאכן מחליט זיין אז איך וויל פראבירן די מהלך (און אויך פריער) האב איך אנגעהויבן זוכן ווי קען מען באקומען די שיעורים. איך האב געטראפן דא אויפן וועלטעל דריי סעריעס פון שיעורים אבער עס איז געווען א WMA פייל וואס ארבייט נישט אויף מיין פאון. האב איך עס מיט די הילף פון @קנאפער ז"ל איבער געמאכט אויף די פראקטישע MP3 פארמאט, און אזוי אויך עס רינעימט צו גרינגער מאכן פאר געוויסע פלעיערס.

בשעת איבערארבייטן און ליינען דאהי האב איך אויך געליינט די אשכולות ארום און פארשטאנען אז די עיקר איז חזרה וואס דאס קען מען האבן פון כסדר הערן די שיעורים און האלטן די יסודות וואך. אויך האב איך דאן געזען ווי אסאך זענען דן איבער צו עס העלפט טאקע, און אויב עס האלט אן אויף א לענגערע וויילע.

דעריבער האב איך אויף מיר גענומען דעם טשעלענדזש

נא למעשה וואס איז די טשעלענדזש?

דער טשעלענדזש האט אין זיך צוויי חלקים

חלק א'. מאכן א קביעות צו אויסהערן די שיעורים, לכתחילה יעדן טאג כאטש אביסל

חלק ב. זיך אונטערנעמען דא ברבים אז ווען עס גייט אריבער א יאר פון ווען איך האב אנגעהויבן וועל איך צוריק קומען מיט א באריכט וואס האט עס מיר געהאלפן, און ווי לאנג עס האט אנגעהאלטן.

היות איך האב אנגעהויבן הערן די שיעורים י"ז בתמוז פ"ד. האף איך צו זיין צוריק אי"ה ארום י"ז בתמוז פ"ה משיח זאל אוודאי פריער דא זיין.

ומכאן הקריאה יוצאת צו אלע טייערע חברים אויב האט איר זיך שוין אינטעסירט אין דעם, אויסגעהערט אמאל די שיעורים און געפילט אז עס מיינט אייך כאפט אייך מיט מיטן טשעלענדזש לאמיר מאכן א כח הרבים

אין דעם לינק זענען דא די שיעורים ארגינעל געברענגט דורך @עונג החיים
שיעורי הרב פליישמאן
עונג החיים
שר מאה
תגובות: 119
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 28, 2022 12:57 pm

Re: די ר' שרגא פליישמאן טשעלענדזש! שליסט אייך אן!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עונג החיים »

Subscribed
Letshelpothers האט געשריבן: מיטוואך יולי 31, 2024 8:26 pm
שלות הנפש איז נישט קיין דעיסטינעשין עס איז דא יעצט.
אוועטאר
מרנן ורבנן
שר האלף
תגובות: 1094
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2020 7:50 pm

Re: די ר' שרגא פליישמאן טשעלענדזש! שליסט אייך אן!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מרנן ורבנן »

פראסקוואש האט געשריבן: מאנטאג יולי 29, 2024 7:26 pm
די ר' שרגא פליישמאן טשעלענדזש????????????

ווער איז דאס ר' שרגא פליישמאן?
וואס איז זיין מהלך?
וואס איז מיין שייכות מיט אים?
והעיקר וואס איז די טשעלענדזש?

לאמיר גיין איינס איינס

ווער איז ר' שרגא פליישמאן?

ר' שרגא פליישמאן איז א חסידישער איד, א תלמיד חכם, און א שטארקער בעל מוח, און איז געווען לאנגע יארן א מגי"ש פאר בחורים.
כהיום איז ער באוואוסט אלס איינער וואס העלפט מענטשן מיט עניני הנפש מיט זיין אייגנארטיגע מהלך.
ווי געהערט ער? סאטמאר?
אין דבר העומד בפני הרצון. אויב דו ווילסט באמת וועסטו אנקומען.
אוועטאר
כ'בין א פשוט'ער איד
שר האלף
תגובות: 1348
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 06, 2024 9:39 am

Re: די ר' שרגא פליישמאן טשעלענדזש! שליסט אייך אן!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כ'בין א פשוט'ער איד »

פארוואס האב איך קיינמאל נישט געהערט פון אים ?
ווי וואוינט ער ?
איך וויל זיין א פשוט'ער איד
פראסקוואש
שר חמישים
תגובות: 98
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 17, 2022 6:33 pm

Re: די ר' שרגא פליישמאן טשעלענדזש! שליסט אייך אן!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראסקוואש »

מרנן ורבנן האט געשריבן: דינסטאג יולי 30, 2024 5:22 pm
פראסקוואש האט געשריבן: מאנטאג יולי 29, 2024 7:26 pm
די ר' שרגא פליישמאן טשעלענדזש????????????

ווער איז דאס ר' שרגא פליישמאן?
וואס איז זיין מהלך?
וואס איז מיין שייכות מיט אים?
והעיקר וואס איז די טשעלענדזש?

לאמיר גיין איינס איינס

ווער איז ר' שרגא פליישמאן?

ר' שרגא פליישמאן איז א חסידישער איד, א תלמיד חכם, און א שטארקער בעל מוח, און איז געווען לאנגע יארן א מגי"ש פאר בחורים.
כהיום איז ער באוואוסט אלס איינער וואס העלפט מענטשן מיט עניני הנפש מיט זיין אייגנארטיגע מהלך.
ווי געהערט ער? סאטמאר?
צווישן די אשכולות איבער אים (צוגעצייכנט אינעם ארגינעלן תגובה) האט איינער געשריבן אז ער איז א סלונימער חסיד.
אמאל האב איך געהערט אז זיין טאטע איז געווען א באקאנטער סאטמארער חסיד פון ב"פ, איך ווייס נישט קיין פרטים

כ'בין א פשוט'ער איד האט געשריבן: דינסטאג יולי 30, 2024 5:27 pm
פארוואס האב איך קיינמאל נישט געהערט פון אים ?
ווי וואוינט ער ?
אין מאנסי. ווילסטו וויסן מער כאפ א שפאציר אין די אשכולות צוגעצייכנט אין מיין ארגינעלע תגובה
לעצט פארראכטן דורך פראסקוואש אום דינסטאג יולי 30, 2024 5:55 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2845
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:49 pm

Re: די ר' שרגא פליישמאן טשעלענדזש! שליסט אייך אן!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחום וואהלינער »

כ'בין א פשוט'ער איד האט געשריבן: דינסטאג יולי 30, 2024 5:27 pm
פארוואס האב איך קיינמאל נישט געהערט פון אים ?
ווי וואוינט ער ?
מאנסי טאשנאד געגנט
רחמים שאלי! איך ברעך אינטער, וואס טוט מען?
קלארערהייט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 494
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 6:50 am

Re: די ר' שרגא פליישמאן טשעלענדזש! שליסט אייך אן!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלארערהייט »

פראסקוואש האט געשריבן: דינסטאג יולי 30, 2024 5:31 pm
מרנן ורבנן האט געשריבן: דינסטאג יולי 30, 2024 5:22 pm
פראסקוואש האט געשריבן: מאנטאג יולי 29, 2024 7:26 pm
די ר' שרגא פליישמאן טשעלענדזש????????????

ווער איז דאס ר' שרגא פליישמאן?
וואס איז זיין מהלך?
וואס איז מיין שייכות מיט אים?
והעיקר וואס איז די טשעלענדזש?

לאמיר גיין איינס איינס

ווער איז ר' שרגא פליישמאן?

ר' שרגא פליישמאן איז א חסידישער איד, א תלמיד חכם, און א שטארקער בעל מוח, און איז געווען לאנגע יארן א מגי"ש פאר בחורים.
כהיום איז ער באוואוסט אלס איינער וואס העלפט מענטשן מיט עניני הנפש מיט זיין אייגנארטיגע מהלך.
ווי געהערט ער? סאטמאר?
צווישן די אשכולות איבער אים (צוגעצייכנט אינעם ארגינעלן תגובה) האט איינער געשריבן אז ער איז א סלונימער חסיד.
אמאל האב איך געהערט אז זיין טאטע איז געווען א באקאנטער סאטמארער חסיד פון ב"פ, איך ווייס נישט קיין פרטים
ריכטיג, זיין טאטע איז אסאך געגאנגען צום רבין ז"ל.
ער אליינס האט לכאורה געלערנט אין סאטמער חדר.
ער איז א שטארקע קנאי, א אמתע קנאי, אבער ער געהערט זיך נישט אן צו קיין פארטיי אדער אריינגעמעמבערט אין א קהילה.
ער גלייכט זייער דעם סלאנימער רבי [בני ברק], וויייל אין סלאנים איז דא זעם מין מהלך העבודה וואס שטימט מיט זיין מהלך, און בפרט דער היינטיגע רבי איז א טייערע איד וואס גייט זייער שטארק מיט דער מהלך,
א מהלך פון אריינלעבן בפנימיות אין עבודת ה', פילן א טעם אין דינען דעם אייבערשטן, פילן א גוטע טעם [TASTE] בלע"ז אין א דאווענען, עס זענען דא אידן וואס פילן א גוטע טעם אין מויל! פון א דאווענען, ר'שרגא איז איינער פון זיי, זיינע ערשטע שיעורים זענען אסאך געוןוען געבויט אויף דעם, שמחה ועונג בעבודת ה', [דאכט זיך מיר אז זיין אינטער קעפל פון זיין ספר לימודים לדעת שטייט דאס?] ער האט געגעבן אמאל א סעריע שיעורים אויף דעם נושא.
הצלחה
אוועטאר
ניו יארקער מוזיקאנט
שר חמישים
תגובות: 95
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 04, 2024 4:27 pm

Re: די ר' שרגא פליישמאן טשעלענדזש! שליסט אייך אן!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניו יארקער מוזיקאנט »

מרנן ורבנן האט געשריבן: דינסטאג יולי 30, 2024 5:22 pm
פראסקוואש האט געשריבן: מאנטאג יולי 29, 2024 7:26 pm
די ר' שרגא פליישמאן טשעלענדזש????????????

ווער איז דאס ר' שרגא פליישמאן?
וואס איז זיין מהלך?
וואס איז מיין שייכות מיט אים?
והעיקר וואס איז די טשעלענדזש?

לאמיר גיין איינס איינס

ווער איז ר' שרגא פליישמאן?

ר' שרגא פליישמאן איז א חסידישער איד, א תלמיד חכם, און א שטארקער בעל מוח, און איז געווען לאנגע יארן א מגי"ש פאר בחורים.
כהיום איז ער באוואוסט אלס איינער וואס העלפט מענטשן מיט עניני הנפש מיט זיין אייגנארטיגע מהלך.
ווי געהערט ער? סאטמאר?
מחשובי חסידי רחמסטריווקא.
בּרזל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 262
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 10, 2016 5:16 pm

Re: די ר' שרגא פליישמאן טשעלענדזש! שליסט אייך אן!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בּרזל »

פראסקוואש האט געשריבן: מאנטאג יולי 29, 2024 7:26 pm

אין דעם לינק זענען דא די שיעורים ארגינעל געברענגט דורך @עונג החיים
שיעורי הרב פליישמאן
די אלע series פון שיעורים זענען נייע זאכן, אדער די שפעטערע זענען חזרה + צוגעלייגט? איז דא געוויסע וואס דעקט אלעס?
געזעהן ביי קרן שמואל ישעי׳ טישל א USB פון די ע׳ יארן, איז דאס אויך נכלל דא?
עונג החיים
שר מאה
תגובות: 119
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 28, 2022 12:57 pm

Re: די ר' שרגא פליישמאן טשעלענדזש! שליסט אייך אן!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עונג החיים »

.
Letshelpothers האט געשריבן: מיטוואך יולי 31, 2024 8:26 pm
שלות הנפש איז נישט קיין דעיסטינעשין עס איז דא יעצט.
עונג החיים
שר מאה
תגובות: 119
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 28, 2022 12:57 pm

Re: די ר' שרגא פליישמאן טשעלענדזש! שליסט אייך אן!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עונג החיים »

בּרזל האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 07, 2024 1:24 pm
פראסקוואש האט געשריבן: מאנטאג יולי 29, 2024 7:26 pm

אין דעם לינק זענען דא די שיעורים ארגינעל געברענגט דורך @עונג החיים
שיעורי הרב פליישמאן
די אלע series פון שיעורים זענען נייע זאכן, אדער די שפעטערע זענען חזרה + צוגעלייגט? איז דא געוויסע וואס דעקט אלעס?
געזעהן ביי קרן שמואל ישעי׳ טישל א USB פון די ע׳ יארן, איז דאס אויך נכלל דא?
סעריא #1 #2 איז עקסטער נאמבער #3 #4 איז מער א המשך פון #2 וואס מען דארף קודם האבן די יסודות

איך וואלט רעקאמענדירט צו אנהויבן מיט #2
Letshelpothers האט געשריבן: מיטוואך יולי 31, 2024 8:26 pm
שלות הנפש איז נישט קיין דעיסטינעשין עס איז דא יעצט.
אוועטאר
ביבליאגראף
שר חמש מאות
תגובות: 536
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 7:16 pm

Re: די ר' שרגא פליישמאן טשעלענדזש! שליסט אייך אן!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביבליאגראף »

ש'כוח פארן ארויפברענגען די שיעורים!

איז דא א האטליין וואו מ'קען עס הערן?
ס'וואלט מיר געווען גרינגער צו הערן אויף א האטליין

עונג החיים האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 07, 2024 4:44 pm
סעריא #1 #2 איז עקסטער נאמבער #3 #4 איז מער א המשך פון #2 וואס מען דארף קודם האבן די יסודות

איך וואלט רעקאמענדירט צו אנהויבן מיט #2
לא זכיתי להבין דבריכם,
אינעם גוגל-דרייוו איז דא 3 חלקים (די פערדע חלק איז נאר איין שיעור אויף שלום בית),
מיינסט צו זאגן אז מ'זאל אנהייבן מיט חלק ב'?
אוועטאר
ביבליאגראף
שר חמש מאות
תגובות: 536
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 7:16 pm

Re: די ר' שרגא פליישמאן טשעלענדזש! שליסט אייך אן!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביבליאגראף »

ביבליאגראף האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 07, 2024 9:59 pm
ש'כוח פארן ארויפברענגען די שיעורים!

איז דא א האטליין וואו מ'קען עס הערן?
ס'וואלט מיר געווען גרינגער צו הערן אויף א האטליין
יעצט געטראפן די תגובה, ש'כוח!

קעפל: 'די שיעורים פון הרב שרגא פליישמאן האבן מיך געהאלפן' קום אריין מיטיילן
עונג החיים האט געשריבן: זונטאג מארטש 10, 2024 3:01 pm
נעם א קאווע האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 07, 2024 7:25 pm
איז דא א האטליין פון זיינע שיעורים?
7182984568
8453714440
Letshelpothers
שר חמש מאות
תגובות: 552
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 26, 2023 3:57 pm

Re: די ר' שרגא פליישמאן טשעלענדזש! שליסט אייך אן!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Letshelpothers »

אינטערסאנט.

וואס איך כאפ נישט איז, דאס אז מען דארף אויפגעבען קאנטראל אין זיך אריין לייגען אינגאנצען אינם הענט פונם רבושע, איז דאס זיין חידוש?
לערענט סיי וואספארא ספרים, אפגערעדט שער הבטחון וואס אן זיך פארלאזען אויפן אויבערשטען (זיך פארלאזען מיינט אויף געבען קאנטראל) קען א מענטש נישט האבען קיין מנוחה אין שמחה.
נא וואדאי קומט אלע פראבלעמען מיטן נישט זיך פארלאזען אויפן אויבערשטען.
אין איך מיין אז אין די טעריפי וועלט איז די זעלבע אין ענגליש רופט מען דאס סערענדער טו הייער פואיר.

איך זע נישט וואס איר זאגט אז איר דארפט צוריק קומען אין א יאר.
אויב וועט איר זיך אריין לייגען אין באשעפערס הענט מיט אן אמת גאראנטי איר וועט האבען א שמחות החיים.
איך האב וועגען דעם געשריבען אין אן אנדערע אשכול.
דיסקלעימיר איך ווייס נישט ווער אין וואס ר שרגא מהלך איז.
Letshelpothers האט געשריבן: מיטוואך יולי 31, 2024 8:26 pm
אוי איז דאס א נושא.
מען דארף בכלל וויסען וואס מיינט שמחת החיים אין וואס מיינט סיפוק?
סיפוק פון א טעמפארערי זאך אזוי ווי ארבעט? איז דאס וואס דרייוט אייך אין אייער לעבען, זענט איר א רחמנות וואס גייט איר טוהן ביי די זעכציג?

איך וועל צו ברענגען דא וואס איך האב געשריבען אין אן אנדערען אשכול וועגן שלות הנפש. סאיז דא ודא אחת.

אבער ווי אזוי דערגרייכט מען דאס דאס איז נישט אזא פשוטע תירוץ.
די ערשטע קשיא איז זיכסטו טאקע שלות הנפש אין שמחת החיים?, אדער זיכסטו נאך צו לויפן הבלי עולם הזה?

אלס אידן שלות הנפש וועט איר נאר דערגרייכען ווען איר טוט די רצון השם מיט שמחה, יעדע קליינע מצוה מתוך שמחה.
שלות הנפש ווערט נישט דערגרייכט מיטן גיין קיין פלארידע, שלות הנפש ווערט ניש דערגרייכט מיטן אוועק לויפן פון זיך אין טראכטען ווען איך וועל האבן א שיינע הויז, קאר, אסאך געלט, כבוד, גוטע קינדער, גוטע ווייב, געזונט וכו וכו. דעמאלטס וועל איך האבן שלות הנפש.
שלות הנפש איז יעצט שמחת החיים איז יעצט אין דיין מצב. אז די וועסט עקסעפטן דעם רצון השם אין עם דינען מיט שמחה אין יעדע מצב זיך האלטן רויאיג ווייל דאס וויל די רבושע יעצט, וועסטו דערגרייכען שלות הנפש, עס איז נישט אלעמאל גרינג.

איך בין נישט די בעסטע שרייבער, איך האף עס וועלן אריין קומען די גוטע שרייבער אין מרחיב זיין.
אבער די נקודה איז איין נקידה.
פארוואס האט א מענטש נישט קיין מנוחה, ווייל ער וויל ערגעץ אנקומען. א מענטש אינטערוועגנס האט נישט קיין מנוחה.
אבער ווען די מענטש ווייסט אוואדאי דארף מען אנקומען, אבער דאס וואס איך בין יעצט דא איז נישט נאר אנצוקעמען. נאר די רבושע וויל איך זאל דא זיין יעצט. אין אז די רבושע וויל איך זאל דא זיין יעצט, בין איך נישט אינטערוועגנס, איך בין יעצט ביי די סטאפ, אין ביי די סטאפ וועל איך זיין צופרידען ווייל איך דין יעצט די רבושע, אין איך האב אמונה פשוטה. קען מען האבן שלות הנפש אין יעדע מצב.
שלות הנפש איז נישט קיין דעיסטינעשין עס איז דא יעצט.
אוועטאר
פארגעס
שר מאה
תגובות: 160
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 16, 2024 3:39 am
לאקאציע:Around the corner

Re: די ר' שרגא פליישמאן טשעלענדזש! שליסט אייך אן!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארגעס »

ביבליאגראף האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2024 6:53 pm
ביבליאגראף האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 07, 2024 9:59 pm
ש'כוח פארן ארויפברענגען די שיעורים!

איז דא א האטליין וואו מ'קען עס הערן?
ס'וואלט מיר געווען גרינגער צו הערן אויף א האטליין
יעצט געטראפן די תגובה, ש'כוח!

קעפל: 'די שיעורים פון הרב שרגא פליישמאן האבן מיך געהאלפן' קום אריין מיטיילן
עונג החיים האט געשריבן: זונטאג מארטש 10, 2024 3:01 pm
נעם א קאווע האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 07, 2024 7:25 pm
איז דא א האטליין פון זיינע שיעורים?
7182984568
8453714440
ובחרת בחיים:
7182984568
1<2<1

7182984522
2<1
א שווערע פעקל מיינט נישט אז עס טראגט אסאך וואג, אסאך וואג איז שווער צו טראגן
אוועטאר
ביבליאגראף
שר חמש מאות
תגובות: 536
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 7:16 pm

Re: די ר' שרגא פליישמאן טשעלענדזש! שליסט אייך אן!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביבליאגראף »

כ'וויל אנהייבן אויסהערן ר' שרגא'ס שעורים, אבער כ'ווייס וואס ס'גייט געשען.
כ'גיי ווערן אינגאנצן איבערגענומען. אריינגיין אין אזא ר' שרגא פליישמאן באבל. מיין קאפ גייט זיך דרייען נאר ארום אים, וואס ער זאגט וועט ווערן הייליג.
ביז... נאך א צייט וועל איך אנהייבן צו פילן אז ס'איז נישט ממש... עפעס א ווארט איז נישט פונקט ווי איך טראכט, עפעס א שיטה שטימט מיר נישט, עפעס א געדאנק כאפט מיר נישט.
ביז כ'וועל צוביסלעך זיך אפלאזן פון זיינע שיעורים, און זיך אנהייבן אויסטשוכענען. ס'נישט פאר מיר, סתם א שאד אויסצוגעבן די צייט אויף אזעלכע שטותים.
ביז איין טאג וועל איך פונקט הערן א דרשה פון אים, און ס'וועט מיר כאפן, וואה, ער רעדט צו די זאך.
ענדליך וועל איך אנהייבן אויסהערן זיינע שיעורים ווי א נארמאלער מענטש. וואס ס'רעדט צו מיר נעם איך און איך טראכט וויאזוי עס צו נוצן למעשה. די איבריגע איגנאריר איך.

די פראבלעם איז, אז אזא שפיל קען נעמען יארן.
וואס קען איך טון צו איבערהיפן די גאנצע מעשה?
פער בריסטאו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4723
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 13, 2013 8:36 pm

תגובה דורך פער בריסטאו »

ביבליאגראף האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 11, 2024 7:40 pm

פליישמאן איז פערפעקט פאר דעי פראבלעמען
טענק יו פאר טשוזינג מעריאַט האוטעל
אוועטאר
ביבליאגראף
שר חמש מאות
תגובות: 536
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 7:16 pm

Re: די ר' שרגא פליישמאן טשעלענדזש! שליסט אייך אן!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביבליאגראף »

פער בריסטאו האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 11, 2024 7:42 pm

פליישמאן איז פערפעקט פאר דעי פראבלעמען
פראבלעמען?
כ'מיין אז יעדער איז אזוי.
פער בריסטאו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4723
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 13, 2013 8:36 pm

Re: די ר' שרגא פליישמאן טשעלענדזש! שליסט אייך אן!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פער בריסטאו »

ביבליאגראף האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 11, 2024 7:44 pm

יעדער דארף אויפגעבן די אייגענע יכולת
טענק יו פאר טשוזינג מעריאַט האוטעל
אוועטאר
כפרה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4442
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מארטש 08, 2019 10:50 am

Re: די ר' שרגא פליישמאן טשעלענדזש! שליסט אייך אן!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כפרה »

פראסקוואש האט געשריבן: מאנטאג יולי 29, 2024 7:26 pm

נא למעשה וואס איז די טשעלענדזש?

דער טשעלענדזש האט אין זיך צוויי חלקים

חלק א'. מאכן א קביעות צו אויסהערן די שיעורים, לכתחילה יעדן טאג כאטש אביסל

חלק ב. זיך אונטערנעמען דא ברבים אז ווען עס גייט אריבער א יאר פון ווען איך האב אנגעהויבן וועל איך צוריק קומען מיט א באריכט וואס האט עס מיר געהאלפן, און ווי לאנג עס האט אנגעהאלטן.
אי"ה נאך די זכרו טשעלענדש, און די דרשו טשעלענדש, און חק לישראל טשעלענדש, און תהלים טשעלענדש, האף איך צו דשוינען די טשעלענדש אויך.
א"ר יוחנן לעולם ישתדל אדם לרוץ לקראת מלכי ישראל, ולא לקראת מלכי ישראל בלבד, אלא אפילו לקראת מלכי עכו"ם, שאם יזכה יבחין בין מלכי ישראל למלכי עכו"ם.
אוועטאר
ביבליאגראף
שר חמש מאות
תגובות: 536
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 7:16 pm

Re: די ר' שרגא פליישמאן טשעלענדזש! שליסט אייך אן!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביבליאגראף »

פער בריסטאו האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 11, 2024 7:45 pm
ביבליאגראף האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 11, 2024 7:44 pm
פער בריסטאו האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 11, 2024 7:42 pm

פליישמאן איז פערפעקט פאר דעי פראבלעמען
פראבלעמען?
כ'מיין אז יעדער איז אזוי.
יעדער דארף אויפגעבן די אייגענע יכולת
מיינסט צו זאגן אז די גאנצע זאך האט מיט יכולת...
הייסט עס אז ווען מ'הערט אויס ר' שרגא געשעט נישט די גאנצע זאך?
פער בריסטאו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4723
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 13, 2013 8:36 pm

Re: די ר' שרגא פליישמאן טשעלענדזש! שליסט אייך אן!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פער בריסטאו »

ביבליאגראף האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 11, 2024 7:49 pm
פער בריסטאו האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 11, 2024 7:45 pm
ביבליאגראף האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 11, 2024 7:44 pm
פער בריסטאו האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 11, 2024 7:42 pm

פליישמאן איז פערפעקט פאר דעי פראבלעמען
פראבלעמען?
כ'מיין אז יעדער איז אזוי.
יעדער דארף אויפגעבן די אייגענע יכולת
מיינסט צו זאגן אז די גאנצע זאך האט מיט יכולת...
הייסט עס אז ווען מ'הערט אויס ר' שרגא געשעט נישט די גאנצע זאך?

די מורא וואס דו האסט, איז די קאנטראול וואס דו מיינסט דו האלסט אן.

אויסהערן פליישמאן קען נעמען א לאנגע צייט ביז ווי לאנג מ׳כאפט עכט וואס ער זאגט. איינמאל מ׳כאפט וואס ער זאגט, ווערט די לעבן שענער און גרינגער.
טענק יו פאר טשוזינג מעריאַט האוטעל
Willy
שר האלף
תגובות: 1062
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 10:41 am

Re: די ר' שרגא פליישמאן טשעלענדזש! שליסט אייך אן!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Willy »

א פיקטשער האסטע פון אים?
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”